יעווגעני קיסין
דער צווייטער טייל
קאַפּיטל אַ
1
דער שניי־שטורעם האָט פֿאַרבלאַסט די שײַן סײַ פֿון די לאַמטערנס, װאָס זײערע סלופּעס האָבן זיך כּמעט צונױפֿגעגאָסן מיט דער שװאַרצקײט פֿונעם שפּעטן אָװנט, סײַ די פֿאַרעס פֿון די זעלטענע פֿאַרבײַלױפֿנדיקע אױטאָס. די זאַװערוכע האָט זיך אַזױ צעליאַרעמט, אַז דעם רױש פֿון די אױטאָס–מאָטאָרן און דאָס געביל פֿון די היימלאָזע הינט האָט מען קױם געקאָנט הערן…
מישע, זיצנדיק אױף אַ גרױסער, האַרטער װאַליזקע, האָט גאָרנישט ניט באַמערקט, כאָטש זײַן פּנים איז שױן געװען נאַס, זײַן קערפּער האָט געציטערט פֿון קעלט, און זײַן הוט און פּעלץ זײַנען געװען אין גאַנצן פֿאַרשנײט. דער שטורעם אין זײַן נשמה איז געװען נאָך שטאַרקער װי יענער אַרום אים. מחשבֿות און דערינערונגען פֿלעגן האַסטיק אױסברעכן אין זײַן מוח, אָט פֿאַרבײַטנדיק אײנע די אַנדערע, אָט צונױפֿפֿלעכטנדיק זיך אין כּלערלײ קאָמבינאַציעס, און פֿריִער פֿון אַלץ — די סאַמע ערגסטע דערינערונגען — „די סקעלעטן אינעם אַלמער‟, װאָס אים װאָלט זיך זײער געװאָלט זײ פֿאַרגעסן אױף שטענדיק.
אפֿשר איז ער טאַקע באמת אַ פּחדן און אַ למך? צום ערשטן מאָל אין עטלעכע יאָר האָט מישע זיך דערמאָנט אין אײניקע פֿאַלן פֿון זײַן קינדהײט, װעגן װעלכע ער האָט קײנעם נישט דערצײלט, נאָר האָט זײ לאַנג געדענקט און זיך געשעמט מיט זײַן פּחדנות. במשך פֿון די לעצטע יאָרן איז קאַטיע געשטאַנען אינעם צענטער פֿון זײַנע געדאַנקען און געפֿילן; מישע האָט געפֿילט, אַז צוליב איר, צוליב זײער ליבע איז ער מסוגל צו טאָן אַלצדינג, ער פֿלעגט אַ סך מאָל גובֿר זײַן די שװערע און אומאָנגענעמע סיטואַציעס, און אים האָט זיך געדוכט, אַז ס׳איז נישטאָ קיין זאַך, װאָס ער וואָלט געקאָנט אױפֿװאַרפֿן זיך אַלײן. איצט אָבער, בעת אין מישעס זכּרון האָט דורכגעיאָגט אָן אַ סדר זײַן גאַנץ לעבן, זײַנען יענע לאַנגאָניקע שענדלעכע עפּיזאָדן פּלוצעם אַרױפֿגעשװוּמען… װען די שקצים אין זײַן הױף פֿלעגן אים באַלײדיקן און שלאָגן דערפֿאַר, װײַל ער איז אַ ייִד, און ער האָט קײנעם נישט דערלאַנגט אין פּרצוף אַרײַן, קײנעם נישט געגעבן אױף צוריק, הגם ער האָט געװוּסט, אַז לױט די ניט–געשריבענע ערע–געזעצן פֿון יענער צײַט האָט ער געמוזט עס טאָן. אַצינד האָט ער געטראַכט: שױן זשע זײַנען זײ אַלע געװען שטאַרקער פֿון אים? ס׳דוכט זיך, אַז נײן. װײַזט אױס, פּשוט פֿרעכער. פֿאַר װאָס זשע פֿלעגט ער זיך דעמאָלט שרעקן? פֿאַר װײטיק, אױב מע װעט אים אָנשלאָגן נאָך מער? גאָרנישט אַנדערס איז אים ניט געקומען אױפֿן געדאַנק — און ער האָט זיך, װי פֿריִער, ביז גאָר געשעמט.
