דער פֿינפֿיאָר־פּלאַן (המשך)


עמיל קאַלין

4

סעם, דעמאָלט „שלוימעלע‟ בײַ טאַטע-מאַמע און סאָלאָמאָן לויט דעם אידעטיפֿיקאַציע-קאַרטל, איז אַריבערגעקומען קיין אַמעריקע אין חודש מײַ, יאָר 1948, נאָך פּסח. דאָס אַרויספֿאָרן פֿון רומעניע און אַריבערקומען אין אָנקל סעמס מדינה איז געווען אַ שטיקל יציאת-מצרים. אַרויספֿאָרן פֿון רומעניע איז געוואָרן אַלץ שווערער: די נײַע קאָמוניסטישע רעגירונג פֿלעגט יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק אויסשיטן פֿון דעם אַרבל נײַע געזעצן, אײַנפֿירן אַלערליי באַגרענעצונגען. מ׳האָט זיך דעמאָלט גענייטיקט ממש אין אַ נס, כּדי זיך אַרויסרײַסן פֿון דער נײַ-געבוירענער „רע.פּע.רע‟ [1].

דער „דעמאָקראַטישער פֿראָנט‟ בראָש מיט דער „אַרבעטער-פּאַרטיי‟, האָט אָפּגעהאַלטן אַן גוואַלדיקן נצחון אין די וואַלן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין חודש פֿעברואַר, מיט נײַ-און-נײַנציק פּראָצענט פֿון די שטימען. אַ נײַע קאָנסטיטוציע איז אָנגענומען געוואָרן דורך דער גרויסער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג. וואָס אייגנטלעך איז געשטאַנען אין יענער קאָנסטיטוציע? נישט סעם און נישט זײַנע קרובֿים האָבן געקענט זאָגן, אָבער די ייִדישע נאָז האָט שוין דערשמעקט דעם באַקאַנטן גערוך פֿון גרויסע צרות. מע האָט זיך שוין געשושקעט בסודי-סודות, אַז עס רוקן זיך אָן „נויטווענדיקע‟ רייניקונגען, רעפֿאָרמען און נאַציאָנאַליזאַציעס. יעדער איינער פֿלעגט אָנטאַפּן זײַן אייגענעם האַלדז און האָפֿן, אַז דער קאָפּ וועט בלײַבן אויך להבא פֿאַרבונדן מיטן קערפּער.

אַ שכן האָט געהאַט בײַ זיך אין שטוב אַ טעכנישן וווּנדער: אַ ראַדיאָ־אַפּאַראַט, וועלכן ער האָט אַראָפּגעבראַכט גאָט אַליין ווייסט מיט וועלכע אומוועגן, אַזש פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ. דער מכשיר פֿלעגט גראַגערן, בײַ אים אין וווינצימער, אַ גאַנצן מעת-לעת. ייִדן פֿון די נאָענטע בנינים פֿלעגן זיך צונויפֿקומען בײַ אים יעדן אָוונט און אָפּזיצן בײַ דעם דאָזיקן אַפּאַראַט מיט אָנגעשפּיצטע אויערן, מבֿיניש פֿאַרטײַטשן די פּאָליטישע ענדערונגען, פּרוּוון איבערקלײַבן די תּוכיקע ווערטער פֿון דער שרײַענדיקער פּראָפּאַגאַנדע און פּרוּוון צו דערגיין, וואָס וועט זײַן מיט די ייִדן. אויב די נײַע מאַכט ברענגט מיט זיך טאַקע אַ צוזאָג אויף אַ „ליכטיקן מאָרגן‟ אָדער, חלילה, עס רוקט זיך ווידער אָן אויף זיי אַ נײַער בראָך.

