שיסן דאַרף מען אַזוינע סאָלדאַטן!

אלי שאַרפֿשטיין

ווען אַ מענטש איז שטענדיק נישט אויסגעשלאָפֿן, אויסגעמאַטערט ווי אַ פֿאַרהאָרעוועט פֿערד, אויסגעטריקנט, ווי אַן אויסגעדריקטע לימענע, קען ער אײַנשלאָפֿן כּמעט אומעטום. ער קען שלאָפֿן זיצנדיק, שטייענדיק, גייענדיק און אַפֿילו מאַרשירנדיק. עס מאַכט נישט אויס צי אין דרויסן איז טאָג אָדער נאַכט, שײַנט די זון אָדער פֿינצטער־חושך. אַז מ’איז מיד — שלאָפֿט מען. און בפֿרט, אַז עס רעדט זיך פֿון אַ נײַ־„אָפּגעבאַקענעם‟ זעלנער, אַ סאָלדאַט אין דער סאָוועטישער אַרמיי. איך בין זיכער, אַז איטלעכער פֿון אײַך איז כאָטש איין מאָל אין לעבן אײַגעשלאָפֿן נישט אַוווּ מע שלאָפֿט כּסדר, אין בעט, הייסט עס; נישט אויף די ציכטיקע לײַלעכער און אונטער אַ פּוכאָווער קאָלדרע, נאָר דווקא, זיצנדיק אין אַ טראַמווײַ, שטייענדיק אין אַ געפּאַקטן אויטאָבוס, אָדער מיט אַן אויפֿגעעפֿנטן בוך אין מעטראָ. פֿאַרשטייט איר שוין, אַז שלאָפֿן קען מען אומעטום, מ’דאַרף נאָר זײַן גוט מיד.

אַנטקעגן וואָס באַשרײַב איך אײַך מײַנע „פֿאַרשלאָפֿענע‟ טעאָריעס? איך לאָז אײַך נישט לאַנג וואַרטן, און באַלד וועט אַלץ ווערן קלאָר.


— וואָס זע איך?! דו ביסט אײַנגעשלאָפֿן? דו שלאָפֿסט, טוואָיומאַט [1]?!

אַ הייזעריקע שטימע האָט כּמעט צעריסן מײַנע אויערן. אויף מײַן פּנים האָב איך דערפֿילט אַ שווערן הייסן אָטעם, צוזאַמען מיט אַ געמיש פֿון ריחות — בראַנפֿן, ציגאַרעטן און קאָלבאַסע מיט קנאָבל. איך עפֿן אויף מײַנע אויגן און זע אַנטקעגן מיר אַ מויל מיט געלע ציין, דינע רויט־בלויע פֿאַרקרימטע ליפּן און אַ בולבעוואַטע רויטע נאָז, ווי בײַ אַ „דיעד מאָראָז‟ [2]. דאָס גאַנצע פּנים איז שווער צו זען, ווײַל דער שרײַער שטייט צו נאָענט צו מײַנע האַלב פֿאַרמאַכטע אויגן. ער קוקט אויף מיר, פֿאַרשטייט, אַז איך שלאָף שוין נישט, טוט אַ טראָט צוריק, און רוקט אָפּ פֿון מיר זײַן מיאוסע מאָרדע מיטן פֿאַרשטונקענעם מויל. ער באַקוקט מיך מיט אַ בייזער מינע, ווי מ’קוקט אויף אַ מגפֿה. מײַנע אויגן זענען שוין אינגאַנצן אָפֿן, נאָר אַ לײַכטער נעפּל איז נאָך פֿאָרט פֿאַראַן. אַנטקעגן שטייט אַן אומבאַקאַנטער אָפֿיצער מיט פֿיר קליינע שטערנדלעך אויף די פּאָגאָנעס. קען זײַן, אַז דער קאַפּיטאַן איז אַ ראָטע־קאָמאַנדיר פֿון אַן אַנדער אָפּטיילונג, אַן אַנדער באַטאַליאָן. איך דין דאָ שוין כּמעט צוויי מאָנאַטן, און די היגע קאָמאַנדירן קען איך שוין; און דעם פּרצוף זיי איך דאָס ערשטע מאָל.

