עמיל קאַלין
דאָס צווייטע קאַפּיטל
2
סעם דריימאַן, קוים שלעפּנדיק זיך, האָט אַרויפֿגעקלעטערט איבער די גליטשיקע, שמוציקע טרעפּ פֿון דער סאַבוויי־סטאַנציע אויף דער 81סטער גאַס. זײַן קאָפּ איז געווען עפּעס שווערער ווי געוויינטלעך און זיך גענייגט אויף אַ זײַט. די פֿיס זענען געוואָרן ווי אָפּגענומען דורך דער צײַט, וואָס ער איז געזעסן אומבאַוועגלעך אין דעם אָנגעפּאַקטן וואַגאָן. דאָס אויפֿהייבן דעם פֿוס אויף אַ העכער טרעפּל איז געווען אַן אָפּקומעניש. ער האָט געהאַט דאָס געפֿיל, ווי ער וואָלט געטראָגן אַ זאַק מיט צעמענט אויף דער פּלייצע. „אָט אַזוי!‟ — האָט סעם זיך געמונטערט מיט אַ שעפּטש נאָך יעדעס טרעפּל, און האָט געטראַכט צו זיך בשעת-מעשׂה: פּונקט אַזוי ווי איך שלעפּ זיך אַרויף אויף די טרעפּ, קריכן דאָ אַרום אויך מערעשקעס, מײַז און שטשורעס. ער האָט נישט באַנומען וואָס עס שטעקט מערער אין אַזאַ מחשבֿה: דערמוטיקונג, אויפֿריכטיקייט, לעבן-דערפֿאַרונג אָדער גאָר חוזק, קיביצערײַ, מרה-שחורה אָדער אַלץ אין איינעם… ער האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ אַן אומצופֿרידענער. מאָדנע מחשבֿות זענען אָנגעפֿאַלן אויף אים הײַנטיקן אָוונט. שטאַרק מאָדנע מחשבֿות…
סוף-כּל-סוף איז ער אַרויפֿגעקומען אויפֿן אויבערפֿלאַך. דער אייביקער געשטאַנק פֿון דער ניו-יאָרקער אונטערשטאָט איז אַנטרונען געוואָרן. אַ קאַלט ווינטל האָט געבראַכט מיט זיך אַ דינעם רויך און זיסע-זויערלעכע גערוכן פֿון פּרעגלען. סעמס ליידיקער בויך, וואָס האָט געשוויגן פֿון סאַמע אין דער פֿרי אָן, האָט גענומען לאָזן פֿון זיך וויסן אַצינד.
סעם האָט זיך אָפּגעשטעלט אַ רגע אָפּצוכאַפּן דעם אָטעם און טריבע מחשבֿות זענען ווידער אויפֿגעקומען פֿון זיך אַליין: וואָס בין איך אין לעצטן סך-הכּל? איך בין דאָך נישט מער ווי אַ פֿוסנאָטע. מיט וואָס אייגנטלעך בין איך בעסער ווי די מערעשקעס, מײַז און שטשערעס, וואָס לויפֿן אַרום אין סאַבוויי־סטאַנציעס? אַז מע טראַכט זיך אַ ביסל אַרײַן, כאַפּט מען זיך תּיכּף, אַז איך בין נאָך ערגער ווי זיי. זיי לויפֿן אַרום גלאַט אַזוי, מאַכן זיך נישט נאַריש מיט אַלערליי פּרעטענציעס. זיי לעבן אויס די יאָרן זייערע אָן אָנגעבלאָזנקייט, אָן גאַל אָדער זעלבסט-חשיבֿות. איך בין נישט מער ווי אַ פֿוסנאָטע מיט אַ פֿעטן תּחת און אַ פֿעטע באַנק-קאָנטע. נו, און בערני, דער גרויסער פֿאָרזיצער? האָט זיך סעם געפֿרעגט. וואָס איז געוואָרן פֿון אַלע זײַנע פּלענער און „איניציאַטיוון‟, ווי זיי רופֿן דאָס אָן דאָ, אין אַמעריקע? ער איז דען נישט געווען קיין פֿוסנאָטע? שוין איין מאָל אַ פֿוסנאָטע און איצט וועלן אים די דאָלאַרן גאָר נישט העלפֿן. איצט קוויקט זיך, מסתּמא, זײַן פּלוניתטע שתּחיה, די פֿריילעכע אַלמנה מיט זײַנע דאָלאַרן. נו, ס’זאָל איר ווויל באַקומען, האָט סעם געטאָן אַ זיפֿץ און אַ קרעכץ.
