לאַפּסוס־קאַקטוס — 81

מאָלער מאיר קירשענבלאַט, אַ וואָסערטרעגער

וואַסערטרעגער — אַ פֿאַרשוווּנדענע ייִדישע פּרנסה

צווישן די פּרנסות אינעם ייִדישן לעבנס־שטייגער האָט דער וואַסערטרעגער באמת געצויגן זײַן חיונה פֿון וואַסער. אָט ווי עס באַשרײַבט דעם דאָזיקן פֿאַך דער אַמעריקאַנער ייִדישער פֿאָרשער יצחק־אײַזיק הורוויטש:

אין פֿאַרצײַטיקע יאָרן פֿלעגט אַבֿרהמל דער וואַסערטרעגער פֿאַנאַנדערטראָגן וואַסער צווישן די מינסקער בעלי־בתּים. זײַן גאַנצער קאַפּיטאַל איז אין יענע צײַטן באַשטאַנען פֿון אַ פּאָר עמער מיט אַ קאָראָמיסלע. אַלץ צוזאַמען איז דאָס ווערט געווען העכסטנס פֿיר גילדן, אויף אַזוי פֿיל האָט יעדער אָרעמאַן געקאָנט „דאַקאַזשען‟ [דערקאַזשען, פֿאַרדינען]. דער טײַך איז פֿאַר אַלעמען געווען פֿרײַ אָנצושעפּן אַ פּאָר עמער וואַסער. יעדער איינער, וואָס האָט געוואָלט זײַן אַ וואַסערטרעגער, האָט פֿאַרמאָגט צו זײַן פֿאַר זיך אַליין אַ בעל־הבית.

מאָלער ישׂשׂכר־בער ריבאַק, אַ וואַסערפֿירער

אויך דער וואַסערטרעגער האָט געהאַט אַ שיינעם חלום, דהײַנו — זיך אַרויפֿאַרבעטן צו ווערן אַ וואַסערפֿירער. מיר לייענען ווײַטער:

בײַ די גבֿירים פֿלעגט מען נעמען אַ גאַנצן צעבער [צובער] וואַסער מיטאַמאָל, צו זיי פֿלעגט מען געוויינטלעך פֿירן וואַסער. אַ וואַסערפֿירער האָט שוין געדאַרפֿט האָבן אַ קאַפּיטאַל: פֿערד, אַ וואָגן, אַ שליטן, אַ שטאַל. דאָס האָט שוין געקענט באַטרעפֿן אַ פּאָר הונדערט קערבלעך. עס זײַנען געווען וואַסערפֿירער, וואָס האָבן געהאַט עטלעכע פֿערד מיט וואָגנס. אַזוינער אַ וואַסערפֿירער פֿלעגט זיך צודינגען אַ פּאָר מענטשן, וואָס זאָלן פֿאַר אים פֿאַנאַנדערפֿירן וואַסער. אין יענער צײַט איז קיינעם נישט פֿאַרווערט געווען צו זײַן אַ וואַסערפֿירער, ווען ער האָט נאָר געהאַט דעם קאַפּיטאָל (עס איז געווען פֿרײַע קאָנקורענץ, ווי די פּראָפֿעסאָרן זאָגן). וואַסערפֿירער האָבן אָנגעוווירן זייערע קונדן.

וואַסערפֿירערײַ האָט געקאָנט זײַן אַ טייל אָדער אַ צוגאָב צו דער פּרנסה פֿון אַ בעל־עגלה. פֿון דעסטוועגן, איז צו זײַן אַ בעל־עגלה געווען מער בכּבֿודיק איידער סתּם — אַ וואַסערפֿירער. אין זײַן „מסעות בנימין השלישי‟ דערקלערנט עס דער מחבר, מענדעלע מוכר־ספֿרים, מיט קלאָרע דיבורים:

מעגלעך, אין בנימינען איז געלעגן אַ ניצוץ פֿון אַ נוסע, נאָר דער ניצוץ וואָלט פֿאַרלאָשן געוואָרן, ווען די מעשׂיות פֿון יענער צײַט וואָלטן אים נישט אויפֿגעבלאָזן. און ווען אַפֿילו דער ניצוץ וואָלט נישט פֿאַרלאָשן געוואָרן אינגאַנצן, וואָלט ער, ווען נישט די דאָזיקע סיבות אין יענער צײַט, געהאַט אַזאַ קליינעם כּוח, אַז פֿון בנימינען וואָלט מיט דער צייט אויסגעוואַקסן אַ וואַסערפֿירער, אָדער ווען פֿיל — אַ בעל־עגלה.

