— דיכטער און פּראָזאַיִקער. געבוירן אין ייִשובֿ וואַרטאַצי, לעבן ווילנע, געוואַקסן אין ווילנע, וווּהין די משפּחה איז שפּעטער אַריבערגעפֿאָרן. אָנפֿאַנג־בילדונג אויף העברעיִש און רוסיש באַקומען בײַ פּריוואַטע לערערס אין דער היים, דערנאָך זיך געלערנט אין אַ ישיבֿה און אין אַ רוסישער פֿאָלקשול. אָנהייב 1900ער יאָרן זיך אָנגעשלאָסן אין ”בונד“, געווען עטלעכע מאָל אַרעסטירט. צו יענער צײַט אָנגעהויבן שרײַבן לידער אויף ייִדיש, רוסיש און העברעיִש, זיך געדרוקט אין מ. ספּעקטאָרס וואָכנבלאַט ”די ייִדישע פֿאָלקס־צײַטונג“, אַ. רייזענס זאַמלביכער, י. ל. פּרצעס ”ייִדיש“, אין ”פֿרײַנד“, ”דאָס נײַע לעבן“, ”צוקונפֿט“, אין די העברעיִשע ”הצפֿירה“, ”הזמן“ א׳׳אַ, צונויפֿגעשטעלט פֿאַרשיידענע בונדישע אַנטאַלאָגיעס און זאַמלונגען (”אַרבעטער לידער“, ”ליבע“,”שטילע טריט“), אַ לערנבוך פֿאַר ייִדיש־אָנפֿאַנגער. זינט 1915 איז ער געווען אַ מיטגליד פֿון דער ”געזעלשאַפֿט צו העלפֿן די מלחמה־פּליטים“ (”יעקאַפּאָ“) און אויך אין ”אָרט“ אין כאַרקאָוו, מאָסקווע און קורסק. נאָך דער פֿעברואַר־רעוואָלוציע פֿון 1917 האָט ער זיך באַזעצט אין קיִעוו און געאַרבעט אין ייִדישן מיניסטעריום פֿאַר אוקראַיִנע. אין זעלבן יאָר איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער ”פֿאָלקס־פּאַרטיי“ און געווען טעטיק אין דער וואַל־קאַמפּאַניע צו דער גרינדונגס־פֿאַרזאַמלונג. אין 1918 האָט ער געוווינט אין כאַרקאָוו און רעדאַגירט ”כאַרקאָווער צײַטונג“, דאָס וואָכנבלאַט פֿון דער ”פֿאָלקס פּאַרטיי“. אין כאַרקאָוו איז דערשינען זײַן ביכל ”פּאָעמען“, ער איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. אין 1920 פֿאָרט ער אַריבער קיין מאָסקווע, ווערט אַ מיטאַרבעטער אין דער צענטראַלער צײַטונג ”דער עמעס“, איז טעטיק אין דער ”ייִדישער סעקציע פֿון מאָסקווער אַסאָציאַציע פֿון די פּראָלעטאַרישע שרײַבער“, און ס׳קומט פֿאָר אַ נײַע ווענדונג אין זײַן שאַפֿונגס וועג. ער האָט כּמעט אויפֿגעהערט צו שרײַבן פּאָעזיע און גיט זיך דער עיקר אָפּ מיט פּראָזע, געווידמעט סאָציאַלע פּראָבלעמעס אין גײַסט פֿון די פּראָלעטאַרישע שרײַבערס.
משה טײַטש
דעם זיידנס פֿערדל
לאָמיר דאָ דערמאָנען צום גוטן שעם זיידנס פֿערדל. הייסן הייסט ניט, אַז מײַן זיידע האָט אַלע מאָל געהאַט איינס און דאָס זעלבע פֿערדל. פּונקט בײַם זיידן האָט זײַן איינאיינציק פֿערדל אָפֿט געביטן.דאָ פֿלעגט מען עס צוגנבֿנען, און ער פֿלעגט מוזן קויפֿן אַן אַנדערס — דאָ פֿלעגט ער עס אַליין אויסבײַטן בײַ די ציגײַנער אויפֿן „קערמאַש‟ (יאַריד) אויף אַ „בעסערן‟. אָבער אַלע פֿערד פֿלעגן בײַ מײַן זיידן באַקומען איין כאַראַקטער, און דעריבער האָבן זיי זיך אַלע בײַ מיר אין זכּרון צונויפֿגעגאָסן אין איין פֿערד.
