מרדכי יושקאָווסקי
אין פּתּח-תּקווה האָט געוווינט אַ פּאָרפֿאָלק ראָזע און מישע דינערשטיין, וואָס איך האָב עס גוט געקענט נאָך פֿון דער אַלטער היים, פֿון וויניצע. זייער שטוב איז שטענדיק געווען וואַרעם און פֿרייַנדלעך. תּמיד פֿלעג איך זיי טרעפֿן אין אַ גוטמוטיקער, פֿריילעכער שטימונג, תּמיד מיט אַ שמייכל.
מיט זייערע צוויי זין זייַנען זיי אַריבערגעפֿאָרן קיין ישׂראל אינעם יאָר 1990 בעת דער גרויסער עליה פֿונעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד. די משפּחה האָט זיך גלייַך באַזעצט אין פּתּח-תּקווה, געוווינט עטלעכע יאָר אין אַ געדונגענער דירה אין צענטער שטאָט. ביידע — סייַ מישע, סייַ ראָזע זייַנען דעמאָלט אַלט געווען בייַ די פֿערציק. זיי האָבן באַשלאָסן ניט פֿאַרשווענדן די צייַט אויפֿן אולפּן, און גלייַך אָנגעהויבן אַרבעטן. ער האָט זיך אייַנגעאָרדנט אין אַ מעבל-פֿאַבריק, און זי האָט געפֿלעגט עלטערע מענטשן. די העברעיִשע שפּראַך האָבן זיי דעראָבערט שוין בייַ דער אַרבעט און פֿליסיק גערעדט אויף עבֿריתּ. מע האָט שווער געהאָרעוועט, געשפּאָרט יעדן גראָשן, און אין עטלעכע יאָר אַרום האָבן זיי געקויפֿט אַ פֿיר-צימערדיקע דירה אין דער אַלטער פּתּח-תּקווהער געגנט עמישב.
די זין האָבן ביידע שוין אין ישׂראל אָפּגעדינט אין דער אַרמיי, זיך אויסגעלערנט. דער עלטערער מאַקס איז געוואָרן אַ גוטער פּראָגראַמיסט, זיך פֿייַן אייַנגעאָרדנט אין אַ גרויסער קאָמפּיוטער-פֿירמע, אַַ סך אַרומגעפֿאָרן איבער דער וועלט, חתונה געהאַט מיט אַ מיידל, וועמענס עלטערן זייַנען אַנטלאָפֿן פֿון איראַן אָן גאָרנישט אין די אָנהייב 1980ער יאָרן, און דאָ, אין ישׂראל, זיך גוט אַרויפֿגעאַרבעט, געעפֿנט אַ פּאָר געוועלבן. מאַקס האָט שוין זייַנע אייגענע צוויי קינדער — אַ ייִנגל שחר און אַ מיידל נעמה.
דער ייִנגערער זון פֿון די דינערשטיינס, איגאָר, וועלכער אין ישׂראל איז געוואָרן יגאל, האָט נאָך דער אַרמיי-דינסט מער ווי צוויי יאָר פֿאַרבראַכט אין אינדיע, ווי ס’איז אָנגענומען בייַ אַ סך יונגע ישׂראלים. דאָרטן האָט ער זיך אָנגענומען מיט כּולו־רוחניות, מעדיטאַציעס און נאָך זאַכן פֿון דעם סאָרט, זיך פֿאַרלאָזט לאַנגע האָר, געוואָרן אַ פֿאַרשוווירענער וועגעטאַריער, שטודירט אַיורוועדאַ. נאָכן צוריקקומען קיין ישׂראל האָט ער פֿאַרענדיקט אַ קאָלעדזש און געעפֿנט אין תּל-אָבֿיבֿ אַ קליניק פֿאַר אַלטערנאַטיווער מעדיצין. די עלטערן וואָלטן טאַקע שטאָלצירט מיט אים, אים פֿאַרגעבן אַלע זייַנע משוגעתן, אָבער עס האָט זיי זייער פֿאַרדראָסן, אַז יגאל האָט אויף אַזוי ווייַט זיך אַרייַנגעטיפֿט אין זייַן אַרבעט, אַז ער האָט אינגאַנצן פֿאַרגעסן, אַז אָט באַלד ווערט ער שוין פֿערציק יאָר אַלט, און חתונה נאָך ניט געהאַט. אַלע פֿראַגעס און בקשות פֿון די עלטערן פֿלעגט ער אַוועקמאַכן מיט דער האַנט, און נאָך מיט רוגזה געבעטן זיי זיך ניט אומצוקערן צו די דאָזיקע „נאַרישע‟ רייד.
