עפֿנט שערי-רחמים!

דניאל גלאי

אַלע מוזיקערס זיצן שוין אויף דער בינע. הינטער די קוליסן זענען געבליבן נאָר די וועכטערס, די אויפֿראַמערין און דער באַריטאָן-זינגער, וועלכער נעמט אָנטייל אין דער צווייטער שאַפֿונג פֿון דער פּראָגראַם, „עפֿנט שערי־רחמים!‟. אין אַ דערהויבענער שטימונג שפּילט איצט דער אָרקעסטער די „סענסאַציעס-אוּווערטור‟ פֿון אַ פֿראַנצייזישן קאָמפּאָזיטאָר.

הינטער די קוליסן דרייט זיך אַרום די אויפֿראַמערין, ַפֿאַרנומען מיט אירע ענינים. דער באַריטאָן, אין סאָליסטן-צימער, וואַרעמט אָן זײַן שטימע. די אויפֿראַמערין דערמאָנט זיך ווי דער דאָזיקער קינסטלער, האָט אַ מאָל, שטייענדיק נעבן טואַלעט, זי גאַנץ מיאוס באַליידיקט.

„עס שטינקט דאָ! ס’עקלט! דאָס הייסט, אַ טואַלעט אין אַ פֿילהאַרמאָניע? ווער רייניקט דאָ בכלל?‟

דעם באַריטאָנס אויפֿברויז האָט זי שטאַרק געטראָפֿן, אָבער קיין פּיפּּס האָט זי ניט אַרויסגעזאָגט. נאָר זי „וועט אים נאָך אָנלערנען‟, — האָט זי געקלערט פֿאַר זיך…

פֿאַרן שלוס פֿון דער „סענסאַציעס-אוּווערטור‟ פֿונעם פֿראַנצויז, קלעטערנדיק אַרויף-אַראָפּ מיט זײַנע איבונגען, וואַרעמט דער באַריטאָן אָן זײַן שטימע. נאָך געציילטע מינוטן וועט ער אַרויסגיין אויף דער בינע. דערווײַל איז ער אַ קאַפּּיטשקע געשפּאַנט און גייט אײַליק אַרײַן אין טואַלעט.

דער דיריגענט איז שוין אַראָפּ פֿון דער בינע בשעת די אַפּּלאָדיסמענטן הערן ניט אויף צו הילכן איבערן קאָנצערט־זאַל. איצט איז דער דיריגענט שוין גרייט זיך אומקערן צו דער בינע אויפֿצופֿירן דאָס ווערק „עפֿנט שערי־רחמים!‟ פֿאַר באַריטאָן און אָרקעסטער. דער זינגער אָבער, וואָס האָט געזאָלט מיט אים אַרויפֿגיין צוזאַמען, געפֿינט זיך ניט אויפֿן אָרט און אויך ניט אין דער סבֿיבֿה. דער דיריגענט האַלט זיך אײַן, פּרוּווט זיך באַרויִקן, וואַרט אומגעדולדיק ביז ער ווערט ממש אַ נערוון-קנויל. ווען ער קאָן שוין מער ניט אויסהאַלטן, גייט ער צו צום פּאָדיום מיט אַ קינסטלעכן שמייכל און פֿאַרנעמט זײַן אָרט.

„חשובֿער, טײַערער פּובליקום‟, — מעלדעט ער, — „אַ קליין-קליינטשיקע ענדערונג אין פּראָגראַם. אַנשטאָט ׳עפֿנט שערי־רחמים!׳, וועלן מיר פֿאַר אײַך שפּילן דעם פֿינאַל ׳אולטראַ דראַמאַטיסימאָ׳‟.

