אונדזער אַסטראָנױט

דזשייק שנײַדער

אונדזער אַסטראָנױט (לאַנג זאָל ער שװעבן)

נאָכן פֿעלדמעסטן

אונדזער אַסטראָנױט (לאַנג זאָל ער שװעבן)
מיט זײַן אײביקן בליק אױף אונדז מוראַשקעס
זאָל ער אונדז חבֿריש באַגריסן מיט דער הענטשקע
אין די שעהען נאָך שלש־סעודות װען מיר זוכן שלש־שטערן
כּדי צו מעגן אױסלעשן די ליכטיקסטע לאָמפּן אָדער אָנצינדן
די פֿינסטערסטע, אױ אונדזער טײַערער אַסטראָנױט מיט זײַן קנױט
װאָס פֿירט אַװעק פֿון זײַן פּופּיק צו אַן עק ערגעץ װוּ אין דער װײַטנס
צו אַ פֿלעמל װאָס האַלט אין אײן ברענען אָן זיך צו דערנענטערן
אױ ער איז תּמיד די סאַמע סמעטענע פֿון קאָסמאָס, זאָל ער זײַן
אַ גוטער בעטער פֿאַר אונדז, זאָל ער נישט חס־ושלום דאַרפֿן
דעם קאַלטן קבֿר װאָס מיר האָבן פֿאַר אַ יאָרן צוגעגרײט פֿאַר אים
דאָ אונטן אױף דער פֿראָסטיקער ערד, פּו־פּו־פּו, לאַנג זאָל ער לעבן
און צום 120סטן יאָר װען זײַן װײַסע באָרד װעט דערגרײכן די װײַסע שטיװל
װען ער װעט בעכערװײַז גיסן שאַמפּאַניער־שױם פֿאַר זיך אַלײן
זאָל ער האַלטן אין אײן הענגען דאָרטן צװישן די שטערן און קאָמעטן
זאָל ער האַלטן אין אײן שמײכלען הינטער זײַן פֿענצטערל
און בלײַבן שװעבן אַזױ װײַס און אַזױ ליכטיק װי אַ לבֿנה
אַז מע זעט אים אַ מאָל נישט אין הימל, בענטשט מען ראָש־חודש

אָקטאָבער, 2022

אַ שטײנדל פֿונעם יוגנט־ברונעם

אַ הײסע זון האָט זיך שטאַרק אָנגעשיכּורט
און אױף מאָרגן, מיט אַ גװאַלדיקן קאָפּװײטיק,
אױסגעבראָכן. אַרױס ביסטו נישט געפֿלױגן
נאָר געפֿאַלן, אַ פֿײגעלע אָן פֿליגלען.

אָדער עפּעס אַ מוסקולעזער שלאַנג
האָט דיך אַ מאָל געלײגן װי אַן אײ,
דערנאָך דערלאַנגט װי אַ באַטעמטן
גרינעם עפּל פֿונעם זאַפֿטיקן סם־גאָרטן.

אַן אײ אַ טראָגעדיקס פֿון זיך אַלײן,
קײנמאָל װעסטו נישט אױספּיקן זיך
אָדער, װי אַ גלאַט־הױטיקער קאָקאָן,
מגולגל װערן אין גאָרנישט. אַזױ ביסטו

געװען פֿון תּמיד אָן. ביז אײן טאָג, האָסטו זיך
געלײגט שלאָפֿן אין אַ פֿאַרצײַטיקן זומפּ
אַן אײַנגעדעקטער אין אַ בלאָטע־קאָלדרע
מיט שטיקלעך אוגערקע אױף די אױגן.

באַלד ביסטו גרײט אױף דײַן דעביוט־
אַרײַנגאַנג אין על־דאָראַדאָ, דו תּם
מיט אומבאַװוּסטזיניקע בחור־כּוחות,
דו סעודהניו, דו פּוסטער נעסט מן־השמים.

יאַנואַר 2024

Leave a comment