עמיל קאַלין
3
סעמס באַגעגעניש מיט דאָקטער פֿרידמאַנען איז געקומען צום סוף. סעם איז נישט געבליבן צופֿרידן מיטן פֿאַרהער. וואָס עס זאָל נישט געווען געשען אין קאַבינעט, האָט ער זיך נאָכן פֿאַרלאָזן דעם דאָקטער געפֿילט ווי אַן אומגעלומפּערטע בריאה, אַ נישט-טויגער, וואָס שטעלט זיך כּסדר אַרויס פֿאַר אַ סוקסעספֿולן ביזנעסמאַן. אויכעט דאָס מאָל האָט סעם דערפֿילט אַ מחיהדיקע דערלײַכטערונג. די קומענדיקע באַגעגעניש, אַזוי האָט אים דאָקטער פֿרידמאַן צו וויסן געטאָן, וועט פֿאָרקומען נאָר אין אַ חודש אַרום, נאָך דעם ווי דער דאָקטער וועט זיך אומקערן פֿון אַ „האַנימון‟־וואַקאַציע אין פּאָרטוגאַל. „אין פּאָרטוגאַל איז דאָס לעבן אָן אַ גאַל!‟ — האָט אַ שטיפֿעריש קול איבערגעחזרט אין סעמס קאָפּ עטלעכע מאָל. — „מיט וועמען פֿאָרט ער, האַ?‟. סעם האָט עס בײַ זיך געפֿרעגט בשעתן וואַרטן דעם עלעווייטאָר. „זאָל דאָס זײַן אַ פֿאַרשפּעטיקטער, אָפּגעלייגטער האָניקוואָך מיט זײַן לאַנג־יאָריקער, עטוואָס אויסגעוועפּטער מיסעס? און אפֿשר האָט ער זיך גאָר געגט און איצט פֿליט ער מיטן צווייטן ווײַב אָדער גלאַט אַ געליבטער, אַ פֿאַרווײַלונג אויף אַ ווײַל? נו, ס׳זאָל אים ווויל באַקומען! בײַ אים איז אַלץ מעגלעך. נאָך אַ רגע נאָכקלערן האָט סעם באַשטעטיקט אי פֿאַרגינעריש, אי מיט אַ ביסל גאַל: „דער פֿרידמאַן איז אַ גרויסער קנאַקער!‟
אויף דער גאַס האָט אַ ניו-יאָרקיש, קילבלעך ווינטל אים אַ שטופּ געטאָן פֿון הינטן. סעם האָט דערשפּירט, אַז זײַן רוקן איז אין גאַנצן נאַס. „ווייסעך?‟ — האָט ער אײַנגעשלונגען אַ קרעכץ. — „אפֿשר שטעקט עפּעס אין דאָקטער פֿרידמאַנס רייד. אַ וואַקאַציע וועט מיר גאָר נישט שאַטן, מיר און מײַן מיסעס. מילא, איך וועל סײַ־ווי טראַכטן די זעלבע מחשבֿות, זאָל דאָס כאָטש זײַן אויף אַ תּל-אָבֿיבֿער ביטש.‟
סעם איז געשטאַנען אויפֿן טראָטואַר און זײַן האַנט האָט זיך אויפֿגעהויבן, ווי אויף אַן אייגענעם אַחריות, אָפּצושטעלן אַ טעקסי. אַ געלער טעקסי האָט זיך תּיכּף אָפּגעשטעלט האַרט פֿאַר אים, נאָר פּלוצעם האָט סעם דערפֿילט אַ שטאַרקן פֿאַרלאַנג צו גיין צו פֿוס, זען און הערן. ס’האָט זיך אים געדאַכט, אַז יענער אוראַלטער טרײַב-כּוח, וואָס האָט פֿון תּמיד אָן אונטערגעזאָגט די ייִדן, אַז ס’איז שוין צײַט זיך אויפֿהייבן פֿון אָרט, מיט העק און פּעק קינד-און-קייט, און זיך לאָזן אין וועג אַרײַן, האָט אים איצט אַרײַנגעשעפּטשעט אין אויער דעם אייביקן: „לך לך!‟. סעם האָט נישט באַנומען וווּהין ער דאַרף אייגנטלעך גיין: גלאַט אַהיים? פֿליִען קיין תּל-אָבֿיבֿ? זיך איבערפּעקלען אַהין, וווּ דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט?