נישט מישע, נישט קײן אַנדערע מענטשן (אױסער, מעגלעך, הױך–קװאַליפֿיצירטע קינדער–פּסיכאָלאָגן) אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד האָבן אין יענער צײַט נאָך ניט געװוּסט, אַז קערפּערלעכע באַשטראָפֿונגען מצד די עלטערע קאָנען ברענגען צו דעם, אַז אַ קינד װעט מורא האָבן זיך אײַנצושליסן אין אַ געשלעג מיט אַנדערע קינדער. ער האָט װעגן דעם נישט געװוּסט — נאָר היות סאַמע פֿאַרשײדענע דערינערונגען זײַנען אױפֿגעקומען אין זײַן קאָפּ אָן שום נאָכאַנאַנדקײט, האָט ער זיך פּלוצעם דערמאָנט, װי די מאַמע פֿלעגט אים שלאָגן אין זײַן קינדהײט, און װען ער האָט געפּרוּװט פּראָטעסטירן, פֿלעגט זי זאָגן, אַז אַפֿילו דער גרױסער פּעדאַגאָג אַנטאָן מאַקאַרענקאָ האָט אַ מאָל געהאַט אַ פּאַטש געטאָן אײנעם אַ דערצױגלינג זײַנעם, „כּדי אױסצודריקן זײַן צאָרן און ביטול‟. איצטער איז מישען צום ערשטן מאָל אין לעבן געקומען אַ געדאַנק: װי זשע האָט געקאָנט געשען אַזױ, אַז על–פּי–כּן, איז ער געבליבן אַזױ נאָענט מיט דער מאַמען, נעענטער װי מיטן טאַטן, װאָס האָט אים קײן מאָל נישט באַשטראָפֿט? מסתּמא, האָט ער אַ טראַכט געטאָן, פֿלעגט זי מיט אים מאַניפּולירן אױף עפּעס אַן אופֿן. ער האָט געפּרוּװט זיך דערמאָנען, באַזיניקן, װי אײגנטלעך זי האָט געקאָנט עס טאָן, נאָר אָן שום דערפֿאָלג. פֿון דעסטװעגן, װי עס זאָל נישט געװען זײַן, איז ער פֿאָרט געבליבן נאָענט מיט דער מאַמען. קאַטיע האָט נישט געקאָנט עס ניט זען, און אַצינדער האָט ער נישט אָנגעהױבן צו פֿאַרשטײן: נו, פֿאַר װאָס פֿאַרשטײט קאַטיע עס נישט, פֿילט עס נישט?..
דער זאַװײ איז געװאָרן נאָך פֿאַרשײַטער, און די פֿענצטער–פּיסקעס פֿון די שלעפֿעריקע הײַזער זײַנען ביסלעכװײַז פֿאַרלאָשן געװאָרן אײנער נאָכן אַנדערן. אין מישעס און קאַטיעס צימער פֿלעגט זיך דאָס פֿענצטער געװײנטלעך אױסלעשן גאַנץ שפּעט, בפֿרט נאָך דעם, װי די מאַמע פֿלעגט זאָגן עפּעס באַלײדיקנדיקס פֿאַר קאַטיען, און מישע פֿלעגט תּיכּף אַרומנעמען זײ בײדע און זאָגן שטיל: „טײַערע מײַנע, לאָמיר זיך נישט קריגן; אױב מע װיל, קאָן מען תּמיד דערלײזן אַלע פּראָבלעמען…‟ — און אַזױ װײַטער. נאָך אַזעלכע אינצידענטן, װי נאָר מישע און קאַטיע פֿלעגן בלײַבן אַלײן, האָט זי אָנגעהױבן טענהן: הלמאַי האָט ער זיך נישט געהאַט אײַנגעשטעלט פֿאַר איר, זײַן פֿרױ, נאָר האָט זיך אױפֿגעפֿירט אַזױ, װי זי און די מאַמע זײַנען געװען שולדיק אין דער זעלבער מאָס? װי ער האָט נישט געפּרוּװט איר דערקלערן, אַז צוליב שלום–בית איז בעסער נישט צו פֿאַרשאַרפֿן די קאָנפֿליקטן, נאָר פֿאַררײַבן זײ, — האָט קאַטיע געהאַלטן אין איין באַלײדיקן זיך און צו מאָל אַפֿילו באַשולדיקט מישען אין שװאַכקײט און פּחדנות. מישע האָט זיך געװיסנהאַפֿטיק געגריבלט אין זיך אַלײן, פּרוּװנדיק אַנאַליזירן, צי ער װײַזט טאַקע אַרױס אַזעלכע אײגנטימלעכקײטן, — און יעדעס מאָל האָט ער געקאָנט זאָגן מיט האַנט אױף האַרצן: נײן, לחלוטין נישט, ער האָט באמת געפֿילט, אַז אַזױ איז קליגער. „נו מילא,‟ — האָט קאַטיע אים אַ מאָל געזאָגט, — „דו װילסט נישט פֿאַרשאַרפֿן דעם קאָנפֿליקט — נאָר אױג אױף אױג קאָנסטו דאָך זאָגן דײַן מאַמען, זי זאָל מיך נישט באַלײדיקן!