אַלע יאָרן פֿלעג איך אָנהאַלטן נאָענטע פֿרייַנדלעכע באַציִונגען מיט מישען און ראָזען. פֿון מאָל צו מאָל האָב איך זיך געטראָפֿן מיט זיי אויף פֿאַרשיידענע פֿייַערלעכע געשעענישן, געבורטסטעג, חתונות, געווען אַן אָפֿטער אַרייַנגייער אין זייער שטוב. פֿאַר מייַנע אויגן האָבן זיי זיך געעלטערט (פֿאַרשטייט זיך, קיינער ווערט ניט ייִנגער, אָבער אויף יענעם דערקענט מען גיכער די סימנים פֿון זיקנה), געליטן פֿון געזונט-פּראָבלעמען, ווייניק אַרויסגעגאַנגען פֿון שטוב. פֿון דעסטוועגן האָבן ביידע זין און די אייניקלעך זיי פֿאַרשאַפֿן נחת און פֿאַרגעניגן, און סך-הכּל האָבן זיי געדאַנקט גאָט, אַז דאָס לעבן האָט זיך אייַנגעגעבן.
מיט דער צייַט האָב איך באַמערקט, אַז מישע איז געוואָרן מער אַ שווייַגער, ווייניק ווען אַ וואָרט אַרייַנגעשטעלט, און ראָזע, פֿאַרקערט, איז געוואָרן באַריידעוודיק, גערעדט פֿאַר ביידע, זיך דערמאָנט אַלץ מער אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרן, געזיפֿצט דאָ און דאָרט מיט אַ געפֿיל פֿון באַדויערונג. זי האָט ממש געבעטן, איך זאָל טאָן אַ מיצווה און ניט אויסמייַדן אַן איבעריק מאָל אַרייַנקומען צו זיי. זי האָט געוווּסט מייַן שוואַכקייט און פֿלעגט זיך וויצלען: „איך געדענק גוט, מיט וואָס קאָן מען דיך אַרייַננאַרן. זאָג מיר נאָר אַ טאָג פֿון פֿאָרויס, אַז דו קומסט, וועלן שוין וואַרטן אויף דיר וואַרעניקעס מיט ווייַנשל מיטן רויטן סאָוס.‟
פֿון מאָל צו מאָל בעת מייַנע באַזוכן האָב איך באַמערקט, ווי די שטוב פֿון די דינערשטיינס האָט זיך אַלץ מער אָנגעפֿילט מיט אַלערליי זאַכן, געוואָרן ממש אָנגעפּאַקט. דאָס האָט געשאַפֿן אַ מין געפֿיל פֿון שטיקנדיקער איבערגעלאָדנקייט. דער גרויסער בופֿעט און אַלע טומבעס אינעם סאַלאָן פֿון זייער דירה זייַנען געווען באַשטעלט מיט אומצאָליקע וואַזעס, סטאַטועטן, פּושקעלעך, סוּווענירן. ס’איז ניט געבליבן קיין ליידיק פּלאַץ, וווּהין אַ נאָדל אַרייַנצוּוואַרפֿן. די גאַנצע וואַנט אינעם קאָרידאָר, וועלכער האָט געפֿירט אין די דרייַ שלאָפֿצימערן, איז באַשטעלט געווען מיט ביכער-פּאָליצעס, אויף וועלכע הינטער דער גלאָז, אַ חוץ די ביכער, זייַנען אויסגעשטעלט געוואָרן פֿאַרשיידענע משפּחה-פֿאָטאָס. יעדעס ווינקעלע אין זייער שטוב איז אויסגעניצט געוואָרן פֿאַר צונויפֿלייגן זאַכן, אַפֿילו דעם באַלקאָן האָט מען פֿאַרגלאָזט, אַרייַנגעשטעלט אַהין אַ פּאָר פּלאַסטיק-שאַפֿעס און אים פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאַמער.
