דער איבערגעריסענער אַלאַרעם־סיגנאַל

עמיל דרייצער

— איך קאָן עס נישט פֿאַרשטיין: הלמאַי האָבן זיי זיך געלאָזט פֿירט צום טויט, ווי בהמות?

די דאָזיקע ווערטער זײַנען צום ערשטן מאָל אויפֿגעשוווּמען אין מײַן זכּרון נאָך דעם, ווען אין 2018 האָט די פּוילישע רעגירונג אָנגענומען דעם געזעץ, לויט וועלכן יעדער, ווער ס׳וועט דערמאָנען, אַז בשעתן חורבן האָבן די פּאָליאַקן זיך באַטייליקט אינעם אומברענגען ייִדן, וועט פֿאַרפֿאָלגט ווערן. דערבײַ האָט זיך אין די אָפֿיציעלע רעדעס געהערט אַ פֿאָרוווּרף, אַז די ייִדן זײַנען דאָך אַליין שולדיק אין אַזאַ ריזיקער צאָל קרבנות, מחמת זיי האָבן נישט אַרויסגעוויזן קיין ממשותדיקן ווידערשטאַנד…

כ׳בין אַלט געווען 13־14 יאָר, ווען מײַן מומע דוניע, דער מאַמעס שוועסטערקינד, האָט מיר געשטעלט אָט די פֿראַגע. (איר אמתער נאָמען איז געווען דבֿורה, נאָר די מאַמע פֿלעגט זי רופֿן דוניע, פּונקט ווי מײַן טאַטן האָט זי גערופֿן נישט אַבֿרהם, נאָר אַרקאַדי.) ס׳איז געווען אין די אָנהייב 1950ער יאָרן. סטאַלין האָט נאָך געלעבט. די אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע קעגן די „קאָסמאָפּאָליטן‟ איז געווען אין סאַמע ברען. עס האָט שוין אויסגערײַפֿט דער „ענין פֿון די מערדערס אין ווײַסע כאַלאַטן‟. די ווערטער: „קאַפּיטאַליסט‟, „עקספּלואַטאַטאָר‟, „בלוטצאַפּער‟, „רויבער‟ און „ציוניסט‟ זײַנען אַלע געווען ווערטער־סינאָנימען.

מעגלעך, אַז דווקא דעמאָלט האָט זיך בײַ מיר אויסגעאַרבעט דער מיאוסער רעפֿלעקס: ס׳האָט זיך אין מיר ווי עפּעס אָפּגעריסן, ווען כ׳פֿלעג דערזען אַ מגן־דוד. דער „ייִדישער שטערן‟ מיט זעקס עקן האָט מיר דעמאָלט אויסגעזען ווי אַ מין שפּאָט אויף דעם פֿינף־עקיקן רויטן שטערן, דעם אַרמיייִשן שטערן, וואָס האָט נאָך געברענט אין מײַן קינדערשן מלחמה־אָנדענק. דער פֿינף־עקיקער רויטער שטערן איז אין מײַן באַוווּסטזײַן פֿאַרבונדן געווען מיטן ראַטעווען זיך פֿון די דײַטשישע באָמבעס, מיטן גרויסן נצחון. גאָר היפּוכדיק האָט אויסגעזען דער „ייִדישער שטערן‟ מיט זעקס עקן אויף די קאַריקאַטורעס פֿון די מאָלערס קוקריניקסי. די ווילדע קאַפּיטאַליסטן מיט פֿעטע נעז און אָנגעשטאָפּטע בײַכער האָבן געטראָגן אויפֿן קאָפּ קאַפּעליושן מיט אַזעלכע שטערן און גערייכערט לאַנגע סיגאַרן. נישט זעלטן האָט מען געקאָנט זען אין די סאָוועטישע צײַטונגען דעם ציוניסטישן מגן־דוד לעבן דעם נאַצישן האַקנקרייץ.