ר’ אַבֿרהם דריימאַן און זײַן אויג אין קאָפּ, שלוימעלע, פֿלעגן אויכעט צושטעלן אַ האַלבן אויער. עס איז שוין אַוועק אַ שטיקל צײַט זינט ר׳ אַבֿרהם האָט אָנגעגעבן אַ בקשה אויף אַ טוריסטן-וויזע אין דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע און אַ בקשה צו קריגן אַ פּאַספּאָרט כּדי אַרויסצופֿאָרן. דאָס גאַנצע הויזגעזינד, אַ חוץ דעם גרויסן זון חיים-קאַראָל, איז געזעסן אויף די וואַליזעס. חיים-קאַראָל איז געווען נאָך פֿאַר דער מלחמה אַ פֿאַרברענטער קאָמוניסט. ער האָט זיך געשלאָגן מיט דעם פֿאַשיסטישן שׂונא אין שפּאַניע און איז געזעסן אין תּפֿיסה פֿאַר פֿאַרבאָטענער טעטיקייט לטובֿת מאַרקסן און לענינען. ער איז אַוועקגעפֿאָרן סוף יאָר 1947 אין אַ דאָרף לעבן יאַס, כּדי צו ברענגען אַהין בוכשטעבלעך דעם ליכטיקן מאָרגן. ער האָט געזאָלט אָנפֿירן מיט אַ וואַסערקראַפֿט-עלעקטראָסטאַנציע, וואָס איז נאָך געשטאַנען אויף הונערישע פֿיסלעך. זינט זײַן אַוועקפֿאָרן האָט ער אויסגעמיטן צו שרײַבן בריוו אַהיים, קיין בוקאַרעשט. מסתּמא האָט זיך אים געלוינט איבערצורײַסן די באַציִונגען מיט די קאָסמאָפּאָליטישע עלעמענטן.

האַרט פֿאַר פּסח האָבן אַלע, אַ חוץ חיים-קאַראָל, באַקומען די נײטיקע פּאַפּירן. עפּעס איז דער גאַנצער עסק געגאַנגען צו גלאַטיק און דעריבער זענען אַלע געווען פֿולשטענדיק זיכער, אַז עפּעס אַ מניעה וועט אויפֿשפּרינגען אין דער לעצטער מינוט. גיטל האָט זיך געבראָכן די פֿינגער און געמורמלט. אין שטוב איז געוואָרן שאַ-שטיל. אַלע זענען געגאַנגען אין די זאָקן און האָבן געשעפּטשעט, ווי עס וואָלט געלעגן אין אַ צימער אַ חולה-מסוכּן.

נאָר אַז ס׳איז באַשערט צו פֿאָרן — פֿאָרט מען. נאָך פּסח האָט זיך אָנגעהויבן זייער אייגענער יציאת-רומעניע: פֿון דער בוקאַרעשטער גאַרע־סטאַנציע זענען זיי געפֿאָרן, מיט אַן אָנגעפּאַקטער באַן קיין בודאַפּעשט, ליגנדיק איבער די פּעק. האַרט בײַ דער אונגאַרישער גרענעץ האָט שלוימעלע דורכגעמאַכט אַ קורצע און שאַרפֿע פּאַניק-אַטאַק: ער האָט זיך שוין געזען ליגן פֿאַרשפּאַרט, געשמידט אין קייטן, אין אַ תּפֿיסה פֿאַר פֿאָליטישער דערציִונג אין פּיטעשט אָדער סיגעט, נאָר די השגחה האָט זיך אַרײַנגעמישט און דער קאָנטראָלער האָט נישט אַרויסגעוויזן קיין באַזונדערן אינטערעס אין זיי. ער האָט איבערגעקוקט די פּאַפּירן, נישט געבנדיק דערבײַ קיין פּינטל מיטן אויג און פֿאַרטיק — די באַן איז שוין געווען אויף יענער זײַט גרענעץ. אַלעמען איז ווי צוגעקומען אַ שטיקל חיות: מע האָט אָנגעהויבן רעדן און לאַכן.

ווײַטער האָבן זיי זיך געוואַלגערט מער ווי אַ וואָך צײַט אין אַלערליי באַן-סטאַנציעס. נישט טויט און נישט לעבעדיק האָבן זיי זיך דערשלאָגן קיין מאַרסיי, אויפֿגעשטיגן אויף דער שיף קיין אַמעריקע און זיך געמאַכט אַן ערטעלע אין דעם צווייטן קלאַס.

אַלע צען טעג — די צען מכּות — האָבן אַלע געליטן פֿון ים-קראַנקייט, אויסגעבראָכן און געגאַנגען מיט שטרויכלדיקע פֿיס ווי שיכּורים. אין מע האָט געשאָלטן זיך און אַנדערע מיט טויט-קללות.