איין מאָל אין אַ שיינעם פֿרילינג-טאָג, פֿאָרנדיק צוריק פֿון דער אַרבעט, בין איך אַרייַנגעקומען צו זיי, אָפּרעדנדיק פֿון פֿריִער. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ טעלער וואַרעניקעס מיט ווייַנשל האָט שוין געוואַרט אויף מיר, און זיי זייַנען געווען טאַקע מלא-טעם. זיצנדיק אַזוי בייַם טיש און שמועסנדיק מיט מישען און ראָזען, האָב איך זיך אַרומגעקוקט און, ווייַזט אויס, אַז מייַן בליק האָט אַרויסגעזאָגט מייַנע מחשבֿות. ראָזע האָט עס גלייַך באַמערקט און מיר געזאָגט:
— מסתּמא טראַכטסטו: וואָס האָבן זיי אַזוי אָנגעפֿילט די שטוב מיט זאַכן? ס’איז דאָך דאָ ניט געבליבן קיין לעבעדיק ווינקעלע…
— דער אמת איז, אַז איר האָט געטראָפֿן, — האָב איך געענטפֿערט מיט אַ געוויסן געפֿיל פֿון אומבאַקוועמלעכקייט. איך מיין טאַקע, אַז אייַער שטוב איז איבערגעלאָדן. וואָס טויגן אייַך אַזוי פֿיל זאַכן? ס’מאַכט דאָך שווער אײַך אויפֿצוראַמען, און ווען די שטוב איז אַזוי איבערגעפֿולט, בלײַבט ניט קיין לופֿט צו אָטעמען, מער שטויב זעצט זיך אויף אַלץ. צי ס’וואָלט ניט געזינטער געווען אַ ביסל אויסליידיקן דאָ און אַרויסוואַרפֿן אַלדאָס איבעריקע, דאָס ניט נייטיקע.
— אוי, טייַערער, — האָט ראָזע אַ טיפֿן זיפֿץ געטאָן, — דאָס איז אונדזער ווייטיקלעכע פּראָבלעם. די קינדער האָבן אונדז שוין אַ לאָך אין קאָפּ געמאַכט און פֿאָדערן, מיר זאָלן זיך באַפֿרייַען פֿון אַלטוואַרג. איגאָר איז איין מאָל געקומען, געוואָרן אויף אונדז אין כּעס, אַרייַן אין דער יוכע און האָט אָנגעהויבן אַרויסשלייַדערן זאַכן. מיר האָבן אים קוים אָפּגעשטעלט. און מיר פֿאַרשטייען, אַז זיי זייַנען גערעכט, און דו ביסט גערעכט, אָבער דאָס איז שטאַרקער פֿון אונדז ביידן. איר זייַט ייִנגער, און אײַך איז לייַכט צו רעדן, אָבער אין אונדזער עלטער האָבן מיר אַ סך פֿרייַע צייַט, און אין קאָפּ קריכן אַרום מחשבֿות און זכרונות. און יעדע זאַך דערמאָנט אונדז וועגן עפּעס. מיט יעדער זאַך איז פֿאַרבונדן אַ שטיק לעבן. הייבט זיך נישט בייַ מיר אויף די האַנט נעמען און אַרויסוואַרפֿן. נאָך אונדז זאָלן די קינדער מיט די אייניקלעך טאָן מיט דעם אַלעמען וואָס זיי ווילן, אָבער כּל-זמן מע לעבט, מע ציט דעם אָטעם, שלעפּט מען מיט דעם זכּרון, און יעדע זאַך ווערט אַן עדות פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם לעבן.
