אַ שוסטער איז נישט קיין שנײַדער

אינעם קלאַסישן ייִדישן שטעטל האָט שוסטערײַ און דער שוסטער גופֿא פֿאַרנומען צווישן די בעל־מלאָכות דאָס נידעריקסטע סאָציאַלע שטאַפּל. נישט אומזיסט פֿלעגט דאָס ווערטל זאָגן, אַז „אַלע שוסטערס גייען באָרװעס‟ — אַ בולטער באַווײַז פֿון דלות און נויט. ווען מע האָט געוואָלט באַטאָנען, אַז די וויכטיקייט פֿון שוסטערײַ איז נאָך קלענער פֿון שנײַדערײַ, האָט מען עס אויסגעדריקט אויף אַזאַ אופֿן: „שנײַדערײַ טויג אויף כּפּרות, שוסטערײַ ליגט אין דר׳ערד!‟. די פֿראַגע אין דער משפּחה, צו וועמען אָפּגעבן דאָס ייִנגל זיך אויסצולערנען אַ פֿאַך, איז געווען גאָר נישט קיין פּשוטע; סײַדן, קיין אַנדער ברירה איז נישט געווען, דהײַנו: אַז דאָס ייִנגל איז אַ שייגעץ, אַן עם־האָרץ, גיט מען אים אָפּ פֿאַר אַ שוסטער.
אויב דער שנײַדער איז בשעתן סטריגעווען אַ מלבוש, געזעסן אויפֿן טיש, דער סטאָליער פֿלעגט אָפּשטיין אויף די פֿיס אַ גאַנצן טאָג בײַ זײַן וואַרשטאַט, האָט דער שוסטער נעבעך נישט געקאָנט אָפּרײַסן זײַן הינטן פֿונעם נידעריקן בענקעלע, וואָס האָט טאַקע צוליב דעם געקראָגן דעם נאָמען „ליפּקע‟־צוקלעפּיקס. אַן אײַנגעהויקערטער, האַלטנדיק צווישן די קני די קאָפּיטע (זי האָט אויסגעזען ווי אַן אײַזערנער פּראָטעז, מיט דער פֿוסזויל אַרויף), אין מויל, פֿאַרקוועטשט מיט די ליפּן, עטלעכע קליינע טשוועקלעך־טעקס אָדער הילצערנע פֿלעקלעך — האָט דער שוסטער יעדעס מאָל פֿלינק אַרויסגעכאַפּט פֿונעם מויל מיט די פֿאַרגרעבטע פֿינגער אַ טשוועקל נאָך אַ טשוועקל און עס אַרײַנגעקלאַפּט אין דער גומענער זויל פֿון די אָפּגעטראָגענע פּויערישע שטיוול. דאָס העמערל פֿליט אַרויף־אַראָפּ און אויף דער שוואַרצער פּאָדעשווע שטעלן זיך ראַנדיק אויס זילבערדיקע קעפּלעך. פֿאַרענדיקט די אַרבעט, שלעפּט דער שוסטער אַראָפּ פֿון דער קאָפּיטע דעם שטיוול, קריכט אין אים אַרײַן מיט דער האַנט, כּדי אָנצוטאַפּן, צי גאָרנישט שטעכט ניט, צי אַ צוועקל האָט זיך חלילה נישט אַרײַנגעריסן אינעווייניק…

דאָס קליינע נידעריקע טישל, דעם שוסטערס וואַרשטאַט, איז שטענדיק פֿאַרשטעלט מיט כּל־מיני פּושקעלעך און סלוייִקלעך, קאָלאָדקעס, אינסטרומענטן: שוסטער־מעסער, ראַנדמעסער, טשוועקצוואָנג, אַ גלײַכע און אַ קרומע אָל, ראַשפּעל, שאַרפֿשטיין, שטיקלעך דראַטווע, פּעך און פּאַפּ, און וואַקס… — און אַלץ מוז זײַן אונטער דער האַנט.