דער טאַקסי־טרײַבער, אַ גראָבער יאַט מיט אַ רויטלעכער צורה האָט באַטראַכט סעמען אומגעדולדיק. סעם האָט אים געמאַכט אַ צייכן, וואָס האָט געזאָלט באַטײַטן, אַז עס איז געשען אַ פּלאָנטערניש, און געטאָן אַ מורמל: „סאָרי…‟.
דער טאַקסיסט האָט צוגעזשמורעט די אויגן און געשאָלטן מיט געפֿיל: „באַסטערד! מאָראָן!‟ — און איז אַוועק, איבערלאָזנדיק הינטער זיך אַ קנויל שטינקנדיקן רויך.
סעם איז געווען גוט פּריטשמעליעט. די פֿיס האָבן אים געטראָגן צום בראָדוויי. ער האָט זיך אַרומגעקוקט און כאָטש דער עוועניו איז אים געווען ווויל באַקאַנט, ממש ווי די אייגענע דלאָניע, האָט זיך אים געדאַכט איצט, אַז ער אַנטפּלעקט אַלץ צום ערשטן מאָל: פֿאַריאָגטע, מיטליאָריקע מענער, אָנגעטאָן אין אָנצוגן, גייען צום טאַקט פֿון עפּעס אַן אינערלעכן קאָמאַנדאַנט, האַלטנדיק קליינע, לעדערנע וואַליזקעס אין די הענט; פֿרויען מיט אָפּגעפֿאַרבטע האָר און לאַנגע, רויטע נעגל, שאַרפֿע, ווי בײַ ווילדע חיות, גייען אַרײַן און אַרויס פֿון די קלייטן, נעגערטעס פֿירן אין די וועגעלעך אַרישע קינדערלעך מיט בלאָנדע לאָקנס און בלויע אויגן. איבער די קלייטן ציִען זיך שילדן מיט שרײַענדיקע אויפֿשריפֿטן: „ניקיס סופּער-פּיצע‟, „בעסטער האַטדאָג אין שטאָט‟. גרויסאַרטיקע, הויכע געבײַדעס שפּאַרן זיך אָן מיט די קוים זעענדיקע שפּיצן אין די וואָלקנס, משׂא-אויטאָס מיט נאָך מער שרײַענדיקע אויפֿשריפֿטן אויף די זײַטן, באַלאָדענע מיט סחורה, שלעפּן זיך דורך דעם ברויזנדיקן טראַפֿיק, ווי שלעפֿעריקע העלעפֿאַנדן. אַלץ און אַלעמען אַרום האָבן ווי געליטן פֿון אַ גרויסקייט-משוגעת. סעם האָט נישט געקענט פֿאַרשטיין וואָס איז דער מער מיט אים. ער איז, דאַכט זיך, גאָר נישט קיין ייִנגעלע און פּלוצעם: נאַ! ער איז געבליבן ווי אויף וואַסער, ווי אַ קליפּה וואָלט בײַ אים צוגענומען דעם שׂכל.
אַ בן-עיר, וואָס איז געקומען פֿון ישׂראל, האָט אים אַ מאָל געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז אויף העברעיִש מיינט דאָס וואָרט „קליפּה‟ נישט מער ווי אַ פּראָסט שאָלעכץ, ווי בײַ אַן איי אָדער אַ מאַראַנץ, אָבער בײַ דער מאַמען זײַנער, אין שטעפֿאַנעשט, אַ ליכטיקן גן-עדן זאָל זי האָבן, האָט דאָס וואָרט געהאַט גאָר אַן אַנדער טעם. וואָס איז דאָס אַזוינס אייגנטלעך אַ קליפּה האָט ער נישט געקענט דערקלערן אַ צווייטן נאָר לויט זײַן שׂכל האָט זי געזאָלט זײַן אַ שד, אַ רוח, אַ בייזער כּוח, וואָס שפּילט זיך מיטן מענטש, דערגייט אים די יאָרן, זויגט אים אויס דעם מאַרך פֿון די ביינער.
