עמיל קאַלין
6
סעם איז געזעסן אין טאַקסי, וואָס אין געפֿאָרן דאַונטאַון, אין דעם לאָוער איסט סײַד. דאָרט, אין דעם קליינעם אָפֿיס פֿון שטעפֿאַנעשטער לאַנדסמאַנשאַפֿט, האָט געזאָלט פֿאָרקומען דער האַלב-יאָריקער מיטינג פֿון דער אַסאָסיעשן. אויף דעם לאָוער איסט סײַד שוויבלט מיט כינעזער. די ייִדן זענען פֿון דאַנען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. עס לוינט זיי שוין מער נישט די אַמאָליקע ענגשאַפֿט. אַזוי ווי קיין שום ייִד שטעקט די נאָז נישט אַרײַן אין אָפֿיס און דער בודזשעט איז שוין אַ פּאָר גוטע יאָר אויף געהאַקטע צרות, איז בערני, דער פֿאָרזיצער, געפֿאַלן אויף אַ המצאה: די אַסאָסיעשן וועט בלית-ברירה פֿאַרקויפֿן דעם לאָקאַל צו עפּעס אַ כינעזישן ביזנעסמען, וואָס בערני האָט אים אויסגעקראַצט פֿון ערגעץ. יענער האָט בדעה צו פֿאַרוואַנדלען דאָס אָרט אין אַ רעסטאָראַן און אַ בודיסטישן טעמפּל. דער דאָזיקער מיטינג איז געווען אַ גורלדיקער. בשעתן מיטינג האָט מען געזאָלט אַרומרעדן דעם גאַנצן ענין און קומען צו אַן ענדגילטיקן באַשלוס. סעם האָט דערפֿילט ווי זײַן בלוטדרוק טוט אַ שפּרונג אַרויף נאָר פֿונעם טראַכטן, אַז דער אָפֿיס קאָן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין עפּעס אַ רעסטאָראַן און אַן אָרט, וווּ מע דינט עבֿודה-זרה. סעם האָט שוין פֿון פֿריִער ווויל געוווּסט — ער וועט זײַן דער איינציקער, וואָס וועט שטימען קעגן דער חרפּה. די איבעריקע מעמבערס וועלן אַוודאי נישט זאָגן קיין קרום וואָרט, אָבער זייערע זײַטיקע בליקן וועלן אים שטעכן דאָס לײַב. ער וועט שוין איין מאָל דערפֿילן די בליקן; מע וועט קוקן אויף אים מיט ביטול, ווי אויף אַ פּרימיטיוון מענטש, וואָס איז נישט מסוגל צו טראַכטן קלאָר, כאַפּט זיך אָן אינעם אָפּגעלעבטן, גיט אַלץ אַוועק צוליב אַ רעשטל נאָסטאַלגיע. נאָך אַלעמען, האָט אַלץ טאַקע געשטימט קעגן אים: די טרוקענע פֿאַקטן, דער שׂכל-הישר, די הויכע שטאָט-שטײַערן, די נעבעכדיקע פֿינאַנציעלע לאַגע פֿון דער אַסאָסיעשן. דאָס האָט סעמען אָבער נישט געמאַכט ווייכער — פֿאַרקערט. ער איז געוואָרן אַ גרעסערער עקשן און אַ צעלהכעיסניק.
דער טראַפֿיק איז געוואָרן אַלץ שווערער ווי דער טאַקסי זאָל נישט געווען פּרוּוון זיך דורכשנײַדן דעם וועג קיין דאַונטאַן. ער איז מער געשטאַנען ווי געפֿאָרן. דער טרײַבער האָט געקוועטשט כּסדר אויפֿן האָרן און געגראַגערט צו סעמען אויף שפּאַניש. אין אָנהייב האָט סעם באַמיט צו געבן אים צו פֿאַרשטיין מיט אַלערליי זשעסטן, אַז ער פֿאַרשטייט נישט קיין וואָרט, אָבער דעם טרײַבער איז דאָס ווייניק אָנגעגאַנגען. ער האָט, ווײַזט אויס, זיך גענייטיקט, דער עיקר, אין אַ צוהערער, נישט אין אַ מיטשמועסער. סעם האָט זיך משער, אַז דער טרײַבער רעדט זיך אויס דאָס האַרץ, באַקלאָגט זיך וועגן זײַן ווײַב און קינדער. סעם האָט כּסדר צוגעבאָמקעט: „סי, סי, שור, שור‟ — נאָר טראַכטן האָט ער ווײַטער געטראַכט זײַנע אייגענע מחשבֿות.