אין איינעם אַ טאָג איז צוגעגאַנגען צו ר׳ אַבֿרהמען אַ גוטמוטיק ייִדעלע, וועמען זיי האָבן פֿריִער נישט געזען, אים אָפּגעגעבן אַ וואַרעמען שלום-עליכם, און אָנגעזאָגט אַלעמען מיט גרויס פּאַראַד די בשׂורה-טובֿה: „מזל-טובֿ! די ייִדן אין פּאַלעסטינע האָבן אָפּגעהאַלטן לעצטנס אַ פּאָר נצחונות איבער די אַראַבער. בן-גוריון האָט פּראָקלאַמירט, אין תּל-אָבֿיבֿ, אַ ייִדישע מדינה, די אַראַבישע אַרמייען האָבן תּיכּף דערקלערט אַ מלחמה-צושטאַנד און זיך אַרײַנגעריסן אין לאַנד… מזל טוב!‟ פּונקט ווי דאָס ייִדעלע האָט דערשײַנט, איז ער פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. ר׳ אַבֿרהם און זײַן פּלוניתטע האָבן זיך איבערגעקוקט. זיי האָבן נישט געוווּסט וואָס מע דאַרף זײַן פֿריִער: פֿריילעך אָדער פֿאַרקלעמט.

דערהערט אַזעלכע בשׂורות, איז שלוימעלע אויפֿגעשפּרונגען. ער האָט געהאַט בדעה צו פֿאַרקערעווען דעם דישל איינס און צוויי, אַרויפֿגיין אין דעם ניו-יאָרקער האַפֿן אויף אַ שיף קיין פּאַלעסטינע און דאָרטן, שוין אין דער פֿריש־געבאַקענער מדינת-ישׂראל, זיך אײַנשליסן אָן שהיות אין די רייען פֿון דער ייִדישער אַרמיי.

„נאַרעלע! כאַפּ נישט. די מלחמה וועט נישט אַנטלויפֿן!‟, האָט געזאָגט די קלוגע מאַמע, וואָס האָט גוט געוווּסט ווי מע דאַרף זיך באַגיין מיט אַ לאָשיקל. — „לאָמיר פֿריִער אַראָפּ פֿון דעם שיף, דערכאַפּן דעם אָטעם, דערשפּירן אַ פֿעסטן באָדן אונטער די פֿיס, זיך אומקוקן, וווּ מע איז אויף דער וועלט. פֿאַרגעס נישט, פֿריִער דאַרפֿסטו האָבן אַ פֿאַך אין דער האַנט, ווײַל אָן אַ פֿאַך ביסטו אומעטום אַ פֿאַרפֿאַלענער אי אין ניו-יאָרק, אי אין פּאַלעסטינע. ערשט דערנאָך קענסטו פֿאָרן קיין פּאַלעסטינע געזונטערהייט מיט דײַן דיפּלאָם.‟

די מאַמע האָט געפּועלט אירס.

אין אָנהייב פֿלעגט מען ציילן די טעג, אָבער גאַנץ גיך האָט מען אײַנגעזען, אַז דאָס האָט נישט קיין זין. יעדער טאָג האָט אויסגעזען פּונקט ווי דער פֿריִערדיקער: אַ קנויל לאַנגווײַל, פֿול מיט שווײַגעניש, מידקייט, איבל און דבֿרים־בטלים. עס זענען אַרומגעגאַנגען אַלערליי קלאַנגען און עס זענען געווען פּאַסאַזשירן, וואָס האָבן זיך אָנגעכאַפּט אין יעדער שמץ פֿון אַ נײַס וועגן אַמעריקע אָדער פּאַלעסטינע, אָדער וואָס עס זאָל נישט זײַן, און אָפּקאָכן דערפֿון אַ גאַנצן צימעס, בויען שלעסער אין דער לופֿטן. אַנדערע, ווי ר׳ אַבֿרהם און אַלע זײַניקע, האָבן ווויל געוווּסט אַז, אין דער אמתן, קיינער ווייסט גאָרנישט, אין בעסטן פֿאַל חזרט מען איבער די ידיעות פֿון אַן אַלטער צײַטונג, און מ׳דאַרף זיך גאַרטלען מיט געדולד. אַז מ׳וועט אַראָפּ אויף דער יבשה, וועט מען זיך אַלץ דערוויסן. יאָרן שפּעטער איז סעמען אײַנגעפֿאַלן, אין איינער פֿון די באַגעגענישן מיט דאָקטאָר פֿרידמאַנען, אַז אויכעט אין אַזאַ זאָג, וואָס האָט דעמאָלט אויסגעזען פֿול מיט חכמה, האָט געשטעקט נישט ווייניק נאַיִווקייט: אויך אויף דער יבשה איז אַלץ געבליבן פֿאַרנעפּלט און פֿאַרהוילן.

אין איינעם אַן אינדערפֿרי האָט אויסגעבראָכן אַ צערודערונג אין דעם צווייטן קלאַס. מ׳האָט גערעדט, אַז „מע זעט שוין אַ שטיקל יבשה‟. שלוימעלע האָט פֿלינק אַרויפֿגעקלעטערט אויפֿן דעק צו זען דאָס „שטיקל יבשה‟ מיט די אייגענע אויגן.

