אַ ייִדישער ראָמאַן (המשך)

יעווגעני קיסין

קאַפּיטל ג

1

— און װער זשע װעט דיר אָפּשערן די האָר?!
  
אַזאַ איז געװען דער מאַמעס רעאַקציע, װען מישע האָט איר אָנגעקלונגען און מיטגעטײלט, אַז װי אַ געװינער פֿונעם קאָנקורס, װעט ער מוזן שפּילן דרײַסיק קאָנצערטן אין פּױלן, װאָס האָט געמיינט זיך פֿאַרהאַלטן דאָרטן נאָך אױף אַ פּאָר חדשים.
  
— נו, כ׳װעל געפֿינען עפּעס אַ שערערײַ, — האָט מישע געענטפֿערט.
— אָך, מע װעט דיך אָפּפֿליקן, — האָט די מאַמע געזאָגט.
— נו, כ׳װעל זיך דערװיסן, װאָסערע שערערײַען דאָ זײַנען גוטע, — האָט מישע געפּרוּװט באַרויִקן די מאַמע.
— מע װעט דיך אָפּפֿליקן… — האָט זי איבערגעחזרט מיט אומצופֿרידנקײט, — און אין װאָס זשע װעסטו גיין אָנגעטאָן?! האָסט דאָך נישט מיט זיך קײן שום װינטער–קלײדער!
— איז װעל איך זיך שױן עפּעס קױפֿן.
— װאָס, מישטײנס געזאָגט, װעסטו דאָרט קױפֿן?
— װאָסי, ס׳איז דאָ קײן מלבושים נישטאָ? כ׳װעל שוין קױפֿן עפּעס, — מישע האָט זיך געסטאַרעט מיט אַלע כּוחות זיך נישט דענערװירן און צו רײדן רויִק, נאָר דאָס האָט נישט געהאָלפֿן: נישט װײַל די מאַמע האָט געמײנט, אַז אין פּױלן גײען מענטשן אַרום נאַקעטע, נאָר פּשוט װײַל זי איז געװען אינסטינקטיוו זיכער, אַז אַלײן איז איר זון ניט פֿעיִק זיך אײַנצוקױפֿן גאָרנישט גוטס. 

װען מיט אַ פּאָר טעג נאָך מישעס אָפּפֿאָר איז אָנגעקומען אַ בריװ פֿון קאַטיען, איז די מאַמע גלאַט אַרױס פֿון די כּלים פֿאַר נײַגער: װאָס זשע שטעלט מיט זיך פֿאָר אָט דאָס לענינגראַדער מיידל, אין װעלכן איר בן–יחיד איז פֿאַרקאָכט געוואָרן? בטבֿע איז זי געװען אַ לײַטישער מענטש און האָט פֿאַרשטאַנען, אַז לײענען פֿרעמדע בריװ איז נישט שיין. דאָס מאָל אָבער איז זי געװען נישט בכּוח זיך אײַנצוהאַלטן און האָט באַשלאָסן: כ׳װעל בעטן מחילה בײַ מישען און זאָגן, אַז כ׳האָב אױפֿגעחתמעט דעם בריװ, מחמת כ׳האָב נישט באַמערקט, אַז ער איז געװען אַדרעסירט אים, אָבער װי נאָר איך האָב דערזען דעם אָנהײב, האָב איך װײַטער נישט געלײענט. דער בריװ איז געװען זײער בנימוסדיק און אָן אַ פּגם אין אַלע הינזיכטן, נאָר על–פּי–כּן, װי באַלד די מאַמע איז לכתּחילה געװען נעגאַטיװ געשטימט, איז זי תּיכּף אין כּעס געװאָרן: הלמאַי דוצט זיך די קאַטיע מיט איר זון?

— מה–רעש? — האָט דער טאַטע געזאָגט, — זײ זענען דאָך יונגע מענטשן. װאָס זאָלן זיי זיך אירצן?
— מישע איז געקומען צו פֿאָרן אַהין װי אַ פּיאַניסט מיט אַ קאָנצערט אין דער פֿילהאַרמאָניע! און װער איז זי, אײגנטלעך?
  
די מאַמע האָט בכלל פֿײַנט געהאַט, װען מע האָט איר דערװידערט. דער טאַטע האָט עס געװוּסט און איר מער גאָרנישט ניט געזאָגט, הגם אױף אים האָט קאַטיעס בריװ געמאַכט אַ גוטן אײַנדרוק, און ער איז געװען צופֿרידן פֿאַר מישען. װאָס איז אַזױנס די באַציִונגען צװישן דער שװיגער און דער שנור, האָט ער גרײַלעך גוט געװוּסט פֿון זײַן אײגענער דערפֿאַרונג און האָט באַשלאָסן, אַז טאָמער עפּעס, װעט ער אונטערהאַלטן זײַן זון.