ער האָט זיך פֿאָרגעוואָרפֿן הלמאַי ער מוטשעט זיך נאָך אַלץ צוליב דער אַסאָסיעשן און נעמט אָן אַלץ, וואָס דאָרט קומט פֿאָר, צום האַרצן. אַיעדער מיטינג איז, ווי מע וואָלט אויף אים אויסגעגאָסן אַ פֿעסל קויטיק וואַסער. יענע געציילטע אַלטע לײַט וואָס האָבן נאָך עפּעס געוווּסט, געקענט און געדענקט, זענען שוין נישטאָ. נישטאָ ווער עס זאָל זאָגן אַ קלוג וואָרט. אַמאָל האָט מען בעת דעם מיטינג געקענט הערן אַ מעשׂהלע, פֿול מיט ייִדישער חכמה, אַ טרעפֿלעך ווערטל, אַ זאַפֿטיקן וויץ; עמעצער איז געקומען צוריק פֿון ישׂראל אָדער רומעניע און געבראַכט מיט זיך גרוסן און נײַעס פֿון באַקאַנטע: איינער האָט חתונה געהאַט מאָנטיק און אָפּגעגעבן גט דאָנערשטיק, אַ צווייטע האָט געקראָגן דעם ראַק, אָבער זיך נישט געמוטשעט קיין סך, אַ דריטער איז פֿאַרפֿאַלן ערגעץ אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿאַרשיקט געוואָרן צו די ווײַסער בערן, קינדער זענען געבוירן געוואָרן, אַלטע־לײַט — געשטאָרבן, און די וועלט איז געווען אַ וועלט. און הײַנט? וואָס קענען, נעבעך, די הײַנטיקע ייִדן? האָט זיך סעם געפֿרעגט. אַ קרענק קענען זיי! אַן אָפּגעקאָכטער מאכל, אַ קנויל לאַנגווײַל. די מעשׂיות און חכמהלעך זייערע טויגן אויף כּפּרות, אָן אַ ברעקל ייִדישן חן. נישטאָ בײַ זיי קיין ייִדישער גורל, נישטאָ קיין ייִדישע צרות, נישטאָ קיין זיפֿצן און טרויעריקע שמייכלען. די ווערטער זייערע בלײַבן שטעקן אין גאָרגל, ווי להבֿדיל אַ ביינדל. הײַנט זענען אַלע „מעמבערס‟ געלערנטע לײַט: אָדער לויערס אָדער דאָקטוירים. איין שמויגער איז, דאַכט זיך, עפּעס אַ פֿאַרמוחטער פּראָפֿעסטאָר פֿאַר פּסיכאָלאָגיע מיט אַ גלאַטער צונג, וואָס קען דיר אײַנרעדן אַ קינד אין בויך. נו, און וועגן וואָס רעדן זיי יאָ? נאָר וועגן בודזשעטן, ציפֿערן, קרקע אין בית-עולם, וועמען דאַרף מען צאָלן, וויפֿל און פֿאַרוואָס. אַז ס׳פֿעלן אויס אַ פּאָר דאָלער אין בודזשעט, טוט זיך בײַ זיי חושך, מע קריכט אויף גלאַטע ווענט. ער האָט תּמיד געוווּסט, אַז בײַ זיי איז דער דאָלער דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל, אָבער נעמען און פֿאַרקויפֿן דעם אָפֿיס, וואָס איז געווען ממש דאָס אויג אין קאָפּ בײַ זייערע טאַטעס און זיידעס, ער זאָל ווערן אַ טעמפּל, וווּ מע קניט פֿאַר בודאַ? דאָס איז אים נישט אײַנגעפֿאַלן. אַזאַ ירידה! און גיי זאָג זיי אַ וואָרט…
אין זײַן הילוך האָט סעם אויסגעזען ווי יעדער פֿאַרמעגלעכער אַמעריקאַנער בירגער, וואָס געניסט פֿון אַלע רעכט, באַקוועמלעכקייטן און פֿאַרגעניגנס, וועלכע מע קען קויפֿן אין ניו־יאָרק פֿאַר געלט: ער האָט פֿאַרמאָגט אַ פֿײַנע דירה אין אַפּער-וועסט, געקויפֿט עלעקטרישע חידושים, וועלכע האָבן געזאָלט אַרײַנברענגען נאָך מער באַקוועמלעכקייט אין זײַן טאָג-טעגלעכן לעבן, אין עלעווייטאָר האָט דער עלעווייטאָר-באָי געקוועטשט די קנעפּלעך פֿאַר אים, דער דאָרמען איז געשטאַנען גרייט צו עפֿענען די דרויסן-טיר, אין די רעסטאָראַנען האָט מען אים געדינט בנימוסדיק, מיט אַ שמייכל און דאָך איז פֿאָרט געשטאַנען אַ מחיצה צווישן אים און דאָס שיינע לעבן, וואָס האָט אים אַרומגערינגלט פֿון אַלע זײַטן. עס האָט געטליִעט אין אים אַן עקשנותדיקע אַנדערשקייט, אַ סאָרט ייִדישע אײַנגעשפּאַרטקייט, וואָס האָט נישט געקענט בשום-אופֿן שלום מאַכן מיטן אַרום. ער האָט געקענט שעקספּירס לשון, אָבער תּמיד געגרײַזט בשעתן רעדן און זיך אויסגעדרוקט מיט דער אומגעלומפּערטקייט פֿון אַ קינד. ער האָט גוט פֿאַרשטאַנען וואָס די אײַנגעבוירענע אַמעריקאַנער זאָגן, אָבער נישט געכאַפּט דאָס, וואָס עס שטייט הינטער זייערע ווערטער.
די איבעריקע מיטגלידער פֿון דער שטעפֿאַנעשטער אַסאָציאַציע, קינדער און אייניקלעך פֿון יענע שטעפֿאַנעשטער, וואָס זענען אַוועק פֿון דעם שטעטל און האָבן זיך דערשלאָגן צו די ברעגן פֿון דער גאָלדענער מדינה, האָבן געהאַט גרויס דרך-ארץ פֿאַר סעמען. ער האָט געדינט, אין אַ געוויסער מאָס, ווי אַ כּהן-גדול בײַ זיי; ער איז דאָך געקומען פֿון דער אַלטער היים און עטלעכע ייִדישע מינהגים האָבן זיך אָפּגעהיט בײַ אים. דערצו האָט ער געדענקט אַ פּאָר דינים, געקענט אַ ביסל דאַווענען און חומש: די אָבֿות, יוסף הצדיק און זײַנע ברידער, יציאת-מצרים, משה רבינו. נאָר אויכעט אין דער לאַנדמאַנשאַפֿט איז ער פֿאַרבליבן, אין לעצטן סך-הכּל, אַ זײַטיקער, אַ פֿרעמדער, אַ ביין אין גאָרגל. ער האָט געגעבן אַ משל מיט יעקבֿ אָבֿינו און עשׂיו אָדער מיט פּאָטיפֿאַרס ווײַב און די איבעריקע מיטגלידער האָבן געקוקט אויף אים ווי עס קוקט אַ האָן אין „בני־אָדם‟.
זיי זענען געווען און געבליבן קנאַפּע מבֿינים אויף סעם דריימאַנען. טיילמאָל פֿלעגט ער, בעת אַ שטילער זיצונג, פּלוצעם אַ קלאַפּ טאָן מיטן פֿויסט איבערן טיש און דונערן מיטן קול. די אַנדערע חבֿרים האָבן נישט געהאַט די מידנסטע אַנונג הלמאַי ער איז פּלוצעם געוואָרן אַזוי אויפֿגעבראַכט. נישט זיי און נישט ער זענען ניט געווען ביכולת אַרונטערקריכן אונטער דער מחיצה און דערקריכן אויף יענער זײַט.
