לאַפּסוס־קאַקטוס — 80

בעל־עגלה, פֿערד־און־וואָגן

ווען מיר האָבן פֿריִער גערעדט וועגן די דרײַ ייִדישע פּרנסות אינעם אַמאָליקן שטעטל — שנײַדערײַ, סטאָליערײַ און שוסטערײַ, — האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט אויף דער געשטאַלט פֿונעם בעל־מלאָכה גופֿא און די פּריטשינדאַלן, דאָס הייסט, די אינסטרומענטן, מיט וועלכע ער אַרבעט. הײַנט וועלן מיר רעדן וועגן דעם פֿאַך פֿון זײַן אַ בעל־עגלה. מעגלעך, ווי קיין שום אַנדער פֿאַך, האָט דער מענטש, וואָס האָט פֿון דעם געצויגן די חיונה, נישט געהאַט אַזויפֿיל נעמען ווי דער בעל־עגלה: פֿורמאַן, בינדיוזשניק, דראָשקער, איזוואָזטשיק, שמײַסער, פֿאַעטאָנטשיק, עקספּרעסמאַן, לאַסטפֿירער, זאַמדפֿירער, קוילנפֿירער, שמאַראַוואָזניק וכּדומה.

וואָס שייך דעם בעל־עגלהס פּריטשינדאַלן, וואָלט מען געקאָנט אָנרופֿן נאָר איין זאַך, וואָס איז וויכטיק פֿאַר דעם פֿאַך — די בײַטש! צוריק געשמועסט, וואָס איז ווערט אַ בעל־עגלה אָן פֿערד־און־וואָגן? דאָס פֿאָלקס־ווערטל זאָגט: אַז בײַ אַ בעל־עגלה פֿאַלט דאָס פֿערד, ווערט ער אַ מלמד. דעם בעל־עגלה איז נישט אָפּצוטיילן פֿון זײַן פֿערד־און־וואָגן; צוזאַמען מאַכן זיי איין פּרנסה. אַן אַנדער פֿאָלקס־ווערטל דערקלערט: דער בעל־עגלה פֿאָרט אַזוי לאַנג מיטן פּנים צום פֿערד, אַז ער ווערט אַליין אַ פֿערד. דאָס פֿערד ווערט זײַן חבֿר, אַ מיטגליד פֿון דער משפּחה: אַ ווײַב און אַ פֿערד באָרגט מען נישט אַוועק, — באַמערקט דאָס ווערטל. און נאָך אַן עצה: שמײַס דאָס פֿערד מיט האָבער, נישט מיט דער בײַטש!

קיין גרויסער תּלמיד־חכם, ווי איר פֿאַרשטייט, איז אַ בעל־עגלה נישט געווען; זײַנע מעלות האָבן געשטעקט אין די שטאַרקע קריזשעס און אײַזערנע פֿויסטן. דעריבער, ווען ס׳פֿלעג אויסברעכן אַ געשלעג אָדער חלילה אַ פּאָגראָם, זײַנען אין די ערשטע רייען, צווישן אַנדערע גיבורים, געשטאַנען די חבֿרה בעלי־עגלות.

אין די גרעסערע שטעט האָט דער פֿורמאַן אָדער איזוואָזטשיק, אָדער פֿאַעטאָנטשיק געהאַט מער אַרבעט, איידער אין די שטעטלעך, וווּ בדרך־כּלל האָט ער זיך באַשעפֿטיקט מיט אָפּפֿירן פּאַסאַזשירן צו דער אײַזנבאַן־סטאַנציע אָדער פֿון איין שטעטל אין אַנדער שטעטל, אָדער אין שטאָט אַרײַן. אין אונטערשיידן צו די דערמאָנטע פֿריִער פּרנסות, האָלט זיך דער בעל־עגלה נישט אויפֿן אָרט, ער איז תּמיד אין וועג, און ווער ווייסט, וואָס אין וועג קאָן זיך טרעפֿן. בפֿרט אויף די ברייטע שליאַכן פֿון רוסלאַנד ווינטער־צײַט, ווען עס גיט אַ פֿאַרדרייט די זאַווערוכע, מע פֿאָרט אַראָפּ פֿונעם וועג, עס קאָן אָנפֿאַלן אַ טיטשקע הונגעריקע וועלף, אָדער אַ הײַפֿל גזלנים… אָדער נאָך ערגער — אַ בייזע מכשפֿה.

אָט אַזאַ מעשׂה האָב איך געהערט פֿון מײַן באָבע עלקע ע״ה: „געשען איז עס אויפֿן וועג פֿון בעלץ קיין מאַרקולעשט. אַ ייִד אַן איזוואָזטשיק איז געפֿאָרן דורך אַ וועלדל. האָט אים באַגעגנט אַ הויכע, אַ שלאַנקע פֿרוי מיט רויטער באַקן, מיט לאַנגע צעפּ. זי האָט זיך אַוועקגעשטעלט בײַם צוים פֿון פֿערד און אים נישט געלאָזט פֿאָרן. דער ייִד האָט גענומען כוואָשטשען מיט דער בײַטש, דעמאָלט איז זי נעלם געוואָרן. ווען ער איז אַרויסגעפֿאָרן פֿונעם וואַלד אין מיטן פֿעלד, איז זי אַרויף הינטן אויפֿן וואָגן. דעמאָלט האָט ער גענומען די ציצית אין די הענט און געלייענט קריאת־שמע — איז זי פֿאַרשוווּנדן.

מענדל גאָרשמאַן. אַ בעל־עגלה אין שטעטל

אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר זײַנען דאָ נישט ווייניק מעשׂיות וועגן „ניט־גוטע‟ און זייערע „קאָנטאַקטן‟ מיט מענטשן, בתוכם בעלי־עגלות. אָט איז איינע פֿון זיי: „איין מאָל האָט אַ בעל־עגלה זיך אומגעקערט אַהיים פֿונעם יאַריד. דער וועג איז אים געווען גוט באַקאַנט. פּלוצעם דערזעט ער אַ הײַזל, אָבער ער ווייסט זיכער, אַז דאָ אויפֿן וועג געפֿינען זיך נישט קיין הײַזער. פֿון הײַזל שײַנט אַרויס אַ פֿײַערל, און ער זעט, אַז דאָרטן גייען אַרום שאָטנס פֿון מענטשן. ער האָט זיך שטאַרק דערשראָקן. בקיצור, ער איז אַרײַן אין שטוב, אָבער ער האָט קיינעם נישט געפֿונען. ער איז אַרויס פֿון שטוב און ער זעט ווידער, אַז די זעלבע שאָטנס שוועבן אַרום אים. האָט ער פֿאַרשטאַנען — דאָ שפּילן זיך די ניט־גוטע. ער האָט געכאַפּט די בײַטש אין האַנט און געוואָלט מאַכן די פּליטה. אָבער ס׳האָט אים אָפּגענומען די האַנט, און דאָס פֿערד האָט זיך פֿון אָרט נישט גערירט. מיט די לעצטע כּוחות האָט דער בעל־עגלה געכאַפּט די בײַטש מיט דער אַנדערער האַנט און גענומען פֿאָכען מיט איר אַרום זיך. דאָס פֿערד האָט זיך געלאָזט גיין. אָפּגעגאַנגען עטלעכע טריט האָט דאָס פֿערד זיך אָפּגעשטעלט פֿאַר אַ גרויסע גרוב מיט וואַסער. בקיצור, ער האָט פֿאַרשטאַנען די גאַנצע מעשׂה, אַז די ניט־גוטע שפּילן זיך מיט אים. האָט ער אַרויסגענומען פֿון וואָגן זײַנע תּפֿילין און אָנגעהויבן שרײַען „שמע־ישׂראל!‟. בקיצור המעשׂה, די גרוב איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן און דער בעל־עגלה איז בשלום געקומען אַהיים.

אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז די געשטאַלט פֿון אַ בעל־עגלה זייער פֿאַרשפּרייט סײַ בײַ אונדזערע קלאַסיקער און סײַ אין דער מאָדערנער ליטעראַטור, סײַ אין פּראָזע און סײַ אין פּאָעזיע.

אין ניו־יאָרק, אין מאַנכעטן אַרום דעם צענטראַלן פּאַרק קאָן מען פֿאַר אַ געוויסן פּרײַז מאַכן אַ רײַזע אויף אַ שיינער בריטשקע, אין וועלכער עס איז אײַנגעשפּאַנט אַ פֿערד אַ קראַסאַוועץ. אויך דער בעל־עגלה איז נישט אַבי ווער, נאָר אַן עכטער „דענדי‟. כּל־זמן ער פֿירט אײַך, וועט איר אויסהערן נישט ווייניק טשיקאַווע מעשׂיות.
אין מײַן ליד „בעסאַראַבער איזוואָזטשיק אין ניו־יאָרק‟ האָב איך געשילדערט אַזאַ מין ניו־יאָרקער איזוואָזטשיק.

נאָך מיט פּסחדיקע גרוסן,
לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a comment