— דו ביסט אַוועקגעפֿאָרן פֿריִער, אפֿשר געדענקסטו דאָס ניט, — האָט מישע אונטערגעהאַלטן דאָס ווײַב, — אָבער מיר האָבן פֿאַרן אַוועקפֿאָרן פֿאַרקויפֿט אין וויניצע דאָס הויז, און קיין געלט האָט מען ניט געטאָרט אַרויספֿירן. די קראָמען זײַנען געווען ליידיק, טויזנטער ייִדן זייַנען דעמאָלט אַרויסגעפֿאָרן, און מע האָט געמוזט אייַנקויפֿן זאַכן, אַרייַנלייגן דאָס געלט אין נאַרישקייטן. וואָס פֿאַר אַן אַנדער ברירה האָט מען געהאַט? דעמאָלט האָט מען געטראַכט, אַז מע וועט אָנקומען קיין ישׂראל, וועט מען פֿאַרקויפֿן דאָס אַלץ און פֿאַרוואַנדלען עס צוריק אין געלט. ווער האָט געקאָנט דעמאָלט וויסן, אַז אין ישׂראל איז עס גאָרניטש ווערט? און פֿאַר יעדער שטות איז מען אויסגעשטאַנען ממש אַ מלחמה.
איך האָב באַמערקט, ווי ביידע מייַנע גאַסטגעבער האָבן זיך דערפֿילט מיט אַ מאָל אויפֿגערודערט. זייערע פּנימער האָבן אַרויסגעזאָגט, ווי ווײַט ס׳איז זיי שווער זיך צעשיידן מיט די אַלטע אומנייטיקע זאַכן. מישעס בליק האָט אויסגעדריקט אַ מין פֿאַרשולדיקונג, און אין דער זעלבער צייַט, דאָס ווילן זיך צו באַרעכטיקן. ראָזע האָט צעפֿירט די הענט אין אַ געוויסער פֿאַרלוירנקייט און, אָנווייַזנדיק מיטן פֿינגער, האָט זי געזאָגט צו מיר:
— זעסט אָט די ברוינע וואַזע פֿונעם טשעכישן גלאָז אויפֿן טיש? אפֿשר איז זי טאַקע אינגאַנצן איבעריק דאָ אין שטוב, אָבער אַז איך דערמאָן זיך וויִאַזוי איך האָב זי געקויפֿט, כאַפּט מיך אַן אַ קעלט אַפֿילו הייַנט, אין פֿופֿציק יאָר אַרום, אין אונדזער כאַמסין. געדענקסט דאָך, אַז מיר האָבן געהאַט קרובֿים אין לענינגראַד און פֿלעגן פֿאָרן צו זיי פֿון צייַט צו צייַט. זיי האָבן געוווינט אין סאַמע צענטער, ניט ווייַט פֿונעם נעווסקי פּראָספּעקט. ס’איז געווען מסתּמא אינעם יאָר 1972, דעמאָלט איז אַלץ געווען אין דעפֿיציט, אַלץ איז אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם. בין איך טאַקע געווען בייַ זיי צוגאַסט, אויפֿגעשטאַנען אַרום 4 אַזייגער אין דער פֿרי און געגאַנגען אינעם גרויסן געשעפֿט „סטעקלאָ־כרוסטאַל‟ (גלאָז און קרישטאָל) אויפֿן נעווסקי. ווען איך בין אָנגעקומען אַהין, איז שוין געשטאַנען דאָרטן אַ גרויסע ריי, איינער האָט אויף די הענט פֿאַרשריבן די נומערן מיט אַ כעמישן בלייַער, אַן אַנדערער האָט געפֿירט אַ רשימה פֿון נעמען. ווען דאָס געשעפֿט האָט זיך געעפֿנט, האָט אָט דער גאַנצער המון אַ שטראָם געטאָן אינעווייניק, ווייַל נאָך דרייַ שעה אָפּשטיין אין