ווי באַוווּסט, דרינגען די קינדערשע רעפֿלעקסן אַרײַן אין באַוווּסטזײַן אויף לאַנג, צו מאָל אויפֿן גאַנצן לעבן. איך בין געקומען קיין אַמעריקע שוין אַ דערוואַקסענער, אָבער געכאַפּט זיך אויפֿן געדאַנק, אַז דער „ייִדישער שטערן‟, דער מגן־דוד ציטערט אין מיר, באַפֿאַרבט מיט מורא, אַז מע וועט מיך, אַ געבוירענעם ייִד, באַלד דערקענען און אַרויסגעבן… דאָס וואָרט אַליין „סינאַגאָגע‟ האָט נאָך לאַנג אין מיר סכּנהדיק אַלאַמירט.

יאָ, כ׳מוז זיך מודה זײַן, אַז ביזן הײַנטיקן טאָג ליגט טיף באַגראָבן אין מיר דער פּחד פֿאַר די אַנטיסעמיטן. יאָ, כ׳פֿיל נאָך אַלץ זיך נישט באַקוועם, ווען איך זע אויפֿן פֿאַסאַד פֿון אַ בנין — אַ סינאַגאָגע, אַ ביבליאָטעק דעם „ייִדיש שטערן‟. דאָס וואָרט אַליין „סינאַגאָגע‟ איז, ווי פֿריִער, באַפֿאַרבט מיטן רוסיש־שאָוויניסטישן ביטול־שמייכל.

אַזוי אַז די פֿראַגע, וואָס מײַן מומע דוניע האָט מיר געשטעלט מיט לאַנגע יאָרן צוריק, האָט מיך נישט פֿאַרחידושט. אין יענער צײַט אין אָדעס, וווּ איך בין געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן, פֿלעגן אַלע ייִדן, וואָס כ׳האָב זיי געקענט, גיין מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ.

פֿון וואַנען האָט מײַן מומע גענומען דאָס בילד וועגן די ייִדן, וואָס גייען צו דער שחיטה, ווייס איך נישט. נישט אין סטאַלינס צײַטן, נישט אין די אַלע יאָרן פֿון נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין דערמאָנונג וועגן דעם חורבן נישט געהערט, סײַדן אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אַז מ׳האָט שוין יאָ עפּעס געשריבן פֿלעגט מען אָנווײַזן, אַז ס׳זײַנען אומגעקומען „סאָוועטישע בירגער, קעמפֿער מיט פֿאַשיזם‟. פֿון דעסטוועגן, האָט די מומע דוניע זיך נישט געקאָנט באַרויִקן: „איך קאָן עס נישט פֿאַרשטיין: הלמאַי האָבן זיי זיך געלאָזט פֿירט צום טויט, ווי בהמות? סײַ ווי וואָלט מען זיי דערהרגעט! פֿאַר וואָס זשע נישט אַרויפֿוואַרפֿן זיך אויף די מערדערס, און נישט פּרוּוון זיי צערײַסן אויף שטיקער?!‟

זי פֿלעגט עס זאָגן מיט כּעס, אָנשטעלנדיק אירע ברענענדיקע אויגן אויף מיר, גלײַך ווי איך וואָלט אין דעם שולדיק געווען. די פֿינגער אויף די הענט צעשטעלט, גרייט זיי לאָזן אין גאַנג און מיט די נעגל זיך אַרײַנשנײַדן אינעם שׂונאימס פּנים. אַ ייִנגל האָב איך נישט געקאָנט נעמען אין טאָלק אַרײַן, הלמאַי לאָזט זי אויס איר כּעס צו מיר. וואָס בין איך דאָ שולדיק?

