יעווגעני קיסין
קאַפּיטל ג
4
אינעם „ראָסקאָנצערט‟, דער אָרגאַניזאַציע, װאָס פֿלעגט זיך פֿאַרנעמען מיט קאָנצערטן אױף דער טעריטאָריע פֿון דער אַזױ–גערופֿענער רוסלענדישער פֿעדעראַציע און האָט זיך אױך פֿאַראינטערעסירט מיט מישען נאָך זײַן נצחון אױפֿן װאַרשעװער קאָנקורס, האָט מישע באַלד געזאָגט, אַז ער װאָלט געװען אַ בעלן געבן אַ סאָלאָ–קאָנצערט אין לענינגראַד װאָס גיכער. מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער, נאָך עטלעכע אָנדערמאָנונגען, האָט מען מישען סוף–כּל–סוף מיטגעטײלט, אַז די לענינגראַדער פֿילהאַרמאָניע האָט אַ דאַטע פֿאַר אים: דעם 13טן יוני. ער האָט תּיכּף–ומיד אָנגעשריבן קאַטיען, אײַנגעלאַדן זי אױפֿן קאָנצערט און געבעטן, זי זאָל אים צושיקן איר טעלעפֿאָן–נומער. פֿאַר מישען איז די דאַטע געװען זײער אַ פּאַסיקע: צו יענער צײַט האָבן אַלע לימודים און לעקציעס אין דער קאָנסערװאַטאָריע זיך שױן געזאָלט פֿאַרענדיקן. דעם 10טן יוני איז געװען כרעמענקאָװס געבױרן–טאָג. עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט געזאָגט מישען, אַז זײ וועלן דאַרפֿן גײן אים באַזוכן צוזאַמען און אַז מישע זאָל קױפֿן װײַסע רױזן, טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשס באַליבטע בלומען, — און דעם 11טן האָט מישע געקאָנט רויִק אַװעקפֿאָרן קײן לענינגראַד.
בײַ כרעמענקאָװן זײַנען געװען אַ סך מענטשן, אײַנגעשלאָסן אײניקע באַרימטע פּערזענלעכקײטן: דער קאָמפּאָזיטאָר אַרמען כאַטשאַטריאַן, די אָנפֿירערין פֿון אַ קינדער–טעאַטער נאַדעזשדע טאַץ, דער פֿידלער לעװ קאָגאַנער מיט זײַן פֿרױ — עמאַנויִל גריגאָריעװיטשס שװעסטער… טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש האָט מיט פֿאַרגעניגן פֿאָרגעשטעלט מישע זײ אַלעמען און אין אײנעם אַ מאָמענט געבעטן אים אױסשפּילן עפּעס. געדענקענדיק כרעמענקאָװס װערטער מכּוח סקריאַבינען בשעת זײער ערשטער טרעפֿונג, האָט מישע אױסגעשפּילט זײַן 2טע סאָנאַטע, װאָס ס׳איז אים פֿאָרגעשטאַנען זי שפּילן אין לענינגראַד מיט צװײ טעג שפּעטער. טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש איז געװען זײער צופֿרידן און האָט געזאָגט, אַז דאָס איז אַן עכטער סקריאַבין.
מישעס װעג קײן לענינגראַד אָבער איז כּלל נישט געװען קײן רויִקער מחמת זײַן געשפּרעך מיט דער מאַמען פֿאַר זײַן אָפּפֿאָרן. װען מישע האָט איר געזאָגט, אַז ער װעט זיך אומקערן נישט אױפֿן אַנדערן טאָג נאָכן קאָנצערט, נאָר מיט אַ טאָג שפּעטער, װײַל די גאַסטפֿרײַנדלעכע לענינגראַדער, װי דאָס ערשטע מאָל, האָבן אים געהאַט געקױפֿט אַ בילעט אױף צוריק אױפֿן 14טן, ער זאָל קאָנען פֿאַרברענגען אַ פֿרײַען טאָג אין זײער װוּנדערשײנער שטאָט, האָט די מאַמע געענטפֿערט האַלבפֿרעגנדיק מיט קלאָרער אומצופֿרידנקײט: „װעסט זיך טרעפֿן מיט דײַן קאַטיען?