
סטאָליער און סטאָליערײַ
אויב אַ שנײַדער און שנײַדערײַ, דאָס הייסט, זײַן אַרבעט, האָט יעדער געקאָנט זען און אָפּשאַצן, איז די אַרבעט פֿון אַ סטאָליער אין שטעטל געווען מער אַ באַשיידענע. זײַן פּראָדוקציע האָט זיך אַזוי נישט געוואָרפֿן אין די אויגן, הגם אָן מעבל, אָן טיר און פֿענצטער האָט קיין איין שטוב זיך נישט געקאָנט באַגיין.
דער סטאָליער אַליין, פֿלעגט דעם גאַנצן טאָג אָפּאַרבעטן אויף די פֿיס בײַ זײַן וואַרשטאַט אָדער הובלבאַנק. דער סטאָליער איז בײַ דער אַרבעט געווען אַ שווײַגער. מעגלעך, אַז ער האָט זיך אַפֿילו עפּעס אונטערגעזונגען, אָבער זײַנע אינסטרומענטן האָבן מיט זייער „געזאַנג‟ איבערגעדעקט דעם בעל־מלאָכהס ניגון.
נישט זעלטן איז אַ סטאָליער אַרומגעפֿאָרן איבער די דערפֿער, בפֿרט זומער־צײַט, וווּ ער פֿלעגט אָננעמען אַרבעט — געמאַכט טיר־און־פֿענצטער בײַ די גויים פֿאַר זייערע נײַע כאַטעס.
צווישן די קאַטאָוועס־לידער וועגן די ייִדישע בעל־מלוכות איז פֿאַרשפּרייט געווען אינעם פֿאָלק אַזאַ לידעלע וועגן די סטאָליערס:
מאַמע, אַ סטאָליער האָב איך ליב,
סטאָליער זעגט און הובלעט ברעטער
הובלען קינגערלעך איז גרייט ער…
מאַמע, אַ סטאָליער האָב איך ליב.
צום ערשטן מאָל אין מײַן לעבן איז מיר אויסגעקומען צו זען ווי אַ סטאָליער אַרבעט בשעתן רעמאָנט אין אונדזער שטוב. דעמאָלט האָט זיך באַוויזן דער סטאָליער מיטן צונאָמעניש „אַגרעס‟. אַזוי האָבן אים גערופֿן מײַן באָבע־זיידע. זיי האָבן אים געקענט נאָך פֿון פֿאַר דער מלחמה, פֿונעם שטעטל, וווּ זיי האָבן אַלע געוווינט. זײַן אַרבעט בײַ אונדז איז געווען נישט אַזוי צו מאַכן נײַע פֿענצטער און טירן, ווי צו רעמאָנטירן די אַלטע און פֿאַרבײַטן די פֿאַרפֿוילטע ברעטער פֿונעם דיל אויף נײַע. דעמאָלט האָב איך צום ערשטן מאָל דערזען די אינסטרומענטן פֿון אַ סטאָליער און דערהערט, ווי מע רופֿט זיי אויף ייִדיש.
„אַגרעס‟ האָט זיי געהאַלטן אין אַ הילצערנעם קעסטעלע מיט אַ הענטל פּאָפּעריק און יעדעס מאָל אַרויסגעשלעפּט פֿון דעם אַן אַנדער אינסטרומענט: אַ הובל, אַ דלוטע, אַ האַנטזעגל, אַ העמערל מיט אַ שטאַמײַזע… קיין גרויסער מײַסטער פֿון זײַן פֿאַך איז ער נישט געווען, אָבער קיין פֿולער פּאַרטאַטש אויך נישט. אַז ס׳פֿלעג זיך בײַ אים עפּעס נישט אַזוי גוט באַקומען, האָט ער זיך נישט פֿאַרלוירן; גלײַך געפֿונען וואָס צו זאָגן: „ס׳איז צו קורץ — וועל איך תּיכּף־ומיד צושטוקעווען! ס׳איז צו לאַנג — וועל איך תּיכּף־ומיד אָפּזעגן! — און מיט אַ שמייכל צוגעבן: — כ׳בין דאָך חלילה נישט קיין מוהל…‟ זײַן לעצטער זאָג איז געשיקט געוואָרן מײַן זיידן, אַ שוחט און אַ מוהל.
דער סטאָליער האָט נישט געהאַט אַזאַ גרויס מזל אין דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי דער שנײַדער, אָבער פֿאָרט קאָן מען דאָ און דאָרט געפֿינען די איידעלע געשטאַלט פֿון אַ סטאָליער אין שטעטל, ווי מיר לייענען עס אינעם ליד פֿון שיקע דריז „צוויי סטרוזשקעס‟
און אַז אַבֿרהם־הירש דער סטאָליער
האָט דערפֿילט, אַז ער האַלט שוין בײַם סוף,
האָט ער זיך אויסגעצויגן, ווי אַ ווײַסע אָפּגעהובלטע ברעט,
אויף דער וואַרשטאַט אויף זײַנעם, צווישן די סטרוזשקעס —
אַ ברעט פֿון אַ ריזיקן בוים, וואָס איז אַליין דערבײַ געווען,
ווען אין וואַלד איז געקומען די אײַזערנע האַק
בעטן בײַ די ביימער אַ שטיל פֿאַר זיך.
דער וואַלד איז פֿאַרשטום געוואָרן —
און קיינער האָט קיין שטיל פֿאַר דער האַק ניט געגעבן […].
ליגט אַזוי אַבֿרהם־הירש דער סטאָליער,
ווי אַן אָפּגעהובלטע ווײַסע ברעט,
אויפֿן פֿראָסט, אויף דער קעלט,
אין סטאָליאַרניע, וואָס האָט שוין קיין
דאַך און קיין ווענט…
מיט פֿאַרגליווערטע צוויי סוקן —
געוועזענע אויגן פֿון אַ בליִיִקן בוים…
שטייען בנים פֿאַרקוילעטע —
געוועזענע יונגע צוויי ביימער, —
ווי שוואַרצע צוויי ליכט
צוקאָפּנס בײַם סטאָליער.
וואָלט געווען וואַרעם, וואָלטן אפֿשר צוקאָפּנס
בורשטינענע טרערן, ווי חלבֿ, געקאַפּעט
אַראָפּ פֿון פֿאַרגליווערטע לײַכטערס.
לאַפּסוס־קאַקטוס