פֿאַר אַלע איבעריקע פֿערד אין דער וועלט האָב איך געקאָנט מורא האָבן, טאָמער גיט אַזאַ איינער אַ ביס, צי אַ בריקע, און מיט פֿערד בין איך אַלע מאָל געווען ניט זיכער — איבערהויפּט אַרויסקריגן פֿון פֿערדס עק, בגנבֿה פֿון די באַלעבאַטים, אַ ביסל האָר צו אַ ווענטקע. אָבער פֿאַרן זיידנס פֿערדל האָב איך קיין מאָל קיין מורא ניט געהאַט ניט פֿון פֿאָרנט, ניט פֿון הינטן, און איך פֿלעג אים גלעטן און פּאַטשן איבערן בויך (העכער איז מיר דאָך שווער געווען צו דערגרייכן), און אַפֿילו קאָרמען פֿון דער האַנט.
דעם זיידנס פֿערדל האָב איך געקאָנט אָנכאַפּן פֿאַרן שפּיץ פֿון זײַן לאַנגער, פֿאַרוואָרלאָזטער גריווע, , צופֿירן עס צו אַ הויכער זאַך, ווי למשל אַ באַנק, אַ שפּאַרונע אין אַ וואַנט, אָדער גאָר צו אַ פּאַרקאָן (גלײַכער, אַז דער טאַטע זאָל ניט זען, וואָרעם אַ בחור אין מײַנע יאָרן האָט שוין דער עיקר געדאַרפֿט לערנען, און ניט אויסזוכן זיך אַרבעט פֿון אונטער דער ערד…), אַרויפֿקריכן אויף דעם רײַטנדיק, און טאַקע אָפּרײַטן עטלעכע טריט.
און נאָך מעלות האָט געהאַט מײַן זיידנס פֿערדל — ניט מעגלעך זיי אַלע אויסרעכענען. עס דאַרף זיך, למשל, אויסקײַקלען, מעגסט דעם רויִק פֿרײַלאָזן די צוים, עס וועט אין ערגעץ ניט אַנטלויפֿן. דאַרפֿסט עס אַ ביסל צופֿיטערן אויפֿן גראָז, (דאָס האָט קיינעם ניט געשאַט…) איז פּענטן עס אַן איבעריקע טירחה. עס וועט ווײַט ניט פֿאַרגיין… צי דען האָט מיר דעמאָלט גאָר געקאָנט אײַנפֿאַלן, אַז די בנימוסדיקייט פֿון זיידנס פֿערדל זאָל האָבן אַ וואָסערע ניט איז שײַכות צו אַזעלכע פּשוטע זאַכן, ווי פֿון ווייניק האָבער און אַ סך סעטשקע? ניין! די בנימוסדיקייט איז אין מײַנע אויגן געווען אַ דירעקטער רעזולטאַט דורכויס נאָר דערפֿון, וואָס דאָס פֿערדל איז בײַ אונדז געווען, אַזוי צו זאָגן, אַ קרובֿ אין דער משפּחה, וואָס האָט הייסן שוין — אַן אייגענע זאַך…
דער זיידע האָט אַרענדיקט אַ פּאַראָם אויף אַ טײַך. צוויי שיפֿלעך איבערגעדעקטן מיט פֿאַרפֿוילטע ברעטער, אַ גראָבער שטריק מיט אַ סך קאָסמאַטע קניפּ — דאָס איז געווען דער פּאַראָם. די געגנט איז געווען אַ פֿאַרוואָרפֿענע און אַן אָרעמע, אַ פֿרעמדער דורכפֿאָרער גאָר זעלטן, אַלץ אייגענע פּויערים פֿון די אַרומיקע דערפֿער — קונדן, אַזוי צו זאָגן, הײַאָריקע, פֿיליאָריקע. זיי האָבן געצאָלט פֿאַרן איבערפֿאָרן מיט פּראָדוקטן — אַ זייכער נאָך, ווײַזט אויס, פֿון דער פֿאָרצײַטיקער נאַטורעלער ווירטשאַפֿט. אַ גאַנצן ווינטער פֿלעגט דערנאָך דער זיידע אַרומפֿאָרן איבער די דערפֿער פֿון שטוב צו שטוב, און צונויפֿקלײַבן די ביסלעך תּבֿואה פֿאַרן זומערדיקן „פּאַראַכאָדעווען‟.