אינעם זעלבן ווערק ווערט בילדעריש באַשריבן דער מקור אינעם שטעטל טוניעיאַדעווקע, פֿון וועלכן די אָרטיקע וואַסערפֿירערס און וואַסערטרעגערס פֿלעגן שעפּן וואַסער:

נישט ווײַט פֿונעם ברעג לעבן דער שטאָט האָט בנימין געזען אַזאַ אָרט אין טײַך, וווּ דאָס וואַסער איז משונה־געדיכט, ערטערווײַז איז עס פֿאַרגליווערט עפּעס נאָר ווי דרילעס, און ערטערווײַז איז דאָס וואַסער נאָך נעדיכטער. פֿון דעם דאָזיקן וואַסער פֿירן די וואַסערפֿירער צו די באַלעבאַטים אין די הײַזער. דאָרט ווערן די געדיכטע דרילעס צעפֿירט מיט פּראָסט וואַסער אין דער פֿאַס און מע קאָכט דערמיט אַלע מאכלים.

צו פֿאַרדינען אויף שבת האָט דער וואַסערטרעגער געמוזט יעדן טאָג דורכמאַכן דעם וועג פֿונעם טײַך צו זײַנע „קונדן‟ נישט איין מאָל. בדרך־כּלל האָבן די וואַסערטרעגער געניצט, ווי זייערע אינסטרומענטן, נישט בלויז אַ קאָראָמיסלע, נאָר אויך אַ וועגעלע מיט אַ פֿעסל פֿון אויבן. עס פֿלעגט זיך טרעפֿן, אַז לעבן דעם וואַסערטרעגער האָט זיך געדרייט אַ הינטל. מיט זײַן האַווקען האָט עס צו וויסן געגעבן ווער איז געקומען.

אין פֿאָלק פֿלעגט מען האַלטן אַ מינהג, אַז אַ וואַסערטרעגער, וואָס גייט אַריבער דעם וועג מיט צוויי פֿולע עמערס, איז אַ גוטער סימן. אָדער אַזאַ אויבערגלויבעניש: אַז אַ וואַסערטרעגער קומט אין חלום, לויפֿט מען פּישן. און נאָך: צומאָל, אויף אַן אַלטן בית־עולם אין מיזרח־אייראָפּע קאָן מען אָנטרעפֿן אויף אַ מצבֿה, אויף וועלכער עס איז אויסגעקריצט אַ קאָראָמיסלע, איבערגעבראָכן אין מיטן. אַ סימן, אַז פּ״נ אַ וואַסערטרעגער.

אין די שטעטלעך פֿון בעסאַראַביע האָט דער וואַסערפֿירער געזאָרגט אויך, אַז אין דער „לעדאָווניע‟ זאָל שטענדיק זײַן אײַז. „לעדאָווניע‟ — אַזוי האָט געהייסן דער גרוב, וווּ דעם גאַנצן ווינטער, ביז דער טײַך איז געווען פֿאַרפֿרוירן, פֿלעגט דער וואַסערפֿירער ברענגען אַהין גרויסע שטיקער אײַז, אויסגעהאַקט אויפֿן טײַך. דאָס אײַז פֿון דער „לעדאָווניע‟ פֿלעגט מען נוצן אין די נויטפֿאַלן און איז געווען צוטריטלעך בחינם פֿאַר יעדן אײַנוווינער.

ווען מ׳האָט אײַנגעפֿירט אין די גרעסערע שטעט און שטעטלעך די וואַסערלייטונג און אויף די גאַסן האָבן זיך באַוויזן פּלומפּן, איז געוואָרן גאָר אַנדערש; די פּרנסה פֿון אַ וואַסערטרעגער אָדער וואַסערפֿירער איז אונטערגעגאַנגען. אין קונסט אָבער, בתוכם אויף די בילדער פֿון די ייִדישע מאָלערס, קאָן מען זען דעם טיפּ פֿון אַ וואַסערטרעגער, ווי אַ סימבאָל פֿון דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבנס־שטייגער.

מיט גרוסן, לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a comment