בינו–לבינו איז מישע אומגעפֿאָרן איבער פּױלן און האָט געשפּילט קאָנצערטן מיט גרױס דערפֿאָלג. ס׳איז אַפֿילו געװען נישט סתּם אַ דערפֿאָלג: מישע האָט געפֿילט, אַז דער עולם האָט אים ליב, גלײַך װי געענטפֿערט מיטן זעלבן געפֿיל אױף זײַן ליבע צו דער מוזיק, װאָס ער שפּילט, צו שאָפּענען. אַזױ איז געװען אומעטום, װוּ ער איז אױסגעטראָטן; סײַ די אָרגאַניזאַטאָרן, סײַ די צוהערערס פֿלעגן אים זאָגן: „קומט צו פֿאָרן צו אונדז װידער!‟.

מישען האָט זיך געדוכט, אַז עפּעס באַזונדערע באַציִונגען האָבן זיך אױסגעפֿורעמט צװישן אים און דעם פּױלישן פּובליקום, און ער האָט זײער געהאָפֿט, אַז ער װעט באמת קאָנען זיך אַ מאָל אומקערן אַהין. און אַװדאי, פֿלעגט ער פֿון יעדער שטאָט שרײַבן היציקע בריװ קאַטיען, דערצײלנדיק איר װעגן אַלץ…


                                 
„װאָס זשע האָסטו אונדז ביז איצט גאָרנישט ניט דערציילט?!‟, „װי האָסטו זיך באַקענט מיט אים?‟, „צי איז ער שײן?‟, „װען איז די חתונה?‟ — קאַטיעס חבֿרטעס האָבן נישט אױפֿגעהערט צו פֿאַרשיטן זי מיט פֿראַגעס. אַצינד האָט זי געפֿילט, אַז זי קאָן זיך שױן טײלן מיט די סאַמע נאָענטע פֿון זײ און אַפֿילו װײַזן זײ אײניקע בריװ מישעס. װען אָנהייב נײַעם יאָר איז זי געקומען אין אינסטיטוט אין אַ װוּנדערשײן רױט טיכל אױפֿן האַלדז מיט גאָלדענע דעסנס, האָבן אַלע באַלד פֿאַרשטאַנען, פֿון װאַנען האָט קאַטיע אַזאַ לוקסוס–זאַך. זי האָט פֿאָרױסגעזען פֿון פֿריִער אַזאַ נעגאַטיװע רעאַקציע פֿון אײניקע לעקטאָרן, און דאָך האָט זיך איר זײער געװאָלט באַרימען זיך מיט מישעס געשאַנק פֿון אױסלאַנד, װאָס װוּסאַלאַ האָט געהאַט אים געהאָלפֿן אױסקלײַבן (װעגן דעם האָט קאַטיע, פֿאַרשטײט זיך, נישט געװוּסט). װאָס שײך די אַנדערע סטודענטקעס, איז זײער רעאַקציע געװען אַ פֿאַרשײדענע: פֿון אױפֿריכטיקער, װי ס׳האָט זיך געדוכט, פֿרײד פֿאַר זײער פֿרײַנדינע ביז קלאָרער קינאה, מיט פֿיל ניואַנסן. אײנע פֿון יענע, װאָס זײַנען געװען אַרױסגעטראָטן קעגן קאַטיען אױף דער קאָמיוג–פֿאַרזאַמלונג, האָט איר געזאָגט מיט אַ זיס קול: „אָך, אַ מין שײן טיכל דו האָסט!‟ — אױף װאָס קאַטיע האָט געענטפֿערט: „נאָר דו װעסט קײן מאָל נישט האָבן אַזעלכעס, װײַל יאַבעדניצעס גיט מען קײן מתּנות נישט!‟. װאַסקאַ פֿעדיוקין, דערזען קאַטיעס טיכל, האָט אַרױסגעלאָזט אַזאַ מין „כם‟ און מער גאָרנישט ניט געזאָגט… 

2

— דו דאַרפֿסט זיך באַקענען מיט כרעמענקאָװן, ער װעט דיר העלפֿן מיט דער אַרמײ, — האָט עמאַנויִל גריגאָריעװיטש געזאָגט מישען, — ער האָט גוטע פֿינף פּיעסעס פֿאַר פֿאָרטעפּיאַן אָפּוס צװײ. לערן זײ אױס.

װעגן טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש כרעמענקאָװן האָט מישע געװוּסט, אַז יענער איז געװען אַ גאַנצער יאַ–טעבע–דאַם, דער הױפּט פֿונעם קאָמפּאָזיטאָרן–פֿאַראײן. פֿון כרעמענקאָװס שאַפֿונגען אָבער האָט ער געקענט בלױז זײַן מוזיק צום באַרימטן פֿילם „די הוסאַרער באַלאַדע‟ און געהערט, אַז יענער האָט אַן אָפּערע לױט גאָרקיס ראָמאַן „די מוטער‟. אַװדאי האָט מישע געקענט כרעמענקאָװס לידער, נאָר זײ זײַנען געװען אַזױ פּאָפּולער, אַז ער, מישע, װי פֿיל אַנדערע מענטשן, האָט אַפֿילו נישט געװוּסט, װער ס׳האָט די לידער געהאַט אָנגעשריבן. 