פּלוצעם איז זײַן קאָפּ געוואָרן ווי אויסגעליידיקט. די מחשבֿות זײַנע זענען זיך צעפֿלויגן מיט אַ מאָל, ווי אַ טשאַטע טײַבעלעך, וואָס פֿליִען הענדעם-פּענגעם אַוועק, צעטריבן אין אַלע שטאָט-עקן, פֿון זייער בידנעם גן-עדן, אַ שטיק שמוציקן ניו-יאָרקער טראָטואַר, דורך דעם וואַקלענדיקן געלויף פֿון אַ קליין ייִנגעלע, וואָס האַלט זיך קוים אויף די פֿיסלעך, אָבער מיט אַן אײַנגעבוירענעם חשק צו פֿאַרוויסטן יענעם די יאָרן.
אַ בלאָק ווײַטער האָט סעם דערזען אַן אָפֿענע האָטדאָג־בודקע, פֿון וועלכער עס האָט אַרויסגעשלאָגן אַ מחיהדיקע פּאַרע. זײַנע טריט זענען געוואָרן גיכער, פֿעסטער. דער פֿאַרקויפֿער, אַ קליינער, ברייטער פּאַרשוין מיט אַ ברייטן, פֿאַרשוויצטן שטערן, האָט זיך כּסדר געפּאָרעט און איבערגעקערט, מעשׂה מײַסטער, די מחיהדיקע ניו-יאָרקער קאַרנאַצלעך. עטלעכע נעגערס, אָנגעטאָן אין עפּעס אַ מונדיר וואָס סעם האָט נישט דערקענט, האָבן גערעדט הויך צווישן זיך, געשאָלטן און זיך אײַנגעביסן מיט די ציין אין די צאַפּלדיקע פֿעטע וווּרשטלעך.
אין דער אמתן זענען די היגע האָטדאָגס גאָר ווײַטע קרובֿים צו יענע פֿעטע, גערויכערטע, געפֿעפֿערטע קאַרנאַצלעך, וואָס האָבן זיך אים פֿאַרגעדענקט נאָך פֿון רומעניע, האָט סעם דריימאַן געטראַכט און אַראָפּגעשלונגען די אייגענע קלעפּיקע סלינע. נאָר, ווי מע זאָגט בײַ ייִדן, בײַ נאַכט זענען אַלע קי שוואַרץ, בלית-ברירה האָט ער אין פֿאַרלויף פֿון יאָרן, ליב באַקומען אויך די היגע מאכלים.
שוין אַ פּאָר גוטע יאָר וואָס דאָריס האָט געוואָרפֿן אַן אומחן אויף אַלע פֿעטע מאכלים, וואָס זענען איר מאַן אַזוי ליב. זי האָט גענומען אויף זיך די ראָלע פֿון אַ שטרענגער געזונט-אויפֿזעערין. זי האָט דערווײַטערט דעם מאַן פֿון אַלע טייטלעכע אָנשיקענישן, וואָס ער שלינגט אײַן דאָס גאַנצע לעבן, נישט אָפּגעבנדיק זיך קיין חשבון, ווי ער האָט בדעה אויסגעמיטן אַ פֿריצײַטיקן האַרץ-אַטאַק, אַפּאָפּלעקסיע אָדער אָדערן-בלאָקירונג. זי האָט באַזונדערש געאַסרט די רייצנדיקע „האָטדאָגס‟, קעגן וועלכע זי האָט געפֿירט אַן אָפֿענעם קרײצצוג.
בעת די פּאָר איז אַרומגעגאַנגען צוזאַמען, פֿלעגט סעם זיך מאַכן נישט וויסנדיק. בעת עס איז פֿון ערגעץ־וווּ אויסגעוואַקסן אַ בודקע מיט האָטדאָגס, האָט ער געקוקט אויף דער צווייטער זײַט, אַז די קאַץ דאָריס זאָל אים נישט דערלאַנגען אַ ריס, מאַכן אַ סקאַנדאַל — אַזוינס און אַזעלעכס; אָבער ווי באַלד די קאַץ איז נישט געווען דערבײַ, האָט ער געהאַט אַ מינהג צולויפֿן צו די האָטדאָגס, ווי היטלער אַליין, ימח-שמו, וואָלט אים נאָכגעיאָגט מיט אַ כאָפּטע אָנגערייצטע הינט, — אײַנשטילן סײַ דעם הונגער און סײַ די בענקשאַפֿט. שטייענדיק פֿעסט אויף אַ שטיקל פֿרײַען ניו-יאָרקער טראָטואַר, האָט סעם אָנגעטאַפּט דאָס מויל זײַנס מיט האָטדאָג, געזײַערט קרויט און „קעטשאָפּ‟־סאָוס.