עס איז נאָך נישט געווען מיטאָג, אָבער ער איז שוין געווען אויסגעשעפּט. דאָס איינציקע וואָס ער האָט געוואָלט, איז זיך לייגן אין בעט און שלאָפֿן ווי גאָט האָט געהייסן. נו, דאַכט זיך, אַז די קליפּה אַרבעט מעשׂים, האָט ער געזאָגט צו זיך.
זינט ער געדענקט זיך פֿלעגט די מאַמע, אַ קליינע פֿרוי, אַ האַלב גראַמאָטנע, קעמפֿן מיט אַלע כּוחות קעגן קליפּות און אַנדערע אָנשיקענישן: שדים, בייזן אויג, די שׂונאים — אויסגעטראַכטע און אמתע. זי האָט קיינמאָל נישט אַראָפּגעלאָזט די הענט אָדער געוואָרן מיד, כאָטש זי האָט, דאַכט זיך, געליטן מפּלות אָן אַ שיעור: יעדעס קינד אירס האָט געמוזט טראָגן אַ רויט בענדל אויף דער לינקער האַנט — אַ בייז אויג זאָל חלילה נישט שאַטן. זי פֿלעגט אַרײַנשטופּן רויטע שטיקער צײַג אין די קעשענעס, לייגן אונטער די מאַטראַצן, אַלע זאָלן זײַן באַהיט אויך אין שלאָף. איצט האָט זיך סעם דערמאָנט אין די אַלטע מינהגים; לויבן עמעצן אָדער געבן אַ קאָמפּלימענט פֿלעגט זי אויסשפּײַען דרײַ מאָל: „ביסט שיין, קיין עין-הרע, טפֿו, טפֿו, טפֿו‟… אַז עמעצער איז אַרויסגעגאַנגען פֿון שטוב פֿלעגט זי אויסגיסן אַ גלאָז וואַסער דורך פֿענצטער „ס׳זאָל זײַן מיט מזל-ברכה‟. פֿאַרן אָנצינדן שבת-ליכט האָט זי טיילמאָל צעבראָכן אַ פֿלעשעלע אין טאָפּ „כּדי אויסשטעכן די אויגן בײַ אונדזערע שׂונאים.‟
סעם האָט שיִער נישט אָנגעטראָטן אַן אַלטן אויפֿן פֿוס. „היי, וואַטש ווער יו׳ר גאָין!‟, האָט זיך געבייזערט דער פֿרעמדער. סעם האָט אים אַרײַנגעקוקט אין פּנים. קיין צווייפֿל האָט נישט געקענט זײַן: דער אַלטער איז אַ ייִד. סעם האָט געזאָגט: „גוט-שבת!‟ — און ס׳האָט אים גלײַך באַנג געטאָן. דער זקן האָט צונויפֿגעדרוקט די ליפּן און נישט אַרויסגערעדט קיין וואָרט. יאָ, אַזוי איז דאָס אין אַמעריקע. נישטאָ קיין וואַרעמקייט אָדער ברודערלעכקייט צווישן מענטשן. אין בעסטן פֿאַל וועט מען דיך לאָזן צורו אָדער באַהאַנדלען מיט קאַלטער העפֿלעכקייט. דאָס לעבן באַשטייט דאָ פֿון „האַריאַפּ‟, „קאָמפּעטישען‟, „ביזנעס‟, „סטאָקס‟ און דירות אָנגעפּאַקטע מיט אַלערליי טײַערע צאַצקעס. דער איינציקער געזעץ איז „האָסטו-ביסטו‟. דאָ האָט מען געקוקט אויף דער מאַמען ווי אויף אַ בהמה, אַ הײַפֿל