אָנגעהױבן שטודירן יענע פֿינף פּיעסעס, האָט מישע זיך גלײַך איבערצײַגט, אַז ס׳איז טאַקע זײער אַ גוטע מוזיק: אײגנאַרטיקע, בילדערישע, מיטן בולטן רוסישן פֿאָלקסטימלעכן עלעמענט, נאָר אינעם הײַנטצײַטיקן סטיל — אָדער, פּינקטלעכער געזאָגט, אינעם סטיל פֿון די 1930ער יאָרן, בעת זי איז אָנגעשריבן געװאָרן. דערצו נאָך האָט מישע פֿאַרשטאַנען, אַז אָט די פּיעסעס װעלן אים צו נוץ קומען אױך צוליב עפּעס אַנדערש. נאָך זײַן אומקערן זיך פֿון פּױלן האָט עמאַנויִל גריגאָריעװיטש אים געזאָגט, אַז ער זאָל אָנקלינגען אין פֿאַרשײדענע קאָנצערט–אָרגאַניזאַציעס, װײַל יענע האָבן זיך געהאַט פֿאַראינטערעסירט מיט אים צוליב זײַן זיג אױפֿן קאָנקורס. אין אײנער פֿון די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס, װאָס האָט געהײסן „גאָסקאָנצערט‟ [1] און זיך פֿאַרנומען מיט גאַסטראָלן פֿון די סאָװעטישע מוזיקאַנטן אין אױסלאַנד, האָט מען מישען מיטגעטײלט, אַז מע לאַדט אים אײַן װידער קומען צו פֿאָרן קײן פּױלן, װי אױך געבן עטלעכע קאָנצערטן אין בולגאַריע און אין דעם „דעמאָקראַטישן‟ דײַטשלאַנד דאָס קומעדיקע יאָר; און אַז דער רעפּערטואַר, װאָס ער װעט שפּילן דאָרטן, זאָל אומבאַדינגט אַנטהאַלטן סאָװעטישע מוזיק. אים איז געװען אַ סך מער אינטערעסאַנט זיך אױסצולערנען עפּעס נײַס, אײדער זיך אומצוקערן צו דעם, װאָס ער האָט שױן געהאַט געשפּילט פֿריִער.

מישע האָט מיט הנאה אױסגעלערנט כרעמענקאָװס פּיעסעס און געשפּילט זײ פֿאַר עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן אַ פּאָר מאָל. מיט עטלעכע װאָכן שפּעטער האָט דער פּראָפֿעסאָר געזאָגט מישען, אַז איבעראַכטאָג זונטיק װעלן זײ גײן צו כרעמענקאָװן אַהיים און אַז מישע זאָל צוגרײטן נישט בלױז טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשס װערק, נאָר אױך נאָך עפּעס פֿון זײַן אייגענעם רעפּערטואַר, אַרײַנגערעכנט שאָפּענען.
  
פֿאַר דעם איז מישען נאָך קײן מאָל נישט אױסגעקומען זיך צו טרעפֿן מיט קײן הױכגעשטעלטע פּאַרשױנען, אַפּשיטא שױן אין דער הײמישער אַטמאָספֿער. באַלד נאָך דעם, װי ער האָט אָנגעהױבן זיך לערנען בײַ עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן, האָט יענער פֿאַרבעטן אים און זײַנע אַנדערע סטודענטן צו גאַסט אױף זײַן געבױרן–טאָג. דער פּראָפֿעסאָר איז געװען צוגעלאָזן און האָט געשמײכלט, און דאָך האָט מען כּסדר געפֿילט עפּעס אַ דיסטאַנץ, אַ גרענעץ–ליניע, װאָס מע האָט זי אין קײן פֿאַל נישט געטאָרט איבערטרעטן. נישט געקוקט אױפֿן שמײכל אױף עמאַנויִל גריגאָריעװיטשס ליפּן, איז דער בליק פֿון זײַנע טונקעלע אױגן געבליבן שטרענג די גאַנצע צײַט, װי בשעת די לימודים. װאָס שײך כרעמענקאָװן אָבער, װי נאָר ער האָט אױפֿגעעפֿנט די טיר פֿאַר עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן און מישען, איז דער לעצטער תּיכּף ממש איבערגעראַשט געװאָרן פֿון דער װאַרעמקײט, װאָס אי זײַן פּראָסט, פּױעריש פּנים, אי זײַן קול האָבן זי אױסגעשטראַלט. נאָך אַ גרעסערער חידוש האָט געװאַרט אױף מישען, װען ער איז אַרײַן אין כרעמענקאָװס אַרבעטס–צימער: ער האָט אױסגעזען צו זײַן כּמעט פֿון דער זעלבער גרײס, װי די גאַנצע דרײַצימעררדיקע דירה, אין װעלכער מישע האָט געלעבט מיט זײַנע עלטערן אין משך פֿון די לעצטע אַכט יאָר (פֿאַר דעם האָבן זײ, װי די מערהײט מענטשן אין לאַנד, געלעבט אין אײן צימער פֿון אַ קאָמונאַלער װױנונג). דעם סאַמע גרעסטן שאָק אָבער האָט מישע איבערגעלעבט, װען דער ערשטער סעקרעטאַר פֿונעם קאָמפּאָזיטאָרן–פֿאַראײן האָט גענומען אים באַקענען מיט זײַנע פֿרײַנד, װאָס זײַנען אויך געקומען הערן מישעס שפּילן: דער קאָמפּאָזיטאָר מאַרק מעיערסאָן, די מוזיק–קריטיקערס מאָיִסײ פּלאַטקאָװסקי און גריגאָרי גרינבערג, דער װיאָלאָנטשעליסט מאַטװײ כמעלניקער… דער אױסזען פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר לעװ סאַמאָשין (װי מישע איז געװױר געװאָרן מיט עטלעכע יאָרן שפּעטער, איז זײַן אמתער נאָמען געװען סאַמויִל לװאָװיטש קאַגאַנאָװסקי), װי אױך פֿון כרעמענקאָװס פֿרױ מאַריִע אַרנאָלדאָװנע, האָט נישט געלאָזט קײן שום צװײפֿל מכּוח זײער ייִחוס. 

