משה לעמסטער
אַ הײַנטצײַטיקע וויגליד פֿאַר אַ ייִדישן קינד
שלאָף מײַן קינד, ווער אַנטשלאָף און ווייס,
אַ מלאך אין הימל דײַן שלאָפֿן עס היט.
כ’וועל דיר זינגען, וועגן דעם, וואָס עס הייסט
צו זײַן אויף אונדזער פּלאַנעטע אַ ייִד.
צו זײַן אויף אונדזער פּלאַנעטע אַ ייִד…
אונטער דער וואַרעמער קאָלדרע, ליג.
קאַלטע שׂינאה אויף אונדז עס פֿליט,
ווײַל ניט אַלע מענטשן האָבן אונדז ליב.
ווײַל ניט אַלע מענטשן האָבן אונדז ליב.
באַגיין פּאָגראָמען איז מען ווידער גרייט
מע וויל אונדז שטערן דאָס לעבן און גליק
מע וואָלט אונדזערע קינדער אָן רחמנות געטייט…
מע וואָלט אונדזערע קינדער אָן רחמנות געטייט…
דערשטיקט אין גאַזקאַמערן דאָס ייִדישע פֿאָלק,
מיר זאָלן ניט וויסן פֿון קיין נחת און פֿרייד.
פֿון שׂונאי־ישׂראל ווערט ניט קלענער די צאָל.
פֿון שׂונאי־ישׂראל ווערט ניט קלענער די צאָל
מע וויל, אַז ישׂראל אויף דער ערד זאָל ניט זײַן,
מיר זאָלן צווישן לענדער ווי די אָבֿות אַ מאָל
מיטן וואַנדערשטאָק אַרומגייען פֿון ס’נײַ…
שלאָף זשע מײַן קינד, ווער אַנטשלאָף און ווייס,
אַז דו אויף דער ערד ביסט אַ מענטש און אַ ייִד —
אַז דו האָסט אַ לאַנד, וואָס איז קרעפֿטיק און דרייסט,
גלייב, אַז אויך גאָט
דײַן לעבן
עס היט.
צי קאָן מען צעקרייצן מײַן לאַנד
ייִדישע שׂונאים פֿון פֿאַרשיידענער ווערט
וואָלטן דיך, מײַן לאַנד, געקרייצט אומגענאָד
ווי אויף אַ צלם — אויף דער פּלאַנעטע ערד,
ווי געקרייצט האָט מען יענעם,
וואָס איז געוואָרן גאָט.
מע וואָלט דיך צוגעקלאַפּט צום ישׂראל־זאַמד
מיט ראַקעטעס און אַטאָמישע באָמבעס,
אין איינעם מיט אַלע ייִדן, מײַן לאַנד,
מיט דײַנע קינדער, זיידעס און באָבעס.
נאָר מע קאָן דען אויפֿן קײַלעך פֿון ערד,
פֿרעג איך בײַ די בלויע הימלהייכן —
קרייצן ישׂראל, וואָס איז ווי גאָטס אַ טרער,
קרייצן ישׂראל, וואָס איז ווי גאָטס אַ שמייכל?
מע קאָן דען קרייצן אַ פֿרוכטבאַרן סאָד —
מײַן לאַנד, וואָס האָט זיך אויף דער ערד צעבליט,
לאַנד, וווּ יעדער ייִד איז אַ ביסל אַ גאָט,
לאַנד, וווּ גאָט אַליין איז אַ ביסל אַ ייִד?
דער וועבער פֿון אונדזער גורל
דער גורל פֿון מײַן פֿאָלק איז אויסגעוועבט
פֿון פֿעדעם, וואָס פֿון בראשית זיך ציִען
פֿעדעם־שטראַלן, וואָס האָבן דאָס לעבן געוועקט
פֿעדעם־שטראַלן פֿון דער גן־עדנס עפּל־בליִונג.
דער גורל פֿון מײַן פֿאָלק איז אויסגעוועבט
פֿון קלאַנגען פֿון יענע ערשטע ווערטער,
וואָס האָבן באַשאַפֿן אונדזער שיינע וועלט
די אָקעאַנען, ימען, בליִענדיקע סעדער…
דער גורל פֿון מײַן פֿאָלק איז אויסגעוועבט
פֿון דער ליכט פֿון תּורה, פֿונעם ייִדישן גלויבן.
„עם ישׂראל חי‟ — אונדזער פֿאָלק עס לעבט —
ווײַל גאָט איז דער וועבער פֿון אונדזער גורל!