אלי שאַרפֿשטיין
קאַרינע
די צײַט לויפֿט גיך, און אָט זײַנען שוין אַוועקגעפֿלויגן אַ פּאָר חדשים פֿון אַלינעס באַזוך. איך האָב שוין פֿאַרגעסן פֿון אירע חתונה־שטרעבונגען. און דאַן איז געקומען צו מיר קאַרינע, און גראַדע, ווען איך בין געלעגן אין האָספּיטאַל, אין אַ מיליטער־שפּיטאָל, הייס עס. וואָס האָב איך דאָרט געטאָן און מיט וואָס בין איך קראַנק געווען, דאָס וועל איך אײַך גלײַך אויסלייגן, און מיט די אַלע פּרטים.
אַז איך לערן זיך אויף אַ טאַנק־קאָמאַנדיר, ווייסט איר שוין. טעג און נעכט שטודיר איך די מיליטער־תּורה און גרייט זיך צו פֿאַרוואַנדלען מײַן ווייניקייט אין אַן אמתן טאַנקיסט. אין ווענטספּילס שטייט אַ געפֿערלעכער ווינטער, וואָס אין מײַן לעבן האָב איך עס קיינמאָל נישט געזען און נישט געשפּירט. דער טערמאָמעטער באַווײַזט מינוס דרײַסיק גראַד צעלזיוס! און אויב אײַך איז עס נאָך נישט גענוג, בלאָזט אַ שרעקלעכער ווינט פֿונעם באַלטישן ים, וואָס געפֿינט זיך אַ האַלב קילאָמעטער פֿון אונדז, נישט ווײַטער. אַמאָל האָב איך געהערט, געדענק נישט פֿון וועמען, אַז ווענטספּילס איז דער איינציקער האַוון אויפֿן באַלטישן ים, וואָס ווערט נישט פֿאַרפֿרוירן. מוז מען דאָך האָבן אַזאַ מזל, אַז דער ים ווערט טאַקע פֿאַרפֿרוירן און באַדעקט זיך מיט אַ דינעם שיכט אײַז, דווקא ווען אין בין דאָ. אונדזערע ווינטער מלבושים העלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס. בקיצור, ס’איז אַזוי קאַלט, אַז אַפֿילו דער קאָפּ איז פֿויל צו טראַכטן, ווי מע וואָלט אים אָנגעפֿילט מיט אײַז. און בײַ אונדזערע קאָמאַנדירן האָט דער מוח בכלל אויפֿגעהערט צו אַרבעטן! ווען זייער מוח־פּושקע וואָלט נישט געווען פֿאַרפֿרוירן, וואָלט איך אפֿשר נישט געווען אין שפּיטאָל.
דאָס האָט פּאַסירט אויף אונדזערע געוויינטלעכע געניטונגען פֿון „לויפֿן און שיסן‟. דאָס הייסט, מ’לויפֿט אין טיפֿן שניי ביז די קני, און מיט אַ ביקס אין האַנט אַוודאי, און מ’שיסט אין די צילן, געמאַכט פֿון האָלץ. די צילן זעען אויס ווי זעלנער פֿון די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן. מ’האָט זיי פֿאַרשפּרייט אויף אַ ברייטן פֿאַרשנייטן פֿעלד פֿון אַ פּאָר קילאָמעטער די לענג. אַז עס שטײט אַ פֿראָסט אין דרויסן, ווייסט איר שוין. מיר, די פּשוטע קורסאַנטן, זײַנען אָנגעטאָן אין די טאָג־טעגלעכע בגדים: אַ לאַנגער שינעל, אַ היטל פֿון אַ סינטעטישן פֿוטער און הענטשקעס, וואָס זיי וואַרעמען קוים. אויף די פֿיס אַ פּאָר קירזעווע שטיוול, און די באָרוועסע פֿיס זײַנען אַרומגעוויקלט מיט פֿלאַנעל־אָנעטשעס. דאָס אַרומוויקלען די פֿיס מיט אַ שמאַטע איז אַ רוסישער מינהג פֿון הונדערטער יאָרן, און אפֿשר מער, און ווער זײַנען מיר צו בײַטן די מינהגים? וואַרעמען וואַרעמט עס גאַנץ שוואַך. אונדזערע קאָמאַנדירן אָבער, זײַנען אָנגעטאָן אַ ביסל בעסער ווי מיר. זיי האָבן וואַרעמע זשאַקעטן פֿון וואַטעוואָל, וואָס אויף רוסיש רופֿט מען עס „טעלאָגרייקעס‟.