מישע איז געװען אַ ביסל אומרויִק אַלע מאָל, װען ער האָט געשפּילט פֿאַר עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן. אין יענעם פֿראָסטיקן פֿעברואַר–טאָג איז ער אַװדאי אױך געװען גאַנץ אױפֿגערעגט, נאָר טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשס גוטהאַרציקײט האָט װי געשאַפֿן אַ מין באַלאַנס און האָט אים דערמוטיקט. כערמענקאָװ האָט געהאַלטן אין אײן לױבן מישעס שפּילן און געזאָגט, אַז ער איז גרײט צו הערן אים ביז מאָרגן אין דער פֿרי. װעגן מישעס אױספֿילונג פֿון זײַנע פֿינף פּיעסעס האָט טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש געמאָלדן, אַז ס׳איז אַן אידעאַלע אינטערפּרעטאַציע, אַז דװקא אַזױ זאָלן זײ קלינגען; מישע האָט באַמערקט דערבײַ, אַז מאַריִע אַרנאָלדאָװנעס פּנים האָט אױך אױסגעזען צופֿרידן. נאָך דעם, װי מישע האָט געהאַט אױסגעשפּילט עטלעכע װערק פֿון ראַכמאַנינאָװן, האָט כרעמענקאָװ אַ פֿרעג געטאָן, צי ער שפּילט סקריאַבינס מוזיק, און געזאָגט עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן: „ער װעט געװיס שפּילן סקריאַבינען זײער גוט!‟. דערנאָך האָט דער באַלעבאָס פֿאַרבעטן אַלעמען אױף אַן אָװנטברױט, בשעת װעלכן סײַ ער, סײַ זײַן פֿרױ האָבן דערצײלט אַ סך אינטערעסאַנטע זאַכן; בפֿרט האָבן זיך מישען פֿאַרגעדענקט טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשס װערטער, אַז די „גאָסקאָנצערט‟–טשינאָװניקעס זײַנען „גרױסע כוליגאַנעס‟. פֿון דעם, װי אַזױ כרעמענקאָװ און עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָבן גערעדט אײנער מיטן אַנדערן, האָט מישע פֿאַרשטאַנען, אַז זײ זײַנען אַלטע און גוטע באַקאַנטע, און אַז דער ערשטער סעקרעטאַר פֿונעם קאָמפּאָזיטאָרן–פֿאַראײן באַציט זיך צו מישעס לערער מיט גרױס אָפּשײַ. זײ זײַנען אַפֿילו געװען אױסערלעך עפּעס ענלעך אײנער אױפֿן אַנדערן: קלײנװוּקסיקע, פֿון פֿעסטער קאָמפּלעקציע, מיט פּראָסטע ברײטע פּנימער און טיף–אײַנגעזעצטע אױגן אונטער געדיכטע ברעמען; בײדע האָבן זײ געהאַט שײנע באַריטאָן–שטימען. דערבײַ, אַװדאי, איז טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשס אױסזען געװען אַ טיפּיש רוסישער, בעת עמאַנויִל גריגאָריעװיטש איז געװען אַ ייִד ביזן מאַרכבײן…

בײַם געזעגענען זיך האָט כרעמענקאָװ געזאָגט, אַז מישע װעט שטענדיק זײַן אַן אָנגעלײגטער גאַסט אין זײַן שטוב. מאַריִע אַרנאָלדאָװנע, װאָס איז פֿריִער געװען מער צוריקגעהאַלטן װי איר מאַן, האָט אונטערגעכאַפּט: „קום, מישע, קום צו מוזיצירן מיט טימאָפֿײען!‟. איר קול האָט געקלונגען אױפֿריכטיק: משמעות, האָט זי דערפֿילט, אַז מישע איז געװען אַ באַשײדענער יאַט, און דאָס איז איר געפֿעלן געװאָרן. באַגלײטנדיק עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן אַהײם, האָט מישע אים פֿאָרזיכטיק געזאָגט, אַז ער האָט שױן לאַנג געהאַט געטרױמט אױסצושפּילן סקריאַבינס צװײטע סאָנאַטע, און אױב ס׳איז מעגלעך, װאָלט ער געװען אַ בעלן זי אױסלערנען, — און האָט באַקומען דעם פּראָפֿעסאָרס הסכּמה.
  