די טאַקסי האָט סוף-כּל-סוף פֿאַרקערעוועט אויף דעלאַנסי־גאַס. סעם האָט געטאָן אַ קוק אויפֿן האַנטזייגערל: ער האָט פֿאַרשפּעטיקט אויף צען מינוט. אַבי מ׳זאָל נישט אָנהייבן שטימען אָן אים. אַ לאַסט-אויטאָ האָט זיך פּלוצעם אָפּגעשטעלט אין מיטן דער גאַס, צוויי לײַביקע יאַטן זענען, איינס און צוויי, אַרויסגעשפּרונגען, צעפּראַלט די הינטערשטע טירן און גענומען אַראָפּלאָדן סחורה.
„דער רוח זאָל זיי נעמען, ממזרים!‟ — האָט סעם געקריצט מיט די ציין.
„קאַלמאַ, סעניאָר!‟ — האָט דער טאַקסי־טרײַבער געזאָגט מיט אַ שלעפֿעריקן ניגון, זיך אויסגעדרייט דעם קאָפּ און באַטראַכט סעמען מיט צוויי שוואַרצע, קנעפּלדיקע אייגעלעך.
„יאָ, געטראָפֿן אין פּינטל! מײַן באָבע הייסט טאַקע קלמן!‟ — האָט סעם געזאָגט אויף ייִדיש און צוגעגעבן אויף ענגליש: „טהענקיו סיר, סטאָפּ היר פּליז!‟
די טאַקסי האָט זיך אָפּגעשטעלט. סעם האָט באַצאָלט, איז אַרויסגעקראָכן פֿון דעם אויטאָ און גענומען לויפֿן. ער האָט גיך דערפֿילט אַ שטעכעניש בײַ דער זײַט און אַ כאָרכלעניש אין די לונגען. די כּוחות האָבן אים פֿאַרלאָזט נאָך איין בלאָק. ער האָט אָנגעהויבן הוסטן און גיין האַלטנדיק זיך בײַ דער זײַט. זײַן שטערן איז נאַס געוואָרן און דער גומען טרוקן. ער האָט זיך געסטאַרעט אָטעמען טיף, אָבער דאָס האַרץ האָט נאָך אַלץ געשלאָגן משוגענערהייט. אַזוי זעט אויס אַ האַרץ־אַטאַק, האַ? האָט ער גערעדט צו זיך. אַזוי איז מיר באַשערט? פּגרן צווישן פֿרעמדע? סעם האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף אַ וואַנט אָפּצוכאַפּן דעם אָטעם און אָפּגעמאָסטן קרום די פֿאַרבײַגייערס: אויף דער גאַס זענען געגאַנגען כינעזער, נעגערס, אירלענדער און גלאַט גויים. „ממש זיבעציק אומות מיט זייערע זיבעציק לשונות!״ [1], האָט סעם זיך דערמאָנט אין אַ שטיקל גמרא. „און די ייִדן, האַ?‟ — האָט ער מקשה געווען. — „וווּ זענען די ייִדן? נישטאָ קיין איין ייִד אויף אַ רפֿואה… אַלץ וואָס עס איז איבערגעבליבן פֿון זיי זענען קאָרנביף און פּאַסטראַמי.‟
[1] אמר רבי שמעון: בשעה שבנו בני אדם את המגדל, קרא הקב”ה לשבעים המלאכים המסבבים את כסא כבודו, ואמר להם: בואו ונבלבל לשונם לשבעים אומות ולשבעים לשון, ״האָט געזאָגט רבי שמעון: בשעת די מענטשן האָבן אויפֿגעבויט דעם טורעם, האָט גאָט גערופֿן זיבעציק מלאָכים, וואָס האָבן אַרומגערינגלט דעם כּיסא-הכּבֿוד, און זיי געזאָגט: לאָמיר מישן זייער שפּראָך אויף זיבעציק נאַציעס און זיבעציק לשונות.
דאָס צווייטע קאַפּיטל
1
די זיצונג פֿון דער שטעפֿאַנעשטער לאַנדסלײַט־אַסאָסיעשן האָט זיך פֿאַרענדיקט. סעם איז געגאַנגען אויף האַוסטאָן־גאַס צו מערבֿ. ער האָט געזשיפּעט, געוואָרפֿן פֿאָרשנדיקע, איבערגעשראָקענע בליקן אויף הינטערווײַלעכץ און אויף די זײַטן, ווי אַ פֿאַריאָגטער, וואָס אַנטלויפֿט פֿון אַן אָנשיקעניש. סעם האָט געזוכט די סאַבוויי־סטאַנציע פֿון B ליניע. זי האָט געזאָלט זײַן ערגעץ מער אויף דרום, אַזוי האָט עס זיך אים פֿאַרגעדענקט פֿון די אַמאָליקע צײַטן, ווען ער פֿלעגט אַרומגיין אויף די דאָזיקע גאַסן אַזש ביז די שיך זײַנע האָבן באַקומען „מײַלער‟, די זוילן האָבן זיך אומגעקלעפּט, אָבער די סטאַנציע איז, פּראָסט-און-פּשוט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. דער זכּרון האָט אים אָפּגענאַרט. „יאָ, ס׳גאַנצע לעבן איז אַ שטיק אָפּנאַרערײַ, נאָר דער טויט איז זיכער‟, — האָט ער געטראַכט צו זיך בשעת ער האָט געפֿירט דעם בליק איבער די באַלויכטענע שילדן פֿון די געשעפֿטן. זיי האָבן אים צוגעזאָגט אַלע גליקן פֿון דער וועלט.
ער איז געגאַנגען אָנגעטאָן אין די זעלבע אָפּגעטראָגענע מלבושים, אין וועלכע ער איז אַרויסגעגאַנגען פֿון דער היים אין דער פֿרי און ווידער אַ מאָל נאָך מיטאָג; פֿון דעם צעשפּיליעטן שוואַרצן מאַנטל, וואָס האָט פֿאַרשטעלט אַ קויטיק העמד, האָט אַרויסגעשלאָגן אַ שאַרפֿער ריח פֿון באַאַרבעטן לעדער, אַזאַ וואָס קיין שום שטאָף אָדער מיטל איז נישט בכּוח אַראָפּווישן. די ווײַסע פּאַנאַמע־הוט האָט אויסגעזען צעקנייטשט. זי האָט קרום פֿאַרדעקט דעם פּליך, ווי געוואָלט זײַן אַ טייל פֿון אַ פּורים-קאָסטיום. עטלעכע פֿאַרבליבענע האָר האָבן זיך אַ הייב געגעבן אין דער לופֿטן, ווי זיי וואָלטן געווען שפּרינגפֿעדערס, וואָס שטאַרצן אַרויס פֿון אַן אַלטער שטול. די באַקן זענען אים אײַנגעפֿאַלן, ווי בײַ אַ ציינלאָזן, די אויגן — עטוואָס אַרויסגעבאַלטע און נאַסע — האָבן אויסגעדרוקט אַן איבערראַשונג, אומעט און אינערלעכע צערודערונג.