הינטער דער פֿרײַהײט-סטאַטוע, וואָס איז נישט געווען אַזוי גיגאַנטיש ווי שלוימעלע האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, איז געשטאַנען די שטאָט ניו-יאָרק. די בלוילעכע-גרויע וואָלקנקראַצערס זענען געווען אײַנגעהילט אין אַ געדיכטן טשאַד, וואָס האָט אויסגעזען טיילווײַז געלבלעך, טיילווײַז העל-גרוי אָדער ווײַס. עס איז געווען חודש מײַ, אָבער די זון האָט שוין געשמאַק געבאַקן די נײַגעריקע פּאַסאַזשירן אויפֿן דעק. דאָס אָטעמען איז אים אָנגעקומען שווער. דאָס לופֿט איז געווען אָנגעזעטיקט מיט זאַלציקע ריחות, רויך און פֿײַכטקייט.

די שיף האָט זיך אָפּגעשטעלט בײַ דעם האַפֿן. די פֿײַכטע לופֿט האָט געשמעקט מיט זאַלץ, גאַזאָלין, רויך און טויטע פֿיש. נאָך אַ ווײַל זענען טרעפּ צוגעשטעלט געוואָרן צו דעם שיף און די פּאַסאַזשירן זענען אַראָפּגעגאַנגען וואַקלענדיקע ווי קאַטשקעס, באַלאָדענע מיט העק-און-פּעק.

אונטן, אויפֿן האַפֿן איז געגאַנגען אַ מהומה: מע איז געלאָפֿן אַהין-און-אַהער ווי מוראַשקעס, גערעדט הויך און געשריגן בשבֿעים-לשונות, גערייכערט, מעלה-גירהוועט מיט די קײַ-גומעס אין די מײַלער. יעדער אבֿר זייערער האָט זיך פֿיבערדיק גערירט, ווי עס וואָלט אין זיי אַרײַן אַ נישט-גוטער. די מענטשן אויפֿן דעק האָבן גענומען אַראָפּשרײַען איבער דער פּאָרענטש. די מענטשן אונטן האָבן אויסגערופֿן נעמען, געפֿאָכעט אין דער לופֿטן מיט די היטלעך, געלאַכט, געזידלט, זיך אַרומגעכאַפּט מיט די קרובֿים, וואָס זענען ערשט אַראָפּגעקומען פֿון שיף.

ר׳ אַבֿרהם דריימאַן און זײַנע בני-בית זענען אַראָפּ פֿון דער שיף, געשטאַנען מיט די פּעק אין די הענט אין מיטן האַרמידער און געזוכט מיט די אויגן: אפֿשר וועט זיך געפֿינען אַ שטיקל קרובֿ אָדער אַ בן-עיר?

פּלוצעם האָט זיך אַ דיקלעכער פּאַרשוין געגעבן אַ רײַס אַוועק פֿון אַ קרײַז מענטשן און איז צוגעלאָפֿן צו ר׳ אַבֿרהמען, קוים אָפּכאַפּנדיק דעם אָטעם. ער האָט געטראָגן שוואַרצע הויזן און אַ ווײַס אָנצוג. דאָס געקנעפּלטע העמד איז געווען העל-בלוי און שײַנענדיק. אויפֿן קאָפּ האָט ער געטראָגן אַ שטרויענע הוט. דאָס פּנים זײַנס איז געווען רויט און אַ קײַלעכדיקס. אין רומעניע וואָלט מען געזאָגט, אַז דער פּאַרשוין איז אַפּנים אַנטלאָפֿן פֿון צירק אָדער, לא-עלינו, פֿון אַ משוגעים-הויז. צווישן זײַנע פֿליישיקע ליפּן איז געווען פֿאַרשטעקט אַ ציגאַר, פֿון וועלכן עס זענען אַרויס קנוילן רויך ווי פֿון אַ פֿײַפֿנדיקן לאָקאָמאָטיוו. ער האָט געהאַט גרויסע, שוויציקע הענט, זײַן גאַנץ וועזן האָט ווי געשריגן „עולם-הזה!‟. ער האָט אַרומגעכאַפּט, געהאַלדזט און געקושט יעדן איינעם באַזונדער און גענומען רעדן גיך ווי אַ כאָפּטע גזלנים וואָלט אים נאָכגעיאָגט. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז ער איז געווען גאָר איציק בערל בעל-עגלהס מיזיניק. ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט ווי אײַק.