דרויסן איז מען פֿאַרפֿרוירן געוואָרן. איך האָב געמיינט, אַז נאָך אַ ווייַלע דערשטיקט מען מיך אין דער הושטשע מענטשן. מע פֿלעג כאַפּן אַלץ, וואָס ס׳האָט זיך נאָר געלאָזט. פֿאַרשטייט זיך, די ערשטע אין דער ריי האָבן אַרייַנגעכאַפּט קרישטאָלענע וואַזעס. ביז מייַן ריי איז דערגאַנגען, איז שוין פֿון יענע וואַזעס קיין זכר ניט געבליבן. האָב איך געקויפֿט אָט די וואַזע פֿונעם טשעכישן גלאָז און זעקס קרישטאָלענע באָקאַלן. אָט שטייען זיי אינעם בופֿעט. איך געדענק, אַז דעמאָלט איז ניט געווען קיין גלייַכער צו מיר אין מייַן גליק. איצטער זאָג מיר: וויִאַזוי קאָן איך זיך צעשיידן מיט אָט דער וואַזע? ס’איז דאָך אַ טייל פֿון מייַנע איבערלעבונגען, פֿון מיר אַליין.
— איך פֿאַרשטיי אייַך גאַנץ גוט. איך בין ייִנגער פֿון אייַך, אָבער איך געדענק דאָך אויך זייער גוט יענע צייַטן. ווי עס זאָל ניט זײַן, איז דאָך שווער אַזוי צו לעבן די גאַנצע צייַט מיטן עבֿר, מיט זכרונות. קוקט בעסער אַרייַן אינעם הייַנט. ס’איז, דאַנקען גאָט, אַ שפֿע פֿון אַלץ. געניסט פֿון דעם און באַפֿרייַט זיך פֿון דעם, וואָס פֿאַרמיסטיקט אייַער דירה. גלייבט מיר, ס’וועט אייַך זייַן לייַכטער צו אָטעמען. — האָב איך געפּרוּווט צו דערווידערן.
מישע האָט אַ שמייכל געטאָן און געזאָגט צו מיר:
— פֿאַר דיר קען איך זיך דערלויבן מודה צו זייַן, אַז נאָך דער אַרומיאָגעניש נאָך יעדער קלייניקייט, וואָס מיר האָבן געהאַט דאָרטן, ווען איך בין אָנגעקומען אַהער, איז מייַן ערשטער קולטור-שאָק געווען, אַז דאָ שטעלט מען אַרויס אין דרויסן גוטע, שיינע, ניט קיין קאַליעדיקע זאַכן — פֿון מעבל ביז ביכער. די זכרונות זייַנען בייַ מיר דעמאָלט געווען נאָך פֿריש, איך האָב ניט געקאָנט אַדורכגיין לעבן גוטע זאַכן, וואָס וואַלגערן זיך אין דרויסן, און כ’האָב זיי געשלעפּט אַהיים. עס האָט גענומען אַ גוט שטיק צייַט, ביז איך האָב זיך אָפּגעוווינט דערפֿון. אָט, למשל, גייסטו סתּם אין גאַס, און עס שטייט אַזאַ-אָ שיינקייט פֿון איטאַליענישן פּאָרצעלאַן, — דערבייַ האָט ער אָנגעוויזן אויף אַן איידל געמאַכטן סטאַטועט פֿון אַ בחור מיט צוויי רודערס, וועלכער פֿירט אַ מיידל אין אַ שיפֿל, — ס’איז ניט צעבראָכן, ניט געשעדיקט ערגעץ, האָב איך עס געבראַכט אַהיים, ניט געקאָנט אַדורכגיין סתּם אַזוי. מסתּמא איז עס בייַ אונדז אַ פּסיכאָלאָגישער בלויז, אָבער וואָס קאָן מען טאָן? אַזוי וועלן מיר שוין בלייַבן. צו שווער האָט זיך אונדז געגעבן יעדע קלייניקייט אין לעבן.