דורכגעלײענט מישעס בריװ מיט אַ גענױער באַשרײַבונג פֿון יענעם װיזיט, איז קאַטיע געװאָרן זײער פֿאַרחידושט, װײַל זי איז געװען איבערצײַגט, אַז קײן סאָוועטישער נאַטשאַלניק האָט נישט געקאָנט זײַן אַ גוטער מענטש לױט דער דעפֿיניציע. תּחילת האָט זי געטראַכט, אַז מישע איז פּשוט נאַיִװ — פֿאָרט אַן אַרטיסט, אַ ראָמאַנטישע נאַטור. פֿון דעסטװעגן, װען זי האָט דערצײלט די עלטערן װעגן דעם, האָט די מאַמע געזאָגט: „נו, עס טרעפֿן זיך פֿאָרט פֿאַרשײדענע מענטשן,‟ — און דער טאַטע האָט זי אונטערגעהאַלטן. היות קאַטיע האָט געטרױט די עלטערנס מיינונג אין אָט די פֿראַגן, האָט זי באַשלאָסן פֿאַר זיך, אַז אפֿשר איז עס אַנדערש בײַ די מוזיקאַנטן.

3

כאָטש, װי מיר װײסן שױן, פֿלעגט מישען באַזונדערס זיך אײַנגעבן די ראָמאַנטישע מוזיק, זײַנען זײַנע גוסטן געװען גאָר ברײט, און ער האָט ליב געהאַט מוזיק פֿון פֿאַרשײדענע תּקופֿות און סטילן. געװען איז אײן לעבעדיקער קאָמפּאָזיטאָר, װאָס מישע האָט געפֿילט אַ באַזונדערע נאָענטקײט צו זײַן מוזיק; געװױנט האָט ער אין דער זעלבער שטאָט, װי מישע, און אין יענער צײַט האָט מען אים שױן געהאַלטן פֿאַר אַ לעבעדיקער לעגענדע איבער דער גאָרער װעלט: דעמענטי װאַסיליעװיטש שעסטאַקאָװסקי. 
  
מישע האָט זיך געסטאַרעט גײן אױף אַלע קאָנצערטן, װוּ מ׳האָט געשפּילט זײַנע װערק, ער פֿלעגט קריגן אין די קלייטן און ביבליאָטעקן אַלע נאָטן און רעקאָרדירונגען פֿון זײַן מוזיק, װאָס ער האָט נאָר געקאָנט קריגן, און אַ חוץ זעלטענע אױסנאַמען (אַזעלכע, װי, למשל, „איבער אונדזער הײמלאַנד שײַנט די זון‟ און דאָס גלײַכן), האָט ער נישט אױפֿגעהערט נתפּעל צו װערן אי פֿון איר אומגלייבלעכער טיפֿקײט און טראַגיזם, אי פֿון דעם הומאָר, דער איראָניע, דעם סאַרקאַזם, װאָס ער האָט פֿריִער נישט געטראָפֿן. און אַװדאי, מיט זײַן לײַדנשאַפֿטלעכן נאַציאָנאַלן געפֿיל, האָט מישע ליב געהאַט דאָס חיות שעסטאַקאָװסקיס ציקל לידער אונטערן אַלגעמיינעם נאָמען „פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס–פּאָעזיע‟. 

װי באַלד מישעס שול–לערערין פֿון פֿאָרטעפּיאַן האָט נישט איבעריק ליב געהאַט די מאָדערנע מוזיק, האָט זי קײן מאָל נישט פֿאָרגעלייגט מישען צו שפּילן שעסטאַקאָװסקיס ווערק. דעריבער װען עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט אים געעצהט אױסלערנען זײַן צװײטע סאָנאַטע, צוגעבנדיק דערבײַ, אַז שעסטאַקאָװסקי װעט אים אױך העלפֿן מיט דער אַרמײ, — איז מישע ממש גליקלעך געװאָרן, און בעתן אַרבעטן איבער אָט דעם װערק האָט ער זיך געפֿילט באמת באַגײַסטערט. דערצו נאָך האָט מישע גלײַך פֿאַרשטאַנען, — און עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט מסכּים געװען מיט דעם — אַז אױב מע פֿאָדערט שױן, ער זאָל שפּילן סאָװעטישע מוזיק, װעט עס זײַן אַ גוטע אָפּטײלונג פֿון אַ סאָלאָ–פּראָגראַם: כרעמענקאָװס פֿינף פּיעסעס און שעסטאַקאָװסקיס צװײטע סאָנאַטע. 