‟. דער מאַמעס באַציִונג צו קאַטיען האָט אָנגעטאָן מישען אַ סך יסורים, און ער האָט נישט געקאָנט פֿאַרשטײן, הלמאַי די מאַמע האָט פֿון סאַמע אָנהייב אָן געהאַט געװאָרפֿן אַן אומחן אױף אַ מײדל, װאָס זי האָט עס קײן מאָל נישט געהאַט געטראָפֿן און װאָס, האָט זיך געדוכט, להיפּוך, האָט טאַקע געמוזט זײַן פֿאַר איר װי געװוּנטשן — אַ בת–ישׂראל פֿון אַן אינטעליגענטישער משפּחה. מישע האָט געװוּסט, אַז צװישן שװיגערס און שנורס איז אָפֿט פֿאַראַן אַן אײפֿערזוכט, נאָר ער האָט געמײנט, אַז זי קומט אױף שױן נאָך דער חתונה, און פֿון דער מאַמעס פֿילצאָליקע אַרױסזאָגונגען איז ער געװען זיכער, אַז אין פּרינציפּ האָט זי געװאָלט, ער זאָל חתונה האָבן, און ווערן אַ באָבע. בלױז מיט פֿיל יאָרן שפּעטער, נאָך דעם, װי מישע האָט אָנגעזאַמלט אַ גרױסע לעבנס–דערפֿאַרונג, אַ סך איז געשען אין די באַציִונגען צװישן אים און דער מאַמען, ווען ער האָט אָנגעהױבן בעסער פֿאַרשטײן איר פּסיכאָלאָגיע, האָט ער סוף–כּל–סוף געפֿונען דעם ענטפֿער אױף דער שאלה, װאָס האָט אים געהאַט אַזױ לאַנג ניט געגעבן קיין רו: אױסער דער נאַטירלעכער מוטער–אײפֿערזוכט, איז די סיבה באַשטאַנען דװקא אין דעם, װאָס די מאַמע האָט קײן מאָל נישט געזען קאַטיע, וואָס איר זון איז געפֿאָרן אין אַן אַנדער שטאָט און דאָרטן זיך אַזױ פֿאַרליבט אין אַ פֿרױ, װעלכע איז געװען איר, דער מאַמען, גאָר אומבאַקאַנט.
װען נאָך מישעס אומקערן זיך פֿון פּױלן האָט די מאַמע אים געגעבן קאַטיעס צװײ בריװ — דעם ערשטן, װאָס זי האָט געהאַט אויפֿגעעפֿנט, און יענעם, װאָס קאַטיע האָט געהאַט אָנגעשריבן נאָכן באַקומען די בשׂורה מכּוח מישעס נצחון, — האָט ער פֿרײדיק געזאָגט: „דאָס זײַנען בריוו פֿון קאַטיען, װאָס איך האָב דיר דערציילט װעגן איר!‟ — און די מאַמע האָט גאָרנישט ניט געענטפֿערט, בלױז אַ זיפֿץ געטאָן מיט אַן אומצופֿרידן פּנים. פֿון דעמאָלט אָן איז דער זעלבער אױסדרוק געװען אױף איר פּנים יעדעס מאָל, װען זי האָט דערלאַנגט מישען קאַטיעס אַ בריװ, זאָגנדיק: „דאָס איז דיר…‟. מישע האָט נישט אָנגעהױבן צו פֿאַרשטײן און איבערגעלעבט פֿון דעם, אַז די מאַמע, װאָס ער איז תּמיד געװען זײער נאָענט מיט איר, האָט צוליב עפּעס נישט צעטײלט מיט אים זײַן גליק. אַצינד, פֿאַר זײַן אָפּפֿאָרן קײן לענינגראַד, װען מישע האָט געענטפֿערט מיט אַ „יאָ‟ אױף דער מאַמעס פֿראַגע, האָט זי פּלוצעם געזאָגט: „טרעף זיך נישט מיט איר פֿאַרן קאָנצערט, אַניט װעסט דורכװאַלגערן דעם אויפֿטריט!‟. דאָס איז געװען שױן גאַנץ אומגעריכט. מישע האָט טאַקע געװאָלט אײַנלאַדן קאַטיע אױף אַ װעטשערע ערבֿ זײַן קאָנצערט; אַצינד האָט ער געקאָנט זיך פֿאַרגינען עס צו טאָן, װײַל אַ חוץ דער גרױסער סומע געלט, װאָס ער האָט געהאַט באַקומען אין װאַרשע װי אַ געווינער פֿונעם קאָנקורס, האָט ער נאָך אָנגעהױבן מיטאַרבעטן מיט פֿאַרשײדענע סאָװעטישע קאָנצערט–אָרגאַניזאַציעס און באַקומען באַשטימטע האָנאָראַרן פֿאַר זײַנע אויפֿטריטן: זאָל זײַן דערווײַל נישט קײן גרױסע, אָבער פֿאָרט האָט ער איצט געהאַט כאָטש אַ װאָסערע–ניט–איז פּרנסה. „פֿאַר װאָס נישט?