נאָר דעם קאַפּיטאַן האָט נישט געאַרט וועגן וואָס טראַכט איך און וווּ בלאָנדזשען מײַנע געדאַנקען. ער האָט זיך נישט געקענט באַרויִקן:

— דו ווייסט, וואָס האָבן מיר געמאַכט מיט אַזוינע ווי דו אין איין און פֿערציקסטן [3]? האַ?

פֿון וואַנען זאָל איך וויסן? איך בין דאָך געבוירן געוואָרן נאָך דער מלחמה. אַדרבא, זאָל ער מיר דערציילן, וואָס האָבן זיי געטאָן מיט אַזעלכע ווי איך.

— צום טריבונאַל וועסטו גיין! קיין טריבונאַל האָבן מיר געשיקט אַזוינע פֿאַרברעכערס פֿון די מיליטער־געזעצן און פֿײַנט פֿון דער רעוואָלוציע! טויט־שטראָף האָבן זיי בײַ אונדז געקראָגן, טויט־שטראָף! — און ער האָט עס אויסגעטײַטשט מיט אַלע פּרטים, — צו דער וואַנט האָבן מיר זיי אַוועקגעשטעלט! דו פֿאַרשטייסט, וואָס עס מיינט, „צו דער וואַנט‟?

ער פֿרעגט מיך מאָדנע פֿראַגעס, און איך שטיי און שווײַג, ווי אָנגעפֿילט דאָס מויל מיט וואַסער. וואָס פֿאַר אַ מומחה בין איך אין טויט־שטראָפֿן? מ’האָט מיך דען געשאָסן אַמאָל? און וואָס וויל ער פֿון דער וואַנט? איך שטיי דאָך לעבן אַ וואַנט, כאָטש ס’איז פֿאַרבאָטן זיך אָנשפּאַרן אָן איר. טאַקע בעסער שווײַגן. זאָל ער זיך אויסריידן, אויסשרײַען, אויסטומלען און לאָזן מיך צו רו.

— דו פֿאַרשטייסט, — קען ער זיך נישט אָפּשטעלן און קוויטשעט ווײַטער, — וואָס האָסטו דאָ אָפּגעטאָן? דו ווייסט, אַז צוליב אַזוינע ווי דו, האָבן געקענט אַרײַנשמוגלען אין די קאַזאַרמעס דיווערסאַנטן און טעראָריסטן פֿון מערבֿ? דער „נאַטאָ‟ שלאָפֿט ניט! די פֿײַנט קענען אונטערלייגן אַ באָמבע און אויפֿרײַסן די גאַנצע קאַזאַרמע מיט סאָלדאַטן! מיט דײַנע חבֿרים! פֿאַרשטייסטו שוין? — און ער פֿאַרענדיקט מיט אַ זאַץ: — מערדער! פֿאַררעטער! צום טריבונאַל!!!

איך בין אַ פֿאַררעטער? וווּ האָט ער געזען אַזוינע „פֿאַררעטערס? און וווּ האָט ער דאָ באַגעגנט טעראָריסטן און נאָך מיט באָמבעס? און טאָמער יאָ, וואָס האָבן זיי דאָ אויפֿצורײַסן? די קאַזאַרמע איז דאָך גאָר נישט ווערט! זי איז אַ פּוסטע, אַ ליידיקע, קיינער איז נישטאָ, אַ חוץ מיך. וועלן זיי אויפֿרײַסן איין מענטשן? איין סאָלדאַט?

פֿון זײַנע געשרייען האָב איך זיך אינגאַנצן אויפֿגעכאַפּט. איך הייב זיך אָן צו דערמאָנען, וואָס און ווען. אַהאַ, טראַכט איך, הייסט עס, אַז איך בין יעצט אויף דער וואַך. וואָס פֿאַר אַ וואַך? ווײַזט אויס אַ „דנעוואַלני‟, דאָס הייסט, אַ מיטלטעגלעכער טויער־שומר. מײַן אויפֿגאַבע איז צו שטיין אויף אַ נישט קיין הויכער בינע, אַ קליין בינעלע, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון דער אַרײַנגאַנג־טיר. קיין ביקס האָב איך ניט. אַנשטאָט אַ ביקס קריגט דער שומר אַ קינזשאַל, אַ באַגנעט. אויב מ’פֿאַרמאָגט אַ ביקס, טוט זיך דער באַגנעט אָן אויף אַ ביקס־באַרל, און אויב ניט, הענגט ער אויף אַ רימענדל. בקיצור, עס טויג אויף כּפּרות, נאָר אַזוי פֿירט זיך. וואָס היט איך אָפּ? די קאַזאַרמע אַוודאי. אונדזער קאַזאַרמע — איז אונדזער היים. אָט דאָ לעבן מיר, האַלטן אונדזערע פּערזענלעכע בעבעכעס, און יעדער האָט אַן אייגן שענקל לעבן דער בעט. דאָ רוען זיך מיר אָפּ אינמיטן טאָג, ווען מע דערלויבט אונדז, און שלאָפֿן בײַ נאַכט, ווען מיר זענען נישט אויף דער וואַך. מײַן גיטאַרע, צום בײַשפּיל, ליגט אונטער מײַן בעט. די קאָמאַנדירן אַרט עס ניט, ווײַל ווען מיר האָבן אַ פֿרײַען אָוונט, זינג איז פֿאַר זיי לידער פֿון וויסאָצקי, גאַליטש און אַנדערע רוסישע אַזוי גערופֿענע „באַרדן‟.