צוויי פֿון אונדז באַקומען אויף אַ קורצע צײַט אַ צולייג: לאַנגע ביז דער ערד שעפּסענע טולעפּעס. דער טולעפּ פֿאַרהיט די וואַרעמקײט פֿונעם לײַב בעסער ווי אַן אויוון. נאָר פֿאַר וואָס קומט אונדז נאָר צוויי אַזעלכע פּעלצן? ווײַל צוזאַמען מיטן „פּרײַז‟ קומט אַזאַ מין אויפֿגאַבע. די צוויי וואַרעם אָנגעטאָנענע קורסאַנטן שיקט מען אַוועק זיצן אין אַ קליינעם בונקער, אויסגעגראָבן אין דער פֿאַרפֿרוירענער ערד, ווײַט פֿון די שיסערס און נאָענט צו די צילן פֿון דעם „נאַטאָ־שׂונא‟. נאָך יעדער שיסערײַ לויפֿן די צוויי זעלנער איבערצוקוקן די צילן, אויסציילן די לעכלעך, וואָס די קוילן האָבן געלאָזט אויף זיי. נאָך דעם, מיט אַ ספּעציעלן בלײַער דאַרף מען מאַכן אַ סימן איבער יעדעס לעכל, און גיך אומקערן זיך אינעם בונקער.
איך און נאָך אַ קורסאַנט זײַנען געווען די ערשטע, וואָס מ’האָט זיי אָנגעטאָן אין די טולעפּעס און געשיקט אין פֿעלד. מיר האָבן זיך געפֿילט וווּנדערבאַר: פֿון לויפֿן צווישן די צילן איז אונדז געוואָרן נאָך וואַרעמער. פּשוט אַ מחיה! נאָר דאַן, נאָך אַ דרײַ־פֿערטל שעה, האָט דער קאָמאַנדיר געהייסן אונדז זיך אומקערן צוריק, אַראָפּנעמען די וואַרעמע טולעפּעס, און זיי איבערגעבן אַן אַנדער פּאָר קורסאַנטן. ווען איך האָב זיך „באַפֿרײַט‟ פֿונעם וואַרעמען „אויוון‟, האָב איך דערשפּירט דעם פֿראָסט נאָך שטאַרקער ווי פֿריִער. נאָר קיין וועזן האָב איך פֿון דעם נישט געמאַכט.
בײַ נאַכט האָב איך זיך אויפֿגעכאַפּט אַ נאַסער פֿון שווייס און מיט שמערצן אין לײַב. איך האָב אַזוי „געברענט‟ פֿון היץ, אַז כ’האָב קוים געקענט דערקלערן וואָס ס׳טוט מיר וויי. מ’האָט אַרויסגערופֿן אַ דאָקטער, און ער האָט געהייסן מיך אַוועקפֿירן גלײַך אין שפּיטאָל אַרײַן. אָ מיליטער־אַמבולאַנס האָט מיך געבראַכט קיין וועטנטספּילס אין אַ מיליטער־שפּיטאָל. דאָרט האָט מען פֿעסטגעשטעלט, אַז איך בין קראַנק אויף אַ שאַרפֿער לונגען־אָנצינדונג. מ’האָט מיך האָספּיטאַליזירט אויף אַ חודש צײַט.
גלײַך פֿון אָנהייב אָן האָט מען מיר אָנגעהויבן אַרײַנשפּריצן אַנטיביאָטיקס. מ’האָט מיך געשטאָכן זעקס מאָל אַ טאָג, נישט ווייניקער! איך האָב שוין נישט געהאַט אויף וואָס צו זיצן! אַ ביסל מקיל געווען, אַז די „שטעכערין‟, איז געווען אַ יונגע בלאָנדע שיקסע, איך מיין, די קראַנקן־שוועסטער. דאָס האָט אַ ביסל פֿאַרגלעט דעם שטאָך.
אַזוי זײַנען אַוועק אַ וואָכן צוויי. איך האָב זיך שוין געשפּירט אַלץ בעסער און בעסער. און דאַן האָט עס פּאַסירט.