‟. װיסנדיק דער מאַמעס טבֿע, האָט מישע נישט געמײנט, אַז דאָס װעט העלפֿן, נאָר ער האָט פֿאָרט געפּרוּװט עס טאָן אױף אַ װי װײַט מעגלעך דעליקאַטן אופֿן. װי ער האָט דערװאַרט, האָט זײַן פּרוּװ צו גוטן ניט געבראַכט: איבערצוצײַגן די מאַמע, אַז זי איז נישט גערעכט אין עפּעס, איז געװען פּונקט אַזױ אוממעגלעך, װי אַראָפּצונעמען די לבֿנה פֿונעם הימל; אַ חוץ דעם, האָט די מאַמע גלײַך באַשלאָסן, אַז דאָס האָט קאַטיע געהאַט אָנגעדרייט מישען קעגן איר, און װי ער זאָל זיך נישט געווען סטאַרען איבערצונעמען די איבערצײַגונג בײַ דער מאַמען, איז אַלץ געװען אומזיסט. װען בשעת אײנעם אַזאַ שמועס האָט מישע געזאָגט קאַטיען, אַז אים איז אױך געװען שװער מחמת דעם אַלעם, איז איר רעאַקציע געװען אַזאַ: „װער פֿון אונדז איז אַ מאַנצביל?‟ — „איך קלאָג זיך נישט, קאַטיע,‟ — האָט מישע געענטפֿערט, — „איך קלאָג זיך לחלוטין נישט. איך דערקלער דיר פּשוט, זאָלסט װיסן, אַז מיר איז דאָס אױך כּלל נישט גרינג.‟
אַצינד, זיצנדיק אױף דער װאַליזקע אױף אַ װיסטער און פֿינצטערער גאַס, אונטער װירבלענדיקן שניי און װינט, האָט מישע צום ערשטן מאָל אַ טראַכט געטאָן: „שױן זשע זײַנען אַלע מאַנצבילן מחויבֿ צו זײַן װי אײַזן די גאַנצע צײַט? שױן זשע קאָן קײן מאָל נישט זײַן אַזױ, אַז דעם מאַן איז שװער, און זײַן געליבטע פֿרױ האָט רחמנות אױף אים און העלפֿט אים, פֿאַרגרינגערט זײַן צושטאַנד, זײַן לעבן, סוף־כּל־סוף?‟.
מישע איז געװען אַן ערלעכער מענטש לױט דער נאַטור, און ביז גאָר זעלטן איז אים אױסגעקומען צו זאָגן אַ ליגן בכלל און דער מאַמען בפֿרט. הײַנט אין אָװנט האָט ער פֿאָרט געמוזט עס טאָן, הגם עס האָט אױך נישט געהאָלפֿן. װי נאָר בײַ דער װעטשערע ער האָט דערמאָנט אַ װאָרט מכּוח דעם, װי שלעכט איז דאָס לעבן אין לאַנד, און אַז ס׳װאָלט געװען גוט אַװעקצופֿאָרן פֿון דאַנען (מיט אַ פּאָר טעג צוריק האָט ער זיך דװקא אומגעקערט פֿון גאַסטראָלן אין פֿראַנקרײַך), האָט די מאַמע עס באַלד פֿאַרטײַטשט אויף איר אייגענעם אופֿן: אַוודאי האָט זי, די שנור, געבראַכט איר זון צו פֿירן צו אַזאַ רעיון; און װי מישע האָט עס נישט געהאַט אָפּגעלײקנט, האָט זי אים נישט געגלײבט און געמאָלדן, אַז קאַטיע האָט חתונה געהאַט פֿאַר אים, כּדי אַװעקצופֿאָרן מיט אים אין אױסלאַנד. דאָ האָט מישע שוין נישט געקאָנט אָפּשווײַגן; נעמענדיק קאַטיעס האַנט אין זײַן האַנט, האָט ער זיך אָנגערופֿן: „מאַמע, איך האָב דיך זײער ליב, נאָר דאָס איז אומיושרדיק…‟ ס׳האָט אױסגעבראָכן אַ מוראדיקער סקאַנדאַל, בשעת װעלכן דער טאַטע איז געזעסן שטיל מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ; װען די צעפּאַליעטע מאַמע האָט זיך געװאָנדן צו אים: „באָריע, װאָס שװײַגסטו?‟ — איז ער אױפֿגעשטאַנען און אַרױסגעגאַנגען פֿונעם צימער מיט אַן אומצופֿרידן פּנים. מישע און קאַטיע האָבן גענומען גיך פֿאַרפּאַקעװען זײערע װאַליזקעס. װען זײ זײַנען צוגעגאַנגען צום טאַטן, כּדי זיך מיט אים צו געזעגענען, איז דער טאַטע, װאָס פֿלעגט פֿריִער אָפֿט אױסדריקן קאַטיען זײַן אַנטציקונג און ליבע, געװען קאַלט און האָט אַפֿילו נישט געענטפֿערט אױף קאַטיעס „זײַט געזונט‟.
