דזשייק שנײַדער

להבֿדיל. אַ קװיטל אין דער מיזרח־װאַנט
3,6 מיליאָן ראָש־חודשדיקע לבֿנה־גײערס
נאָסטאַלגישע נאָך נאָסטראָדאַמישע נבֿואות
כאַפּן זיך סוף־כּל־סוף אױף: גאָר ברוגזע גאַסנקעץ
מיט קעצישע מוחות לגבי די געשענישן פֿון מוצאי־שבת.
זײ אַלע נעמען יאָמערן אױפֿן קלעפּיקן לינאָלײ פֿון דער פֿױע
אין אַן אַכסניא אַן אָנגעפּאַקטע מיט — אַ חוץ מיליאָנען יאָמער־קעץ —
אָנגעגעשיכּורטע, אַכצן־יעריקע, ייִִחוסדיקע רוקזאַק־טוריסטקעלעך
מיט זײערע 9־אײראָ־בילעטן געשטעקטע אין די הױזן־קעשענעס.
צוגעקלעפּטע לאַטעס אױף די רוקזעק: נישט קײן נאַציע, נישט
קײן גרענעץ. קײנעם נישט איבערלאָזן. מיר װעלן זײ איבערלעבן.
אַראָפּ מיט דעם מױער. שמעלץ תתפ״ג. לשנה הבאָה בליסבון.
אין דרױסן, לעבן אַ מיאוסער מזוזה, הענגט נאָך הײַנט
בײַם נאַכט־אַרײַנגאַנג אַ פּיצל טאָװל אַ פֿאַרזשאַװערטער.
דערױף שטײט אין גלחות, ד״ה קאָטשערעס און לאָפּעטעס:
דאָ האָט געװױנט די װעלט באַרימטע שטאָט בערלין ז״ל.
די אַלע נאָסטאַלגיקערס קראַצן זיך די קאַצנקעפּ.
װער האָט דען געבענטשט הבֿדלה? װוּ איז אליהו אַהין?
עס שמוכט מיט בשׂמים. אַ נס: זײַן כּוס בלײַבט פֿול װי אַן אױג.
גענוג װײַן אױף נאָך אַכט גאָלדענע תּקופֿות. כאָטש אליהו אַלײן
האָט קײנמאָל נישט חשק אױף אַפֿילו אַ גיכן ביקור־גרײַנדער.
ער טאַפּט און טאַפּט, בעיקר, נאָר שרײַבט נישט עליכם־שלום.
זײַן פּראָפֿיל: מענעריש פֿאַר מענעריש. אָן פּנים, אָן שמועס.
די גראָבע יאָרן זענען פֿאַרבײַ. המבֿדיל בין קודש לחול.
מע קען זיך נאָך הײַנט אַרײַנגנבֿנען אינעם שלום־עליכם־קלוב אָפּצוגעבן
אַן עליכם־שלום. אינעװײניק, צװישן די הילצערנע װענט, פֿידלען
בערגעלסאָן מיט אײַנשטײַן, בעת אין אַ פֿינצטער װינקעלע לאָקערן
אישערװוּד מיט אַ ביליקן בױטשיק לײגנדיק תּפֿילין של ראָש. דערװײַל
פֿאַרברענט דיאַמאַנט אירע 11־קאַראַטיקע לידער אין אַ מיסטקאַסטן כּדי
זיך אױסצולעשן דורך קעצישע פֿײַערצונגען װאָס לעקן אױס דעם מענער־טעלער.
בשעת־מעשׂע לײגט שװאַרצבאַרד — די ברעמען װי איבעריקע װאָנצעס —
זײַן ביקס גלאַט אױפֿן טיש און זאָגט אַזױ: נו? דו ביסט דאָך דער שרײַבער.
אַני־הקטן מאַך גערעכט נאָר זײגערס, פֿאַרריכטן קען איך נישט די צײַט אַלײן.
נאָװעמבער, 2022
מיר האָבן זײ אין דער זון
חודשים לאַנג פֿאַרברענגען מיר
אין די גרעלע, געלע כּעס־פֿעלדער
מיר באַמיסטיקן זײ מיט שלאַנגען־סם
אַקערן דעם פֿרוכטיקן גרימצאָרן־גרונט
און צעזײען כּמה־וכּמה קעראָסין־קערנדלעך
אַלע שטראַלן זאָלן װאַקסן זאַפֿטיק און ליכטיק
זאָלן זיך ממש צעבליִען מיט אָראַנזשענע קללות
און צום סוף טראָגן בילדערישע נקמה־פֿאַנטאַזיעס
װאָס מיר שנײַדן און דרעשן און מאָלן און באַקן און עסן
סעפּטעמבער 2023