
משנכנס אָדר מַרבין בשׂימחה — ווען אָדר קומט אַרײַן, מערן זיי זיך מיט פֿרייד. ווער זיי? אַלץ וואָס גייט און קריכט אויף דער ערד, פֿליט אין הימל און שווימט אין וואַסער; אַלץ, וואָס ציט זיך צום לעבן און, לויטן אינסטינקט, וויל לאָזן נאָך זיך אַ המשך…
אָנהייב מאַרץ איז געבוירן געוואָרן מײַן שוועסטערל. אַכט יאָר האָב איך געבענקט נאָך איר, פֿאַרקלאַפּט דעם קאָפּ מײַנע עלטערן: „כ׳וויל אַ שוועסטערל!‟ — און סוף־כּל־סוף האָבן זיי מיך דערהערט.
מיט יאָרן שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אינעם זעלבן טאָג, דעם 2טן מאַרץ, איז געבוירן געוואָרן שלום ראַבינאָוויטש. האָב איך שוין געהאַט אַ סימן צו פֿאַרגעדענקען דעם געבוירן־טאָג פֿון אונדזער גרויסן שלום־עליכמען.
דער 12טער מאַרץ איז דער געבורטסטאָג פֿונעם מענטשן, וואָס האָט מיך אַרײַנגעפֿירט אין דער ייִדישער ליטעראַטור, כ׳מיין, דעם שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן. זינט אונדזער באַקאַנטשאַפֿט און פֿרײַנדשאַפֿט פֿלעגן מיר זיך לאַנגע יאָרן צונויפֿנעמען דעם 12טן מאַרץ אַרום אַ געדעקטן טיש מיט כּל־טובֿ, אָפּצומערקן אָט די דאַטע.
אין די מקומות, וווּ איך בין געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן, אין מאָלדאָווע, — פּראַוועט מען ביזן הײַנטיקן טאָג דעם 1טן מאַרץ די וועסנע־חגא מערצישאָר. מיט געזאָנג און טענץ, מיט געשמאַקע מאכלים, אַז די פֿרייד זאָל זיך גיסן, ווי ווײַן פֿון די פֿעסער! די בעסאַראַבער ייִדן, גאָר נישט קיין פֿאַרשלאָפֿענע עדה, פֿלעגט די פֿרייד פֿון די שכנים איבערכאַפּן און מיט אַ פֿרישן הימפּעט זיך אַרײַנלאָזן אינעם אייגענעם ייִדישן יום־טובֿ פּורים. און דעמאָלט — איבער די נאָך קוים דערוואַרעמטע גאַסן און געסלעך האָבן זיך אַ לאָז געטאָן צעטראָגן די קלומעקלעך שלח־מנות קליין־און־גרויס.
מאַרץ — פּורים אויף דער נשמה
כ׳צעפּראַל דאָס פֿענצטער נאָכן נודנעם ווינטער,
שלום־עליכם, וועסנע, קום אין הויף אַרײַן!
ביסטו אַצינד די באַלעבאָסטע, פֿיל זיך פֿרײַ,
צעטרײַב די מרה־שחורה פֿון געוויטער.
די וועווריקלעך אין ליבע־טאַנץ שוין שפּרינגען
זיך דראַפּען חוצפֿהדיק אויף קאָרע פֿונעם שטאַם;
דער ערשטער שטאַר, ווי ר׳וואָלט געזוכט פֿאַר זיך אַ גראַם,
פּרוּווט אויס מיט שפּיץ פֿון צונג דאָס פֿרעמדע קלינגען.
די באַנק געוואָרן איז אַ בעט אַ ווייכע
פֿאַר שכנס קאַץ, פֿאַרמוטשעט פֿון די הפֿקר־נעכט.
דער פּורים פֿון נשמה קומט און נעמט די רעכט
מיט זיסן נאַש, מיט פֿיל געווירצן ריחות.
געלויבט דער מאַרץ מיט שבֿחים און מיט ברכות,
און דאָך, נישט אײַלט דער וועטער לאָזן זיך אין בײַט —
שוין ווידער דרייט יעוודאָכע* אירע שטיק פֿון ווײַט
מיט ווינטן קאַלטע און מיט זאַווערוכעס.
עס וועט נישט העלפֿן סײַ־ווי דער מחשפֿה,
דעם אַלטן קליאָן אין הויף נישט שרעקן אירע שטיק…
כ׳צעפּראַל דאָס פֿענצטער, נישט פֿאַרמאַכן עס צוריק —
מיט וועסנע־זאַפֿט זיך זעטיקן בשפֿע.
*יעוודאָכע (באָבע דאָקיע) — אַ העלדין פֿון רומענישן פֿאָלקלאָר
מאַרץ 29, 2024, דירפֿילד ביטש