‟ — האָט מישע אַ פֿרעג געטאָן בײַ דער מאַמען מיט חידוש. יענע האָט געשװיגן אַ פּאָר רגעס, גלײַך װי זי האָט נישט געהאַט די העזה עס אַרױסרעדן, און דערנאָך געזאָגט: „װײַל װען אַ מאַנצביל טרעפֿט זיך מיט אַ פֿרױ, פּטרט ער די כּוחות. הער, װאָס איך זאָג דיר. איך זאָג עס דיר װי אַ דאָקטער. אױב ד׳גלײבסט מיר נישט, קאָנסט פֿרעגן בײַם טאַטן.‟. דאָס האָט מישען לגמרי שאָקירט. ערשטנס, האָט ער געהאַט אין זינען גאָר אַנדערע פּלענער מיט קאַטיען אױפֿן פֿאָרקאָנצערט–טאָג, און בכלל האָט ער לחלוטין נישט געטראַכט וועגן אַזאַ מין נאָענטקײט מיט איר בשעת זײַן אָפּזײַן אין לענינגראַד, װיסנדיק, אַז אין אַ סאָװעטישן האָטעל װעט מען אים פּשוט נישט דערלױבן צו ברענגען אַ פֿרױ אין זײַן צימער. צװײטנס, הגם ער איז שױן געװען צוגעװױנט צו דעם, אַז די מאַמע האָט זיך כּסדר אַרײַנגעמישט אין זײַן לעבן, איז אים געװען פּריקרע, װאָס זי האָט געפּרוּװט איצט זיך אַרײַנמישן אױך אין זײַן אינטימען לעבן. נישט װילנדיק זיך קריגן מיט דער מאַמען פֿאַר זײַן אָפּפֿאָרן, קוים אײַנהאַלטנדיק דעם כּעס, האָט מישע געענטפֿערט:
— זײַ רויִק, מאַמע, איך װײס, װי אַזױ מע דאַרף זיך אויפֿפֿירן פֿאַר אַ קאָנצערט. אַלץ װעט זײַן כּשורה.
אַזאַ ענטפֿער האָט די מאַמע בפֿירוש נישט באַפֿרידיקט, און זי האָט געזאָגט אױפֿגעבראַכטערהײט:
— הער, װאָס די מאַמע זאָגט דיר! קײנער זאָרגט נישט װעגן דיר אַזױ, װי די מאַמע, — און װעט קײן מאָל נישט זאָרגן!
אַזאַ אָנהערעניש האָט צעכּעסט מישען נאָך מער, נאָר על–פּי–כּן האָט ער געענטפֿערט װאָס רויִקער:
— כ׳בעט דיך, מאַמע, זײַ רויִק, איך װײס גוט, װאָס מע דאַרף טאָן פֿאַר אַ קאָנצערט. אַלץ װעט זײַן נאָרמאַל.
מישע האָט אַרומגענומען און אַ קוש געטאָן די מאַמע, נאָר בײַ זײ בײדן איז פֿאַרבליבן אַן אומאָנגענעם געפֿיל פֿון יענעם געשפּרעך. אױפֿן װעג קײן לענינגראַד האָט ער במשך פֿון כּמעט דער גאַנצער נאַכט נישט געקאָנט אײַנשלאָפֿן, סײַ זײַענדיק אױפֿגערעגט צוליב דעם קומעדיקן קאָנצערט און דער טרעפֿונג מיט קאַטיען, סײַ צוליב דעם פֿאַרדראָס נאָכן שמועס מיט דער מאַמען. אױפֿן אַנדערן טאָג איז מישע געװען ביז גאָר צעבראָכן, און נאָך מיטאָק האָט ער דערפֿילט, אַז ער דאַרף אומבאַדינגט צולייגן, כאָטש אױף אַ פּאָר שעה. דעריבער איז זײַן טרעפֿונג מיט קאַטיען אין יענעם אָװנט טאַקע נישט געשען; ער האָט איר געקלונגען און דערקלערט אַלץ, װי ס׳איז געװען, זאָגנדיק, אַז ער װעט מוזן אַרבעטן אױך אין אָװנט און נאָך דעם זיך לײגן שלאָפֿן פֿרי. „מישע, טײַערער, אַװדאי װעל איך דיר נישט שטערן פֿאַרן קאָנצערט. ׳קודם–כּל די עראָפּלאַנען!׳‟* — האָט קאַטיע זיך צעלאַכט, און זײ האָבן אָפּגערעדט זיך צוזאַמענטרעפֿן נאָכן קאָנצערט און פֿאַרברענגען צוזאַמען דעם אַנדערן טאָג.