„בען האָט נישט געקענט קומען. ער איז איצט שטאַרק ביזי. הלוואַי וואָלט אַ טאָג געהאַט פֿינף און צוואַנציק שעה, כע־כע־כע‟, — האָט ער געזאָגט גיטלען.

ער האָט גערעדט הויך ווי אַ שווערהעריקער. דער ציגאַר האָט געטאַנצט צווישן זײַנע ליפּן. „באַט…‟, — האָט ער צוגעגעבן און וווילעריש געוווּנקען. — „ער שיקט אַ גרוס. איר׳ט זיך נאָך זען מיט אים שפּעטער, האַ? ער׳ט נישט אַנטלויפֿן. נו, נעווירמײַנד! קוקט, כ׳האָב געשלעפּט מיט מיר אַ גאַנצע כאָפּטע שטעפֿאַנעשטער לאַנדסלײַט. איר וועט זײַן דאָ אָלרײַט, נאָר איר זאָלט וויסן, אַז דאָ העלפֿן נישט קיין חכמות. מ׳מוז האָרעווען. מ׳ווערט פֿאַרשוואַרצט און מ׳ליגט אין דר׳ערד, אַ ברירה האָט מען?‟

אַ מנין ייִדן און ייִדענעס האָט זיך געגעבן אַ לאָז צו זיי ווי נאָך אַ באַפֿעל. פּאָלנע פֿרעמדע האָבן זיי געקושט ווי מ׳וואָלטן געווען אַ שטיקל משפּחה. די מלבושים זייערע זענען געווען פֿילפֿאַרביק, געמאַכט פֿון עפּעס אַ שטײַפֿן, שײַנענדיקן צײַג, וואָס האָט גאָר נישט קיין נאָמען אין רומעניע. יעדער האָט געטראָגן אויפֿן הענט-געלענק אַ שײַנענדיקן האַנטזייגער מיט אַ באַגילדערטן רימען. די פֿרויען האָבן געטראָגן גרויסע אוירינגלעך און שווערע קייטן האָבן טעלעבענקעט אויף זייערע העלדזער. אַלץ האָט געצופּט די אויגן און פֿאַרבלענדט. שלוימעלען האָט אָנגענומען אַ שוואַכקייט. די ייִדן האָבן אים אַרומגערינגלט, אָפּגעגעבן ברייטע שלום-עליכמס, געוואָרנט, געגעבן עצות, איינצײַטיק געלויבט און געשאָלטן אַמעריקע, זיך נאָכגעפֿרעגט וועגן קרובֿים און באַקאַנטע, וואָס האָבן נישט געלאָזט פֿון זיך וויסן נאָך פֿאַר דער מלחמה.

די גרינע זענען געשטאַנען אויף דעם פֿעסטן באָדן — די ערשטע פֿעסטקייט זינט זיי זענען אַרויף אויף דער באַן אין דער בוקאַרעשטער גאַרע — מיט שטרויכלענדיקע פֿיס און האָבן זיך איבערגעקוקט שווײַגנדיקערהייט און געפֿרעגט אָן ווערטער: נו, צו וואָס פֿאַרשטערן די שׂימחה?

[1] Republica Populară Română

5

סעם איז אַרײַן אין בנין אַן אויסגעשעפּטער נאָכן ספּאָנטאַנישן שפּאַציר אָפּטאַון. ער האָט מער געשלעפּט די פֿיס ווי זיי — אים. דאָס גרילצנדיקע שאַרעניש מיט די זוילן האָט אָפּגעהילכט אין דעם ליידיקן לאָבי. ער האָט אַרויסגערופֿן דעם עלעווייטאָר. ווען די טירן האָבן זיך אַ רוק געטאָן אין אַ זײַט, האָט אַ היימישער עיפּוש אים מקבל-פּנים געווען. דער עלעווייטאָר־גאַי — סעם האָט רעכט נישט געוווּסט צי יענעמס נאָמען איז אים פּשוט אַרויסגעפֿלויגן פֿונעם קאָפּ, צי ער האָט אים קיינמאָל נישט געהערט — האָט געטאָן אַ ברייטן, נאַרישן שמייכל. ער האָט געהאַט אַ גרויסן קוואַדראַטנעם קאָפּ און אַ האַלדז, וואָס איז געווען פּונקט אַזוי ברייט ווי דער קאָפּ. דער עלעווייטאָר־גאַי האָט סעמען קענטיק ווויל יאָ געקענט, ווײַל ער האָט אַ דרוק געטאָן אויפֿן קנעפּל פֿון סעמס שטאָק אָן איבעריקע פֿראַגעס. דערצו האָט ער געוווּנקען צו סעמען, ווי צו אַן אַלטן פֿרײַנד: „האַו אַר יו טודיי — ווי ביסטו הײַנט?‟