אַ סך שפּעטער האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דער מומע דוניעס טענה איז געווען נישט צו מיר, נאָר צו זיך אַליין און צו אירע ייִדישע פֿרײַנד, קרובֿים, פֿאַרברענט אינעם מלחמה־פֿײַער. איר כּעס איז געווען אַ פּועל־יוצא פֿון איר אומבאַהאָלפֿנקייט און פּחד, וואָס האָט געבלוטיקט אין איר אונטערבאַוווּסטזײַן. די מלחמה האָט זיך טאַקע פֿאַרענדיקט, אָבער די שׂינאה צו ייִדן איז געבליבן הענגען אין דער לופֿטן. אין די אָדעסער רייען נאָך יעדער קלייניקייט, וואָס האָט אויסגעפֿעלט, האָט מען נישט זעלטן געקאָנט הערן: „היטלער האָט זײַן אַרבעט נישט דערפֿירט ביזן סוף!‟

מײַן אייגענער שײַכות צום חורבן אין יענע ייִנגלשע יאָרן איז געווען גאָר אַ קאַלעמוטנער. אומגעקומען זײַנען יענע מענטשן, וועלכע כ׳האָב אין מײַנע אויגן נישט געזען. מײַן באָבע שׂרה, וואָס איז געקומען צו איר זון, מײַן טאַטן, פֿון מינסק, פֿלעגט אָפֿט דערמאָנען איר טאָכטער יודיף [יהודית — רעד.] און די אייניקלעך — דעם זעקס־יאָריקן מישע און דעם צוויי־יאָריקן צווילינג — יאַשע און פֿימע, געבליבן ליגן אין דער „גרוב‟, ווי מ׳האָט גערופֿן די געטאָ אין שטאָט. נאָך צוויי מיידעלעך, דינהלע און רײַע, די קינדער פֿון עסי און טאַניע זײַנען אומגעקומען פֿון דער באָמבע, וואָס האָט געטראָפֿן אין זייער קינדער־גאָרטן.

די באָבע פֿלעגט זיי אַלע אָפֿט דערמאָנען. צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, די הענט האָבן איר געציטערט, די ליפּן האָב קוים אײַנגעהאַלטן דעם געוויין, וואָס האָט זיך געריסן פֿון האַרצן. זי האָט שעמעוודיק געווישט די אויגן מיטן נאָזטיכל, פֿאַרקוועטשט אינעם קליינעם פֿויסט.

מײַן זיידע וואָלף פֿון דער מאַמעס צד איז נישט אַוועקגעפֿאָרן אין דער עוואַקואַציע מיט זײַנע קינדער, מײַן מאַמען און דער מומען, ווי מע זאָל אים נישט געווען אײַנרעדן. אַ פֿרומער ייִד, האָט ער נאָך זײַן פֿרויס טויט, מײַן באָבע, חתונה געהאַט דאָס צווייטע מאָל. אײַנגעשפּאַרט האָט ער זיך צוליב דעם, וואָס די צווייטע פֿרוי זײַנע איז געווען מסוכּן קראַנק, און אַז דעם שווערן וועג וועט זי נישט אויסהאַלטן.

וואָס שייך דעם צווייטן זיידן, אורי, פֿון מײַן טאַטנס צד, האָט ער אַפֿילו נישט געפּרוּווט צו אַנטלויפֿן, ווען די דײַטשישע פּאַראַשוטיסטן האָבן געלאַנדט נישט ווײַט פֿון מינסק, וווּ ער האָט געוווינט מיט זײַן משפּחה. ער האָט געהאַלטן, אַז די דײַטשן וועלן אים נישט טשעפּען, הלמאַי ער איז אַן אַלטער מענטש. ווער דאַרף אים האָבן! בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה איז ער געווען אין דײַטשישן פּלען און געהאַלטן די דײַטשן פֿאַר קלוגע מענטשן. שוין אין די ערשטע טעג האָבן די אומגעבעטענע „הימלגעסט‟ געקומען אים אַרעסטירן, אָבער דער אַלטער האָט זיך קעגנגעשטעלט, געוואָלט זיך אַרויסרײַסן מיט קללות אויף דער צונג: „איר זײַט משוגע געוואָרן?!‟ די לעבנגעבליבענע עדות פֿון דעם האָבן שפּעטער דערציילט, אַז דעם זיידן האָט מען דערשטאָכן מיט באַגנעטן…