די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן װידער אױפֿגענומען מישען זײער האַרציק און שױן װי אַן אַלטן באַקאַנטן. דער קאָנצערט–זאַל האָט אים מער נישט אױסגעזען צו זײַן קאַלט; אַדרבא, מישע האָט געפֿילט עפּעס אַ װאַרעמקײט און ברוך–הבאָיִשקײט פֿון דעם באָרדאָ–קאָליר אויף די זיצן און פֿאָרהאַנגען. בלױז אײן זאַך האָט מישען אַ ביסל פֿאַרחידושט. טאַמאַראַ גריגאָריעװנאַ, אַנאַ טיכאָנאָװנאַס קאָלעגע, אַ קלײנװוּקסיקע מיטליאָריקע פֿרױ מיט קורצע העל–ברױנע קוטשעראַװע האָר, דינע ליפּן, װאָס אױך דער דורכדרינגלעכער בליק פֿון אירע קאַרע אױגן פֿלעג צוגעבן איר פּנים עפּעס אַ שטרענגן אױסדרוק, האָט מיט אַ נידעריקער שטים געזאָגט: „איר שפּילט כרעמענקאָװן…‟ — אַרויסגעבראַכט עס מיט אַזאַ אינטאָנאַציע, װי ס׳װאָלט געשטעקט עפּעס טרײפֿס אין דעם. מישע האָט נישט פֿאַרשטאַנען, אין װאָס גײט עס דאָ, און קורץ געענטפֿערט: „יאָ.‟. נאָכן קאָנצערט אָבער האָט זי, צװישן אַנדערס, געזאָגט מיט עפּעס אַן אַנדערן טאָן: „איך האָב נישט געקענט אָט די פּיעסעס פֿון כרעמענקאָװן. װוּ האָט איר זײ געפֿונען?‟ — „מײַן לערער האָט מיר געראָטן זײ אױסלערנען,‟ — „עמאַנויִל גריגאָריעװיטש?‟ — „יאָ.‟.
פֿון כרעמענקאָװס פּיעסעס האָט זיך אָנגעהױבן מישעס קאָנצערט–פּראָגראַם. מישע האָט געװוּסט, װוּ קאַטיע װעט זיצן, און װי נאָר ער איז צוגעגאַנגען צום פֿאָרטעפּיאַן, האָבן זײַן און קאַטיעס בליקן זיך באַגעגנט, און זײ האָבן זיך שװײַגנדיקערהײט באַגריסט. היות אַצינד האָט זיך אין דער אױדיטאָריע געפֿונען די פֿרױ, װאָס מישע האָט זי שױן געקענט, ליב געהאַט, און איז געװען זיכער, אַז ער װעט אָפּלעבן מיט איר זײַן גאַנץ לעבן, — האָט ער זיך געפֿילט באַגײַסטערט װי קײן מאָל פֿריִער ניט. ער האָט אַפֿילו אַלײן נאָך נישט באַזיניקט, על–כּל–פּנים נישט אין דער פֿולער מאָס, אַז עפּעס אַ פֿאַרבאָרגענער פּאָטענציאַל האָט זיך פּלוצעם אַנטפּלעקט אין אים און יעדעס װערק אין זײַן פּראָגראַם האָט געקלונגען נאָך מער פֿאַרכאַפּנדיק, עמאָציאָנעל, װי אױף אַלע זײַנע פֿריִיִקע קאָנצערטן — אי כרעמענקאָװס פֿינף פּיעסעס, אי שעסטאַקאָװסקיס סאָנאַטע, אי סקריאַבינס „ים–סאָנאַטע‟, אי שאָפּענס צװײ נאָקטיורנען אָפּוס 27, אַנדאַנטע ספּיִאַנאַטאָ און גרױסער גלענצנדיקער פּאָלאָנעז. זײַן באַליבטן נאָקטיורן אין רע–בעמאָל מאַזשאָר האָט מישע געשפּילט ממש װי אַ ליבע–ליד, און װען ער האָט אָנגעהױבן שפּילן דעם פּאָלאָנעז, איז אים פּלוצעם געקומען אױפֿן געדאַנק: ס׳װאָלט געװען אַזױ גוט, װען אָט די מוזיק װאָלט געקלונגען אױף אונדזער חתונה! מישעס צושטאַנד האָט זיך איבערגעגעבן קאַטיען דורך זײַן שפּילן, און זי איז געזעסן אײַנגעשיכּורט פֿון מישעס מוזיק.