דעם זיידנס פֿערדל האָט געלעבט דערהויפּט פֿון „קיצבֿה‟, דער זיידע פֿלעגט שטיין און חשבונען מיטן פּויער פֿאַרן „פּאַראַכאָדעווען‟, און אין הויף פֿלעגט מען דערווײַל עפּעס צוּוואַרפֿן דעם פֿערד — דאָרט אַ קווערטל האָבער, דאָ אַ ביסל היי, און פֿאַרן ווינטער פֿלעגט זיך דאָס פֿערדל אַ ביסל אָפּקאָרמענען אויף די אומזיסטע מתּנות.
ווײַסט אויס, אַז טאַקע די דאָזיקע מתּנות האָבן אין אַלע פֿערדלעך דעם זיידנס אויסגעאַרבעט איין געוווינהייט: ווי נאָר דאָס פֿערדל פֿלעגט אַרײַנפֿאָרן אין אַ שטעטל, מעג זײַן צוליב אַנדערער געלעגנהייטן, איז וווּ נאָר אַ טויער, מוז עס אין אים פֿאַרקערעווען — אַן אומגליק מיטן זיידנס פֿערדל! אַמשטאַרקסטן האָט דערפֿון געהאַט פֿאַרדראָס דער איידעם (דער טאַטע מײַנער), וועלכער האָט פֿײַנט געהאַט די אַלע גענג, די אָרעם־בחורישע, און ער האָט באַדאַרפֿט, דער איידעם דער דאָזיקער, אַז אַ „פֿערד זאל זײַן אַ פֿערד‟, און נאָך האָט ער באַדאַרפֿט, דער מענטש פֿון דער „נײַער וועלט‟ — ווען מע ציט אָן די לייצעס, זאָל אַ פֿערד „פֿליִען‟, און אַז מע פֿאָרט אַרײַן אין אַ שטעטל, זאָל זײַן מיט אַ קנאַק! אָבער מאַך מיטן זיידנס פֿערדל, אויב ווי נאָר אַ טויער, צי עס אים, ווי אַ מאַגנעט… און אַז מיר פֿלעגן פֿאָרן אין שטעטל אין איינעם, פֿלעגט שוין דער טאַטע לײַכטער אַראָפּגיין צופֿוס, און מיר פֿלעגט ער איבערגעבן די לייצעס: „וועסט צופֿאָרן צו דעם און דעם‟.
איך פֿלעג אָנציִען די לייציס, ווי סטרונעס, דאָס פֿערד זאָל מיטן קאָפּ ניט קאָנען אַ דריי טאָן. עס פֿלעגט ניט העלפֿן. ווי איך פֿלעג אים אָפּציִען פֿון איין טויער, אַזוי פֿלעגט ער זיך גלײַך אַ לאָז טאָן צו דער צווייטער זײַט גאַס, אין אַנטקעגנדיקן טויער אַרײַן, און דאָס פֿאָרן איז געווען — זיגזאַגן, זיגזאַגן…
די שטעטלדיקע ייִדן און ייִדענעס פֿלעג איך הערן, ריידן זיך דורך גאַנץ קאַלטבלוטיק, אָנשטעלנדיק די הענט איבער די אויגן, ווי די דעכעלעך:
— ווער קאָן דאָס זײַן, דאָס ייִנגעלע, וואָס פֿאָרט?