דער אָרקעסטער הייבט אָן שפּילן. ריטם, ענערגיע, ווי אַן אומגעצוימטער גאַלאָפּ פֿון אַ סטאַדע פֿערד, וועלכע צעפֿליִען זיך אין דער לופֿטן. פּלוצעם עפּּעס גאַנץ מאָדנע דערהערט מען פֿון אונטער דער בינע אַ מין קלאַפּערײַ. עס קומט דווקא ניט פֿון דער פּערקוסיע-סעקציע. אַ נערוועזער בליקן-אויסטויש צווישן די מוזיקערס און דעם דיריגענט. די מוזיק אָבער שטעלט זיך ניט אָפּ. די פֿידלען פֿאַרשאַרפֿן זייערע אַקאָרדן. די מעטאַלענע בלאָז-אינסטרומענטן קומען אַרײַן אין פֿולן ברען און… פּונקט אין דער רגע פֿאַרשטאַרקט זיך נאָך מער די אומדערוואַרטע קלאַפּערײַ, וואָס מע הערט ערגעץ פֿון הינטערגרונט. דעם דיריגענט שרעקט עס ניט אָן, ער באַהאַלט אין זיך אויס די פֿאַרלעגנהייט, טרעט ניט אָפּ, גייט ניט פֿאַרלוירן אַפֿילו אויף אַ סעקונדע און נאָר זײַנע ליפּן מאָלן אויס אַ מין אַנטשולדיקונג־שמייכל….

מיט אַ מאָל קלעטערט די גאַנצע פּערקוסיע, די טימפּאַני-סעקציע מיטן גרויסן פּויק בראָש אַרויף צו אַ פֿאַרטויבנדיקער הייכקייט. די קלאַפּערײַ פֿון אויסער דער בינע, וואָס מ’האָט אַ רגע פֿריִער געהערט גאַנץ דײַטלעך, ווערט איצט אײַנגעשלונגען דורך אַ ריזיקן „טוטי-אַקאָרד‟. דער אָרקעסטער רײַט איצט אויפֿן פֿאָרטיסימאָ־הויכפּּונקט, וואָס ציטערט ממש אויף דער סטעליע. אַ פּלוצעמדיקע ירידה און מ’דערהערט די קלאַרינעט-קלאַנגען אײַנגעוויקלט אין אַ טעפּּיך פֿון דינינקע שטרײַך-אינסטרומענטן… און אָט דערהערט מען אַ ריזיקן, הייזעריקן געשריי: „עפֿנט שוין! עעעעעעעעעעעפֿנט!‟ — דער דיריגענט האָט אויפֿגעכאַפּט די שטימע און בערך באַנומען, אין וואָס גייט דאָ אַ רייד, אָבער ער האָט געמוזט אומאויפֿהערלעך שווימען ווײַטער מיט די קלאַנגען. אויך דער אָרקעסטער פֿאָלגט אים נאָך און שטראָמט אַראָפּ-אַרויף מיט די כּּסדרדיקע מוזיק-כוואַליעס…

ווידער שלאָגט זיך דורך די ווילדע קלאַפּערײַ פֿון אונטער דער בינע. דערנעבן מאַכט דער מוזיקער אויפֿן גרויסן פּויק אינסטינקטיוו נאָך דעם ריטם, וואָס קומט פֿון אויסער דער בינע. אַזוי אַרום גיט זיך אַלעמען אײַן צו קאַמופֿלירן די דרויסנדיקע שטערונגען. קיינער אין פּובליקום דערפֿילט אַבסאָלוט גאָרנישט. און אָט, ווען מע לאַנדט סוף־כּל־סוף אויף די אַקאָרדן, וועלכע שליסן די שאַפֿונג, הערט מען דעם באַריטאָנס קול, וועלכער דונערט און בליצט אין מיטן העלן טאָג.

„עפֿנט שוין, צום טײַוול! וואָס זענט איר טויב אַלע? וואָס איז מיט אײַך געשען? מאַכט אווווווויף!‟ — אַלץ ווערט באַגלייט מיט מיאוסע קללות אין אומפֿאַרשטענדלעכע שפּראַכן.

ריכטיק, אויף דער פּאַרטיטור איז שוואַרץ-אויף ווײַס געשטאַנען „פּיאַניסימאָ‟, אָבער דער דיריגענט, מיט אַ גאָר געזונטן חוש פֿאַר אימפּּראָוויזאַציע, האָט פֿלינק געענדערט די הייכקייט צו „קרעשטשענדאָ מאָלטאָ‟ ביז צו „פֿאָרטיסיסימאָ‟. דאַן איז דעם באַריטאָנס קול אײַנגעשלונגען געוואָרן אינעם קלאַנגען-געווירבל פֿון אָרקעסטער. די פֿײַנשמעקערס פֿונעם פּובליקום האָבן זיך דורכגעבליקט מיט אַ סאַטיספֿאַקציע-אויסדרוק — „גלענצנדיק!‟ אין דער ריי פֿון די לעצטע אַקאָרדן איז דער דיריגענט אַזוי ענטוזיאַסטיש באַנומען געוואָרן פֿון זײַן אײַנפֿאַל, אַז זײַן שטעקעלע איז אים כּּמעט אַרויסגעפֿלויגן פֿון דער האַנט.