אַרױס אין דרױסן, האָט מישע געמײנט, אַז שוין — אַלץ איז פֿאָריבער, נאָר נײן, ניט בײַ קאַטיען: זי האָט געלאָזט פֿרײַ איר גרימצאָרן נאָך מער. מישע האָט זיך געסטאַרעט באַרויִקן זי, זאָגנדיק, אַז אַלץ איז שױן פֿאַרבליבן אינעם נעכטן, נאָר קאַטיען האָט זיך געװאָלט אַרױסזאָגן אַלץ, װאָס אין איר האַרצן האָט זיך געהאַט אָנגעזאַמלט במשך פֿון די אַלע חדשים, װאָס זי האָט געהאַט אָפּגעלעבט אונטער איין דאַך מיט איר שװיגער. מישע האָט נישט געקאָנט ניט צושטימען מיט איר, און דאָך איז אים געװען אומאָנגענעם אױסהערן אָט די אַלע װערטער װעגן זײַן אײגענער מאַמען. װען ער האָט געזאָגט גאָר צערטלעך: „נו, גענוג, קאַטיושע…‟ — האָט זי זיך אָפּגעשטעלט און געפֿרעגט פֿאַרװוּנדערט און מיט כּעס: „װאָס פֿאַרמאַכסטו מיר דאָס מױל?! צי האָב איך װײניק זיך אָנגעליטן פֿון דײַן מאַמען פֿאַר אָט דער גאַנצער צײַט?!‟ מישע האָט אַ שװערן זיפֿץ געטאָן, געקוקט קאַטיען גלײַך אין די אױגן און שטיל געענטפֿערט: „קאַטיושע… איך האָב דאָך געשטעלט זיך אױף דײַן זײַט… איך בין אַװעק מיט דיר פֿון מײַן מאַמען, פֿון מײַנע עלטערן…‟. קאַטיע האָט געקוקט אױף אים מיט נאָך אַ גרעסערער שטױנונג און אַ פֿרעג געטאָן: „האָסטו זיך געבראַכט פֿאַר אַ קרבן, צי װאָס?!‟ — „קאַטיושע, איך האָב געטאָן דאָס, װאָס כ׳האָב נישט געקאָנט ניט טאָן, װײַל איך האָב דיך ליב. נאָר צי מיינסטו, אַז דאָס איז מיר גרינג? און אָנגענעם אױסצוהערן דאָס אַלץ װידער אַ מאָל און אָבער אַ מאָל?‟ — „אַזױ גאָר?!‟ — האָט קאַטיע אױסגערופֿן, — „דאַן קאָנסטו זיך אומקערן צוריק צו דײַן מאַמען!‟ — און זי האָט גיך אַוועקגעשפּאַנט. „קאַטיע, װאָס רעדסטו אַזוינס?!‟ — מישע האָט זיך געלאָזט זי אָניאָגן. „קער זיך אום צו דײַן מאַמעניו!‟ — האָט קאַטיע סטירדעש אויסגעשריִען, אומגעקוקט זיך אױף אַן אױגנבליק, און איז אַוועק װײַטער נאָך גיכער. מישע האָט זיך אָפּגעשטעלט אַ געפּלעפֿטער און איז נאָך לאַנג געשטאַנען אַזױ מיט די װאַליזקעס אין די הענט, קוקנדיק אינעם שנײיִקן חשכות. פֿאַר קאַטיען איז אין דער סיטואַציע געװען גאַנץ נאַטירלעך איבערצוטראָגן איר כּעס פֿון דער שװיגער אױפֿן מאַן — און מישען איז געבליבן שטיין אַ געפּלעפֿטער… אומקערן זיך צו דער מאַמען האָט ער אַװדאי נישט געקאָנט — נאָר פֿאַר װאָס זשע פֿאַרשטײט זײַן געליבטע קאַטיע נישט אַזעלכע זאַכן, פֿילט זײ נישט?