ווען מ’האָט מיר געמאָלדן, אַז אין רעגיסטראַטור וואַרט אויף מיר אַ יונגע פֿרוי, איז מיר געוואָרן ניט גוט. „ווידער אַ מאָל אַלינע?‟, האָט זיך מיר געדרייט אין קאָפּ. וואָס האָט זי נישט פֿאַרשטאַנען? איך האָב דאָך איר געגעבן „אָט וואָראָט פּאַוואַראָט‟ [1]? האָב איך צענויפֿגענומען אַלע מײַנע כּוחות, און מיט אַ בייזער מינע, פֿאַרטיק צו קעמפֿן פֿאַר מײַן פֿרײַהײט, צוגעשטאַנען צו דעם קבלת־פּנים טיש. איך דערנענטער זיך און וועמען זע איך? וואָס מיר אַלינע און ווער מיר אלינע! אַנטקעגן מיר שטייט קאַרינע! און זי איז שיין, ווי די וועלט! זי שטייט מיט אַ פֿאַרשעמטן שמייכל דעם זעלבן, וואָס האָט אַמאָל צערודערט מײַן נשמה און איך האָב זיך פֿאַרליבט אין איר ביז די אויערן. דרײַ יאָר זײַנען מיר געווען צוזאַמען, דרײַ לאַנגע, גליקלעכע יאָר. און דאַן… נו… וואָס האָט פּאַסירט דאַן, און ווי אַזוי האָבן מיר זיך צעשיידן ווייסט איר שוין.
מיר האָבן זיך אַרומגענומען, זיך האַסטיק צעקושט און גלײַך אַרויס פֿונעם שפּיטאָל־בנין, זוכן אַ בעסערן פּלאַץ, צו זײַן ווײַטער פֿון פֿרעמדע אויגן. מיר האָבן געפֿונען אַ ניט פֿאַרנומען בענקל אין דעם גרויסן פּאַרק, וואָס האָט אַרומגערינגלט דעם האָספּיטאַל, און זיך אַוועקגעזעצט. אין דרויסן איז געשטאַנען טאַקע אַ קעלט, נאָר זיצנדיק נאָענט איינער צום אַנדערן, האָבן מיר זיך צו ביסלעך אָנגעוואַרעמט. מיר האָבן זיך געגלעט און געקושט, געשעפּטשעט ווערטער פֿון ליבע און געקושט זיך ווידער. אונדזערע הענט האָבן זיך „אַרומגעדרייט‟ אונטער די מאַנטלען, און ס’איז געוואָרן נאָך וואַרעמער. אַ קיצור, דאָס ליבע־פֿײַער האָט געברענט ווי אַמאָל. פֿרעגט איר דאָך, ווי אַזוי איז געווען אַמאָל? מאַך איך אַ קליינע הפֿסקה, און קער זיך אום אויף דרײַ יאָר צוריק.
קאַרינע איז געווען מײַן ייִנגלשע ליבע נאָך פֿון מיטל־שול, ווען מיר זײַנען געווען פֿופֿצן יאָר אַלט. זי איז ניט געווען קיין ייִדיש מיידל, ווי יעדע ייִדישע מאַמע חלומט פֿאַר איר זונעלע, נאָר אַ רוסישע, אַ גויקע. מײַנע עלטערן האָבן זי ליב געהאַט, פּונקט ווי זי וואָלט געווען פֿון „אונדזערע‟. ווי אַזוי האָבן מיר זיך באַקענט? דווקא אויף אַ ייִדישן קאָנצערט פֿון אונדזער ווילנער ייִדישן פֿאָלקס־אַנסאַמבל, מיט וועלכן איך בין געווען פֿאַרבונדן פֿון קינדווײַז אָן. קאַרינעס בעסטע חבֿרטע איז געווען אַ טענצערקע אין אונדזער טאַנץ־קאָלעקטיוו, און קאַרינע איז געקומען זי זען. אַזוי ווי איך האָב קיין מאָל ניט אויסגעמיטן אַ פֿאָרשטעלונג צי אַ קאָנצערט, בין איך אַוודאי געווען אין זאַל. בעת דער הפֿסקה האָב איך זיך אַרומגעדרייט צווישן די צושויערס, און פּלוצלינג דערזען עפּעס אַ באַקאַנט פּנים, און גראָד ניט קיין ייִדיש פּנימל. דאָס מיידל מיט לאַנגע בלאָנדע האָר האָט זיך געלערנט אין אונדזער שול אין אַ פּאַראַלעלן קלאַס. איך האָב זי שוין געטראָפֿן אַ מאָל אויף די איבעררײַסן צווישן די אוראָקן, נאָר קיין מאָל נישט אַרויסגערעדט מיט איר קיין וואָרט. אַפֿילו ווי מ’רופֿט זי האָב איך ניט געוווּסט. מיר איז געווען טשיקאַווע צו פֿאַרשטיין, וואָס טוט זי דאָ, אויף אַ „פֿרעמדער שׂימחה‟. בין איך צוגעגאַנגען צו איר, זיך פֿאָרגעשטעלט און געפֿרעגט וואָס און ווען. קאַרינע האָט מיר דערציילט וועגן איר חבֿרטע, און אַז ייִדיש פֿאַרשטייט זי נישט אַוודאי. האָב איך איר פֿאָרגעלייגט צו איבערזעצן אַלץ וואָס קומט פֿאָר אויף דער בינע. זי איז מסכּים געווען, און דאָס האָט מיר געגעבן אַ סימן, אַז עס קען עפּעס אַרויסקומען פֿון דעם. נאָך דעם קאָנצערט האָט זי מיר געגעבן איר טעלעפֿאָן־נומער, און גלײַך אויף מאָרגן האָבן מיר זיך געטראָפֿן אויף אַ ראַנדקע צום ערשטן מאָל. מיר האָבן שפּאַצירט זאַלבע צווייט אין „ווינגיס‟ — אַ שטאָט־פּאַרק אין ווילנע. שוין אויף דעם ערשטן בענקל, וואָס מיר האָבן געפֿונען אין פּאַרק, האָבן מיר זיך געקושט. עס קליגט הײַנט מאָדנע? קען זײַן, נאָר פּונקט אַזוי איז עס געווען.
צו ביסלעך האָבן זיך אונדזערע באַציִונגען פֿאַרוואַנדלט אין אַ גרויסער און אַ שטאַרקער ליבע. מער ווי דרײַ יאָר זײַנען מיר געווען צוזאַמען. איר מאַמע האָט מיך גערופֿן „מײַן זון‟, און מײַנע עלטערן זײַנען געווען זיכער, אַז אונדזער חתונה איז שוין נישט ווײַט. נאָר, ווי איר פֿאַרשטייט שוין, אַלץ האָט זיך אויסגעגאָסן אַנדערש. און יעצט זיצן מיר אויף אַ פֿאַרשנייטער באַנק אין האָספּיטאַל אין ווענטספּילס.
אַ האַלבן טאָג האָבן מיר פֿאַרבראַכט אין דעם שפּיטאָל־פּאַרק, געשמועסט וועגן אונדז, וועגן מײַן אַרמיי און וועגן איר אַרבעט אין ווילנע. ווי אַזוי האָט זי זיך דערוווּסט אַוווּ בין איך? מײַן מאַמע האָט איר דערציילט. אַזוי, זיצנדיק אין פּאַרק, האָבן מיר זיך אַרומגענומען אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער, און איך האָב געגעבן מײַנע הענט אַ ביסל מער „פֿרײַהײט‟. נאָר קאַרינע האָט מיר גלײַך ווי „אָפּגעגאָסן‟ מיט קאַלט וואַסער און אומגעקערט צו אונדזער ווירקלעכקײט. אָן ווערטער האָט זי מיר ווי געזאָגט: „צו וואָס? וואָס וועט אַרויס פֿון דעם? ס’וועט דאָך ניט זײַן קיין המשך. מאַך זיך נישט נאַריש און שטעל אָפּ דאָס וועלעניש‟. אַוודאי איז זי געווען גערעכט. אַרויסגיין פֿונעם האָספּיטאַל, אַפֿילו אויף אַ ווײַלינקע, האָב איך נישט געקענט, און אינעווייניק איז ניט געווען קיין פּריוואַט אָרט צו פֿאַראייניקן זיך.
