אַריה־לייב ווילסקער

עס גייט אונטער דער חודש פֿעברואַר; הײַיאָר איז ער לענגער אויף אַ טאָג. בײַ אייניקע פֿעלקער האַלט מען, אַז אַזאַ איבער־יאָר, ברענגט דער וועלט גרויסע קאַטאַקליזמען… מיר, ייִדן, האָבן זיך אונדזער אייגענעם לוח און אונדזערע אייגענע זאַבאָבאָנעס. נישט וועגן דעם וואָלט איך געוואָלט דערמאָנען אין מײַנע פֿעברואַר־נאָטיצן. אין פֿעברואַר איז געבוירן געוואָרן און אין פֿעברואַר איז געשטאָרבן אַריה־לייב ווילסקער. נישט יעדן איז באַקאַנט דער נאָמען פֿון דעם גרויסן העבראַיִסט, אַ מומחה אין דער מיטלעלטערלעכער ליטעראַטור, באַזונדערס פּאָעזיע בײַ ייִדן. קנאַפּע 30 יאָר פֿון זײַן לעבן האָט ער אָפּגעאַרבעט אין לענינגראַד, אין דער מלוכישער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק אויף סאַלטיקאָוו־שטשעדרינס נאָמען, ווי אַ סעמיטאָלאָג און העבראַיִסט.
ווי קום איך, אין די מיט 1980ער יאָרן אַן אָנהייבער אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אַ מחבר פֿון אַ צאָל נעבעכדיקע דערציילונגען, אָפּגעדרוקט אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, צו אָט דעם גרויסן קענער און היטער פֿון די באַהאַלטענע אַרכיוואַלע אוצרות?! כ׳האָב זיך אין דעמאָלט פֿאַרמאָסטן אָנצושרײַבן אַ היסטאָריש־קרימינעלן ראָמאַן, פֿאַרבונדן מיט די געשעענישן פֿונעם טרויעריק־באַרימטן קעשענעווער פּאָגראָם 1903. איין קלייניקייט — וווּ כ׳זאָל זיך נישט געווען אַ וואַרף טאָן, פֿלעג איך זיך אָנטרעפֿן אויף אַן אָפּזאָג. כ׳האָב אין טאָלק נישט גענומען: פֿון וועמען האָט מען די אָפּשרעקעוודיקע שטעמפּלעך „פֿולקום געהיים‟ — אויף די דאָקומענטן, בראָשורן, שוואַרץ־מאהקער פּרעסע פֿון יענע ווײַטע צײַטן מער אויסגעבאַהאַלטן — פֿון די ייִדן, זיי זאָלן זיך, חלילה, נישט קאָנען פֿאַררופֿן אויף זיי, צי פֿון דער אויפֿגעקומענער גוואַרדיע רוסישע פֿאַשיסטן, זיי זאָלן נישט קאָנען איבערנעמען די דערפֿאַרונג פֿון זייערע פֿאָרגייער.
און געדאַרפֿט האָב איך אַ קאָפּיע פֿון די אַזוי גערופֿענע „פּראָטאָקאָלן פֿון זיקני־ציון‟, ריכטיקער, אייניקע אויסצוגן פֿון דער אַנטיסעמיטישער מאַכאַרײַקע. די דאָזיקע „פּראָגראַם‟, וויִאַזוי די ייִדן האָבן פֿאַרכאַפּט די גאַנצע וועלט, איז צום ערשטן מאָל אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער סאַנקט־פּעטערבורגער צײַטונג „זנאַמיאַ‟ (די פֿאָן), וואָס ס׳האָט אַרויסגעלאָזט דער פֿאַרברענטער שׂונא־ישׂראל פּאַוואָלאַקי קרושעוואַן.
לייב ווילסקערן האָב איך געזען אין דער רעדאַקציע פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟ פֿאַרבײַגייענדיק. כ׳האָב געלייענט אינעם זשורנאַל זײַנע אוניקאַלע פֿאָרש־אַרטיקלען, בפֿרט וועגן יהודה הלוי. אַזעלכע מאַטעריאַלן זײַנען דעמאָלט בכלל געווען אַ זעלטנהייט נישט נאָר אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; זײַנע אַרטיקלען פֿלעגן באַלד איבערגעדרוקט ווערן אין אויסלאַנד. ווילסקער האָט אויסגעזען אַנדערש פֿון די אָפֿטע אַרײַנגייער אין רעדאַקציע. אַ הויכער, האָט ער שטיל, מיט ברייטע ווייכע טריט, געוואָלט וואָס גיכער גובֿר זײַן דעם אָפֿענעם געראַמען אייבערשטן צימער און זיך פֿאַרלירן אין דעם לאַנגן פֿינצטערן קאָרידאָר, וואָס האָט געפֿירט צו די עטלעכע ביוראָען פֿון די מיטאַרבעטערס; בלויז אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ דער סעקרעטאַרשע בײַם טיש לעבן הויפּט־רעדאַקטאָרס טיר.
איך האָב נישט געוואַגט צו אים צוגיין, האָב איך אים אָנגעשריבן אין לענינגראַד און דערקלערט אים מײַן בקשה. ס׳האָט גענומען אַ היפּש ביסל צײַט. כ׳האָב שוין אָנגעהויבן חרטה האָבן: אַזאַ פֿאַרנומענער מענטש, פֿאַרטיפֿט אין וויכטיקע אויספֿאָרשונגען, וועט ער זיך נעמען גריבלען אין דעם פֿאַרמיסטיקטן געשיכטע־שיכט, כּדי צו קאָפּירן די עטלעכע זײַטלעך, וואָס איך דאַרף…
און פּלוצעם קומט פֿונעם זשורנאַל אָן די ביטערע בשׂורה: דעם 19טן פֿעברואַר איז געשטאָרבן לייב ווילסקער. אַ האַרץ־אַטאַק. ממש מיט צוויי טעג שפּעטער, געפֿין איך אין מײַן פּאָסט־קעסטל אַ בריוו פֿון לענינגראַד:
„חבֿר סאַנדלער, אַנטשולדיקט, וואָס כ׳האָב פֿאַרשלעפּט דעם ענטפֿער אויף אײַער בקשה. איך שיק אײַך איבער עטלעכע נעגאַטיוון פֿון די מאַטעריאַלן, וואָס איר האָט געבעטן. ליידער, זײַנען זיי ניט פֿון דער בעסטער קוואַליטעט, אָבער מע קאָן זיי איבערלייענען.
איך ווינטש אײַך דערפֿאָלג אין אײַער אַרבעט. אויב איר וועט דאַרפֿן פֿון מיר נאָך עפּעס אַ טובֿה, שעמט זיך נישט.
אײַער לייב ווילסקער
15/2/88‟
כ׳האָב אַרײַנגעקוקט אינעם אויפֿגעריסענעם קאָנווערט, וווּ עס זײַנען געלעגן עטלעכע שוואַרצע פֿירעקיק אָנגעשניטענע פֿילם־שטיקלעך…
דער ראָמאַן, וועגן וועלכן כ׳האָב פֿריִער דערמאָנט איז אויף ייִדיש דערשינען ערשט אין 2004, אונטערן נאָמען „ווען דער גולם האָט פֿאַרמאַכט די אויגן‟.