— די קינדער ברענגען אויך אַלעמאָל מתּנות, אַזוי אַרום ווערט די שטוב אָנגעפֿילט, — האָט ראָזע ממשיך געווען.
— דאָס איז מיר קלאָר, — האָב איך ווידער געפּרוּווט באַשטיין אויף מייַנס, אָבער איר מוזט פֿאַרשטיין, אַז אַלץ אין לעבן און אין דער נאַטור אַנטוויקלט זיך לויט אַ ציקל, אַזוי אויך דאָס אָנפֿילעכץ פֿונעם הויז. דאָס נייַע קומט אַרייַן, און דאָס אַלטע מוז אַוועקגיין, אַניט — ווערט סתּם די שטוב איבערגעלאָדן מיט אומנייטיקע זאַכן, און אַז מע דאַרף עפּעס, קאָן מען ניט געפֿינען, ווייַל וואָס גרעסער איז דער באַלאַגאַן, אַלץ שווערער איז אָפּצוזוכן עפּעס-וואָס.
— וואָס זאָל איך דיר זאָגן? — האָט ראָזע געטענהט, — גערעכט ביסטו, אָבער בייַ עלטערע מענטשן אַרבעט עס אַנדערש. פֿאַרשטייסט? זיי ווערן צוגעוווינט צו אַ געוויסן סטיל אין אַלץ, און ס’איז זייער שווער פֿאַר זיי עפּעס צו בייַטן. זיי לעבן אין זכרונות, און יעדע זאַך איז פֿאַר זיי מער ווי אַ זאַך, נאָר אַ דערמאָנונג פֿון פֿאַרגאַנגענע יאָרן. ווען אונדזער איגאָר האָט זיך דענערווירט און געוואָלט אַרויסוואַרפֿן אַ האַלבע דירה, האָב איך שיִער ניט געחלשט. איך האָב דערפֿילט, ווי מע וואָלט אָפּגעשניטן אַ טייל פֿון מייַן גוף, ניט ווייַל איך דאַרף אָט דאָס אַלץ. אויב אַ קוק צו טאָן פּראַקטיש אויף דעם, דאַרף איך פֿון דעם גאָרנישט ניט, איך קאָן זיך באַגיין אָן דעם, און איך פֿאַרשטיי, אַז אין שטוב וועט ווערן געראַם, אָבער פּרוּוו אַרייַנגיין אין מייַן קאָפּ און פֿאַרשטיין מיך. זעסט, אָט די אַלע ביכער האָבן מיר שוין איבערגעלייענט פֿון לאַנג, אָבער ווי קאָן איך זיי אַרויסטראָגן, אַז יעדעס ביכל האָט זיך מיר געגעבן מיט בלוט. עס זייַנען געווען דאָך בייַ אונדז „פּאָדפּיסקי‟ (ניט קיין פֿרייַער ביכער-פֿאַרקויף, נאָר לויט אַ ספּעציעלער באַשטעלונג). דאַנקען גאָט, אַז איך האָב געהאַט אַ „בלאַט‟ (באַקאַנטשאַפֿט) אין אַ ביכער-קראָם, דעריבער איז מיר געלונגען אָנצוזאַמלען אָט די ביבליאָטעק. און וויפֿל שעהען בין איך אָפּגעשטאַנען אין רייען נאָך די ביכער? נו, קאָן איך נעמען איצט און זיי אַרויסטראָגן פֿון דער שטוב, אַפֿילו אויב אַלץ איז שוין פֿון לאַנג איבערגעלייענט? אַז איך נעם פֿון מייַן ביכער-שראַנק אַ בוך אין האַנט, קער איך זיך אום אין די געדאַנקען צו יענע צייַטן, פֿיל זיך ייִנגער מיט עטלעכע צענדליק יאָר, אַפֿילו געזינטער אויך…
מייַן שאַפֿע איז פֿול מיט געוואַנטן, וועלכע איך האָב אָנגעקויפֿט פֿאַרן אַוועקפֿאָרן. זיכער וועל שוין ניט גיין נייען דאָ, אָבער פֿאַר יעדן מעטער פֿלעג איך באַצאָלן צוויי, דרייַ מאָל מער אַנטקעגן דעם אָפֿיציעלן פּרייַז. ס’איז דאָך געווען ניט צו קריגן עס דעמאָלט. ליגט עס אַזוי… נאָך מיר זאָלן די קינדער עס אַרויסוואַרפֿן, איך בין פּשוט ניט מסוגל.