… מישע האָט צוגעטראָגן זײַן לינקן אָרעם צו די אױגן און אַ קוק געטאָן אױפֿן זײגער — די װײַזערלעך האָבן געװיזן צען צו עלף. די פֿראַגע, װאָס צו טאָן מיט זײַן לעבן װײַטער, איז אָפּגערוקט געװאָרן אױפֿן צװײטן פּלאַן; אַצינד האָט מישע געדאַרפֿט דרינגעװדיק אַ קלער טאָן, װוּ ער װעט קאָנען איבערנעכטיקן. אין דער צוזאַמענװױנונג פֿון דער קאָנסערװאַטאָריע װעט מען אים אין אַזאַ שפּעטער שעה נישט אַרײַנלאָזן, דאָס האָט ער געװוּסט. ער האָט גענומען איבערקלײַבן אין זכּרון זײַנע פֿרײַנד — אַלע האָבן זײ געלעבט מיט זײערע עלטערן, אַזױ אַז קיין וואַריאַנטן בײַ וועמען איבערצונעכטיקן איז נישט געווען. מישע האָט געהאַלטן אין אײן טראַכטן, שױן אָנגעהױבן אַרײַנפֿאַלן אין ייִאוש — און פּלוצעם איז אים אײַנגעפֿאַלן אַ משוגענע אידעע…
2
— װער איז דאָרט? — האָט אַ פֿרעג געטאָן די באַקאַנטע װאַרעמע באַריטאָן–שטים פֿון דער אַנדערער זײַט טיר.
— טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש, דאָס בין איך, מישע… מישע אַגראַנאַט…
די טיר האָט זיך אױפֿגעעפֿנט. דער ערשטער סעקרעטאַר פֿונעם קאָמפּאָזיטאָרן–פֿאַראײן איז געװען אָנגעטאָן אין אַ פּראָסט װײַס העמד און טונקעלע רײטוזן, אױף די פֿיס — װײכע ברױנע שטעקשיך. אין דער טיף פֿונעם קאָרידאָר האָט מישע דערזען מאַריִע אַרנאָלדאָװנע אין אַ שטוב–כאַלאַט, זי איז געגאַנגען צו דער טיר מיט ניט–זיכערע טריט, איר פּנים האָט אויסגעזען דערשראָקן.
— מישע?! װאָס איז געשען?!
— טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש, אַנטשולדיקט מיר, כ׳בעט אײַך, נאָר געשען איז עפּעס זײער, זײער ערנסטס…
— מישע, ביסט בלאַס װי די װאַנט! ביסט מסתּמא אין גאַנצן דורכגעפֿרױרן געװאָרן! קום באַלד אַרײַן!
— אַ דאַנק, טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש… — מישע האָט איבערגעטראָטן דעם שװעל און זיך געװאָנדן צו דער באַלעבאָסטע, — מאַריִע אַרנאָלדאָװנע, זײַט מיר מוחל, כ׳בעט אײַך… איך געדענק, װי טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש האָט אַ מאָל געזאָגט, אַז איך קאָן שטענדיק קומען צו אײַך… גלײבט מיר, איך װאָלט זיך קײן מאָל נישט דערװעגט מיסברױכן מיט אײַער גאַסטפֿרײַנדלעכקײט, נאָר איצט איז אין מײַן לעבן געשען עפּעס זײער, זײער ערנסטס, און איך האָב פּשוט נישט װוּהין צו גײן… בלױז אױף אײן נאַכט, אױב ס׳איז מעגלעך… איך װעל אײַך בשום–אופֿן נישט שטערן…
— װאָס איז געשען, מישע?! — אַצינד איז מאַריִע אַרנאָלדאָװנע בפֿירוש געװען דערשראָקן נישט בלױז פֿאַר זיך און איר מאַן, נאָר אױך פֿאַרן אומדערװאַרטן שפּעטן גאַסט.