דעמאָלט, אין מײַן יוגנט, האָב איך באמת נישט געוווּסט און נישט געקאָנט וויסן דעם ענטפֿער אויף מײַן מומע דוניעס פֿראַגע. זײַן אַ ייִד אין דעם נאָך־מלחמהדיקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט געזאָלט מיינען הכנעהדיק פֿאָלגן דעם גורל. אויך שפּעטער, מײַן גאַנץ סאָוועטיש לעבן ביז דער עמיגראַציע אין 1974 — האָט די מלוכה בכּיוון פֿאַרשוויגן די געשיכטע פֿון מײַן פֿאָלק, צו וועלכן איך האָב געהערט. נישט וועגן די העלדן פֿון מצדה, מכּבייער, בר־כּוכבא אָדער די אויפֿשטענדלער אין וואַרשעווער געטאָ, ייִדישע פּאַרטיזאַנער, ייִדישע קעמפֿער אין די רייען פֿון דעם פֿראַנצייזישן ווידערשטאַנד האָב איך קיין אַנונג נישט געהאַט. דערוווּסט האָב איך זיך וועגן די אַלע זאַכן ערשט מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט שפּעטער, ווען כ׳האָב אויף שטענדיק פֿאַרלאָזט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד: אויפֿן וועג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין רוים, אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ייִדישן פֿאָנד.

דער ענטפֿער אויף דער ריטאָרישער פֿראַגע פֿון מײַן מומע איז מיר געקומען שיִער נישט מיט זעקס צענדליק יאָר שפּעטער, אום וועסנע 2008. דער פּוילישער פֿאַרלאַג „מידרש‟ האָט אַרויסגעלאָזט אַ זאַמלונג פֿון מײַנע דערציילונגען און מיך פֿאַרבעטן זיך באַטייליקן אין דער „וואָך פֿון ייִדישער קולטור‟ אין וואַרשע. אין איינעם אַ טאָג דעמאָלט האָב איך באַזוכט אוישוויץ.

דעם אמת געזאָגט, האָט מיך אָט די פֿאַרבעטונג פֿאַרחידושט: וועגן וואָסער ייִדישער קולטור קאָן גיין די רייד אין פּוילן, אַז נאָכן חורבן און נאָך גאָמולקעס אַרויסטרײַבן די רעשטלעך ייִדן, די „ציוניסטן‟ אין 1968, זײַנען אין פּוילן פֿאַרבליבן אפֿשר געציילטע מנינים? ווען כ׳האָב וועגן דעם דערציילט מײַן קאָלעגע, אַ פּראָפֿעסאָרין אינעם קאָלעדזש, וווּ כ׳האָב געאַרבעט, אַליין אַ פּוילישע, האָט זי אויף מיר אַ קוק געטאָן מיט אַ פֿאָרוווּרף:

— ווי קאָנט איר אַזוי ריידן! — האָט זי געזאָגט, — די ייִדן זײַנען דאָך אַ טייל פֿון אונדזער געשיכטע! זיי האָבן געוווינט אין פּוילן העכער טויזנט יאָר.

אירע ווערטער זײַנען מיר געקומען אויפֿן זינען, ווען כ׳בין אָנגעקומען מיט דער באַן פֿון וואַרשע קיין קראָקע, דער אוראַלטער פּוילישער קרוינשטאָט, וואָס געפֿינט זיך פֿערציק מינוט פֿאָרן מיטן אויטאָבוס ביז אוישוויץ.

געקומען צו פֿאָרן קיין קראָקע האָב איך זיך נישט געאײַלט צו באַזוכן דעם טרויעריק־באַוווּסטן טויט־לאַגער. כ׳האָב זיך געגעבן אַ ביסל צײַט זיך אָננעמען מיט מוט איידער דאָס אַלץ דערזען מיט מײַנע אייגענע אויגן. כ׳האָב געמאַכט אַ טור איבער דער שטאָט מיט אַן אויטאָבוס. אינעם ראַיאָן קאַזימיעזש, וווּ, לויטן וועגווײַזער, איז אַמאָל געווען דער „ייִדישער קוואַרטאַל‟, האָב איך זיך דערמאָנט אין מײַן קאָלעגעס ווערטער און זיך געוואָלט אין דעם אַליין איבערצײַגן.