קאַרינע איז געבליבן מיט מיר ביזן אָוונט, און פֿאַרלאָזט די שטאָט מיט דער לעצטער באַן. איך בין ווידער געבליבן אַליין מיט מײַנע מחשבֿות, נאָר מיט אַ גרעסער קאָפּ־דרייעניש, ווי פֿריִער. וואָס זאָל איך איצטער טאָן? מיט וועמען זאָל איך בלײַבן? מיט יענער, וואָס וויל חתונה האָבן תּיכּף־ומיד, צי מיט דער, וואָס איז געקומען זיך איבערבעטן מיט מיר, מאַכן אַ שלום־בית, און אומקערן מיך צו די אַלטע גוטע צײַטן? און איך? וואָס איז מײַן וועלן, מײַן שטרעבונג? מיר שטייט נאָך פֿאָר לאַנגע צוויי יאָר מיליטער! צוויי יאָר! ווײַט פֿון היים, ווײַט פֿון דער משפּחה, ווײַט פֿון אַלץ, וואָס עס שמעקט מיטן ציווילן לעבן. „ניין‟, האָב איך געזאָגט צו זיך אַליין, „דווקא יעצט פּאַסט מיר נישט צו באַנײַען די ליבע־שפּיל. נישט יעצט. אַוועק בלויז אַ טאָג-צוויי, און איך האָב עס אָנגעשריבן קאַרינען. זי האָט עס אָנגענומען זייער שווער. אָבער וועגן דעם האָב איך זיך דערוווּסט אַ סך שפּעטער.
אַ פּאָר חדשים פֿאַר מײַן באַפֿרײַען זיך פֿון אַרמיי, האָב איך זיך דערוווּסט (פֿון מײַן מאַמען, ווי ניט?), אַז ביידע „כּלות‟ זײַנען שוין חתונה געהאַטע.
אַלינע האָט „אָפּגעכאַפּט‟ אַ פֿידלער פֿון קעשענעוו. זי האָט נישט געוואַרט צו פֿיל, און זיך פֿאַרשריבן מיט אים בלויז אין אַ האַלב יאָר נאָך איר רײַזע קיין ווענטספּילס. אין די 1990ער יאָרן זײַנען זיי געקומען קיין ישׂראל, און זיך באַזעצט אין אַ שטעטל, נישט ווײַט פֿון אונדז. ווען מײַן עלטסטע טאָכטער האָט חתונה געהאַט, האָט זי באַשטעלט צו איר חתונה אַ קאַפּעליע פֿון ייִדישע כּלי־זמר. זי האָט אַוודאי נישט געוווּסט, אַז דער אָנפֿירער פֿון דער קאַפּעליע איז געווען דער מאַן פֿון מײַן געוועזענער כּלה. ווען אַלינע האָט דערהערט פֿון איר פֿידלער, אַז ער גייט שפּילן אויף אַ חתונה פֿון אַ מיידל מיטן נאָמען „שאַרפֿשטיין‟, איז זי ניט פֿויל געווען צו קומען אָן אַ פֿאַרבעטונג אויף אונדזער שׂימחה, בלויז צו טרעפֿן זיך מיט מיר. פֿון דעם איז אַרויס אַ מאָדנע טרעפֿונג, וואָס הלוואַי וואָלט עס ניט געטראָפֿן. פֿון דאַן אָן האָב איך זי מער ניט געזען.
קאַרינע האָט חתונה געהאַט אַ יאָר פֿאַר מײַן באַפֿרײַונג. פֿאַר אַ מאַן האָט זי גענומען דווקא אַ ייִדישן בחור, אַ ווילנער, וואָס איך בין נישט געווען באַקאַנט מיט אים. ווען איך בין געקומען אַהיים פֿון מײַן דינסט, איז זי שוין געווען אַ יונגע מאַמע פֿון אַ מיידעלע. מיט צוואַנציק יאָר שפּעטער, ווען איך מיט מײַן פֿרוי זײַנען געקומען מיט אַ באַזוך קיין ווילנע, איז קאַרינע שוין געהאַט געווען אַן אַלמנה. מיר האָבן זיך געטראָפֿן מיט איר און איר טאָכטער בײַ זיי אין דער היים. קאַרינע איז געווען זייער ניט זיכער מיט זייער צוקונפֿט, און געבעטן איר אַרויסהעלפֿן אַרויסצופֿאָרן פֿון ליטע און עולה זײַן קיין ישׂראל. מיט צוויי יאָר שפּעטער, איז זי שוין געווען אַן „עולה חדשה‟. מײַנע עלטערן האָבן איר געהאָלפֿן צו אײַנאָרדענען זיך, און מײַן ברודער האָט געפֿונען פֿאַר קאַרינען מיט איר טאָכטער אַן אַרבעט און אַ שיינע דירה אויפֿן צפֿון פֿון ישׂראל. צום הײַנטיקן טאָג וויל זי פֿון מיר נישט וויסן. מיך אַרט עס נישט. אַבי זי איז גליקלעך.
[1] אָנגעוויזן אויף דער טיר