— ס׳איז לאַנג צו דערצײלן… נאָר איך װעל דערצײלן…
— מאַרוסיע, זיד אױף דעם טשײַניק, זײַ אַזױ גוט. מישע, טו זיך אױס.
זיצנדיק אין קיך און דערװאַרעמענדיק זיך מיט טײ, האָט מישע דערצײלט טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשן און מאַריִע אַרנאָלדאָװנען װעגן אַלצדינג. אָדער, פּינקטלעכער, כּמעט אַלצדינג: אַװדאי האָט ער זײ נישט געזאָגט, װאָס איז געװען דער תּירוץ פֿון דער הײַנטיקער קריג מיט אַלע אירע פֿאָלגן. נאָר ער האָט דערצײלט די גאַנצע געשיכטע פֿון זײַן און קאַטיעס ליבע פֿון סאַמע אָנהײב אָן און װי זײַן מאַמע, מיט װעמען ער איז תּמיד געװען נאָענט, האָט צוליב עפּעס אַן אומפֿאַרשטענדלעכער סיבה האָט געוואָרפֿן אַן אויג אויף קאַטיען, נאָך לאַנג פֿאַר דעם, װי זײ האָבן זיך באַקענט, — כאָטש צוריק גערעדט, האָט זי שטענדיק געװאָלט, ער זאָל חתונה האָבן, געחלומט צו האָבן אײניקלעך…
— מישע, טײַערער, אַזעלכע זאַכן טרעפֿן זיך אָפֿט אין לעבן, — האָט טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש גענומען באַרויִקן מישען, — קאַטיע װעט זיך אומבאַדינגט געפֿינען, און איר װעט זיך איבערבעטן; מיט דער מאַמען װעט אַלץ אױך זײַן רעכט. נאָר בכלל ביסטו שױן אַ דערװאַקסענער, אַ חתונה–געהאַטער מענטש, און ס׳איז די צײַט, דו און דײַן פֿרױ זאָלן האָבן אַן אײגענע װױנונג. איך װעל אײַך העלפֿן מיט דעם.
זײ האָבן געשמועסט אַ פּאָר שעה; גערעדט האָט הױפּטזאַכלעך טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש: דערצײלט פֿאַרשײדענע געשיכטעס פֿון זײַן לעבן, געשפּאַסט — ביז מישע איז מער–װײניקער נישט געקומען צו זיך. נאָך דעם האָט מאַריִע אַרנאָלדאָװנע געבעט מישען אױפֿן ברױנעם לעדערנעם דיװאַן אין טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשס אַרבעט–צימער. מישע האָט אָנגעשטעלט זײַן װעקער, װאָס ער האָט געהאַט מיטגענומען פֿון דער הײם, אױף זיבן אַזײגער, האָפֿנדיק אַװעקצוגײן שטילערהײט, נאָר עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז זײַנע באַלעבאַטים שטײען אױף פֿרי, און אײדער ער איז אַװעק אין דער קאָנסערװאַטאָריע, האָט מאַריִע אַרנאָלדאָװנע אים געהאַט אָנגעהאָדעװעט מיט אַ געשמאַקן אָנבײַסן.