די האַרבסטיקע ווינטן פֿון אין דער פֿרי אָן זענען אַ קאַפּעלע שטילער געוואָרן, אָבער איצט איז אַ פּלוצעמדיקע, ביטערע קעלט אַראָפּגעפֿאַלן אויף דער שטאָט ווי אַ שטראָף פֿון גאָט. אין דער שטייענדיקער לופֿט האָבן געשוועבט און זיך געהוידעט נאַסע שנייעלעך. זיי האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט געלאַסן אויף די קעפּ פֿון די פֿאַרבײַגייערס, ווי זיי וואָלטן געהאַט אַ חזקה איבער דעם שטח פֿון ששת-ימי-בראשית אָן. אַ פּאָר שטעכיקע שנייעלעך האָבן געלענדט אויף סעמס האָריקן קאַרק און דאָרטן זענען זיי פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין טראָפּנדלעך וואַסער.
סעמען האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז דער באַנאַכטיקער הימל — אַ טיף שוואַרצע יריעה, אויסגעשפּרייט האַרט איבער די פֿלאַכע דעכער, וואָס האָבן פֿון תּמיד אָן אויסגעזען סעמען ווי הוילע שוואַרצע פּוסטעניש, — רירט זיך, וויברירט, איז פּלוצעם לעבעדיק געוואָרן. סעם האָט דערפֿילט בחוש, אַז עפּעס אָדער עמעצער קוקט אויף אים אַראָפּ פֿון אויבן, פֿאָלגט אים, מעסט זײַנע טריט, וועגט מיט ערנסטקייט יעדעס תּנועהלע און מחשבֿה זײַנע.
ער האָט זיך אויסגעמאָלן ווי דער אייבערשטער זיצט אויבן, אין דעם שוואַרצן הימל, אויף כּיסא-הכּבֿוד, אַרומגערינגלט מיט פֿמליא-של-מעלה. אַ מלאך שאַרט מיט אַ לאָפּעטע אַש און סמאָלע — סעמס עבֿירות און חטאים. דער מלאך שיט אַלץ אויף איין וואָגשול און אויף דער צווייטער וואָגשול, דער וואָגשול פֿון זכותים שיט אַן אַנדער מלאך — זעמדעלעך אַזוינע, דינע ווי זאַלץ.
אמת, לכאורה איז דאָ נאָך צײַט צו טאָן תּשובֿה, אָבער ער איז שוין אַ פֿאַרפֿאַלענער. סעם האָט געמאַכט אַ חשבון און איז געקומען צום אויספֿיר, אַז ער וועט שוין נישט טאָן תּשובֿה אויכעט, אויב דער חלף וועט, בוכשטעבלעך, ליגן אויפֿן האַלדז, און ער איז געווען זיכער, אַז אויך בערני, אַ ליכטיקן גן-עדן זאָל ער האָבן, האָט אויכעט נישט געטאָן קיין תּשובֿה אָדער חשבון-הנפֿש. ער איז דאָך געלעגן, לויט זײַן צו-פֿריילעכער אַלמנה, אַ וואָך צײַט באַוווּסטלאָז אין שפּיטאָל.
סעם האָט זיך אָפּגעשטעלט אַ ווײַל בײַ דער וויטרינע פֿון „קאַצס דעליקאַטעסן‟. ער איז געווען אויסגעשעפּט און הונגעריק, אָבער נישט געקענט פּועלן בײַ זיך נעמען עפּעס אין מויל אַרײַן. ער האָט באַטראַכט דורך דער שויב די לאַנגע, לעבעדיקע ריי, וואָס האָט זיך אויסגעשטעלט בײַ דער קאַסע. שיִער נישט אַלע טישן זענען געווען פֿאַרנומען. די פּנימער זענען געווען רויטע, מיט בלוט פֿאַרגאָסענע. מענטשן האָבן געלאַכט, געהירזשעט ווי פֿערד, געקײַט מיט אַפּעטיט קאָרנביף סענדוויטשעס, געביסן פֿעטע שטיקער פֿון די געזײַערטע אוגערקעס אַזש דער זאַפֿט איז זיי גערונען איבער די גאָמבעס. מע האָט געזשליאָקעט לימאָנאַדע, קאָקאַ-קאָלאַ, זעלצער-וואַסער, טאָניק-וואַסער — אַלץ מיט דער ברייטער האַנט. אויף די ווענט זענען געהאָנגען שוואַרץ-און-ווײַס פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון לאַנג־פֿאַרגעסענע סעלעבריטיס.
„אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס זעען זיי אויס שמייכלענדיק און לעבעדיק, אָבער הײַנט זענען זיי מסתּמא אַלע טויט‟, — האָט סעם געטאָן אַ מורמל אונטער דער נאָז.
זײַן בויך איז געווען אָנגעבלאָזן און דער מאָגן אײַנגעשרומפּן. ער האָט דערפֿילט מאָדנע קרעמפּן. אין מויל האָט זיך געשטעלט אַ זויערלעך-ביטערער טעם, דער זעלבער טעם, וואָס מע שפּירט יום-כּיפּור צו נעילה. ער האָט גאָרנישט געהאַט אין מויל הײַנט, אַ חוץ יענע בידנע קאַווע אין דער פֿרי.