שוסטערײַ האָט זיך נישט גענייטיקט אין אַ סך אָרט — אַ ווינקל אין אַ קאַמער, אַבי אַ וואַנט מיט אַ פֿענצטערל; אַ שוסטער האָט זיך נישט געשעמט אַרויסטראָגן זײַן „ליפּקע‟ און טישל אויף דער גאַס און דאָרט בעל־מלאָכעווען, אַבי אַרײַנצוכאַפּן אַ פּאָר צעקראָכענע שיך. אַזעלכע גאַסן־שוסטערס האָט מען גערופֿן „קאַלטע־שוסטערס‟. דער גרעסטער חלום פֿאַר אַ שוסטער איז געווען אָפּצושפּאָרן אַן אייגענע בודקע. אַזעלכע שוסטערישע בודקעס האָט מען געקאָנט טרעפֿן אין די גרעסערע שטעט. אין מויל פֿון פֿאָלק האָט זיך דעם שוסטערס האָרעוואַניע אָפּגעשאַצט מיטן ווערטל „דער שוסטער בײַם קאַפּול — און דער טאָפּ איז פֿול.‟
צוריק גערעדט, פֿעלן אויך נישט אויס גענוג שטעך־ווערטער אַרום דער פֿאַך: שײַסטער, כילניקמאַכער, שוסטשאַק, שוסטערוק, געגריוועטער שוסטער, באָסיאַק־מאַכער און אַנדערע.
אַ טשיקאַווע מעשׂה אַרום אַ שוסטער האָט זיך פֿאַרדרייט אין דער באַרימטער שטאָט כעלם. און אָט וואָס סע דערציילן די דאָרטיקע חכמים:
„אין כעלם האָט מען אַמאָל פֿאַרמישפּט אַ שוסטער צום טויט און מע האָט אים געדאַרפֿט אויפֿהענגען. איז קהל געגאַנגען צום גובערנאַטאָר זיך משתּדל זײַן:
— היות דער שוסטער איז אַן איין און איינציקער אין כעלם, מער קיין שוסטערס זײַנען נישטאָ און שנײַדערס זײַנען דאָ צוויי — זאָל מען אָנשטאָט דעם פֿאַרמישפּטן שוסטער אויפֿהענגען איינעם פֿון די צוויי שנײַדערס… און אַזוי איז עס געשען!
זינט דעמאָלט אָן זינגט מען אין כעלם: „צװישן אַלע שוסטערס איז דער בעסטער שנײַדער יאָסל דער סטאָליער. ער מאַכט אַ היטל, ליגט עס אױפֿן קאָפּ װי אַ הענטשקע…‟
און אָט איז אַן אַנדער מעשׂה, וואָס איז אויך פֿאַרלאָפֿן אין דער באַרימטער שטאָט כעלם:
„אַ כעלמער שוסטער האָט דערציילט, אַז בעת ער איז געווען אַ קליין ייִנגל האָבן זײַנע טאַטע־מאַמע זיך געקריגט איבער אים. דער טאַטע האָט אים געוואָלט מאַכן פֿאַר אַ שוסטער, און די מאַמע — פֿאַר אַ שנײַדער. נאָר אַ דאַנק טאַקע גאָט, וואָס דער טאַטע האָט אויסגעפֿירט, און אים געמאַכט פֿאַר אַ שוסטער. וואָרום, ווען די מאַמע וואָלט, חלילה, מנצח געווען און אים געמאַכט פֿאַר אַ שנײַדער, וואָלט ער מיט זײַן ווײַב און קינדער זיכער געשטאָרבן פֿון הונגער.
— פֿון וואַנען ווייסטו דאָס?
— ס׳הייסט פֿון וואַנען איך ווייס? איך האָב דאָך אַ סימן: אָט בין איך שוין דרײַסיק יאָר שוסטער און ס׳האָט זיך נאָך קיין איין מאָל נישט געטראָפֿן, אַז עמעצער זאָל קומען צו מיר אויפֿנייען אַ מלבוש. אַלע באַשטעלן בײַ מיר נאָר שיך…‟
זײַט מיר אַלע געזונט!
לאַפּסוס־קאַקטוס