מישען איז אָבער געװען נישט גרינג, װײַל זײַן לערער האָט אַלײן געשפּילט אָט דאָס װערק, און מישע האָט גוט געקענט עמאַנויִל גריגאָריעװיטשס גלענצנדיקע רעקאָרדירונג פֿון דעם. דער פּראָפֿעסאָר, װי געװײנטלעך, האָט פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אױף גאַסטראָלן, דערפֿאַר האָט מישע געלערנט די סאָנאַטע נישט אַזױ מיט אים און אַפֿילו נישט מיט זײַן אַסיסטענט פּיאָטר מעסעל, װי מיט עמאַנויִל גריגאַריעװיטשס פּלאַטע, פֿאַרגלײַכנדיק כּסדר זײַן אײגן שפּילן מיט גילסקערס, איבערצײַגנגיק זיך יעדעס מאָל, װי שװער איז צו דערנענטערן זיך צו אַזאַ ניװאָ. אין אײניקע ערטער אינעם צװײטן און דריטן טײלן האָט זיך מישען, מיט זײַן ראָמאַנטישער נאַטור, געװאָלט שפּילן פֿרײַער, און עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט אים תּיכּף „אײַנגעצױמט‟, זאָגנדיק: „מע קאָן אַ ביסעלע, נאָר נישט אין אַזאַ מאָס: שעסטאַקאָװסקיס מוזיק איז פֿאָרט נישט קײן ראָמאַנטישע, נישט שאָפּען.‟ פֿאַרן באַזוכן דעם גרױסן קאָמפּאָזיטאָר איז מישע געװען זייער אומרויִק און האָט ממש אויסגעבעטן בײַ זײַן לערער, אַז יענער זאָל אויסהערן זײַן שפּילן גלײַך פֿאַר דעם, װי זײ וועלן צוזאַמען גיין צו שעסטאַקאָװסקין. געװען איז דאָס דעם ערשטן מײַ, די קאָנסערװאַטאָריע איז געװען פֿאַרמאַכט מחמת דעם יום–טובֿ, אַזױ אַז מישע איז געקומען צו עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן אין שטוב, און פֿון דאָרטן האָבן זיי זיך געלאָזט אינעם קאָמפּאָזיטאָרן–הױז. 

פֿריִער איז מישע נישט אײן מאָל פֿאַרבײַגעגאַנגען יענעם גרױסן פֿאַרשײדנקאָליריקן נײַנשטאָקיקן בנין אויף דער ניעזשדאַנאָוואַ גאַס, נישט האָבנדיק קײן אַנונג, אַז דװקא אין אים װױנט זײַן באַליבטער קאָמפּאָזיטאָר. װען עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט אַ קלונג געטאָן אין דער טיר פֿון דער װױנונג, האָבן זיך פֿון דער אַנדערער זײַט דערהערט גיכע לײַכטע טריט. די טיר האָט אױפֿגעעפֿנט אַ קלײנװוּקסיקע דאַרינקע פֿרױ פֿון אַ יאָר 35–40, אָנגעטאָן אין אַ לײַכט באַבלימלט קלײדל מיט קורצע אַרבל; אירע טונקעלע האָר זײַנען געװען צונױפֿגענומען אױפֿן נאַקן, און אױפֿן פּנים האָט זי געטראָגן גרױסע ברילן. הינטער איר האָט מען דערזען דעם גרױסן קאָמפּאָזיטאָר אַלײן, װאָס האָט פּאַמעלעך און בפֿירוש מיט שװעריקײט געשפּאַנט צו דער טיר. אָנגעטאָן איז ער געװען אין אַ לײַכט העמד מיט קורצע אַרבל און בלױ–גרױע הױזן מיט אַ שװאַרצן רימען; װי אױף אַלע זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס, האָט ער אױך געטראָגן ברילן.
  
— און װאָס איז אײַער פֿאָטערנאָמען? — האָט שעסטאַקאָװסקי אַ פֿרעג געטאָן בײַ מישען נאָך דעם, װי עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט אים פֿאָרגעשטעלט װי „מײַן סטודענט מישע אַגראַנאַט‟. זײַן שטים איז געװען גאָר אַ הױכע.
— פֿאָטערנאָמען?! — האָט מישע איבערגעפֿרעגט מיט פֿאַרגלאָצטע אױגן און אַ מורמל געטאָן:
— באָריסאָװיטש…
— עמאַנויִל גריגאָריעװיטש, מיכאַיִל באָריסאָװיטש, גײט, ביטע, דורך, — האָט דער באַרימטער קאָמפּאָזיטער געזאָגט אָן אַ מינדסטן שפּור פֿון איראָניע.
  
