פֿון אונדזער עזבֿון: משה פּינטשעווסקי (1894־1955)

דיכטער, דראַמאַטורג, פּראָזאַיִקער. געבוירן אין שטעטל טעלענעשט, בעסאַראַביע, באַקומען אַ שטרענג־רעליגיעזע דערציִונג, דערנאָך זיך געלערנט אין אָדעס אין אַ ישיבֿה. אָנגעהויבן שרײַבן קינדער־לידער אין העברעיִש. דעביוטירט אין 1913 מיט אַ ליד אויף ייִדיש. אין אָדעסער האַפֿן האָט ער זיך אײַנגעאָרדנט פֿאַר אַ קעסל־הייצער אויף אַ האַנדלס־שיף, וואָס האָט געפֿירט סחורות קיין האַמבורג. פֿון האַמבורג שווימט ער אָפּ מיט אַ שיף קיין אַרגענטינע, וווּ ער פֿאַרנעמט זיך מיט שוואַרצאַרבעט, דערנאָך ווערט ער אויף אַ קורצער צײַט אַ לערער אין אַ ייִדישער קאָלאָניע. אים זיצט זיך אָבער ניט אויפֿן אָרט. ער שרײַבט שוין לידער און שטרעבט צו זען די וועלט. צוזאַמען מיט זײַן חבֿר אַבא קליגער, אויך אַ דיכטער אַן אָנפֿאַנגער, וואַנדערט ער איבער די אַרגענטינער ”פּאַמפּאַס“. אין גיכן אָבער פֿאַרלאָזט ער דרום־אַמעריקע, קערט זיך אום קיין אייראָפּע, לעבט אין דײַטשלאַנד, בעלגיע, רומעניע און קומט ענדלעך קיין ראַטן־פֿאַרבאַנד. ער באַזעצט זיך אין מאָסקווע, דערנאָך פֿאָרט ער אַריבער קיין כאַרקאָוו, פֿון דאָרטן קיין קיִעוו. איינס נאָך אַן אַנדערן גייען אַרויס זײַנע ביכער — לידער, פּאָעמעס, דערציילונגען. אָבער מער פֿון אַלץ ווערט ער באַוווּסט ווי אַ דראַמאַטורג. זײַנע פּיעסעס ”גיט דעם פֿאָרהאַנג“, ”געדעקטע קאָרטן“, ”עלדאָראַדאָ“, ”דער לץ“ א׳׳אַ ווערן אויפֿגעפֿירט אויף דער ייִדישער, אוקראַיִנישער און רוסישער בינעס. לויט זײַן ליברעטאָ ”דער באָטשאַן“ שטעלט דער מאָסקווער ”באָלשוי טעאַטער“ אַ קינדער־באַלעט, וואָס האַלט זיך אין רעפּערטואַר העכער צוויי צענדליק יאָר. נאָר ווען אין 1937 הייבן זיך אָן די מאַסן־אַרעסטן, אַרעסטירט מען אים אויך, אָבער אין אַ יאָר אַרום דערלויבט מען אים זיך אומקערן אַהיים. דאָס לעצטע פֿאַרמלחמהדיק ביכל זײַנס איז געווען ”דאָס לענין־בלימל“. פֿון דער עוואַקואַציע קערט ער זיך אום אין אוקראַיִנע, לעבט אַ צײַט אין טשערנאָוויץ, וווּ דער ייִדישער טעאַטער פֿירט אויף זײַן לעצטע פּיעסע — ”טרײַבט אַרויס דעם שד“. פֿון טשערנאָוויץ פֿאָרט ער אַריבער קיין קיִעוו, וווּ מע אַרעסטירט אים אין 1948 און ער ווערט פֿאַרשיקט אין אַ צוואַנגס־לאַגער פֿון שטרענגן רעזשים. אַ שווער קראַנקער, פֿיזיש און גײַסטיק אויסגעשעפּט, קערט משה פּינטשעווסקי זיך אום אין 1955 נאָך דער רעהאַביליטאַציע קיין קיִעוו. ער שטאַרבט אין זעלבן יאָר.

משה פּינטשעווסקי

דער פּאַמפּעראָ
אויף די הויכע אַנדן־שפּיצן,
אויף דער שטאָלצער קאַרדיזשעראָ
ווערט געבוירן דער פּאַמפּעראָ
אין אַ מוטערטראַכט פֿון בליצן…

מיט צעשפּרייטע פֿליגלען שטאַרע,
מיט אַ שטים פֿון בראָנדז און אײַזן,
טראָגט ער זיך זײַן גבֿורה ווײַזן
דורך דונער, בליץ און כמאַרע!…

ווען דער מעכטיקער פּאַמפּעראָ
נידערט פֿון די הויכע אַנדן,
אָנגעטאָן מיט שטויב און זאַמדן,
און מיט וואָלקנס ברייטע, שווערע —

פֿילט זיך אין דער לופֿט דאָס שאַלן
פֿון אַ יונגן, ווילדן לעבן,
גלײַך ווי טויזנט מענגעס לייבן,
וואָלטן עמעצן באַפֿאַלן…

פֿילט זיך דאַן אין לופֿט נשמה,
פֿון אַן אָפּגענאַרטן גיבור,
וואָס ער לאָזט זיך צו זײַן ליבער
אויף נקמה, אויף נקמה.