„עפֿנט, מנוּוולים!!!‟

דער עולם איז אויפֿגעשטאַנען אינסטינקטיוו און געברויזט מיט אַפּלאָדיסמענטן, וואָס האָבן געהילכט איבערן גאַנצן זאַל. ס’איז קיין מאָל אַזוינס ניט געזען און ניט געהערט געוואָרן.
קעגן אַלע עטיקעטן-כּללים האָבן דער דיריגענט בכּבֿודו-ובעצמו און אַלע אַנדערע מוזיקערס אײַליק פֿאַרלאָזט די בינע און שנעל געלאָפֿן צו די קאַמאַרינען. זיי האָט נאָכגעפֿאָלגט די אָנגייענדיקע קלאַפּערײַ און דאָס מיאוסדיקע קול, וואָס האָט זיך געטראָגן פֿון איינעם פֿון די טואַלעטן… קיינער האָט ניט געקאָנט זיך טועה זײַן — ס’איז געווען ס’קול פֿונעם וועלט-באַרימטן באַריטאָן…

אַ גרויסע, הייסע קאָכעניש. דער פֿאַרשוויצטער דיריגענט האָט מיט אַלע זײַנע כּוחות געפּרוּווט צו האַנדלען און באַהערשן די סיטואַציע. גענוי אין דעם מאָמענט, איז מיט אַ דיקן סענדוויטש אין מויל אַרײַן פֿון גאַס דער וועכטער און אַ שטאַרק פֿאַרוווּנדערטער אַ פֿרעג געטאָן: „וואָס הערט זיך, רבותי? ס’איז עפּעס געשען דאָ?‟ באַלד נאָך אים איז אויך די אויפֿראַמערין צוגעקומען צו די טואַלעטן. ווען מ’האָט איר האַסטיק פֿאָרגעוואָרפֿן: „וואָס איז מיט דיר? וווּ ביסטו געווען?‟ — האָט זי תּמימותדיק זיך פֿאַרענטפֿערט: „כ׳בין זיכער געווען, אַז דער חשובֿער זינגער וואַרעמט אָן ס’קול איידער ער טרעט אַרויס מיט זײַן ׳עפֿנט שערי־רחמים׳‟…

„שנעל, שנעל!‟ — האָט זי אונטערגעיאָגט איינער פֿון די מוזיקערס.
„וואָס איז? וואָס איז מיט אײַך?‟ — האָט זי געבורטשעט. זי האָט גלײַך אַרײַנגעשטעקט איינע פֿון די שליסלען אין טואַלעט-טירל, וואָס האָט זיך באַלד געעפֿנט פֿראַנק־און־פֿרײַ.
„אַה, ווי גוט איז עס געווען!‟ — האָט מיט אַ לײַכטן זיפֿץ אָפּּגעאָטעמט דער באַריטאָן. „מײַן אינטערפּרעטאַציע איז אײַך געפֿעלן?‟ — האָט מיט אַ שמייכל געפֿרעגט דער דיריגענט.
„סופּער!… איר מיינט… אײַער… אָדער מײַן אינטערפּרעטאַציע?!‟
„ניט געקאָנט וואַרטן.‟ — האָט זיך דער דיריגענט אַנטשולדיקט, — און געמוזט פֿריִער שפּילן די ׳סענסאַציעס-אוּווערטור‟.
„עס מאַכט ניט אויס!‟ — האָט רעאַגירט דער זינגער.
„בסך-הכּל, אַ לײַכטן שינוי אין פּראָגראַם-סדר. העיקר, דער פֿינאַל ׳אולטראַ דראַמאַטיסימאָ׳ האָט מען געלויבט ביזן זיבעטן הימל‟. — האָט באַטאָנט דער דיריגענט.