צוגייענדיק צו אים אינעם „רױטן‟ אַרטיסטן–צימער נאָכן קאָנצערט, האָט די דערשיטערטע קאַטיע שטיל געזאָגט: „מישע… װי פֿאַנטאַסטיש האָסטו הײַנט געשפּילט!‟ — און מישע האָט געענטפֿערט בלױז מיט די ליפּן–באַװעגונגען, אַזױ אַז קײנער זאָל נישט הערן: „אַלץ פֿאַר דיר, קאַטיושע!‟
— לאָמיר פֿאָרן צו מיר אַהײם אויף אַ װעטשערע: ביסט דאָך זיכער הונגעריק! — האָט קאַטיע פֿאָרגעלײגט.
זי האָט אָפּגעװאַרט אין דרױסן, בעת מישע האָט געלאָזט אינעם האָטעל זײַן קאָנצערט–קאָסטיום (אין װאַרשע האָט ער זיך געקױפֿט אַ סמאָקינג און אַ שניפּס–באַבעלע). די זון האָט זיך שױן באַהאַלטן הינטערן בנין פֿון דער פֿילהאַרמאָניע, און די מילדע שײַן פֿונעם הימל האָט געצערטלט די נשמה. מישע האָט פֿאַרכאַפּט מיט זיך פֿאַר קאַטיעס מאַמען דעם סאַמע שענסטן בוקעט בלומען פֿון יענע, װאָס די צוהערערס האָבן אים געהאַט אונטערגעטראָגן.
אױפֿן װעג האָט מישע געפּרוּװט אױספֿרעגן קאַטיע װעגן איר לעבן, נאָר זי איז געװען אונטער אַזאַ רושם פֿונעם קאָנצערט, אַז איר איז געװען שװער צו רײדן װעגן זיך. זי האָט שטיל איבערגעחזרט די גאַנצע צײַט: „װי פֿאַנטאַסטיש האָסטו געשפּילט!‟ — און מישע האָט יעדעס מאָל געענטפֿערט: ״אַלץ פֿאַר דיר, קאַטיושע! אַלץ פֿאַר דיר, געליבטע מײַנע!‟ — אַרומכאַפּנדיק פֿעסט איר דלאָניע מיט זײַנע פֿינגער.
װען זײ זײַנען אַרײַן אין קאַטיעס דירה, איז דאָרטן געװען פֿינצטער און שאַ–שטיל.
— ביסטו אַלײן? — האָט מישע געפֿרעגט מיט חידוש.
— יאָ, די עלטערן זײַנען אַצינד אױף דער דאַטשע.
— דאַן איז עס פֿאַר דיר! — האָט מישע דערלאַנגט קאַטיען די בלומען.
— אַ דאַנק, מישע! נו, לאָמיר גײן עסן, דו גײסט שױן מסתּמא אױס פֿון הונגער.
ביז אַהער האָט זיך מישען באמת זײער געװאָלט עסן, נאָר איצט איז זײַן געפֿיל פֿון הונגער אין גאַנצן פֿאַרשװוּנדן.
— מעג איך? — האָט ער שעמעװדיק אַ פֿרעג געטאָן, נעמענדיק קאַטיע בײַ דער האַנט.
ער האָט זיך פּלוצעם דערמאָנט אין די שורות פֿון בײַראָנס „דאָן–זשואַן‟, װאָס אין דער רוסישער איבערזעצונג האָבן זײ געקלונגען אַזױ: „צו ערשט קושט מען אין דער האַנט, דערנאָך אין דער באַק, און נאָך דעם קושט מען אױך אין די לעפֿצן…‟. דװקא אַזױ האָט ער געטאָן: געקושט קאַטיעס רעכטע האַנט, דערנאָך זיך אַ צי געטאָן צו איר פּנים, געקושט איר רעכטע באַק און דערפֿילט אירע הײסע טרוקענע ליפּן אױף זײַן באַק; דאַן האָט ער זי צוגעצױגן צו זיך…
— כ׳האָב דיך ליב, קאַטיושע… — האָט מישע אַ שטילן קרעכץ געטאָן, װען זײ האָבן זיך סוף–כּל–סוף אָפּגעריסן אײנער פֿונעם אַנדערן.
— כ׳האָב דיך אױך ליב, מישענקע… — האָט קאַטיע אַ שעפּטשע געטאָן, — ביסט דער סאַמע בעסטער אױף דער װעלט… דער סאַמע אױסערגעװײנטלעכער…
*די װערטער פֿון אַ פּאָפּולערן סאָװעטישן ליד װעגן פֿליִער, נאָך װעלכע מע פֿלעגט זינגען: ״און די מיידעלעך — דערנאָך!״.
סוף פֿונעם ערשטן טייל. המשך קומט