דער פּאַמפּעראָ איז געקומען!
שטיל! האָט הערט זיך שוין זײַן ברויזן.
זעט: ער פֿליקט דאָרט וואָלקן־רויזן…
שוואַרצע בלומען, שוואַרצע בלומען…

ווי אַ שוואַכער טעראָ־טעראָ,
רײַסט זיך האַסטיק פֿון דער טראַמפּאַ [1]
אַזוי קאָרטשעט זיך די פּאַמפּאַ
אין די אָרעמס פֿון פּאַמפּעראָ…

און עס פּײַניקט זי דער שטורעם
און צעשויבערט זי מיט צאָרן…
פֿון אַ בלימל ביז אַ דאָרן,
שטייט און קלאָגט פֿאַרשעמט און אָרעם…

אויפֿן קאַמפּ
אַ הייסע שטילקייט. שששאַ.
פּלוצעם האָט אַ גרויסע כמאַרע
זיך אָנגעזויפֿט אין טײַך פֿון פּאַראַנאַ
מיט וואַסער און מיט פּאַרע,
מיט הייסן דאַמף,
און פֿאַרפֿלייצט דעם קאַמפּ.

אַ מין רעגן ס׳האָט געגאָסן!
גלײַך ס׳האָט עמעצער גענאָסן
פֿון די שוואַרצע שטראָמען וואַסער!
בלויז אַ דאָרן שטייט אַ נאַסער,
און לאַכט אין זיך פֿאַרדאָרבן:
— די רויטע רויז געשטאָרבן!
און עלנט קוקט דאָס פֿעלד.
ס׳איז שוין נאַכט געוואָרן.
און דער דאָרן ציטערט אויך פֿון קעלט,
און שטייט און שעלט…

אָפּגערעגנט.
שטיל. עפּעס טראַכט אין רוים.
פֿון ערגעץ קומט אַ ווינטל, ציט זיך קוים…
און געזעגנט
האָט די ערד זיך מיטן הימל,
און פֿול מיט רוגזה, קריוודע
אויף דער כמאַרע בייזער אובֿדה —
כאַפּט זי איצט אַ דרימל.

קיל.
דער הימל ווערט אַלץ בלאַסער,
אַרום איז פּריקרע שטיל.
פֿון אויבן ציִען כמאַרעס,
פֿון אונטן — וואַסער…
און דאָס ווינטל — מעשׂה נערות —
טרײַבט דעם וואָלקן —
גאַנצע פּאָלקן —
מיט אַ זיגער־שמייכל…
וווּהין?
ווער ווייסט. אפֿשר אינעם היכל,
וווּ שׂטן וווינט מיט זײַנע זין.

נאַכט.
דאָס פֿעלד איז אַלץ פֿאַרטראַכט.
ערגעץ קרייט אַ האָן פֿאַרשמאַכט…
און אַ גאַוטש שפּילט גיטאַרע:

— אָ, טשיניטאַ! מי טשיניטאַ… [2]
אָנגעקומען איז אַ כמאַרע,
אָ, טשיניטאַ! מי טשיניטאַ!..

ווי עס טוט דער רעגן גיסן!
און די בליצן, ווי זיי בלענדן!
און מײַן זאַטל איז צעריסן,
און דער גאַרטל פֿון די לענדן!..
און די לאַסע [3] כ׳האָב פֿאַרלוירן,
און דאָס מעסער און דאָס שווערדל!..
אָ, טשיניטאַ, מיט מײַן פֿערדל!
און אין מיטן וועג, בײַם וואָגן,
שטייט אַ ייִד צעטראָגן.
די פֿערדלעך — מיד, דערשלאָגן…
פֿאָרט, אַפּנים, פֿון אַ שׂימחה,
שטייט ער איצט בײַם וואָגן —
דאַוונט מינחה:

— אָ מין רעגן! אָ מין רעגן!
האָט אַ תּל געמאַכט די וועגן,
און צעווייקט די אַלפֿאַ־בלעטער!
דעם מאַיִס צעפֿוילן וועט ער!..
כ׳האָב נאָך צוואַנציק קילאָמעטער,
ביז צו זען די שפּיצן ביימער,
פֿון דער קינטע ברוך־משהס!
וידבר ה׳ אל משה לאמור,
ועשׂית כּיור נחושת…
און פֿון דאָרטן,
ביז מײַן גאָרטן —
אַ לעגוועס זיבן, אַכט.
און ס׳איז שוין נאַכט!..
קאַרגע צוועלף לעגוועס!
און אָט פֿאַלן שוין די זשעגוועס [4]…