און דער באַריטאָן האָט צניעותדיק צוגעגעבן:

„כ’האָב זיך שטאַרק באַמיט. ווי ווײַט איך קען נאָר‟.

די אַרומיקע מוזיקערס האָבן צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, אַז זיי זענען אַלע מסכּים.

„שנעל! צו דער בינע!‟ — האָט זיי איצט צוגעאײַלט דער בינע-דירעקטאָר, — „דער עולם וואַרט. מ’איז אומגעדולדיק.‟

אַלע מוזיקערס האָבן זיך צוגעאײַלט צו דער בינע, צוגעגאַנגען צו זייערע אינסטרומענטן און באַלד זיך אַוועקגעזעצט אויף זייער אָרט. זיי וואַרטן שוין מיטן פּובליקום אויפֿן אַרײַנטריט פֿון חשובֿן דיריגענט און דעם באַריטאָן-סאָליסט. און אָט טרעטן זיי ביידע אַרײַן אויסצופֿירן פֿײַערלעך „עפֿנט שערי־רחמים!‟. דער צופֿרידענער עולם פּלאַצט אויס אין שטורמישע אַפּלאָדיסמענטן און כוואַליעס פֿון באַוווּנדערונג נעמען אַרום די קינסטלערס אויף דער בינע.

דער דיריגענט דרייט זיך אויס אַ סעקונדעלע צום פּובליקום און מעלדט פֿײַערלעך:

„׳עפֿנט שערי־רחמים!׳ פֿאַר באַריטאָן און אָרקעסטער פֿונעם הײַנטצײַטיקן פֿראַנצייזישן קאָמפּאָזיטאָר ר’ משה קאַפּויער.‟

דאָס שטעקעלע אין דיריגענטס האַנט הייבט זיך פּאַמעלעך אויף. דער צאַרטער טעפּיך-קלאַנג פֿון די פֿידלען און טשעלאָס איז ווי אַ דינער מורמל פֿון ים-כוואַליעס, וואָס הייבט אָן פֿאַרפֿלייצן דעם זאַל… און אָט עפֿנט זיך ס’מויל פֿון באַריטאָן און מע דערהערט דאָס דעליקאַטע, סאַמעטענע קול זײַנס:

„עפֿנט, עפֿנט… עפֿנט שערי־רחמים!‟.

אין דער זעלבער מינוט, הינטער די קוליסן, האָלט די אויפֿראַמערין דאָס בינטל שליסלען אין דער האַנט.

„וואָס וואָלט דאָ געווען אָן מיר?‟ — האָט זי בײַ זיך געטראַכט און אַ דינער שמייכל האָט זיך אויסגעמאָלט אויף אירע ליפּן.

זי האָט אַ קוש געטאָן דעם טואַלעטן-שליסל און דערנאָך עס אומגעקערט צו די אַנדערע שליסלען. אין אירע אויערן מישן זיך איצט צונויף די באַריטאָן-קלאַנגען פֿון „עפֿנט שוין, מנוּוולים! עפֿנט שוין צום טײַוול!!!!‟ — מיט די סאַמע ווייכסטע טענער פֿון „עפֿנט, עפֿנט שערי־רחמים!‟. די־אָ שאַפֿונג איז דעם אָוונט זוכה געווען ממש צו אַ ריזיקן דערפֿאָלג. נאָר צווישן אונדז גערעדט, און צום זײַן פּינקטלעכער, איז ווײַט ניט דערגאַנגען צום קאָלאָסאַלן התלהבֿות, וואָס איז געווען נאָכן אויספֿילן דעם פֿינאַל „אולטראַ דראַמאַטיסימאָ‟. אַזעלכע אוניקאַלע קלאַנגען האָט מען אין דער געשיכטע פֿון דעם אָרקעסטער קיין מאָל ניט געהאַט געהערט. יעדן פֿאַלס סײַ דער דיריגענט, סײַ דער סאָליסט, ווי אויך דער געטרײַער פּובליקום זענען פֿונעם קאָנצערט אַרויס שטאַרק צופֿרידן. אַממערסטנס פֿון זיי אַלע — די אויפֿראַמערין! מוזיק איז פֿאָרט אַן אוניווערסאַלע שפּראַך, ניט אַזוי?

Leave a comment