— נו, ער, — פֿלעג איך הערן אויך דעם ענטפֿער, — אַוודאי שמואל־יאַנקל דעם וואַרטאַציערס איידעמס בן. איר דערקענט ניט דאָס פֿערד?
אונדזער באָד
איין פֿערטל ווערסט פֿון אונדזער ייִשובֿ, פּאַזע טײַך, איז געשטאַנען נאָך איין שטוב — אַ צווייטער ייִשובֿ, נאָר דאָרט האָט שוין געוווינט אַ קריסט — אַנדריי ראַדזיוויל. די פֿאַמיליע „ראַדזיוויל‟ האָט אַרויסגערופֿן גרויס אָפּשײַ, שיִער ניט מורא —די ראַדזיווילס זײַנען געווען פֿירשטן. אונדזער ראַדזיוויל איז געווען אַ פּראָסטער פּויער, אַפֿילו ניט קיין רײַכער, דערפֿאַר אָבער אַ גוטער שכן. וואָס מיר האָבן געדאַרפֿט בײַ אים, אָדער ער בײַ אונדז, פֿלעגט מען זיך איינע די אַנדערע קיין מאָל ניט אָפּזאָגן: אַ סטופּע, אַ גראַבליע, אַ האַק — ווער עס האָט געהאַט, בײַ יענעם האָט מען גענומען. אַפֿילו דאָס איינציקע פֿערד, אויף וויפֿל דו דאַרפֿסט — אויף אַ טאָג, אויף צוויי — נעם!
אָבער איין זאַך האָבן מיר געהאַט אין גאַנצן אַ שותּפֿותע, און דאָס איז געווען די באָד.
ניט ווײַט פֿון אונדזער שטוב האָט זיך אָנגעהויבן דער וואַלד.דאָ איז די ערד געווען פֿאַרוואַקסן מיט מאָך, מיט יאַגעדעס־רוסטעס און פֿאַרוואַרפֿן מיט „גאַלענדזיעס‟, פּונקט ווי אין אַנדערע ערטער פֿון וואַלד. און דאָ טאַקע איז געווען אונדזער באָד. איצט גיי און זײַ אַ בריה און טרעף, וווּ איז זי?
דער סוד פֿון אונדזער פֿאַרבאָרגענער „באָד־שטוב‟ איז באַשטאַנען דערין, וואָס זי איז אינגאַנצן געלעגן אונטער דער ערד, פֿון אויבן איבערגעלייגט מיט אַ פּאָר קלעצלעך און באַשאָטן מיט זאַמד. דער אַרײַנגאַנג איז געווען דורך אַ לאָך, ווי אין אַ נאָרע. דאָס זאַמד איז מיט דער צײַט פֿאַרוואַקסן געוואָרן מיט מאָך און פֿאַרשאָטן געוואָרן מיט אָפּפֿאַל, דער דער גאַנצער אַרום. מיר, קינדער, פֿלעגן שטענדיק טאַקע לאַנג זוכן, איידער מיר פֿלעגן אַרײַנטרעפֿן אין לאָך אַרײַן. „אַ גוט ערטל פֿאַר גזלנים צו באַהאַלטן זיך‟ — פֿלעגן מיר טראַכטן ניט אָן אַ גרויל. גייענדיק הייצן דאָס בעדל, זײַנען מיר קיין מאָל ניט געווען זיכער, צי וועט פֿון דאָרטן אונדז אַנטקעגן פּלוצלינג ניט אַרויסשפּרינגען אַזאַ איינער מיט אַ בלישטשענדיקן חלף…