דאָס באָבעס קול האָט זיך אַרײַנגעשמידט אין מיטן דערינען, גערעדט אין אים, געקלאָגט געשמאַק ווי דעמאָלט, ווען מענטשן זענען נאָך געווען מענטשן און געקענט אַרויסלאָזן אַ טרער: „אוי… טע, טע, טע אַ שיינע וועלט, נישט אַזוי? קוקט זיי אָן! פֿרעסן אויפֿן ביידע באַקן, לעבן אַ שיינעם טאָג: עסן, טרינקען ווי גאָט האָט געהייסן און ער, נעבעך, דער בערני ליגט אין דער ערד, נאַ דיר אַ באַניקל פֿאַר אַזאַ יושר!‟
אַ שוואַרצע קאַץ איז אַפֿירגעשפּרונגען פֿון דער פֿינצטערניש, דורכגעלאָפֿן סעמען דעם וועג, נאָכגעיאָגט אַ קליין באַשעפֿענישל, מסתּמא אַ מויז, מיט רציחה און מערדערישער הנאה. זי איז תּיכּף פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. דאָס יאָגעניש איז געווען אַזאַ גיכע, אַז סעם איז געבליבן שטיין אַ געפֿלעפֿטער: צי איז דאָס, וואָס ער האָט ערשט דערזען, געשען אין דער אמתן אָדער זאָל דאָס זײַן נאָר אַ פֿאַרבלענדעניש, אַ האַלוצינאַציע? וואָס זאָל דאָס הייסן? סעם האָט אויפֿגעציטערט. ער האָט אַ קנייטש געטאָן דעם שטערן, אָבער נישט געווען ביכולת אַרויסקוועטשן פֿון זיך קיין שום זיניקע מחשבֿה… פּלוצעם האָט ער באַקומען מורא פֿאַר אַ שטראָף, אַ מכּה, וואָס דער אייבערשטער גרייט צו נאָר פֿאַר אים.
ער האָט אָפּגעריסן דעם בליק פֿון „קאַצס‟ וויטרינע און איז זיך געגאַנגען ווײַטער. דאָס געווירבל פֿון געפֿילן אין אים האָט זיך אַ קאַפּעלע אָפּגעשטילט און דער שׂכל-הישר האָט איבערגענומען די ממשלה איבער דעם מוח: „נו, די וועלט איז אַזאַ. דאָ וועלן גאָר נישט העלפֿן קיין טרערן און קיין קלאָג-רייד. אַזעלכע זאַכן מוז מען אָננעמען מיט אַ צי מיטן אַקסל. אַוודאי איז דאָס באַשעפֿעניש, נאָך וועלכן די קאַץ יאָגט מיט אַזאַ אומפֿאַרשטענדלעכער בלוט-דאָרשטיקייט, גאָט די נשמה שולדיק און, דאָך, איר גורל איז פֿאַרחתמעט. עס וועט מוזן אָפּצאָלן מיטן קאָפּ צוליב דעם געזעץ פֿון נאַטור… אָבער וואָסער געזעץ? וווּ שטייט עס געשריבן? אין הימל? מ׳קען נישט שרײַבן מיט… ווי הייסט עס? קאַרבאָן-דיאָקסיד… איז, אפֿשר צוליב דעם בלינדן, מעכאַנישן צוואַנג-כּוח וואָס פֿירט אַלץ און אַלעמען. די קאַץ שפּילט איר ראָלע און דאָס קליינטשיקע באַשעפֿענישל — שפּילט איר ראָלע. זיי ביידע זענען געצוווּנגען שפּילן די דאָזיקע ראָלעס. אַנדערע האָבן זיי ממילא נישט. נו, אָבער נאָר איינער שפּילט מיטן אייגענעם קאָפּ… איז, אפֿשר, ווי פֿרומע ייִדן זאָגן, אַז דאָס געשעט צוליב אַ מינדסטן אומיושר וואָס אַ גרויסער צדיק איז באַגאַנגען אין אַ פֿריִערדיקן גילגול, מוז דאָס באַשעפֿעניש האָבן אַ קורץ לעבן, ווײַל די נשמה פֿון אַ גרויסן צדיק איז מגולגל געוואָרן אין איר…‟ קיין שום ענטפֿער האָט סעם נישט צופֿרידנגעשטעלט, אין יעדן צוגאַנג איז דאָ אַ בלויז. דער טויט האָט נישט און טאָר נישט האָבן קיין פֿאַרענטפֿערונג.
סעם האָט דורכגעשניטן דעם וועג דורך די ליכט און ליכטעלעך פֿון האָוסטאָן־גאַס, זיך געשאַרט לעבן די פֿינצטערע וויטרינעס, הינטער וועלכע עס האָבן כּסדר געבליצט נעאָן־אויפֿשריפֿטן מיט מיאוסע קאָלירן און געטאָן די פֿאַרבײַגייערס צו וויסן וועגן אַלערליי „מעכטיקע אויספֿאַרקויפֿן‟, „ספּעציעלע פֿאָרשלאָגן‟, „אַראָפּגעשניטענע פּרײַזן‟. פּלוצעם האָט ער זיך דערזען שטיין בײַ אַן סאָבוויי־סטאַנציע. אַ נס! בײַם אַרײַנגאַנג איז אָנגעוויזן געוואָרן דער בוכשטאַב: B. אָט דאָס האָט ער דאָך געזוכט די גאַנצע צײַט.
„וואַטש אַוט!‟ — האָט אַ בורטשע געטאָן אַ פּאָלנער פֿעסטגעבויטער מאַנסביל מיט אַ האַרבן לײַב-גערוך און האָט שיִער נישט אָפּגעשטויסן סעמען בעתן אײַליק אַרויפֿטראָגן זיך איבער די גליטשיקע טרעפּ פֿון דער סטאַנציע.
סעם האָט געוווּנטשן דעם פֿרעמדן אין האַרצן דער רוח זאָל אים נעמען און נישט אומקערן.