„אײַ עם גוד!‟, האָט סעם געפּרוּווט צוריקשענקען אַ שמייכל. דער שמייכל איז באַלד אויסגעוועפּט געוואָרן און איז געוואָרן גלאַט געקרומטע ליפּן. סעם האָט זיך אָפּגעקערט פֿון דעם מונדירטן פּאַרשוין און באַטראַכט אַ ווײַל די אייגענע אָפּשפּיגלונג, ווי אַ דאָקטער טוט עס פֿאַרן שטעלן אַ דיאַגנאָז: ער און יענער גראָבער ייִד, וואָס האָט אים האַרציק אויפֿגענומען בעתן אָנקומען קיין אַמעריקע, אײַק, האָבן איצט אויסגעזען, נעבעך, ווי צווילינג, פֿון איין טייג געקנאָטן. נאָר דער שטינקענדיקער ציגאַר פֿעלט אויס. אַ שוידער איז דורכגעלאָפֿן איבער זײַן לײַב. ריבונו־של־עולם! נישט אָפּגעבנדיק זיך קיין דין-וחשבון, האָט ער דורכגעמאַכט עפּעס ווי אַ גילגול, אַ בייזן גילגול. איצט שלאָגט פֿון אים אַרויס די אייגענע געדיכטע פּראָסטקייט: אַ געמיש פֿון מוח-טעמפּקייט און גוט-באַקליידטע בהמישקייט. דאָס אייגענע פּאַנאַמע־היטל מיטן בענדל זיצט אויף זײַן קאָפּ, דער אייגענער העלער אָנצוג, די שוואַרצע לאַקירטע שיך, ווי נישט ער אַליין האָט זיך אָנגעטאָן מיט אַ ניכטערן קאָפּ, נאָר אַ נישט-גוטער וואָלט אויסגעקליבן די „גאַרדעראָבע‟.

סעם האָט דערפֿילט אַ באַדערפֿעניש אָפּצושפּײַען דרײַ מאָל און אפֿשר אויף זיך אויך פֿאַר אַ צוגאָב. ער האָט אָנגעקוקט דעם אייגענעם שפּיציקן בויך, די געשוואָלענע טאָרבעלעך אונטער די אויגן, די אַראָפּהענגענדיקע באַקן, דעם פֿליישיקן גוידער, די מיאוסע, רויטלעכע נאָז. ער האָט געזען פֿאַר זיך די אָפּשפּיגלונג פֿון אַ זויפֿער און אַ פֿרעסער — ווײַטער גאָרנישט. וואָס איז דאָס, צו אַל די שוואַרצע יאָר?! האָט ער זיך געפֿרעגט. זאָל דאָס זײַן אַ גורל־זאַך? אַ קללה? אַ גזירה? אַ שפּאַס? אמת, דער טאַטע, ר׳ אַבֿרהם, עליו-השלום, איז נישט געווען קיין גרויסער למדן און דאָך איז ער געווען אַן איידעלער ייִד און געהאַלטן פֿון געבילדעטע לײַט. אין דער משפּחה האָט מען גאָר נישט געהאַלטן פֿון זויפֿערס און פֿרעסערס. נו, האָט סעם זיך געטרייסט. אין אַמעריקע ווערט אַלץ און אַלעמען פֿאַרגרעבט. אַלע שווימען דאָך אַרום אין איין זומפּ און מ’לויפֿט נאָכן דאָלער. מ׳זאָגט דאָך בײַ ייִדן, אַז פֿון שלאָגן זיך „על-חטא‟ ווערט נישט דער תּחת פֿעט.

דער עלעווייטאָר האָט געטאָן אַ קרעכץ, אַ סקריפּ און זיך אָפּגעשטעלט. דאָס איז געווען סעמס עטאַזש. סעם האָט אַרויסגעקוועטשט פֿון זיך אַ שמייכל בגוואַלד און געוווּנטשן דעם עלעווייטאָר־גאַי, וואָס האָט נישט קיין נאָמען, אַ „גרייט דיי‟.