סעמס ליידיקער מאָגן, וואָס האָט ביז אַהער אָפֿן געבונטעוועט קעגן עסן דעם גאַנצן טאָג, האָט איצט גענומען מאַכן קולות, ווי אין פּסוק שטייט. סעם האָט באַשטעלט בײַם פֿאַרשוויצטן פּאָרטאָריקאַנער צוויי האָטדאָגס און זיי אויפֿגעגעסן על-רגל-אַחת, אָן לאַנגע צערעמאָניעס און צערטלעכקייטן. ער האָט ווויל געוווּסט, אַז די געזײַערטע קרויט וועט אים שאַפֿן אַ ברענעניש בײַ נאַכט — דאָס איז געווען אַן אײַנגעפֿירטער שטייגער, אָבער דאָס האָט געשפּילט בײַ אים אַ קנאַפּע ראָלע. די בײַנאַכטיקע פּײַניקונגען זענען שוין געוואָרן בײַ אים אַ רגילות, אָן וועלכע מע קאָן זיך נישט באַגיין. דער זויער-זיסלעכער „קעטשאָפּ‟־סאָוס איז גערונען צווישן זײַנע פֿינגער, ווי, להבֿדיל, אַ שנירל בלוט. סעם האָט גוט געוווּסט: ער קוילעט קיינעם נישט סײַדן זיך אַליין.
דאָריס און זײַן דאָקטאָר זענען פֿולקום איינשטימיק: דאָס פֿרעסן האָטדאָגס, אָן קיין דין-וחשבון, פֿאַרקירצט אים די יאָרן. בשעתן עסן דאָס מחיהדיקע וווּרשטל, האָט סעם אי זיך געקוויקט מיט יעדן ביסן, אי געציטערט פֿאַר מורא, ווי אַ מענטש, וואָס שטייט פֿאַרן כּיסא-הכּבֿוד, אי הנאה געהאַט און געחוזקט פֿון די אייגענע פּחדים: עס איז אים אײַנגעפֿאַלן, אַז קײַענדיק אַזאַ קאַרנאַצל, באַגייט ער פֿאַקטיש זעלבסטמאָרד. אין דער אמתן, איז געשען מיט אים אַ נס. ער דאַרף נישט אײַננעמען אַ זשמעניע שלאָף-פּילן, זיך אַ אַראָפּשפּרונגען, אַשטייגער, פֿון דער ברוקלינער בריק אין וואַסער אַרײַן, זיך הענגען אָדער זיך אָפּטאָן עפּעס אַן אַנדער מיתה-משונה; ער דאַרף נאָר ווײַטער פֿרעסן האָדאָגס! אַזאַ יאָר אויף אים. אַזאַ גליק! הויכער קאָלעסטעראָל איז אַ ברכה פֿון גאָט, הויכער בלוטדרוק איז אַ מתּנה, און דאָריס וויל בײַ אים צונעמען די מתּנה.
צווישן אָט די מחשבֿות, די זכותים, וואָס סעם פֿלעגט רעגולער געפֿינען אין די ניו-יאָרקער האָטדאָגס, יענע פֿאַרפֿיקסירטע געדאַנקען, וואָס קומען אויף, שײַנען אַ רגע און לעשן זיך אויס פֿון זיך אַליין, גייען אונטער, ווי אין אַ פֿאַרכּישפֿטן קאַראַהאָד, לויט אַן אינערלעכן, אומבאַקאַנטן כּוח, פֿלעגן זיך תּמיד אַרײַנפֿלעכטן אויכעט אייביקע, שטעכיקע ספֿקות: „און אפֿשר איז דאָס אַלץ איין גרויסער בלאָף? אפֿשר איז גאָר נישטאָ קיין קאָלעסטעראָל אויף דער וועלט? הײַנט בוקט מען זיך צום קאָלעסטעראָל, ווי צו אַן אָפּגאָט און מאָרגן־איבערמאָרגן וועט דער עולם-גולם אין אים פֿאַרגעסן און זיך נעמען צו אַ פֿרישן שׂטן. אַזאַ איז אַמעריקע און דאָ וועט שוין גאָרנישט העלפֿן‟, — אַזוי האָט סעם געזאָגט צו זיך, אויך דאָס מאָל, און אויסגעלעקט בשעת-מעשׂה דעם „קעטשאָפּ‟־סאָוס אויף זײַנע קלעפּיקע פֿינגער. ער האָט דען אַ מאָל געזען יענעם „קאָלעסטעראָל‟ מיט די אייגענע אויגן? דאָס איז אַן אויסטראַכטעניש, דאָריסעס אַ שטיקל משוגעת. וואָס דען? די דאָזיקע פֿרוי איז פּשוט נישט מסוגל אים צו פֿאַרגינען דאָס ביסל פֿרייד און פֿאַרגעניגן. און טאָמער איז עס ווייניק, האָט זי נאָך אָנגעדרייט אויכעט דעם דאָקטאָר קעגן אים. ער האָט געקאָנט באַשײַמפּערלעך זען זיי ביידע פּלאַצן פֿאַר געלעכטער און מאַכן אַ לחיים, ווײַל עס גיט זיך אײַן זיי אים אָפּהאַקן די פֿליגלען.