אַ געפּלעפֿטער, האָט מישע שטיל געענטפֿערט: „אַ דאַנק…‟ — און אַ טראַכט געטאָן: „יאָ, אַ גרױסער מענטש איז באמת גרױס אין אַלצדינג!‟

אַװעקגעזעצט זיך בײַ אײנעם פֿון די צװײ פֿאָרטעפּיאַנען, װאָס זײַנען געשטאַנען אין שעסטאַקאָוויעװס אַרבעטס–צימער, האָט מישע צוגעװאַרט עטלעכע װײַלעס, קאָנצענטרירנדיק זיך, און אײדער אָנהייבן שפּילן האָט ער אַװעקגעלײגט אַלע פֿינף פֿינגער פֿון זײַן רעכטער האַנט אױף די קלאַװישן — די ערשטע נאָטן פֿונעם פּאַסאַזש, פֿון װעלכן די סאָנאַטע האָט זיך אָנגעהױבן: רע, פֿאַ–דיעז, סי, סי–בעמאָל, ליאַ. נאָך די ערשטע קנאַפּע דרײַ טאַקטן פֿונעם אַרײַנפֿיר האָט די אומרויִקע מעלאָדיע אין דער לינקער האַנט װי אַװעקגעפֿירט מישען נאָך זיך. צוליב זײַן אױפֿרעגונג האָט ער געשפּילט נאָך מער שפּאַנענדיק, װי געװײנטלעך, און דאָס האָט אַנטשפּרעכט דעם כאַראַקטער פֿון דער מוזיק. װען מישע איז דערגאַנגען ביז צו דער צװײטער טעמע, איז געשען עפּעס לגמרי אומגעריכטס: ער האָט זיך דערמאָנט, אַז מיט עטלעכע שעהען פֿאַר דעם, גאָר נישט װײַט פֿון דאַנען, אױפֿן רױטן פּלאַץ, איז פֿאָרגעקומען אַ גװאַלדיקע דעמאָנסטראַציע, און מיט עפּעס אַ זעקסטן חוש האָט ער פּלוצעם דערפֿילט, אַז אָט די טעמע איז אַ פּאַראָדיע אױף אַזאַ מין דעמאָנסטראַציעס. טאַקע אַזױ האָט מישע אָט די טעמע אױסגעשפּילט: מיט טיפּישער שעסטאַקאָװסקיס איראָניע, װאָס ער האָט תּמיד זײער ליב געהאַט, נאָר פֿריִער עס נישט געהאַט געהערט אין אָט דער מוזיק. בײַם שפּילן די צװײטע העלפֿט פֿון דער טעמע, װאָס גײט אױף פּיאַנאָ און פּיאַניסימאָ, האָט מישע זי אױפֿגענומען װי ממש אַ חוזק פֿון דער הײַנטיקער דעמאָנסראַציע: אױסערלעך איז זי (װי אַלע אַנדערע) געװען אַזױ גװאַלדיק, נאָר בעצם — קלײנלעך און נישטיק. אַ באַגײַסטערטער, האָט מישע אין דער רעפּריזע צום ערשטן מאָל דערפֿילט אין דער פֿולער מאָס דעם אומגעהײַערן אינערלעכן קאָנטראַסט צװישן דער ערשטער און דער צװײטער טעמע: דער דראַמאַטישער אמת און דער אױסערלעך פֿרײלעכער שקר זײַנען װי קעגנגעשטעלט געװאָרן אײנער דעם אַנדערן — און די אײבערהאַנט האָט געקראָגן דער אמת.
  
פֿאַרענדיקט צו שפּילן דעם ערשטן טײל פֿון דער סאָנאַטע, האָט מישע אַ קוק געטאָן מיט אַ פֿרעגנדיקן בליק אױף שעסטאַקאָװסקין, װאָס איז געזעסן מיט אײן פֿוס פֿאַרלײגט אױפֿן אַנדערן אין אַ געשניצטער פֿאָטערשטול, באַצױגן מיט געמיטלעכער גרינער שטאָף, לעבן מגושמדיקן שרײַבטיש מיט פֿיגור–פֿיסלעך, װאָס אױף זײַן גרינער לעדערנער אױבערפֿלאַך האָבן זיך געזען פֿאַרשריבענע בױגנס פֿון נאָטן–פּאַפּיר. בלײַבנדיק אין דער זעלבער פּאָזע און נישט מינערנדיק זיך, האָט יענער געזאָגט מיט עפּעס אַ האַסטיקער אינטאָנאַציע:

— זײער גוט. זײער, זײער גוט.
— צי קאָן איך שפּילן װײַטער? — האָט מישע אומדרײסט געפֿרעגט.
— יאָ–יאָ, אַװדאי. ביטע.

נאָכן אויסהערן די גאַנצע סאָנאַטע, האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש פֿאַרזיכערט מישען, אַז יענער שפּילט װירקלעך זײער גוט און קײן שום באַמערקונגען האָט ער, שעסטאַקאָװסקי, לחלוטין נישט. מיט דער זעלבער אײַליקער אינטאָנאַציע האָט דער באַלעבאָס געפֿרעגט בײַ די געסט, האַלטנדיק אין אײן אָנרופֿן דעם גליקלעכן און מבֿולבלטן מישען „מיכאַיִל באָריסאָװיטש‟, צי זײ האָבן צײַט צו פֿאַרבלײַבן אױף אַ גלעזל טײ. זײַן פֿרױ אינאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ האָט דערלאַנגט צום רונדן טיש, װאָס איז געשטאַנען אונטער אַ קרישטאָלענעם הענגלײַכטער אין דער סאַמע מיט פֿונעם גאַסטצימער, קאָנפֿעטן, געבעקס און דעם באַליבטן אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד טאָרט „נאַפּאָלעאָן‟ — אַ טוץ דינע שיכטן טײג מיט װאַניל–קרעם צװישן זײ. בעתן טרינקען טײ, האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש אָנגעהױבן אױספֿרעגן מישען, װאָס יענער שפּילט, װאָסערע מוזיק ער האָט ליב, װאָס ער האָט ליב צו לײענען און אַזױ װײַטער.