די דירה איז געווען ליידיק. דאָס איז געווען אַן אויסנאַם. סעם פֿלעגט זיך תּמיד אומקערן אַהיים, אַז עס איז שוין געווען גוט פֿינצטער אין דרויסן. עס איז שווער צו זאָגן, אַז דאָריס האָט אים אויפֿגענומען בכּבֿוד-גדול. זי איז אים נישט אַנטקענגעשפּרונגען, אַרומגעכאַפּט און געקושט — גאָט זאָל אָפּהיטן. געוויינטלעך, האָט זי געקוקט טעלעוויזיע, אָפּרײַסנדיק דעם בליק פֿון דעם עקראַן נאָר, כּדי אָנצוטאַפּן די פּושקע מיט „טישו‟ און אָפּווישן אַ טרערל. אויפֿן עקראַן האָבן אָפּגעשפּילט סענטימענטאַלע סצענעס: דער עיקר, רײַסענישן און קושענישן. אַזעלכע האַרץ-רײַסנדיקע סצענעס פֿלעגן פֿאָרקומען טאָג-טעגלעך אין די ראַמען פֿון איר באַליבטער „זייף-אָפּערע‟, וואָס דעם נאָמען האָט סעם בשום אופֿן נישט געקענט אַרײַנקריצן אין זײַן זכּרון.

טיילמאָל פֿלעגט ער, בשעתן אויפֿהענגען דעם ווינט-מאַנטל אין דער קליידער-שאַפֿע, וואָס שטייט לעבן דער אַרײַנגאַנג־טיר, דערהערן ווי דאָריס רעדט הויך, אויף אַ קאָמישן געמיש פֿון ייִדיש, ענגליש און רומעניש, מיט איר איינציקער חבֿרטע פֿלאָראַ סטין, פֿון דער היים בלומע עקשטיין, אַ צוטשעפּעניש, וואָס דאָריס האָט זי נאָכגעשלעפּט מיט זיך העט פֿון דער פֿאָלקסשול אין יאַס. גלײַך בײַם ערשטן בליק האָט סעם געוואָרפֿן אויף „פֿלאָראַ‟ אַן אומחן. זי האָט זיך אויך נישט שטערבלעך פֿאַרליבט אין אים, מילד גערעדט. צווישן סעם און פֿלאָראַ איז אָנגעגאַנגען אַ לאַנג־יאָריקע, קאַלטע מלחמה. ער האָט געהאַט זײַן אייביקן מאָנאָלאָג, אַז עס איז געקומען די רייד וועגן פֿלאָראַ; ער האָט דאָריסן געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז פֿלאָראַ שטאַמט פֿון געמיינע לײַט. זי האָט סײַ דעם ייִחוס און סײַ די מענטאַליטעט פֿון אַ דינסטמויד. זי זיצט אַ גאַנצן טאָג מיט פֿאַרלייגטע הענט און איר מאַן, דער לאָקש, לויפֿט אַרום דעם גאַנצן טאָג, אַ צעחושטער נאָכן דאָלער, זי זאָל האָבן צײַט צו זיצן און רעדן מיט דאָריסן אויפֿן טעלעפֿאָן, מאַכן אים, סעמען, מיט דער בלאָטע גלײַך. די דרשה זײַנע פֿלעגט סעם אויסשיסן מיט אַ ריי קללות: אַזאַ חצופֿה, אַזאַ מנוּוולטע, מרשעת, פֿוילעניצע, נישט-טויגעווקע, אַ פּראָסט שטיק פֿון פּאָדולראָש!‟

אין זיך האָט סעם ווויל געוווּסט, אַז נישט אומזיסט שליאָנדערן זיך ביידע פֿרויען אַרום צוזאַמען. פֿלאָראַ איז, דאַכט זיך, די איינציקע בריאה אויף דער וועלט, וואָס פֿאַרשטייט דאָריסעס צעקאַליעטשעט לשון, אַ לשון, וואָס האָט נישט קיין נאָמען און דינט ווי אַ מאָרס־קאָד צווישן ביידע חבֿרטעס. פֿלאָראַ הערט אויס דאָריס און דערגייט טיפֿער ווי גלאַט ווערטער. זי פֿאַרשטייט דאָריס נישט נאָר איר שפּראַך. דאָס איז לכאורה איר עיקרדיק פֿאַרדינסט און איינציקע מעלה.

איצט האָט זיך נישט געהערט קיין פּיפּס אין דער דירה. סעם האָט בלויז דערהערט דאָס סקריפּעניש הינטער זײַנע שיך, בעת ער גיין אויפֿן נײַעם פּאַרקעט. די הילצערנע ברעטער, אויף וועלכע ער טרעט אויף אַיעדן טאָג, באַגריסן אים. ער איז קיינמאָל נישט געווען אין דער דירה מיטאָג צײַט. אַלץ האָט אויסגעזען אַנדערש: דאָס מעבל, די שאָטנס, די פֿאַרב פֿון דעם קאָברעץ, די רוקנס פֿון די ביכער אין די ביבליאָטעק אין וווין־צימער. ער האָט געהאַט דאָס געפֿיל, אַז ער רײַסט זיך אַרײַן אין אַ דירה פֿון אַ פֿרעמדן.