איך האָב אויסגעהערט ראָזעס און מישעס רייד און אַפֿילו רחמנות געקראָגן אויף זיי. זיי האָבן גערעדט אָפֿנהאַרציק, גערופֿן צו מייַן פֿאַרשטענדעניש, געסטאַרעט זיך אַפֿילו מיך איבערצייַגן. מיטן קאָפּ האָב איך אַלץ פֿאַרשטאַנען און אין אַ געוויסער מאָס אַפֿילו מסכּים געווען מיט זיי, אָבער איך האָב אַ טראַכט געטאָן, אַז זייער שפּאָרעוודיקייט און זאַמלערישקייט זייַנען אַ רעזולטאַט פֿון דעם, וואָס זיי לעבן אויף אַן אָרט צווישן צוויי וועלטן. פֿיזיש זייַנען זיי דאָ, אין ישׂראל, אין אַ וועלט פֿון שפֿע, וווּ זאַכן האָבן ניט אַזאַ וויכטיקייט, וווּ ס’איז אָנגענומען צו בייַטן אָפֿט אַלץ, וווּ מענטשן אַנטוויקלען ניט בדרך-כּלל צוגעבונדנקייט צו זאַכן, אָבער גייַסטיק זייַנען די דינערשטיינס געבליבן דאָרטן, אין דער אַלטער היים, וווּ אַלץ איז געווען שווער צו קריגן, וווּ מע האָט געמוזט האָבן בלאַט, איבערצאָלן, לייַדן דערנידעריקונגען, אַרייַנגיין פֿון דער הינטערשטער טיר, בעטן, שטיין שעהען-לאַנג אין די רייען, בקיצור „געניסן אין פֿולער מאָס‟ פֿון די „ריזן-דערגרייכונגען‟ פֿון דער סאָציאַליסטישער עקאָנאָמיע, און נאָך ניט פֿאַרגעסן צו דאַנקען אויף אַלע אָפֿיציעלע אַסיפֿות און אונטערנעמונגען די סאָוועטישע מאַכט פֿאַרן „גליקלעכן‟ לעבן. אָט דער צונויפֿשטעל פֿון די ביידע וועלטן האָט אויסגעזען סייַ לעכערלעך, סייַ טראַגיש. די קינדער, און זיכער די אייניקלעך, וועלן עס ניט פֿאַרשטיין. זיידע-באָבע וועלן תּמיד אויסזען אין זייערע אויגן ביז גאָר מאָדנע, און אַזוי וועט מען זיי פֿאַרגעדענקען: אַן אַלט פּאָרפֿאָלק, וואָס זיצט אַרומגערינגלט מיט אַ ים פֿון אומנייטיקע זאַכן, אין ענגשאַפֿט, ניט ווייַל זיי פֿאַרמאָגן אַ קליינע דירה, נאָר ווייַל ס’איז דאָרטן ענג פֿון איבערגעלאָדנקייט מיט אַלדאָס איבעריקע.