— זאָגט מיר, דעמענטי װאַסיליעװיטש, צי מעג איך אײַך פֿרעגן װעגן עפּעס? אױב ס׳איז נישט קײן סוד, אַװדאי… — האָט מישע געזאָגט, — איך האָב געלײענט אין ערענבורגס זכרונות, אַז בשעתּו האָט „קאַטערינאַ איזמײַלאָװאַ‟ געהאַט זײער צעבייזערט סטאַלינען; מע האָט דעמאָלט געהאַט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ שלעכטן אַרטיקל װעגן דער אָפּערע און מ׳האָט אײַך באַשולדיקט אין נישט–גוטע זאַכן… זאָגט מיר, כ׳בעט אײַך, צי איז אײַך אַ מאָל אױסגעקומען זיך טרעפֿן מיט סטאַלינען?

שעסטאַקאָװסקי האָט בפֿירוש נישט דערװאַרט אַזאַ פֿראַגע און האָט אױף איר נישט געענטפֿערט, נאָר אָנשטאָט דעם אַ פֿרעג געטאָן:

— איר האָט געלײענט ערענבורגן?
— יאָ, אַװדאי.
— דאָס איז גוט… זײער גוט… און זאָשטשענקאָן האָט איר געלײענט?
— יאָ. איך האָב ליב זאָשטשענקאָן דאָס לעבן.
דעמענטי װאַסיליעװיטשס פּנים האָט אױפֿגעשײַנט:
— איך אױך. איך האָב גוט געקענט זאָשטשענקאָן. ער איז געװען אַ מערקװירדיקער, אַן אױסערגעװײנטלעכער מענטש…

מישע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז בעסער נישט צו פֿרעגן װײַטער װעגן סטאַלינען. װען עמאַנויִל גריגאָריעװיטש און מישע זײַנען אַרױס אין דרױסן, האָט דער פּראָפֿעסאָר געזאָגט שטיל און פֿאַרטראַכטערהײט:

— שעסטאַקאָװסקין איז אױסגעקומען אַ סך איבערצולײַדן…
  
ער האָט געשװיגן אַ פּאָר מינוט און אַ פֿרעג געטאָן מיטן זעלבן שטיל קול גאַנץ אומגעריכט פֿאַר מישען:
  
— צי האָסטו געהערט װעגן ראַסטראַפּאָװן?
— יאָ… — האָט מישע געענטפֿערט. צװישן די סטודענטן פֿון דער קאָנסערװאַטאָריע זײַנען אין יענער צײַט אומגעגאַנגען קלאַנגען מכּוח דעם, װאָס דער באַרימטער ראָסטיסלאַװ ראַסטראַפּאָװ, דער פֿירנדיקער װיאָלאָנטשעל–פּראָפֿעסאָר אין דער קאָנסערװאַטאָריע, איז אַצינד אױף צרות, מחמת ער האָט געהאַט אָנגעשריבן אַ בריװ, אין װעלכן ער האָט געשטיצט דעם שרײַבער סאָלזשעניצין, װאָס איז געװען פֿאַרװערט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. מיט ראַסטראַפּאָװן איז מישע נישט געװען באַקאַנט פּערזענלעך, הגם, אַװדאי, פֿלעגט ער גײן אױף זײַנע קאָנצערטן און האָט אים געזען עטלעכע מאָל אין די קאָרידאָרן און אינעם בופֿעט פֿון דער קאָנסערװאַטאָריע. סאָלזשעניצינען האָט מישע קײן מאָל נישט געלײענט.
— איז דערצייל קײנעם נישט, — האָט גילסקער געזאָגט און מער נישט געלאָזט פֿאַלן קײן װאָרט אױף דער קיצלדיקער טעמע.

מישעס דערצײלונג װעגן יענעם פֿאַרנאַכט האָט געפּלעפֿט קאַטיע, און זי האָט אים אָנגעשריבן אױף קאַטאָװעס, אַז פֿון הײַנט אָן װעט זי אים אױך רופֿן „מיכאַיִל באָריסאָװיטש‟. אַ חוץ איר ליבע צו מישען, איז זי געװען געשמײכלט פֿונעם געדאַנק, אַז װען זײ װעלן חתונה האָבן, אײדער זײ װעלן אַװעקפֿאָרן פֿונעם לאַנד, װעט זי זיך אױך טרעפֿן מיט אַזעלכע גדולים װי שעסטאַקאָװסקי.

[1] גאָסקאָנצערט — מלוכה־קאָנצערט

המשך קומט

Leave a comment