מיסט. זי איז געווען אַ גאָרנישט, וואָס שמוגלט זיך דורכן לעבן. יאָ, זי איז געווען אַ פּשוטע פֿרוי, אָבער זי האָט כאָטש געקענט אונטערשיידן צווישן גוטס און שלעכטס, פֿאַרשטאַנען ווער איז אַ פֿרײַנד און ווער איז אַ פֿײַנד, האָט סעם געמורמל צו זיך. ער איז געגאַנגען מיט גיכע טריט, קוים געאָטעמט. דאָס קול אין אים האָט געדרשנט ווײַטער: די אַלע חכמים האַלטן זיך פֿאַרן אייבערשטן פֿון שטויסל, אָבער אין דער אמתן זענען זיי נאָך ערגער; זיי האָבן אָנגעוווירן יעדן געפֿיל. נישטאָ קיין איין קרומקייט אָדער פֿאַרברעכן וואָס זיי זענען נישט פֿעיִק צו באַרעכטיקן. זיי האַלטן זיך בײַ אַזוינע פּרינציפּן, וואָס עס לויפֿט דיר אַדורך אַ שוידער, לויבן אויסוווּרפֿן, זונות און מערדערס. וועמען האַלטן זיי פֿאַר הייליק? אַזעלכע פּאַרשוינען, ווי ברעזשניעוו, קאַדאַפֿי, אַראַפֿאַט, אידי אַמין, טשאַושעסקו, עריך האָניקער… זיי זענען שיכּור פֿאַר שלעכטקייט. אָן בלוט אויף די הענט לאָזט מען דיך נישט אַרײַן אין זייער אָנגענעמען דזשענטלמענס קלוב! אויך זײַן ליבע טאָכטער, עמאַ, נעבעך, איז אַרײַנגעפֿאַלן אין זייערע הענט. מילא, יונגע קעפּ זענען פֿול מיט טשאַד. אַז די היגע חכמים וואָלטן אָפּגעטרייסלט פֿון זיך יעדע בושה, וואָלטן זיי געלויבט אויך היטלערן און אָפּגעחוזקט פֿון די ייִדישע קדושים. דאָס וועט אויך געשען. מע דאַרף נאָר האָבן אַ ביסל געדולד. אַמעריטשקע איז אַ משוגעים-הויז. נו, אָבער דאָקטער פֿרידמאַן האַלט, אַז די דאָזיקע מחשבֿות זענען גלאַט אַ „קוקווינקל‟, אַן אײַנרעדעניש… וווּ שטעקט דער אמת?
סעם האָט דערשפּירט אַ שלאַבעריקייט אין די קני. ער האָט זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ באַנק צו דערכאַפּן דעם אָטעם. דאָס האַרץ, וואָס האָט ביז אַהער געקלאַפּט משונה-גיך, האָט גענומען קלאַפּן לאַנגזאַמער. אַלע טישן בײַ דער קאַפֿע אויף יענער זײַט גאַס זענען געווען פֿאַרנעמען. קעלנערס האָבן אַרומגעטאַנצט צווישן די געסט מיט בלעכערנע טאַצן, באַלאָדן מיט טעפּלעך קאַווע, גלעזער מיט מאַראַנצן זאַפֿט, סענדוויטשעס, שטיקלעך קוכן.
„אַהאַ! אַזוי פֿאַרברענגען מענטשן די צײַט בעת דו, בהמה, לויפֿסט אַרום, אַ פֿאַריאָגטער, צוליב דעם ביזנעס‟, — האָט סעם גערעדט צו זיך.