עס איז געווען נאָך „ראַש האַוור‟ און דער געלויף איז געווען אין סאַמע ברען. סעם האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אין דעם דושנעם שלונג פֿון דער סטאַנציע, נאָכפֿאָלגנדיק דעם ריי מענטשן, ווי אַ שעפּסעלע אין דער טשערעדע. סעם האָט זיך אַרומגעטאַפּט און זיך איבערצײַגט, אַז ער האָט נישט קיין בילעט. צו אַלע צרות האָט אים דער גורל צוגעטיילט דעם כּבֿוד און פֿאַרגעניגן צו וואַרטן אין דער פֿאַרכמורעטער ריי, וואָס האָט זיך לעבעדיק געשלענגלט פֿאַר דער קאַסע. הינטער אַ פֿאַרפּאַנצערט פֿענצטער אין דער קליינער בודקע איז געזעסן אַ פֿעטע נעגערטע, אויף וועמענס רונדיקן, פֿאַרשוויצטן פּנים איז געלעגן אַ כמאַרע פֿון אַ מסוכּנעם לאַנגווײַל, וואָס איז צומאָל נאָך ערגער ווי טויט. איר ריזיקער, צעפֿאָרענער קערפּער האָט ממש אָנגעפֿולט דעם גאַנצן חלל. מענטשן האָבן גערוקט צו איר אַ פּאָר מטבעות, באַנקנאָטן, זי האָט אַלעמאָל געוואָרפֿן מהיכא-תּיתדיק אַ בילעט. דער קונה האָט אים אַרײַנגעשטעקט אין קעשענע און איז אַוועק אָן צו וואַרפֿן אויף איר אַן איבעריקן בליק. דער גאַנצער פּראָצעס האָט געאַרבעט ווי אַ גוט געשמירטער מעכאַניזם.
„דאָס גאַנצע לעבן איז אַ פֿאַרקאַקטער מעכאַניזם!‟ — האָט אַ בליץ געטאָן בײַ סעמען אַ מחשבֿה. — „מיר זענען די שרײַפֿעלעך. מיר נאַראָנים מיינען, אַז אַלץ טוען מיר לטובֿת זיך אַליין, די משפּחה, באַשיצן די אייגענע אינטערעסן, נאָר, אין דער אמתן, זענען מיר אַ טייל פֿון אַ מעכאַניזם און דערמיט וואָס מיר שטייען אויף יעדן אינדערפֿרי, טוען אַ זופּ די עקלדיקע קאַווע און הײַדאַ צו „מאַכן געלט‟, דינען מיר, נישט וויסנדיק, עפּעס אַן אַנדערן צוועק, אַ מאָל איז דאָס אַ דערהויבענער צוועק, אָבער זייער אָפֿט אַ נידעריקער און דערנידערנדיקער צוועק. דער צוועק איז…‟
זײַן ריי איז געקומען. ער האָט געוואָלט רעדן ענגליש, אָבער די ווערטער, וואָס האָבן זיך אַרויסגעקײַקלט פֿון זײַן מויל, זענען געווען ייִדישע. ער האָט זיך ווידער געמאַכט פֿאַר לײַטס געלעכטער. סעם האָט זיך פֿאַררויטלט, געשטאַמלט. דאָס ענגליש, וואָס האָט זיך באַקומען בײַ אים, איז געווען אַ צעהאַקטע, אַ צעקאַליעטשעטע. ער איז געוואָרן אַ ייִנגעלע אין אַן אויגנבליק. די נעגערטע האָט אויפֿגעהויבן צו אים דעם קאָפּ. הינטן האָט ער דערהערט עמעצן זאָגן עפּעס, וואָס האָט געקלונגען ווי „מאָראָן‟. „נאָר נישט פֿאַלן בײַ זיך! נישט פֿאַלן‟, האָט ער געשעפּטשעט צו זיך. לסוף האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו קויפֿן אַ בילעט און ער האָט זיך אָפּגעקערט פֿון דער נעגערטע אַ באַשלאָגענער מיט שווייס. ער האָט געמוזט שטיין אַ מינוט אָפּכאַפּן דעם אָטעם.
סעם האָט זיך געבייזערט אויף זיך: „בערני נעמט און שטאַרבט אין אַ סקי־אַקצידענט אין די אַלפּן. יאָ, דאָס איז זייער טרויעריק. בערני האָט קליינע קינדער. מע קען דאָס אַפֿילו אָנרופֿן אַ טראַגעדיע, אָן אַ ספֿק, פֿאַר קיין שום ייִד נישט געדאַכט. אָבער דו, סעם?‟ — האָט ער זיך געזאָגט מוסר. — „דו ביסט גאָרנישט קיין מחותּן מיט דעם בידנעם עסק. וואָס מישסטו דיך אַרײַן אין פֿרעמדע עסקים? געשטאָרבן איז געשטאָרבן! זיי ווילן נישט קיין ייִדישע לוויה? ס׳זאָל נישט זײַן קיין ייִדישע לוויה! אַ דאגה… וואָס מאַכסטו דיך, פּלוצעם, הייליקער פֿונעם רבין? זיי ווילן ברענען זײַן קערפּער אויף אַש און וואַרפֿן דאָס אַש אין אַן אָזערע אין סענטראַל פּאַרק, די קאַטשקעס זאָלן גיין נאָך זײַן אָרון? ס׳זאָל זיי ווויל באַקומען! וואָס האָסטו זיך אַזוי דערשראָקן? וואָס ביסטו אַזאַ צעשרויפֿטער, צעשאָקלטער? שוין, ס׳זאָל נעמען אַ סוף!‟
סעם איז געשטאַנען אויפֿן דושנעם פּעראָן. ריזיקע, בלישטשענדיקע שוואַרצע רערן זענען געבליבן הענגען איבער די קעפּ. עס האָט געשמעקט דאָרט מיט גומע, בענזין און נאָך עפּעס אַ ווויל באַקאַנטן ריח, וואָס ער האָט נישט געקענט אָנרופֿן בײַם נאָמען. ער האָט געהאַט דאָס געפֿיל, אַז די לופֿט לאָזט זיך נישט אַרײַנאָטעמען אין די לונגען ווי עס באַדאַרף צו זײַן. ער האָט געפֿירט דעם בליק אַרום זיך; אַרום אים איז געשטאַנען אַ גרויסער עולם. מענטשן האָבן אויסגעזען דערדרוקט, מיט אויסגעצויגענע רוקנס, מיט צונויפֿגעקוועטשטע ליפּן און אָנגעצויגענע מוסקלען, גרייט זיך אַ לאָז טאָן צו די וואַגאָנען די רגע, ווען די טירן וועלן זיך געבן אַ צעפּראַל.
אַ באַן איז אָנגעלאָפֿן מיט אַ טראַסק און זיך אָפּגעשטעלט. די טירן האָבן זיך געעפֿנט. עטלעכע פּאַסאַזשירן האָבן זיך אַרויסגעשאַרט פֿון די וואַגאָנען און גענומען וואַנדערן איבער דעם האַלב-פֿינצטערן פּעראָן. דעם וואַרטנדיקער עולם האָט זיך, ווי נאָך אַ נישט דערהערטן פֿײַף, ווילד זיך אַ לאָז געגעבן אין די אָפֿענע טירן.