דער קלוגער טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש איז געװען גערעכט: װען די לעקציעס האָבן זיך פֿאַרענדיקט, האָט מישע שױן געװאָלט קלינגען אינעם אינסטיטוט, װוּ קאַטיע האָט געאַרבעט, פּרוּװן זיך דערװיסן, װוּ זי איז, און דערנאָך גײן זיך אײַנאָרדענען אין דער צוזאַמענװױנונג, אָבער װי נאָר ער איז אַרױס פֿון דער קאָנסערװאַטאָריע, האָט ער דערזען די מאַמע און קאַטיע, װאָס האָבן אים אַרומגענומען, אויסגעפֿרעגט: „װוּ ביסטו געװען די גאַנצע נאַכט?!‟ ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז נאָך דער שלאָפֿלאָזיקער נאַכט, װאָס קאַטיע האָט געהאַט פֿאַרבראַכט בײַ אַן עלטערער קאָלעגין, האָט זי, זײַענדיק פֿול מיט אַנטשײדנקײט און זיכער, אַז מישע האָט זיך געהאַט אומגעקערט אַהײם, אים אָנגעקלונגען גאַנץ פֿרי, כּדי זיך צונױפֿצורעדן מכּוח דערלאַנגען אַ מעלדונג אױף אַ גט. דערװוּסט זיך פֿון דער מאַמען (דער טאַטע פֿלעגט אַװעקגײן אױף דער אַרבעט פֿריִער פֿון אַלעמען), אַז אַהײם האָט מישע זיך נישט אומגעקערט און אַז איר שװיגער האָט קײן אַנונג נישט, װוּ ער האָט גענעכטיקט, האָט קאַטיע באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז נעכטן האָט זי געהאַט איבערגעכאַפּט די מאָס, און האָט זיך מסוכּן דערשראָקן. נישט געקוקט אױף דער נעכטיקער קריגערײַ און פֿאַרדראָס אײנע אױף דער אַנדערער, האָט די זאָרג נאָך מישען פֿאַראייניקט די שנור מיט דער שוויגער — און זיי האָבן זיך צוזאַמען געלאָזט אים זוכן. נאָך דעם, װי זײ זײַנען געווען אין דער ראַיאָנער מיליציע–אָפּטײלונג און אין פֿאַרשײדענע מאָרגן, איז קאַטיען אײַנגעפֿאַלן די אידעע צו פֿאָרן אין דער קאָנסערװאַטאָריע און פֿרעגן בײַ דער דעזשורנער פֿרױ, צי מישע איז הײַנט געקומען אַהין; יענע האָט נישט בלױז באַשטעטיקט, נאָר אױך געװיזן זײ די װאַליזקעס, װאָס ער האָט געהאַט איבערגעלאָזט אין איר צימערל, אַזױ אַז זײ איז געבליבן בלױז צוּװאַרטן אַ געװיסע צײַט.
װען מישע האָט געענטפֿערט אױף זײער פֿראַגע, האָט די מאַמע אױסגערופֿן: „בײַ כרעמענקאָװן?! ביסט אַראָפּ פֿון זינען!‟ — „ער און זײַן פֿרױ האָבן מיך אױפֿגענומען זײער האַרציק,‟ — האָט מישע געזאָגט. „ביסט אַראָפּ פֿון זינען,‟ — האָט די מאַמע איבערגעחזרט שױן שטילער. אָפּגעװאַרט עטלעכע רגעס, האָט מישע מיטגעטײלט: „כרעמענקאָװ האָט מיר דערקלערט, אַז װי באַלד איך בין אַ דערװאַקסענער מענטש, אַ חתונה–געהאַטער, מוז איך און קאַטיע האָבן אַ באַזונדערע דירה, און אַז ער װעט אונדז אין דעם אַרויסהעלפֿן.‟ די מאַמע איז געװען אומצופֿרידן פֿון אַזאַ ידיעה, נאָר האָט עס אויף אַ קול נישט אַרויסגעזאָגט, בלױז צונױפֿגעשלאָסן די ליפּן. קאַטיע האָט אױך אָפּגעשװיגן, נאָר בײַ זיך באַשלאָסן, אַז אױב אַזױ, זאָל זי דערװײַל אַראָפּשלינגען אַלע עװלות און אָפּװאַרטן די עטלעכע חדשים, נאָך װעלכע זי װעט קײן מאָל מער נישט לעבן צוזאַמען מיט איר שװיגער.
— נו, גוט, קינדער מײַנע, לאָמיר גײן אַהײם, — האָט די מאַמע פֿאָרגעלײגט.
ס׳איז געווען העכער דער מאַמעס כּוחות צו בעטן פּאַרגעבונג בײַ קאַטיען; אַזאַ געדאַנק איז איר אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן, פֿון דעסטוועגן האָט קאַטיע פֿאַרשטאַנען, אַז דער שוויגערס זאָג „קינדער מײַנע‟, דאַרף זי אױפֿנעמען װי אַ מין פֿאָרעם פֿון אַנטשולדיקונג. װען אין אָװנט זײַנען קאַטיע און מישע געבליבן אַלײן אין זײער צימער, האָט זי, אַדרבא, תּיכּף געזאָגט: „פֿאַרגעב מיר, מישע. איך בין געװען נישט גערעכט.‟ יענע נאַכט איז געװען אײנע פֿון די סאַמע אָטעם–פֿאַרכאַפּנדיקע אין זײער לעבן…
המשך קומט