סעם האָט אָפּגעווישט דאָס מויל מיטן אַרבל פֿונעם לעדערנעם מאַנטל. די פֿיס, אין וועלכע עס איז אַרײַן אַצינד חיות, האָבן אים געטראָגן דאָונטאַון, צו זיך אַהיים, וואָס האָט זיך געפֿונען אַ פּאָר בלאָקס ווײַטער, אויף דער 75סטער גאַס, אָבער די מחשבֿות, וואָס זענען אַרומגעפֿלויגן אין זײַנע געהירן, ווי דערקוטשענדיקע פֿליגן, האָבן אים פּלוצעם אַוועקגעטראָגן אַזש אין „מאַנטעפֿיאָר־סעמעטרי‟, דעם בית-עולם, וווּ עס ליגן טאַטע-מאַמע שוין איבער אַ יאָרצענדליק. ער האָט פֿאַרשריבן אין אַ נאָטיצביכל, וווּ די קבֿרים געפֿינען זיך, אָבער דאָס נאָטיצביכל אַליין איז פֿאַרפֿאַלן געגאַנגען, ווי אין וואַסער אַרײַן. סעם האָט געפּרוּווט זיך דערמאָנען וואָס עס שטייט אויף די מצבֿות — ער אַליין האָט דאָך דיקטירט די ווערטער, — אָבער דער זכּרון האָט אים אַרויסגעשטעלט אַ פֿײַג. ווען איז דער טאַטע אַוועק? האָט ער זיך געפֿרעגט. און ווען — די מאַמע? ער האָט נישט געזאָגט קדיש נאָך זיי און פֿאַרגעסן די יאָרצײַטן. אין אַמעריקע טראַכט מען פֿון הײַנט און מאָרגן און מע טוט אַ שפּײַ אויפֿן נעכטן. פֿון וואָס זענען זיי געשטאָרבן? ווער איז געקומען אויף די לוויות? זייער אַ קליינער עולם, געציילטע מענטשן, קוים אַ מנין, וואָס ער האָט געמוזט צונויפֿקראַצן ממש בגוואַלד. ווער זשע זענען געווען יענע לײַט, וואָס האָבן באַגלייט זײַנע עלטערן אינעם לעצטן וועג? ער האָט אַלץ פֿאַרגעסן.
