אַן ענטפֿער „איינעם פֿון יענע‟
נאָך מײַנע נאָטיצן אינעם פֿאָריקן נומער פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟ האָב איך באַקומען עטלעכע אָפּרופֿן פֿון לייענערס, וואָס איז אַ נאַטירלעכע זאַך פֿאַר זיך. אייגנטלעך, שרײַב איך דאָך און לאָז אַרויס דעם זשורנאַל, צוזאַמען מיט אַנדערע מחברים, מע זאָל די אויסגאַבע לייענען; און אַז מע רעאַגירט נאָך דערצו, מע שיקט אַרײַן אַן אָפּרוף, אַ מיינונג, אַ וווּנטש… — איז עס בפֿירוש דער בעסטער באַווײַז דערפֿון, אַז די באַמיִונגען גייען נישט לאיבוד.
און אָט צווישן די אַנדערע אָפּרופֿן איז אַרײַנגעפֿאַלן אַזאַ בריוול. כּדי צו פֿאַרשטיין די טענות, וואָס דער לייענער שטעלט מיר אַרויס, וואָלט נוצלעך געווען אָפּפֿרישן דעם זכּרון און אַרײַנקוקן אינעם פֿאָריקן נומער („נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר‟, מײַ 2024). צווייטנס, זיך באַקענען, כאָטש מיט אייניקע פֿון יענע טענות, וואָס האָבן אַזוי אויפֿגעבראַכט דעם לייענער. פֿאַרשטייט זיך, אַז זײַן נאָמען וועל איך נישט אָנווײַזן. ווי זאָגט מען: ווי איר ווייסט נישט, זאָל אײַך ניט שאַטן!
און אָט זײַנען אייניקע אויסצוגן פֿון דער רעאַקציע אויף מײַן אַרטיקל (איך האָב קיין אות נישט געענדערט):
איך האָב נישט געװוּסט אַז איר זענט אַזאַ פֿאַרברענטער אונטערשטיצער פֿון מלחמה, אָן ספקות און אָן רחמנות פֿאַר די געהאַרגעטע אומשולדיקע (נו, אפשר עקזיסטירט נישט אַזאַ קאַטעגאָריע אין עזה אין אײַער רעכנונג).
װען איר פֿײַערט חדשים שוידערליכע באָמבאַרדירונג װאָס האָט געקוילעט טויזענדע קינדער און גאַנץ משפּחות, און טראָט נאָר אַרויס איין װאָרט, „מצליחדיק‟, אַזאַ קאַטאַסטראָפֿע צו באַשרײַבן, בין איך נישט מסוגל.
איר מאָלט קאַריקאַטוריש אַלע וואָס זיינען נישט מסכים, וואָס פּראָטעסטירן און ווילן אָפּהאַקן מדינת ישראלס ברוטאַלע מיליטאַרישע צילן. נו, איך בין איינער פֿון יענע…
אַ שאָד, חשובֿער איינער פֿון יענע! ווי אַ זיידע פֿון 7 אייניקלעך, און בכלל, אַ פֿאָרשטייער פֿון אַ דור, וואָס איז דערצויגן געוואָרן אויף די דערמאָנונגען פֿון די עלטערן וועגן דעם חורבן, האָב איך זייער ווייטיק אײַנגעזאַפּט און טראָג אים ביז הײַנט. שטעלט זיך פֿאָר: איך ווייס זייער גוט, וואָס מלחמה מיינט. אײַער באַשולדיקן מיך אין זײַן אַן „אונטערשטיצער פֿון מלחמה‟, איז אַמווייניקסטן אַ טיפּשות. פֿאַר וועמען נעמט איר זיך אָן? פֿאַר יענע טויזנטער רוצחים, וואָס זײַנען אָנגעפֿאַלן אין מיטן העלן טאָג אויף פֿרידלעכע ייִשובֿים, געהרגעט און געקוילעט יונג־און־אַלט, געשחטן און פֿאַרברענט ייִדישע קינדער… וועגן אָט דעם נײַעם חורבן האָט איר דאָך מיט קיין וואָרט נישט דערמאָנט?! טאַקע צווישן אָט די מערדערס, וועלכע איר רופֿט „אומשולדיקע‟, זײַנען זיכער געווען די טאַטעס, עלטערע ברידער און פֿעטערס פֿון יענע פּאַלעסטינער קינדער, אויף וועלכע איר האָט גראַדע יאָ רחמנות. איך האָב אויף זיי רחמנות אויך, פּונקט ווי אויף די קינדער פֿון אוקראַיִנע און די רוסישע קינדער — קרבנות פֿון דער אַגרעסיווער מלחמה פֿון רוסלאַנד, גוטע ברידער פֿון כאַמאַס.
שוין זשע ווייסט איר נישט אָדער איר מאַכט זיך כּלא־ידע, ווער ס׳האָט די דאָזיקע מלחמה קעגן ישׂראל צעבונדן? ווער ס׳האָט במשך פֿון איבער 10 יאָר זיך געגרייט צו אָט דער שחיטה, ווי ווילדע קרעט געגראָבן די נאָרעס־טונעלן, אויסגעבאַהאַלטן וואָפֿנס אין די קינדער־גערטנער, שולן און שפּיטעלער, און איצט שיסן זיי פֿון הינטער די רוקנס פֿון אייגענע קינדער, פֿרויען און מוטערס. זיי נעמען אָפּ דעם ביסן בײַ די אייגענע קינדער, זיי צעראַבעווען די הומאַניטאַרע הילף, וואָס הערט נישט אויף אָנצוקומען… — אויף זיי דאַרף איך האָבן רחמנות?! אַוודאי טוט וויי, ווען צוליב אַזעלכע אוממענטשן לײַדן קודם־כּל קינדער.
עס טוט מיר אויך וויי פֿאַר יענע 639 אומגעקומענע ישׂראל־סאָלדאַטן; ס׳רובֿ פֿון זיי זײַנען אין איין עלטער פֿון מײַנע זין, דעריבער זײַנען זיי אויך מײַנע קינדער. זיי זײַנען געפֿאַלן נישט נאָר פֿאַר זייער לאַנד און אונדזער ארץ־ישׂראל; זיי האָבן אָפּגעגעבן זייערע יונגע לעבנס, אַז די פּאַלעסטינער קינדער און די וואָס ווילן וווינען בשלום מיט זיירע שכנים, זאָלן אַזאַ לעבן באַקומען. אַז אין די שולן אין עזה זאָל מען די שילער נישט אָנשטעקן מיט שׂינאה צו די ייִדישע קינדער און נישט לערנען, אַז מע דאַרף זיי אַלע פֿאַרניכטן.
וויל איך טאַקע פֿרעגן בײַ אײַך און אײַערע חבֿרים, וואָס נעמען זיך אָן די קריוודע פֿאַר די פּאַלעסטינער אין עזה: פֿאַר וואָס האָט מען נישט געהערט אײַערע אויפֿגעבראַכטע קולות גלײַך נאָך דעם 7טן אָקטאָבער, נאָך דעם בלוטיקן פּאָגראָם? ווי קאָנט איר איצט זיך לאָזן פֿאַרפֿירן פֿון די ווילדע אַנטיסעמיטישע פּראָוואָקאַטאָרן, וואָס ניצן פֿיפֿיק אויס אײַערע אויפֿריכטיקע שטרעבונגען צו יושר און מענטשלעכקייט…
באָריס סאַנדלער
מײַ 24, 2024 ברוקלין, ניו־יאָרק