דער צענטראַלער טייל פֿונעם קוואַרטאַל האָט אויסגעזען ווי פֿאַרשטעלט מיט קינאָ־דעקאָראַציעס. די בוטאַפֿאָרישע פֿענצטערס און טירן זײַנען געווען אָפּגעפֿאַרבט אַזוי, ווי זיי וואָלטן אויסגעברענט געוואָרן אויף דער זון, אָפּגעבליאַקעוועט פֿון רעגנס און צײַט. מיט קידוש־לבֿנה־אותיות — די אויפֿשריפֿטן אויף די וויוועסקעס: „חיים כּהן… בנימין האָלצער… סטאַניסלאַוו נאָוואַק… אַהרון ווײַנבערג… אַבֿרהם ראַטנער…‟ דער אַרײַנגאַנג אין די קראָמען איז פֿאַרמאַכט, גלײַך ווי די באַלעבאַטים וואָלטן מען נישט אַרויסגעפֿירט פֿון דער שטאָט און נישט פֿאַרברענט זיי אין די גאַז־הרובעס, נאָר פֿאַרמאַכט זײַנען זיי צוליב דעם שבת — שבת אַרבעטן נישט די ייִדן…

וועדליק כ׳פֿאַרשטיי, האָט די טעאַטראַליזירטע בוטאַפֿאָריע אַ קאָמערץ־ציל. קאַזימיעזש איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פּאָטיאָמקין־דערפֿל, וווּ אויף טריט און שריט דערמאָנט מען אײַך, אַז איר געפֿינט זיך אין אַ ייִדישער געגנט. האָטעל־רעסטאָראַן „קלעזמער‟… נישט ווײַט פֿון דעם נאָך איינער — „אַריאל‟. געסט זײַנען דאָ מערסטן פֿון אַמעריקע, וואָס זייערע זיידע־באָבעס און נאָך ווײַטער אין די דורות אַרײַן שטאַמען אָפּ פֿון פּוילן… פֿון די אָפֿענע פֿענצטערס — אָט פֿון איין רעסטאָראַן, אָט פֿון אַ צווייטן — הערן זיך די באַקאַנטע קלאַנגען פֿונעם ליד „טום־באַלאַלײַקע‟…

עס כאַפּט אַרום אַ שוידער. שוין זשע האָט דער גאַנצער אָנדענק וועגן דעם פּוילישן ייִדנטום זיך אַרײַנגעקוועטשט אין די דלתּ־אמות פֿון אַ קיטש? טויזנטער יאָר האָבן די ייִדן און פּאָליאַקן געלעבט בשכנות און אַלץ, וואָס פֿון דעם בשותּפֿותדיקן לעבן איז געבליבן — אַ רעסטאָראַן־שלאַגער „טום־באַלאַלײַקע‟?

אָט די עטלעכע שעהען בלאָנדזשען אויף די גאַסן פֿון קראָקע, ווי אין אַ קינסטלעריש ווערק, האָט מיך אייגנטלעך צוגעגרייט צו מײַן יאַזדע קיין אוישוויץ. גאָר נישט ווײַט.

ס׳איז געווען נאָך איין טראַגישער סימן־מובֿק, אַ חוץ די בוטאַפֿאָרישע קלייטלעך און רעסטאָראַנען. נישט ווײַט פֿון קאַזימיעזשס צענטער האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף אַ קליין ליידיק אָנדענק־פּלעצל. אויף דעם פּלעצל זײַנען צעשטעלט געוואָרן אַ צען־פֿופֿצן שווערע אײַזערנע בענקלעך. זיי זײַנען צוגעפֿעסטיקט געווען צו טשוהון־פּליטעס. בענקלעך — שטילשווײַג־פֿיגורן. אין אַרכיטעקטור, ווי אויך אין ליטעראַטור — אַ גוזמא־מיטל. ליידיקע בענקלעך דערציילן אַ סך. אויף זייער שטום־לשון דערציילן זיי וועגן יענע, וועלכע זײַנען אויף די בענקלעך געזעסן, און וואָס זײַנען שוין לאַנג נישטאָ. ווי געוואָלט דערמיט זאָגן: אָט, וואָס ס׳איז געבליבן נאָך אונדזערע דורותדיקע שכנים, פּוילישע ייִדן.