סעמען האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרכאַפּן אַ זיץ. איז ער געזעסן, צונויפֿגעקוועטשט צווישן צוויי לײַביקע פֿרויען מיט גוידערס, ווי בײַ אַן אינדיק, און זיך געטרייסלט מיטן גאַנצן וואַגאָן דורך די פֿינצטערע טונעלן אָפּטאַון. אַן אַלטער פּאַרשוין מיט נאָך יונגע אויגן האָט זיך געשטעלט אין סאַמע מיט וואַגאָן און אָנגעהויבן זינגען הויך אַ ליד, וואָס סעם האָט קיינמאָל נישט געהערט פֿריִער, וועגן אייניקע „סיענטן‟ זייערע און יום-הדין. אַן אַנדערער האָט זיך אין דער צײַט אַרומגעדרייט, אויסגעשטרעקט אַ היטל, דער עולם זאָל אים אַרײַנוואַרפֿן אַ ביסל מינץ.
סעם האָט געצויגן מיט די אַקסלען. ער האָט פֿאַרמאַכט די אויגן און געהאָפֿט, אַז עס וועלן מער נישט אויפֿקומען קיין שום מחשבֿות. אין אָנהייב האָט ער געזען פֿאַר זיך בלויז אַ פֿינצטערן פֿלעק, אָבער תּיכּף האָט ער ווידער דערזען פֿאַר זיך דעם ביוראָ פֿון דער אַסאָסיעשן. אויף דער וואַנט, איבער די קעפּ, זענען געהאָנגען צוויי פֿאָטאָקאָפּיעס: איינע פֿון דעם הויפּט-געסל אין שטעפֿאַנעשט, אויפֿגענומען אין די 1920ער יאָרן און די צווייטע, עטוואָס מטושטש, פֿון דעם שטעפֿאַנעשטער צדיק, וואָס האָט באַטראַכט דעם צימער, פֿון אויבן, מיט אַ העלן, אייביק פֿאַרחידושטן בליק. אַ יונגע, רירעוודיקע, שלאַנקע פֿרוי, אירע האָר אויסגעקעמט אין אַ „פֿערד-וויידל‟ גרעק, האָט אַרײַנגעטראָגן אין ביוראָ אַ טאַץ מיט בייגל, לאַקס און סענדוויטשעס מיט קאָרנביף. שפּעטער האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז זי איז בערניס צווייטע פֿרוי.
„לאָמיר בעסער פּראַווען בערניס לעבן!‟ — האָט זי געזאָגט מיט אַ דינעם שמייכל און אַוועקגעלייגט דעם באַלאָדענעם טאַץ אויפֿן טיש. — „ער וואָלט, געוויס, נישט געוואָלט מ׳זאָל אים באַוויינען, זיך פֿאַרהילן אין טרויער. ער האָט געהאַט אַ שיין און באַטײַטפֿול לעבן, מיט אַ סך דערגרייכונגען און דערפֿאָלגן. אין שטוב האָבן אויף אים געוואַרט מיט ליבשאַפֿט אַ געטרײַע פֿרוי און צוויי זיסע קינדערלעך. אַ שאָד, דער טויט זאָל פֿאַרשאָטן אַלע גוטע זאַכן. דער טויט איז, אין תּוך, נישט מער ווי אַ פֿוס-נאָטע!‟ — האָט זי געטאָן אַן איבערצײַגעוודיקן שמייכל.
סעם האָט געטאָן אַ צאַפּל און אויפֿגעעפֿנט די אויגן. די אומווירדיקע רייד פֿון דער פֿריש-געבאַקענער אַלמנה האָבן אויפֿגעוועקט אין אים עקל אָן אַ סוף. זײַן בליק האָט געוואַנדערט און זיך אָנגעשטויסן אין דעם פּנים פֿון אַ בלאָנדער פֿרוי. זי האָט אים צוריקגעשענקט אַ בליק, פֿול מיט חשד און אָפּשטויסונג.
סעם האָט דערפֿילט אַ שטאָך. „וואָס האָט זי צו מיר? מיט וואָס האָב איך זי פֿאַרטשעפּעט?‟ — האָט ער געבונטעוועט אין זיך. נישט האָבנדיק עפּעס בעסערס צו טאָן, האָט ער ווידער פֿאַרמאַכט די אויגן. איצט האָט ער דערזען די אַנדערע מיטגלידער פֿון דער אַסאָסיעשן קײַען סענדוויטשעס. פֿאַר אים איז געלעגן אַ קאָרנביף סענדוויטש, אָבער ער האָט אים קוים אָנגערירט. ער האָט געצופּט דערפֿון אַ כּזית, כּדי יוצא צו זײַן, אָבער מער ווי דאָס האָט ער נישט געקאָנט אַרײַנלייגן אין מויל. די מיטגלידער האָבן געקײַט און די פֿרוי, וואָס איז בלויז מיט אַ פּאָר מינוט צוריק געוועו אַ ווילד-פֿרעמדע, האָט צעבונדן די צונג און געשיט מיט רייד. איצט איז זי געווען דער „שטערן‟ פֿון דער אונטערנעמונג, האָט זי געמוזט דערלאַנגען אַ „שאָו‟ — אַזוינס און אַזעלעכס; זי האָט דערציילט וועגן דער שיינקייט פֿון די אַלפּן אין עסטרײַך, די רײַכע מאָלצײַטן, די בנעימותדיקע באַדינונג אין האָטעל, די באַקוועמלעכקייטן. זי האָט גערעדט באַריכות וועגן יענעם טראַגישן טאָג, ווען עס איז געשען דער שוידערלעכער אַקצידענט. די מיטגלידער האָבן געקײַט און געשוויגן. זי האָט באַשריבן, ווי מע האָט געמוזט רופֿן אַ רעטונג-העליקאָפּטער, ווײַל אַהין, וווּ בערני איז טייטלעך פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, קאָן אַפֿילו אַ געניטער אַלפּיניסט נישט דערקלעטערן. ווי זי איז געפֿלויגן מיט באַוווּסטלאָזן בערני קיין ווין מיטן העליקאָפּטער. זי האָט אים נישט דערקענט! בשום-אופֿן נישט געקאָנט דערקענען. די חבֿרה פֿון