אויף מײַן וואַך בין איך, אַפּנים, אײַנגעשלאָפֿן שטייענדיקערהייט. טאָ וואָס קען איך שוין זאָגן? און וואָס פֿאַר אַ שטראָף וועל איך באַקומען פֿאַר דער געפֿערלעכער עבֿירה? אָן אַ „נאַקאַזאַניע‟, אָן אַ שטראָף קען דאָך נישט זײַן? אין דער „אוטשעבקע‟ [4] זענען געווען צוויי סאָרטן שטראָף פֿאַר קליינע עבֿירות: שיילן בולבעס אין קיך אָדער פּוצן מיט וואַקס די הילצערנע פּאַדלאָגעס פֿון דער קאַזאַרמע. די בולבעס האָט מען געשיילט נאָך מיטאָג, נאָך די געניטונגען און די מיליטער־לימודים. דווקא נישט אַזוי באַקוועם, ווײַל דאָס פֿאַלט אויס אויף דער „פֿרײַער צײַט‟, ווען מ’קען לייענען אַ בוך, שפּילן שאַך און שרײַבן אַ בריוועלע אַהיים. דאָס אָפּשיילן בולבעס האָט גענומען אַ גוטע פּאָר שעה, וואָרעם די קיך איז געווען אַ בשותּפֿותדיקע פֿאַר דער גאַנצער טאַנקיסטן־שול, און מ’האָט באַדאַרפֿט אָנקאָרמען אַ גאַנצן פּאָלק.

דאָס צווייטע אָנשיקעניש האָט מען אויסגעפֿירט בײַ נאַכט. ווען אַלע אומשולדיקע קורסאַנטן האָבן געכראָפּעט אין זייערע בעטן, האָבן די באַשטראָפֿטע געריבן די רויטע פּאָדלאָגעס מיט רויטן וואַקס. מ’האָט געפּויזעט אויף די קני, גערייניקט און געריבן די הילצערנע ברעטער ביז זיי האָבן אָנגעהויבן בלישטשען, ווי אַ שפּיגל, ביז מ’האָט געזען אין זיי די אייגענע פֿאַרמוטשעטע אָפּשפּיגלונג. פֿון מײַנט וועגן איז צו שיילן קאַרטאָפֿל געווען פֿיל בעסער, אָבער אַ סאָלדאַט קען דאָך נישט אַליין באַשליסן, וואָס פֿאַר אַן עונש צו קריגן?..

אוי, דאַכט זיך, אַז איך האָב זיך פֿאַרטראַכט. מײַנע געדאַנקען זענען געווען פֿאַרנומען מיט שטראָף, פּאָדלאָגעס און בולבעס, און דער קאַפּיטאַן האָט זיך אַלץ נישט געקענט באַרויִקן:

— מיר האָבן געקעמפֿט, פֿאַרגאָסן בלוט, פֿאַרלוירן חבֿרים. און צוליב וואָס? אַז אַזעלכע ווי דו זאָלן געבוירן ווערן, אויסוואַקסן, און קריגן דאָס רעכט, דעם גרויסן כּבֿוד צו דינען און פֿאַרטיידיקן אונדזער היימלאַנד. און דו מאַכסט צו שאַנד דעם אָנדענק פֿון יענע, וואָס האָבן צעקלאַפּט די דײַטשן און אַוועקגעגעבן זייער לעבן פֿאַרן נצחון אין דער הייליקער מלחמה. מ’האָט געשטעלט פֿאַר דיר אָט אַזאַ קליינע אויפֿגאַבע, — ער האָט צונויפֿגעקוועטשט דעם ווײַזפֿינגער מיטן גראָבן, — אָט אַזאַ קליינע, אַ פּיצקעלע אויפֿגאַבע! און וואָס האָסטו געטאָן? אײַנגעשלאָפֿן! דײַן גליק, אַז דו ביסט נאָך אַ „סאַלאַגע‟, אַ גרינער און מ’קען דיר נישט מישפּטן, ווי מע מישפּט אַ פֿאַררעטער, און אַרײַנזעצן אין טורמע אויף אַ גוטע צענדליק יאָר! דײַן גליק!..

דאָ איז ער טאַקע גערעכט. איך בין דאָך אַ סאַלאַגע, ווי ער זאָגט, און מיר, די נײַע קורסאַנטן פֿון דער טאַנקיסטן־שול, האָבן נאָך נישט אָנגענומען, ווי עס פֿירט זיך, די מיליטער־שבֿועה. מיר האָבן זיך נאָך נישט געשוואָרן מיט אַ קאַלאַשניקאָוו־ביקס אין די הענט, און נישט אַרויסגעזאָגט די הייליקע ווערטער: „איך בין תּמיד גרייט אויספֿירן אַלע געזעצן פֿון דער סאָוועטישער מדינה, און לויט דעם ערשטן באַפֿעל פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג אַרויסגיין צו פֿאַרטיידיקן אונדזער סאָציאַליסטישע היימלאַנד‟. ביז דער שבֿועה האָבן מיר נאָך אַ וואָך צײַט. און ערשט דאַן וועלן מיר ווערן אמתע סאָוועטישע סאָלדאַטן, און מ’וועט קענען אונדז מישפּטן, אויב מיר וועלן זינדיקן. ביז דאַן זענען דעם קאַפּיטאַנס אָנשרעקונגען גאָר נישט ווערט.

מיר איז שוין נימאס געוואָרן פֿון דעם פֿרעמדן אָפֿיצער, מיט זײַן שטונק פֿון מויל און קללות, אַרויסגעדריקט צווישן זײַנע געלע ציין. איך האָב געפֿונען אַן אויסוועג ווי פֿון אים פּטור ווערן. מיט אַ מאָל האָב איך זיך אויסגעצויגן ווי אַן אָנגעצויגענע סטרונע, און מיט מײַן רעכטער האַנט אים סאַלוטירט. און נישט סתּם סאַלוטירט, נאָר מיט דעם גאַנצן האַרצן. דאָס הייסט, אַז איך האָב מכבד געווען אים און זײַן חשובֿן ראַנג. ער האָט עס דערזען און… גלײַך אַנטשוויגן. מיט אַ טויט־ערנסט פּנים און מיט טרייסלענדיקע הענט האָט ער מיר אָפּסאַלוטירט צוריק, געמאַכט אַ שנעלן קוק אויף דעם גרויסן זייגער, וואָס איז געהאָנגען אויף דער וואַנט הינטער מיר, און פֿאַרשווינדן, פּונקט ווי ער וואָלט קיינמאָל נישט געווען. איך בין ווידער געבליבן אַליין און געוואַכט ווײַטער. איך בין געשטאַנען אויף דעם קליינעם קוואַדראַטנעם בינעלע, און זיך אָנגעשטרענגט צו שטיין גלײַך, נישט אָנשפּאַרן זיך אין דער וואַנט, נישט פֿאַלן, און, דער עיקר, נישט אײַנשלאָפֿן נאָך אַמאָל.

די וואַך געדויערט אינגאַנצן צוויי שעה. נאָר אַז דו ביסט א נײַער סאָלדאַט, אַן אויסגעמאַטערטער און אַ פֿאַרטיוקעטער קורסאַנט, ציִען זיך די צוויי שעה ווי אַן אייביקײט…


[1] אַ רוסישע מיאוסע קללה
[2] דיעד מאָראָז (רוס.) זיידע פֿראָסט
[3] אין 1941 איז דײַטשלאַנד אָנגעפֿאַלן אויף דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד
[4] אוטשעבקאַ (רוס.) — אַ מיליטער־שול, וווּ די רעקרוטן מאַכן דורך אַ ספּעציעלן קורס

Leave a comment