אינעווייניק איז דאָס בעדל געווען אײַנגעאָרדנט לויטן מוסטער פֿון אמתער באָד. גלײַך בײַם אַרײַנגאַנג, אויף לינקס, אַ קופּע שטיינער אָנגעוואַלגערט, אויף דער ערד — „אַן אויוון‟. צוויי ברעטלעך, צוגעפֿעסטיקט צו דער וואַנט פֿון אַנטקעגן — אַ „שוויצבאַנק‟. אַ רוימען האָט געפֿעלט — דאָס יאָ. און דערפֿאַר, אַז מע פֿלעגט הייצן די שטיינער, פֿלעגט דער רויך וואַליען גלײַך אין דער לאָך־טיר. דאָס איז געווען דער חסרון. דערנאָך פֿלעגט מען דאַרפֿן וואַרטן, איידער דאָס בעדל וועט זיך „אויסשטיין‟. געווען ריזיקאַנטן מיט שטאַרקערע קעפּ און פֿלעגן אַרײַנגיין די ערשטע — אַרײַנגיין און אָנהייבן גיסן וואַסער אויף די שטיינער… צום רויך פֿלעגט צוקומען פּאַרע, אונטער די פֿיס — לוזשעס. דאָס גאַנצע בעדל איז געווען אָנגעפּיקעוועט מיט מענטשן, איינע לענגערע, די אַנדערע קירצערע, אָבער אַלע כוואָשטשען זיך מיט די בעזעמער אײַנגעבויגענערהייט — אויסגלײַכן זיך איז ניט מעגלעך געווען — צו נידעריק! זומער פֿלעגט מען זיך אויסטאָן אין וועלדל, ווינטער פֿלעגט מען די זאַכן אויך מוזן האַלטן אין בעדל. אין אַזאַ מאָמענט, אַז עמעצער פֿון אונדז, קינדער, פֿלעגט אַרײַנקוקן אין לאָך פֿון בעדל, איז געווען וואָס אָנצוקוקן: אַלע פֿריִער ווײַסע מענטשן זײַנען שוואַרץ געווען ווי די נעגערס. און וואָס לענגער מע פֿלעגט זיך וואַשן, אַלץ שוואַרצער פֿלעגט מען ווערן — פֿון רויך און פֿון סאַזשע: די בעזעמער פֿלעגן צעשמירן די שוואַרצקייט גלײַכמעסיק איבערן גאַנצן קערפּער.
און גוט, אויב עס איז געווען זומער: דאַן פֿלעגט מען גלײַך פֿון באָד פֿליִען שווענקען זיך צום טײַך. עפּעס אָנצוטאָן איז ניט שייך געווען, אַזוי פֿאַרשמירט פֿלעגט מען אַרויסשפּרינגען פֿון דער באָד. מע פֿלעגט פֿליִען נאַקעטערהייט — אַ האַלבן וועג אַהין, אַ האַלבן וועג צוריק.
מענטשן פֿרעמדע פֿלעגן זיך באַווײַזן אויף אונדזערע וועגן ווייניק, אָבער אַז עמעצער אַ דורכפֿאָרער, פֿלעגט זען, ווי עס פֿליט אַ נאַקעטער, אין סאַזשע אויסגעשמירטער מענטש איבער די פֿעלדער, האָט ער געוווּסט: הײַנט איז אַ באָד אויפֿן ייִשובֿ.
און דאָך איז דער עיקר געווען ניט אַזוי די באָד, ווי דער אָוונט נאָך איר. דאַן פֿלעגט מען גיין איינע צו די אַנדערע „צו רפֿואה‟ און טיילן זיך מיט די אײַנדרוקן, אײַנדרוקן איז געווען אַ סך. מע פֿלעגט זיך גיין טיילן מיט זיי ביז שלאָפֿן גיין. און צום סוף, שוין גענעצנדיק, פֿלעגט מען יעדעס מאָל אונטערציִען איין און דעם זעלבן אויספֿיר:
זי האָט טאַקע חסרונות, די באָד אונדזערע, יאָ, אָבער, אַז מע באָדט זיך אויס, איז פֿאָרט אַ מחיה!..
געקליבענע ווערק, פֿאַרלאַג, „עמעס‟, מאָסקווע 1936