רעטונגס-שטאַב האָבן איר געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז דער, וואָס ליגט לעבן איר, איז טאַקע איר מאַן און זי האָט זיי געגלייבט אויפֿן וואָרט. ווי עס זאָל נישט זײַן, אַן אַנדער בערני האָט זיך נישט אָפּגערופֿן. די דאָקטוירים האָבן אים צוגעשטעלט אַ שווערע פּראָגנאָזע: בערני האָט פּשוט צעבראָכן יעדן ביין אין קערפּער. אויב מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן אַזאַ זאַך! ער איז געלעגן אַ וואָך צײַט אין שפּיטאָל. זי האָט געוואָלט אים צוריקברענגען קיין ניו-יאָרק, אָבער עס איז געווען אוממעגלעך. ער איז נישט געווען דאָ, נאָר אויך נישט דאָרט, אויף יענער וועלט. די דאָקטוירים האָבן זי פֿאַרזיכערט, אַז בערני פֿילט נישט קיין ווייטיק. אוי, וויפֿל שעהען האָט זי פֿאַרבראַכט מיט אים! מער ווי בעת ער איז געווען פֿולשטענדיק געזונט. אָבער איצט איז צו שפּעט זיך פֿאָרוואַרפֿן, נישט אַזוי? נאָכן זיצן אַזוי פֿיל האָבן זיך גענומען צו איר ווייטיקן אין רוקנביין — נישט איבערצוטראָגן. גוט נאָר, וואָס זי האָט זייער אַ גוטן פֿיזיאָטעראַפּיסט! יעדנפֿאַלס אין איינעם אַ טאָג איז זי אַרײַן אינעם צימער, וווּ בערני איז געלעגן און דערזען אַ גלײַכע ליניע אויפֿן מאָניטאָר און דאָס איז געווען דער סימן, אַז בערני איז מער נישטאָ.
סעמען האָט דאָס גאַנצע אויסדערציילן געשלאָגן צו דער גאַל. דער טאָן איז געווען עפּעס צו לעבעדיק און פּראַקטיש. די שטים האָט נישט געציטערט אויך אין די שווערסטע מאָמענטן. ער איז שוין נישט געווען זיכער צי מ׳פּראַוועט דאָ בערניס לעבן אָדער גראָד, חלילה, זײַן טויט.
איין מיטגליד, אַ באַקאַנטער פּסיכיאַטער, האָט געפֿרעגט, ווען עס וועט פֿאָרקומען די לוויה. בערניס אַלמנה האָט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ אַ צופֿרידענע.
„אַ גוטע פֿראַגע‟ — האָט זי זיך אָנגערופֿן. — „מײַן בערני איז נישט געווען רעליגיעז. ער האָט געגלייבט אין גוטסקייט און מענטשלעכקייט נישט אין די אייבערשטע כּוחות. ער האָט אָנגעשריבן אין זײַן צוואה, אַז זײַן קערפּער זאָל פֿאַרברענט ווערן, נאָר אַזוי וועט זײַן נשמה קאָנען זײַן פֿרײַ. דעם אַש האָט ער געבעטן צעוואַרפֿן אין דער אָזערע, לעבן וועלכער ער פֿרעגט שפּאַצירן מיט אונדזער טײַערן הונט יעדן אינדערפֿרי. דאָס איז געווען אַ מעשׂה פֿאַר זיך: דער הונט האָט אין קיין שום פֿאַל נישט מסכּים געווען צו טאָן זײַנע באַדערפֿענישן ערגעץ אַנדערש. די פֿרוי, בײַ וועמען מיר האָבן אים גענומען, האָט געליטן פֿון אַ שווערער פּאַראַנאָיע: זי האָט געהאַלטן צען הינט אין אַ קליינעם אַפּאַרטמענט, און זיי קיינמאָל נישט אַרויסגעלאָזט אין דרויסן. זי האָט מורא געהאַט, אַז דער עף. בי. אײַ זאָל זיי נישט צונעמען בײַ איר. אַ טרויעריקע מעשׂה!
סעם האָט זיך איבערגעוועקט מיט אַ שנאָרכע און געוואָרפֿן אַ בליק אויפֿן האַנטזייגערל. עס זענען נישט אַריבער מער ווי פֿינף מינוט, נאָר אים האָט זיך געדאַכט, אַז עס זענען אַריבער יאָרן, אויב נישט יאָרצענדליקער. מאָרגן, פּונקט אין אַזאַ שעה, וועט ער מוזן אויסשטיין דעם נסיון פֿון בערניס „לוויה‟, אַזוי צו זאָגן. די אָנוועזנהייט פֿון אַלע אַסאָסיעשן־מיטגלידער איז לחלוטין נייטיק, אַזוי האָט די פֿריילעכע אַלמנה געזאָגט בפֿירוש אויף דער זיצונג. סעמס ראָלע וועט זײַן צו זאָגן „קדיש‟. ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, ווי ער שטייט אויף אַ שטיקל נאַסער ערד, האַרט בײַ דעם ברעג פֿון דער ספֿק־אָזערע, ספֿק־בלאָטע, וווּ עס שווימען אַרום נעבעכדיקע קאַטשקעס, בערניס באַגלייטערס אויף זײַן לעצטן וועג. אַרום און אַרום וועל זײַן מחנות טוריסטן, וואָס זענען אָנגעפֿאָרן אַהין פֿון הינטער די הרי-חושך און דרייען זיך אַרום אין סענטראַל־פּאַרק, כּדי אַרײַנכאַפּן אַ שטיקעלע ניו-יאָרק. „נאַט אײַך אַ שטיקל ניו-יאָרק. ס׳זאָל אײַך וווויל באַקומען!‟ — האָט סעם אויסגערופֿן אין זיך מעשׂה צײַטונגס-פֿאַרקויפֿער.
פּלוצעם האָט די סצענע אים אויסגעזען ווילד, פֿיבערדיק צוגעטראַכט. ער האָט נישט געקענט זיך אײַנהאַלטן מער און האָט אויסגעשאָסן אַן אָפּהילכיקן געלעכטער, אַזש דער וואַגאָן האָט געציטערט…
המשך קומט