נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 80

איז טאַקע “מה־נשתּנה?”

דער חודש אַפּריל אָדער ניסן, לויטן ייִדישן לוח, האָט קיין פֿרייד פֿון יום־טובֿ פּסח נישט געבראַכט. אויסצולייזן אונדזערע ברידער און שוועסטער פֿון די טעראָריסטישע הענט האָט זיך נישט אײַנגעגעבן. די מלחמה מיטן כאַמאַס אין עזה, וואָס האָט זיך אַזוי מצליחדיק אָנגעהויבן און אָנגעגאַנגען ערגעץ ביז יאַנואַר, האָט פּאַמעלעך „נאָכגעלאָזט די וואַשקעס‟, און פֿערד־און־וואָגן זײַנען געבליבן שטיין בײַ דער „סטאַנציע‟ רפֿיח. וואָס איז? דער הויפּט־בעל־עגלה אין „ווײַסן הויז‟ האָט געגעבן די קאָמאַנדע „טרררר!‟ — בלײַבט שטיין.

לאָמיר זיך אויף אַ מינוט פֿאָרשטעלן, אַז פּרעה, דער ערשטער מענטש אין מצרים, פֿון וועלכן די ייִדן האָבן ערשט געמאַכט פּליטה, וואָלט זיי געהייסן בלײַבן שטיין גלײַך אין מיטן געשפּאַלטענעם ים־סוף…

וואָס זשע קומט דאָ פֿאָר? די ווילדע אַנטיסעמיטישע קוויטשערײַען, וועלכע טראָגן זיך פֿון די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן, רופֿן אַרויס טריבע מחשבֿות, דהײַנו: ווי עס זאָל נישט זײַן, וועלן דאָך פֿון אָט די חבֿרה, אַרומגעוויקלט די קעפּ מיט די פּאַלעסטינער פֿאַטשיילקעס־אַראַפֿאַטקעס, אין דער נאָענטער צוקונפֿט איבערנומען די מאַכט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿאַרנעמען וויכטיקע פּאָזיציעס אין די מיניסטעריומס, פֿאַרשיידענע אַקאַדעמישע ספֿערעס וכדומה. „וואָס זשע וועט ווײַטער זײַן מיט אונדזערע אייניקלעך?‟ — קרעכצן הײַנט די ייִדישע באָבעס. אײַ, אַז צווישן די פֿאַרשטעלטע אויסגעלינקטע חבֿרה געפֿינען זיך אויך נישט ווייניק „ייִדישע אייניקלעך‟, קומט זיי נישט אויפֿן זינען.

אַ האָפֿענונג איז פֿאָרט דאָ: ווי עס האַלטן געוויסע ליכטיקע קעפּ, איז די יוגנט ביז 30 יאָר פֿאַרטשאַדעט פֿון די עקסטרעם־לינקע אידעען און פּראָפּאַגאַנדע. ס׳איז אַוודאי נישט נאָרמאַל, נאָר ס׳איז דאָ אַ האָפֿענונג, אַז נאָך 30 יאָר וועט דער דאָזיקער טשאַד זיך אויסדאַמפּן. אויב נישט, פֿעלט זיי פּשוט אַ קלעפּקע אין קאָפּ אָדער זיי זײַנען כראָנישע אידיאָטן!

צי קאָן עס זײַן אַ טרייסט?

יאָ, ס׳איז באמת אַ גרויסע טראַגעדיע, וואָס די ישׂראלדיקע ערבֿניקעס געפֿינען זיך אין די הענט פֿון די פֿינצטערע פֿאַנאַטיקער. צוריק גערעדט, האָלט איצט אַליין דער מערבֿ אין שפּיץ מיטן „ווײַסן הויז‟ די ייִדישע מדינה פֿאַר אַ קאָלעקטיווע ערבֿניצע. זיי, די „הומאַניסטישע שלום־מאַכערס‟, דעקן צו זייערע מעשׂים מיט דער זאָרג פֿאַר דער „פֿרידלעכער פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג‟.

לכתּחילה, ווען די מלחמה מיט כאַמאַס, נאָך דעם באַרבאַרישן אָנפֿאַל אויף די „פֿרידלעכע ייִדישע אײַנוווינער‟, — האָט זיך נאָר אָנגעהויבן, האָבן נישט ווייניק ישׂראלדיקע אַנאַליטיקער סקעפּטיש אָפּגעשאַצט די הייסע רעאַקציע פֿון מערבֿ: „הײַנט שטיצט מען און מאָרגן קריצט מען!‟ די דערפֿאַרונג פֿון די פֿאָריקע מלחמות און די רעאַקציע אויף איר פֿון מערבֿ האָט פֿאָרט עפּעס אויסגעלערנט. וועגן דעם האָבן אויך געוווּסט די פּאָליטישע גדולים אין הויכע כּנסת־פֿענצטער. צום גרויסן באַדויערן, האָט קיין משה רבינו צווישן זיי זיך נישט אָפּגעזוכט. שוין זשע וועט מען טאַקע בלײַבן שטעקן אין מיטן דעם הײַנטיקן „ים־סוף‟?

די טעג האָב איך אַרײַנגעקוקט אין מענדעלעס „קליאַטשע‟. וואָס זשע מיינט איר, כ׳האָב דאָס ווערק געלייענט, ווי ס׳וואָלט געגאַנגען די רייד וועגן הײַנט. איך ברענג ווײַטער נאָר איין אויסצוג, די ווערטער, געזאָגט פֿון… אַשמדאי:

„דײַן אומגליק איז, ישׂראליק, וואָס דו ביסט נישט פּראַקטיש. נאָר אַ פֿאַנטאַזיאָר. נישט נאָר אַ פֿאַנטאַזיאָר ביסטו, נאָר אַ גרויסער בעל־פּילפֿול; אָט די מידה פֿון פּילפּול און פּשטלען זיך — דאָס איז דער גרויסער חסרון, וואָס געפֿינט זיך בײַ אַלע דײַנע ברידערלעך, סײַ בײַ מאַרקמענטשן, סײַ בײַ בית־המדרשניקעס; דער פּילפּול פֿאַרקרימט זיי דעם שׂכל, ער מאַכט זיי פֿאַר פֿאַרקאָכטע קנאים, פֿאַר גרויסע באַרימערס און איבערטרײַבערס. ער מאַכט אָן שׂינאה, קריג און מלחמות. און ס׳ווערט צעשטערט די ברידערשאַפֿט צווישן זיי. זיי זײַנען זיך מפּלפּל און דרשנען אַ סך דרשות און טאָן טוען זיי גאָרנישט. אָט די מידה לאָזט זיי נישט פֿאַראייניקן זיך צו אַ בשותּפֿותדיקער אַרבעט לטובֿת דעם גאַנצן פֿאָלק…‟

ברוקלין, ניו־יאָרק, אַפּריל 2024

Leave a comment