דעם 13 פֿעברואַר איז געשטאָרבן פֿישל קוטנער, אַ האַרציקער ייִד, אַ גרויסער ליבהאָבער פֿון מאַמע־לשון און אַ לאַנג־יאָריקער פּרעזידענט פֿון די ייִדיש־קלובן איבער אַמעריקע. אין די שווערע צײַטן פֿון דער קאָוויד־מגפֿה האָט ער אָרגאַניזירט די „פֿישלס ייִדישע גרופּע‟ (פֿיג), וואָס פֿלעגט פֿאַרבעטן צו די טרעפֿונגען דורכן „זום‟ ייִדישע פֿאָרשערס, שרײַבערס, אַקטיאָרן וכדומה. איך בין אויך זוכה געווען צו זײַן צווישן די געסט אויפֿצוטרעטן אויף איינער פֿון די פֿילצאָליקע „פֿיג‟־אונטערנעמונגען.
איך גיב ווײַטער איבער דאָס וואָרט אַסיע אַזענקאָט, אַ גרויסע ענטוזיאַסטקע פֿון ייִדיש און אַן אַקטיווע טוערין אין „פֿישלס ייִדישער גרופּע‟:
„פֿישל האָט ניט געהאַט קײן הויכע דיפּלאָמען און רושמדיקע טיטלען, ער איז אפֿילו ניט געװען פֿיליפּ קוטנער — ער איז געװען פֿאַר אַלעמען פּשוט פֿישל — אַלע װאָס האָבן אים געקענט און ליב געהאַט. ער האָט ניט געהאַט אַ פֿאַרגרעסערטן עגאָ פֿון זײַן אויפֿטו לטובֿת אַנדערע, נאָר אַ סך ליבע, אָפּטימיזם, באַשײדנקײט, חוש פֿאַר הומאָר און אַ שטאַרקע איבערגעגעבנקײט צו זײַנע לײַדנשאַפֿטן אין לעבן: עטלעכע פֿון זײ זײַנען געװען משפּחה, ליבע פֿאַר מענטשן און די ייִדישע שפּראַך. די ליבע פֿאַר ייִדישקײט און די ייִדישע שפּראַך, האָט ער געירשנט פֿון זײַן מאַמע.
ער האָט געהאַט אַ ספּעציעלן טאַלאַנט צו איבערגעבן אָט די דאָזיקע ליבע צו זײער אַ סך מענטשן. ייִדיש־רעדערס האָבן זיך געצויגן צו אים, װײַל ער איז געװען עכט, ברײטהאַרציק און אויסגעהאַלטן אין זײַנע צילן. אַזוי איז געבוירן געװאָרן ׳פֿיג׳ — פֿישלס ייִדישע גרופּע און אַזוי װעט זי װײַטער טראָגן זײַן נאָמען אין אָנדענק פֿון אונדזער גרינדער און טײַערן פֿרײַנד. מיר זײַנען דאָ, אין ׳פֿיג׳, װי אַ משפּחה און מיר װעלן באַגלײטן אונדזער פֿישלען אין דעם לעצטן װעג מיט ליבע און כּבֿוד. ער איז געװען פֿאַר מיר אַ מקור פֿון אינספּיראַציע און אונטערשטיצונג. קײנער װעט אים ניט קענען פֿאַרטרעטן. זאָל ער האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן!‟
די רעדאַקציע פֿון ייִדיש בראַנזשע דריקט אויס איר מיטפֿילונג דער משפּחה און אַלע פֿרײַנד פֿון דער “פֿישלס ייִדישער גרופּע”
כּבֿוד זײַן אָנדענק!

פֿעברואַר 22, 2024,
דירפֿילד־ביטש, פֿלאָרידע