אַ פּויער־מיידל שלעפּט זיך מיד.
דערזעט זי דאָרט אַ טײַכל —
דעקט זיך אָפּ די פֿיסלעך ביזן בײַכל,
פּליוסקעט [5] זיי און זינגט אַ ליד…
גייט פֿון פֿעלד אַצינד,
די קי געמאָלקן.
ערגעץ בילט אַ נאַסער הונט…
פֿון צווישן פּיצלעך וואָלקן,
אין אַ שטערן רעדל,
קומט די לבֿנה מיט אַ וויכער לוסט
צו אַ פֿײַכטן קוסט
און דערמאָנט אַן אָפּגעדעקטע ברוסט,
פֿון אַ יונג פֿאַרשעמטן מיידל…

חתן־כּלה

אָפּגעאַרבעט אויפֿן קאַמפּ —
קום איך צו מײַן כּלה.
גרייט זי מיר אַ ווײַסן טיש,
רויטן ווײַן און חלה.

רוימט מיר אײַן אַ סוד אין אויער:
— כ׳האָב אַליין געבאַקן…
און זי קרימט מיר נאָך דערבײַ,
ווי איך שטאָפּ די באַקן.

לאַך איך שטאַרק, לאַכט זי אויך —
לאַכן אַלע, אַלע…
זיס דער ווײַן, געשמאַק דאָס ברויט,
געבאַקן פֿון מײַן כּלה!

אָפּגעגעסן — אײַנגעשפּאַנט
ס׳פֿערדל אין דער סולקע [6]
ווערט איר טאַטע באַלד אין כּעס:
ווידער אַ פּראָגולקע! [7].

— אַלע אָוונט — טענהט ער —
דאַרף מען ניט גוליאַען [8]!
זעט ער, אַז מע הערט אים ניט,
הערט ער אויף צו שרײַען.

פֿאָרן מיר אויף איר טאַטנס קאַמפּ,
זײַנען מיר צופֿרידן:
ייִדיש לאַנד און ייִדיש גראָז
חתן־כּלה — ייִדן.

ייִדן וואָס זיי ליבן זיך,
נאָר ווי ייִדן קענען.
זעען מיר ווי מערבֿ צו
באַרג און טײַכל ברענען.

ס׳איז די זון פֿאַרגאַנגען דאָרט
אין ראָזעווער גסיסה.
שטרעקט פֿאַרשעמט מײַן כּלה מיר
אירע ליפּלעך זיסע…

פּלוצעם — יאָ! — דערשרעקט זי זיך:
שוואַרצט זיך וואָס פֿון ווײַטן…
ס׳רײַט אַ גאַוטש אויף זײַן פֿערד —
וו׳הין זאָל ער איצט רײַטן?

פֿאָרט דער גאַוטש אונדז פֿאַרבײַ ,
שמייכלט צו מײַן מיידל.
שטעלט זיך אָפּ און ציט אַרויס
דאָס מעסער זײַנס פֿון שיידל…

טוליעט זיך מײַן כּלה צו
דערשראָקן צו מײַן האַרצן
און דער גאַוטש בינדט זײַן האַנט
מיט פּאָנטש [9] דעם שוואַרצן.

— ליבע מײַנע, שרעק דיך ניט!
לאָז אים מיט זײַן מעסער…
כ׳וועל אים ווײַז, אַז איך שלאָג
מיט הוילע הענט פֿיל בעסער!

איינס און צוויי — און אָנגעכאַפּט
דעם גאַוטש פֿאַרן נאַקן
און אַ שלײַדער איבער זיך,
אַזש די ביינער קנאַקן!

— דעכעמע… פּערדאָנעמע [10]…
בעט ער זיך און ציטערט.
לאָז איך אים — שטייט ער אויף
מיט בושה און פֿאַרביטערט.

כאַפּט זײַן פֿערד און שטיל אַוועק:
מער קיין וואָרט אַפֿילו…
און מײַן ליבע שטייט און קוועלט,
טאַנצט אַזש פֿון גדולה.

ס׳איז די זון פֿאַרגאַנגען שוין
אין ראָזעווען אין גסיסה…
— איצטער, טײַערע, שטרעק מיר אויס
דײַן מײַלעכל דאָס זיסע…



[1] טראַמפּאַ — נעץ
[2] טשיניטאַ — ברוינהויטיקע
[3] לאַסע — שטריק צו כאַפּן פֿערד
[4] די זשעגוועס — קליאַטשעס
[5] פּליוסקעט — פּאַטשט
[6] די סולקע — אַ בריטשקע מיט צוויי רעדער
[7] פּראָגולקע (רוס.) — מאַכן אַ שפּאַציר
[8] גוליאַען (רוס.) — פֿאַרווײַלן
[9] פּאָנטש — דעקטוך אויף דער פּלייצע
[10] דעכעמע, פּערדאָנעמע — לאָז מיך אָפּ, זײַ מיר מוחל

Leave a comment