סעם האָט אויסגעטאָן די שיך און זיך אַוועקגעלייגט אויף דער ברייטער קאַנאַפּע. ער מוז ליגן אַ פּאָר מינוט אפֿשר כאַפּן אַ דרעמל. דער מוח איז שוין גוט פֿאַרטשאַדעט. ער דאַרף נישט מער ווי אַ פּאָר מינוט און ער וועט אויפֿשטיין אַן אָפּגעפֿרישטער. ער מוז אַ טראַכט טאָן, וואָס און ווי דאַרף ער רעדן אויף דעם מיטינג פֿון דער שטעפֿאַנעשטער לאַנדסמאַנשאַפֿט. עס וועט אָנגיין דאָרט אַ בלוטיקע שלאַכט. בערני, אײַקס בן-יחידל, אַן אָנגעזעענער אַדוואָקאַט, דער פֿאָרזיצער און דער ממזר וויל פֿאַרקויפֿן דעם ביוראָ. נו, אַז עס קומט צו געלט איז בערני אַ האַרצלאָזער. אַ רוח אין זײַן טאַטנס-טאַטן אַרײַן! טראַכטנדיק די דאָזיקע מחשבֿות, איז סעם אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ האַרטן שלאָף.

אַז סעם האָט זיך איבערגעוועקט איז די דירה געווען האַלב פֿינצטער. דאָריס איז נאָך נישט געהאַט צוריקגעקומען. סעם האָט זיך אויפֿגעהויבן און שיִער נישט פֿאַרלוירן דעם גלײַכגעוויכט. דאָס האָט צו טאָן מיטן הויכן בלוטדרוק, האָט ער געשיט אַ דיאַגנאָז פֿונעם אַרבל. אויך וועגן דעם קאָפּ-שווינדל האָט ער געוואָלט רעדן מיטן דאָקטער, אָבער תּמיד זענען אויפֿגעקומען וויכטיקערע ענינים און די קאָנסולטאַציע איז קיינמאָל נישט צו שטאַנד געקומען. ער איז אַרײַן אין קיך און באַמערקט, אַז דער „פֿילטער‟ איז פֿול מיט קאַווע. סעם האָט אין גאַנצן פֿאַרגעסן, אַז ער האָט געשטעלט דעם פֿילטער. נו, אַ בלויז אין זכּרון. אויך וועגן דעם האָט ער געוואָלט זיך באַראַטן מיטן דאָקטער.

סעם האָט אַ זופּ געטאָן און געפּרוּווט טראַכטן וועגן בערני און זײַנע פֿוילע שטיק אין דער שטעפֿאַנעשטער לאַנדסמאַנשאַפֿט, אָבער אַנשטאָט בערני האָט זיך גראָד דאָריס אַרײַנגעריסן אין די געדאַנקען. וואָס לויפֿט זי אַרום אַזוי פֿיל, האַ? האָט ער זיך געפֿרעגט. זי האָט נישט אָנגעקויפֿט גענוג? זיך נישט אָנגעגעסן גענוג? וווּ דרייט זיך די דאָזיקע פֿרוי אַרום? וואָס טוט זי אָפּ? זי האָט דען נישט געפּײַניקט גענוג קעלנערס און פֿאַרקויפֿערינס הײַנט? סעם האָט געטאָן אַ לאַך, אָבער דער געלעכטער איז נישט געווען ביכולת אָפּשטילן אין גאַנצן די דערקוטשנדיקן זאָרג, וואָס האָט געגריזשעט אין אים. אפֿשר דאַרף מען רופֿן די פּאָליציי? איז אים דורכגעלאָפֿן אַ מחשבֿה, נאָר אַ בליק אויפֿן האַנטזייגער האָט באַשטעטיקט, אַז עס איז נישטאָ קיין צײַט אויף דעם. ער מוז אויסטרינקען די קאַווע אָן שהיות און תּיכּף כאַפּן אַ טאַקסי דאַונטאַון, צו דעם ביוראָ פֿון שטעפֿאַנעשטער לאַנדסמאַנשאַפֿט אַסאָסיעשן. ער טאָר נישט פֿאַרפֿעלן דעם מיטינג.


המשך קומט

Leave a comment