מישע האָט, אַזוי ווי ער וואָלט איבערגעלייענט מייַנע מחשבֿות, אַ זאָג געטאָן צו מיר מיט אַ שמייכל:
— פֿאַרנעמסט זיך דאָך מיט פֿאָלקלאָר, און וויצן זייַנען דאָך אויך אַ טייל פֿון פֿאָלקלאָר. וויל איך דיר זאָגן, אַז דער הומאָר איז צוגעפּאַסט צו אַ געוויסער צייַט און אַ געוויסן אָרט. איך האָב זיך ניט לאַנג צוריק פֿאַרטראַכט וועגן דעם און אַליין דערגאַנגען צו אַזאַ אויספֿיר. הומאָר, פֿון וועלכן מיר האָבן געלאַַכט, וועט פֿאַר אונדזערע אייניקלעך ניט נאָר זייַן ניט לעכערלעך; זיי וועלן אַפֿילו ניט פֿאַרשטיין וועגן וואָס גייט די רייד. די קינדער געדענקען נאָך עפּעס-וואָס און הערן פֿון אונדז אַ סך מעשׂיות, אָבער די אייניקלעך האָבן שוין קיין אַנונג ניט וועגן יענעם לעבן, און די שפּראַך זייערע איז דאָך אַן אַנדערע. גיי דערקלער זיי… איך דערמאָן זיך, ווי מע פֿלעג אין די סאָוועטישע צייַטן וויצלען זיך. געדענקסט דאָך, אַז מע פֿלעג קומען אין אַ געשעפֿט, האָט מען געפֿרעגט ניט „צי איר האָט…‟, נאָר מ׳האָט גערעגט: „צי האָט איר ניט…‟. קומט איינער אין אַ קראָם און גיט אַ פֿרעג: „צי האָט איר ניט קיין פֿלייש?‟ — ענטפֿערט מען אים: „ניין, מיר האָבן ניט קיין פֿיש, און פֿלייש האָט מען ניט אַנטקעגן‟.
זאַלבעדריט האָבן מיר אויסגעשפּראָצט אַ געלעכטער, און מישע איז ממשיך געווען:
— און ווען אַַ פֿרוי קומט אין אַ געוועבן-קראָם און פֿרעגט: „זייַט אַזוי גוט, איך וויל קויפֿן ציץ אין פֿריילעכע קאָלירן.‟ — ענטפֿערט מען איר: „זייַט זיכער, אַז בייַ אונדז זייַנען אַלע געוועבן אַזעלכע, אַז מע קאָן פּלאַצן פֿון געלעכטער‟.
נאָך אַ לאַנגע צייַט האָבן מיר זיך געוויצלט און געלאַכט, און איך האָב ווידער הנאה געהאַט פֿון יענע דינערשטיינס, וועלכע איך האָב אַזוי פֿיל יאָרן געקענט און גענאָסן פֿון זייער פֿרייַנדשאַפֿט.
נאָכן אָפּגעזעגענען זיך, פֿאָרנדיק צוריק אַהיים, האָב איך נאָך לאַנג געטראַכט וועגן דער באַגעגעניש, איבערגעקאָכט אַלץ אינעם מוח און זיך אַליין דערקלערט: זיי לעבן מיט זכרונות. די אַלע זאַכן, וואָס זיי זייַנען ניט מסוגל זיך צעשיידן מיט זיי, דאָס איז אַ מאַטעריעלע פֿאַרקערפּערונג פֿון זייערע זכרונות. און זכרונות — זײ זענען דאָך דאָס סאַמע וויכטיקסטע פֿאַרמעגן פֿון יעדן מענטשן. ס’איז דאָס איינציקע, וואָס קיינער קאָן ניט צונעמען בײַ דיר, דאָס איינציקע, וואָס וועט בלייַבן מיט דיר ביזן סוף, דאָס איינציקע, וואָס באַפֿאַרבט דייַן לעבן אין בונטע פֿאַרבן, די אמתע היים פֿאַר דייַנע איבערלעבונגען און געדאַנקען.
אומדערוואַרט זייַנען בייַ מיר אַרויפֿגעשוווּמען די שורות פֿונעם רוסישן דיכטער ניקאָלייַ דאָריזאָ:
לייגט אַרייַן דאָס געלט אין זכרונות,
לייגט אַרייַן דאָס געלט אין וווּנדער…
זכרונות ווערן ניט פֿאַרעלטערט,
זיי בלייַבן תּמיד מיט אייַך באַזונדער…