אויפֿן וועג קיין אוישוויץ פֿאַלט מיר פּלוצעם אײַן אַ נישטיקער געדאַנק, אַז די דײַטשן האָבן אויפֿגעשטעלט די טויט־לאַגערן בכּיוון ווײַט פֿון די וווין־ערטער, כּדי די אָרטיקע אײַנוווינער זאָלן נישט וויסן, וואָס עס טוט זיך אָפּ אין די לאַגערן גופֿא. הייסט עס, אַז די נאַציס אַליין האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז זייערע שיינע טועכצן זײַנען נישט סתּם נאַטירלעכע זאַכן, נאָר פֿאַרברעכערישע אַקציעס קעגן דער מענטשלעכער נאַטור; אַזוי ווײַט, אַז אַפֿילו די אָרטיקע אַנטיסעמיטן, קאָנען דאָס פֿאַרניכטן אומשולדיקע מענטשן אויסטײַטשן ווי אַן אוממענטשלעכע אַקציע. מיינט עס טאַקע, אַז נישט אַלע האָבן באַוויליקט די נאַצישע פֿאַרברעכנס. מיינט עס, אַז איך, אַ ייִד, בין נישט יחיד־במינו קעגן אָט דער וועלט…

באַטראַכט די מוזיי־עקספּאָנאַטן און אויסהערנדיק די קאָמענטאַרן פֿונעם עקסקורסיע־פֿירער, האָב איך, סוף כּל סוף פֿאַרשטאַנען, פֿון וואַנען קומט אַרויס דער מיין, אַז די ייִד, וועלכע מ׳האָט געבראַכט אין לאַגער, האָבן זיך שטיל געלאָזט פֿירן צום טויט.

די פֿירער פֿונעם דריטן רײַך האָבן אַלץ אַרומגעטראַכט ביז אַ פּרט. די ייִדן האָט מען דאָך געבראַכט אַהער פֿון גאַנץ אייראָפּע. אויף אַזאַ אופֿן האָט דײַטשלאַנד כּלומרש באַזאָרגט און פֿאַרזיכערט די בני־ישׂראל, אַז אויב מע וועט זיי צונויפֿברענגען אויף איין אָרט, וועט מען זיי קאָנען באַשיצן פֿון די „גויים‟, וואָס טראָגן אַ בייז האַרץ אויף זיי. דווקא דאָ, אין דעם פֿאַרוואָרפֿענעם ווינקל פֿון אייראָפּע, וועלן די ייִדן געראַטעוועט ווערן פֿון רדיפֿות…

ס׳רובֿ ייִדן האָבן נעבעך טאַקע געגלייבט אין די נאַצישע באָבע־מעשׂיות (צי האָבן זיי דען געהאַט אַן אַנדער ברירה) און מיטגענומען אין וועג אַרײַן בלויז די נייטיקע זאַכן, כּדי צו פֿירן אַ נאָרמאַלע באַלעבאַטישקייט, יעדנפֿאַלס, די ערשטע צײַט — טעפּלעך, סקאָוורעדעס, טשײַניקעס, ליאַלקעס פֿאַר קינדער… באַמיט זיך צו האַלטן אין איינעם, פֿאַמיליעסווײַז. דער ערשטער קלאַפּ פֿלעגט פֿאָרקומען גלײַך נאָכן אָנקומען קיין אוישוויץ, ווען ס׳האָט זיך אָנגעהויבן די אַזוי גערופֿענע, סעגרעגאַציע — אָפּטיילן די מענער פֿון ווײַבער מיט קינדער…