פּלוצעם האָט ער דערזען אַ פֿרוי וואָס איז אים געווען זייער גוט באַקאַנט. ווער איז זי, האַ? איז ער געווען פֿאַרחידושט. אַ צווייטער בליק האָט באַשטעטיקט, אַז דאָס איז געווען דאָריס. סעם איז געבליבן זיצן אַ פֿאַרגליווערטער. אַ ייִנגלישע מורא האָט אים צוגעשמידט צו דער באַנק. נאָכשמעקן יענעם איז דאָך נישט קיין שיינע מידה. דאָריס איז געזעסן בײַ אַ זײַטיק טישל. זי האָט זיך גלײַך געוואָרפֿן אין די אויגן: די צו רונדיקע, צו שײַנענדיקע, שרײַענדיק-פֿאַלשע לאָקנס, דער רויטער „בלייזער‟ זשאַקעט, איר אָנגעשוואָלענע צורה האָט אויסגעזען סײַ פֿולבלעך-יונג, סײַ פֿאַרוויאַנעט און אַלט. אירע זשעסטן זענען געווען גלײַכצײַטיק ווײַבעריש און מענעריש, ווייך און שאַרף. זי האָט צוגערופֿן צו זיך אַ קעלנער. אַז ער איז צוגעגאַנגען האָבן די אויגן אירע געבליצט. זי האָט אים עפּעס געזאָגט און איר מויל האָט זיך ספּאַזמאַטיש געקרימט. ווײַזט אויס, אַז דאָס שטיקל קוכן איז איר נישט געווען צום האַרצן. דער קעלנער איז אַוועק און באַלד איז אַ טונקלהויטיקער, נידעריקער, ברייטביינערדיקער מאַנסביל מיט אַ גרויסן, קוואַדראַטן קאָפּ, מסתּמא דער אייגנטימער, צוגעגאַנגען צו איר מיט שנעלע טריט. דאָריס האָט גענומען שרײַען אויף אים, מאַכן מיאוסע קולות. איר פּנים איז געוואָרן רויט און אָנגעבלאָזן. זי האָט געסטראַשעט מיטן ווײַזפֿינגער. דער אייגנטימער האָט אויסגעהערט אַלע אירע טענות מיט דער אונטערטעניקייט פֿון אַן אײַנגעבוירענער משרת. ער איז געשטאַנען מיט אַן אַראָפּגעבויגענעם קאָפּ, ווי אַ קינד, וועמען די מאַמע זאָגט מוסר, און לסוף, אַז דאָריס האָט זיך אַ קאַפּעלע אָפּגעקילט, האָט ער געמאַכט עפּעס אַזוינס ווי אַ האַלבן פֿאַרנויג, גענומען מיט זיך דאָס טעלערל מיטן שטיקל קוכן און איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן צווישן דעם לעבעדיקן עולם.
סעם האָט צוגעקוקט די גאַנצע סצענע אַ דערשטוינטער. ער האָט נישט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז זײַן פֿרוי אַמוזירט זיך דורכן פּײַניקן קעלנערס. „אַ רעטעניש, אַ רעטעניש‟, — האָט ער געמורמלט צו זיך, — „די דאָזיקע פֿרוי איז איין גרויסע רעטעניש…‟
דאָס וואָס עס האָט זיך ערשט אָפּגעשפּילט פֿאַר אים, אויף יענער זײַט גאַס, האָט אים אויסגעזען נישט רעאַל, ווי עס וואָלט געווען אַ טייל פֿון אַ פּיעסע און דאָריס, דער קעלנער און דער עולם בײַ די טישלעך זענען, אין דער אמתן, אַקטיאָרן און תּיכּף וועלן זיי אַראָפּגיין פֿון דער בינע און דער פֿאָרהאַנג וועט געבן אַ פֿאַל.
ער האָט בשום-אופֿן נישט געקענט אַנטשיידן דאָס רעטעניש: צי איז דאָס דאָזיקע טעאַטער-שטיק גלאַט הבֿל-הבֿלים, אָן קיין האַפֿט מיט דער ווירקלעכקייט אָדער גראָד פֿאַרקערט: עס שטעקט אין אים אַ טיפֿער פֿאַרבאָרגענער אמת, וואָס לאָזט זיך אַנטפּלעקן בלויז אין זעלטענע מאָמענטן.
המשך קומט