יאָ, אָבער טאַטע-מאַמע וואָלטן אים אַלץ מוחל געווען. אַ מאַמע איז אַ פּאָקרישקע און דער טאַטע איז פֿון תּמיד אָן געווען אַ פּוטערדיקער. זייער וועשערײַ: DRYMAN איז געווען פֿאַרשטעקט אין אַ העק אין דער בראָנקס, אויף מאָרמייד־עוועניו, וווּ אָדם-הראשון האָט נישט געפּישט. זיי האָבן געוווינט אין אַ קליינטשיק דירהלע, אַ פֿינצטערע, אַלע פֿענצטער האָבן אַרויסגעקוקט אויף אַ שטיק ליידיקן שטח צווישן עטלעכע בנינים, וווּ עס איז געוואַקסן אַ בוים מיט נאַקעטע צווײַגן און אַרום אים האָבן זיך געוואַלגערט בראָכוואַרג און מיסט. דער בנין, געבויט לויט דעם זעלביקן שניט ווי די אַנדערע בנינים אויף דער גאַס, איז געווען באַזעסן דורכויס פֿון משונה-ווילדע לײַט, וואָס זענען געקומען אַהין פֿון הינטער די הרי-חושך. נאָר די עלטערן זענען געווען צופֿרידן כּל-זמן זיי האָבן געהאַט וווּ אַוועקלייגן דעם קאָפּ און אַ שטיקעלע ברויט. סעם האָט זיך געשעמט, אַז ער טראַכט אַזוי ווייניק וועגן זיי. ער האָט זיי געזען אַצינד פֿאַר די אויגן: זיי זענען געזעסן אין זייער אייביק-טונקל דירהלע און געטרונקען ביליקע „מאַקסוועל קאַווע‟. די טשאַשקעס האָבן געטאַנצט און זיך געשאָקלט אין זייערע ציטערנדיקע, אָדערדיקע הענט. זי מאַמע איז געווען אויסער זיך: „סטײַטש?! מ׳שיט קאַווע, מ׳גיסט הייס וואַסער און נאַ דיר — די קאַווע איז גרייט! דער מין מענטש דערגרייכט אַזוי פֿיל. ווער האָט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן אַזאַ זאַך, בלויז מיט אַ פּאָר יאָר צוריק?‟ דער טאַטע שאָקלט צו מיטן קאָפּ און שווײַגט. די דערגרייכונגען פֿון דעם מין מענטש האָבן אים ווייניק אינטערעסירט. סעם זעט אַלץ צו ווידער און ווייסט דאָס מאָל, אַז די טעג זייערע זענען געציילטע. ביידע זענען זייער קראַנק, לײַדן פֿון אַלערליי משונהדיקע ווייטיקן, די פֿיס און די הענט זענען ווי געליימט. זיי צאַנקען צוביסלעך, שאַרן זיך אַוועק אויפֿן עולם-האמת אָן אויפֿרעגונג, אָן פֿאַראיבל, אָן טרערן. צוויי עלנטע נשמות, אַ רעשטל פֿון אַ געקוילעטער וועלט, וואַרטן שאַ-שטיל אין גאָטס אַכזריותדיקן וואַרטזאַל אויפֿן מלאך-המוות. זיי איז קיינמאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז זיי זענען פֿוסנאָטעס. זיי האָבן דאָך נישט געליטן פֿון דעם זעלבן ניו-יאָרקער גרויסקייט־משוגעת, ווי ער. אין ניו-יאָרק מוז יעדער ווערן אַ שטערן, אַ נישט אַבי-ווער און איינצײַטיק זענען אַלע פֿוסנאָטעס. נו, ווי מע בינדט אויף דעם פּלאָנטער?
האַרט לעבן זײַן בנין האָט סעם דערזען ליגן אומבאַוועגלעך אַ גרוי טײַבעלע מיט אַ ווײַס קעפּעלע און אַ שוואַרצן שנאָבל אין אַ ריטשקעלע שמוציק וואַסער בײַ דעם ראַנד פֿונעם טראָטואַר. דאָס קליינטשיק קעפּעלע איז געווען אויסגעדרייט אומנאַטירלעך אויף צוריק, ווי דער טויט וואָלט עס באַפֿאַלן בשעתן געזעגענען זיך. דער שנאָבל איז געווען אַ קאַפּעלע אָפֿן. איין פֿליגל איז געווען צעקרימט. סעם האָט זיך אָפּגעשטעלט אַ ווײַל און באַטראַכט דעם פֿויגל. ער האָט גערעדט שעפּטשענדיק שטיל-אינטים: „חבֿרל מײַנס, יאָ, דער סוף איז געקומען. ווי איז אַדורך דײַן לעבן, האַ? האָסט געפּיקט גענוג קערנדלעך און שטיקעלעך ברויט? ביסט געפֿלויגן אַהין-און-אַהער? האָסט אפֿשר געפֿונען פֿאַר זיך אַ זיווג, אַ זי? און אפֿשר האָסטו געטראָגן אין שנאָבל צווײַגעלעך צו בויען אַ נעסטעלע? איר האָט אויסגעהאָדעוועט אַ נײַעם דור טײַבעלעך? נו, ס׳איז אַלץ איינס מעגסט מיר גלייבן אויפֿן וואָרט, קיינער ווייסט נישט ווי איז גוט אויסצולעבן די יאָרן. איך האָף, אַז דו האָסט נישט געליטן מער ווי מע דאַרף. איצט וועסטו זיך אָפּרוען, ביסט אָנגעקומען אויף דער לעצטער סטאַנציע. איך סאַלוטיר דיך, קאַמאַראַד!‟
סעם האָט צונויפֿגערוקט די פֿיס, זיך אויסגעצויגן, אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ און זעלנעריש סאַלוטירט מיט דער רעכטער האַנט.
המשך קומט
.