די וואַליזקעס האָט מען געהייסן איבערלאָזן אויפֿן פּעראָן… זאָרגט זיך נישט, מע וועט זיי שפּעטער אײַך ברענגען… אין די מוזיי־וויטרינעס זעט מען דעם באַרג וואַליזקעס מיט די נעמען און אַדרעסן פֿון זייערע באַלעבאַטים…

אַוודאי, זײַנען געווען אויך אַזעלכע, וועלכע האָבן חושד געווען, אַז עס טוט זיך דאָ אָפּ עפּעס בייזס. אָבער דער מענטש איז דאָך פֿאָרט גענייגט צו טראַכטן אויף בעסערס, בפֿרט אין אַזאַ מצבֿ… היטלער איז טאַקע אַ משוגענער, נאָר די דײַטשן אין אַלגעמיין זײַנען אַ קולטורעלע נאַציע…

די שפּריץ־באָד אין אוישוויץ איז געווען אַ געניאַלע דערפֿינדונג. עס האָט דערמעגלעכט אויסצוטאָן די מענטשן און זיי באַרויבן ממש ביז אַ האָר. פֿון ווײַבערישע האָר באַקומען זיך שטאַרקע שטריק, מיט זיי איז פּראַקטיש אָנצושטאָפּן מאַטראַצן און קישנס… און די ייִדן זײַנען נעבעך געגאַנגען אין באָד שטיל, זיך נישט קעגנגעשטעלט… אַ שאָד, ס׳איז נישט געבליבן קיינער נישט, וואָס זאָל קאָנען דערציילן, וואָס איז געווען דער ערשטער געדאַנק נאָכן איבערטרעטן די שוועל פֿון דער אוישוויצער באָד…

קראָקע. מאַריאַצקי־קאָסטיאָל

נאָכן אומקערן זיך קיין קראָקע, האָב איך אַ געוויסע צײַט נישט געקאָנט קומען צו זיך, האָב איך באַשלאָסן נישט זיצן אינעם האָטעל־נומער, נאָר זיך אַ ביסל דורכשפּאַצירן איבער דער שטאָט. די פֿיס האָבן מיך מיטן טוריסטן־שטראָם געבראַכט צום מאַרק־פּלאַץ. כ׳בין געבליבן שטיין אַנטקעגן דעם מערקווירדיקן אָרט אין קראָקע — מאַריאַצקי־קאָסטיאָל. יעדע שעה הערט זיך דאָ פֿונעם טורעם אַ מין טרומייט־סיגנאַל, אַ טראַדיציע פֿון 14טן יאָרהונדערט. לויט דער לעגענדע, בעת די טוטער־מאָנגאָלישע האָרדעס האָבן געוואָלט פֿאַרכאַפּן די שטאָט, האָט דער וואַכמאַן אויפֿן טורעם געלאָזט וועגן דעם צו וויסן מיט זײַן אַלאַרעם־סיגנאַל. אין אַ מאָמענט האָט די פֿײַנטלעכע פֿײַל געטראָפֿן דעם וואַכמאַן אין האַלדז אַרײַן און איבערגעריסן דעם סיגנאַל… די שטאָט־אײַנוווינערס זײַנען שוין אָבער געווען גרייט אָפּצושלאָגן די אינוואַזיע… אַזוי, יעדנפֿאַלס, שטייט געשריבן אין דער טוריסטישער בראָשור.

כ׳האָב זיך אײַנגעהערט אין די טרומייט־קלאַנגען און ווען דער סיגנאַל האָט זיך אָפּגעהאַקט, האָב איך אַ טראַכט געטאָן: ניין, נישט פּשוט אַ פֿײַל האָט אים איבערגעריסן, נאָר די פֿײַל פֿונעם ייִדישן חורבן האָט איבערגעריסן דעם גאָלדענעם פֿאָדעם פֿון פּוילישן ייִדנטום. נישט קיין טרומייט, נאָר אַ שופֿר שיקט הײַנט זײַן אַלאַרם־סיגנאַל דער וועלט — דער שׂונא איז נאָך אַלץ בײַ דעם טויער פֿון אייראָפּע!

Leave a comment