עמיל קאַלין
2
אונטן האָט דער דאָרמען, אָנגעטאָן אין אַ מונדיר, ווי עפּעס אַ גענעראַל, אַנטקעגנגעטראָגן סעם דריימאַנען דעם „גוט-מאָרנינג‟ און אַן עפֿן געטאָן די טיר מיט אימפּעט און אַ ברייטן שמייכל. אין דרויסן איז געווען קיל און פֿײַכט. דער ווינט האָט געהוידעט די צווײַגן בײַ אַלטע ביימער, געוואָיעט צווישן די הויכע געבײַדעס, געפּאַטשט שטיפֿעריש די באַקן בײַ די פֿאַרבײַגייערס.
סעם האָט געטראָגן ווײַסע, ברייטע הויזן מיט אַ גלײַכער פּרעס-ליניע, אַ טיף-רויט העמד און אויפֿן קאָפּ — אַ ווײַסן פּאַנאַמע-הוט מיט אַ שוואַרצן פּאַס. די שיך האָבן אים עקשנותדיק געקוועטשט. אין רימען האָט אויסגעפֿעלט אַ לעכל. ער האָט געאָטעמט שווערלעך.
דער דאָרמען איז תּיכּף אַרויס צום ראַנד גאַס, אָפּגעשטעלט אַ טאַקסי און געהאַלטן דאָס טירל אָפֿן פֿאַר סעמען. סעם האָט אים געגעבן אַ פּעני אין האַנט און זיך אַרײַנגעזעצט אינעם טאַקסי אַ פֿאַרסאַפּעטער, אַ פֿאַרשוויצטער.
אינעם אויטאָ איז געווען צו וואַרעם און האָט געשטונקען מיט טוטין. דער קלאַנג פֿון דעם ראַדיאָ־אַפּאַראַט איז געווען הויך. די ווערטער האָבן אַ שטאָך געטאָן סעמען אין די אויערן: „אין אַן אויפֿטריט פֿאַר ביידע הײַזער פֿון קאָנגרעס האָט פּרעזידענט פֿאָרד גערופֿן די אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג צו זײַן גרייט אויף פּערזענלעכע קרבנות, צוריקהאַלטנקייט און דיסציפּלין. דאָס אַלץ איז נייטיק, כּדי צו צוימען די וואַקסנדיקע אינפֿלאַציע און פֿאַרמײַדן אַן עקאָנאָמישן קריזיס אינעם לאַנד. פּרעזידענט פֿאָרד האָט פֿאָרגעשלאָגן אַ ברייטע פּראָגראַם צוריקצושטעלן די ווירטשאַפֿט פֿון דעם לאַנד אויף די פֿיס. אַ טייל פּונקטן האָט ער געבעטן דעם קאָנגרעס אָננעמען הײַנטיקס יאָר און אַ טייל אין יאָר 1975. פּרעזידענט פֿאָרד האָט פֿאָרגעשלאָגן די פֿאָלגנדיקע פּונקטן: אַ פֿאַרהעכערונג פֿון פֿינף פּראָצענט די שטײַערן פֿאַר איינצלענע מענטשן, וועלכע פֿאַרדינען מער ווי זיבן טויזנט און פֿינף הונדערט דאָלאַר אַ וואָך. פֿאַר פּאָרפֿעלקער דאַרף דאָס יאָר־פֿאַרדינסט באַטרעפֿן אַמווייניקסטן פֿופֿצן טויזנט דאָלאַר. גלײַכצײַטיק וועט פֿאַרקלענערט ווערן דער אָפּצאָל פֿון ווייניק-פֿאַרדינענדיקע פֿאַמיליעס דורכן העכערן דאָס באַפֿרײַען פֿון די שטײַערן, וואָס ווערן אַראָפּגערעכנט פֿון די יערלעכע אַרײַנקום-שטײַערן.‟
סעם האָט פֿאַרשטאַנען יעדעס וואָרט באַזונדער, אָבער וואָס באַטײַטן זיי אַלע צוזאַמען, — דאָס האָט ער נישט אָנגעהויבן וויסן.
דער שאָפֿער איז געזעסן ווי אויף שפּילקעס. אויף דער רעכטער זײַט האָט זיך אויסגעשטעלט אַ לאַנגע ריי אויטאָס צו דעם טונעל, וואָס פֿירט קיין ניו-דזשוירזי. משׂא-אויטאָס האָבן זיך קוים געשלעפּט דורך דעם ברויזנדיקן טראַפֿיק. אַלע שאָפֿערן האָבן איינצײַטיק געבלאָזן די האָרנס, אָבער דאָס האָט נישט געהאַט קיין שום פּעולה, וואָרום די טראַפֿיק-ליכט זענען געווען רויט. די ווײַטערדיקע איינצלהייטן פֿון פּרעזידענט פֿאָרדס עקאָנאָמישן פּלאַן האָבן זיך צונויפֿגעמישט מיט דעם שאָפֿערס שעלטענישן, וואָס ער האָט געוואָנדן די אַנדערע שאָפֿערן מיט זײַנע אומצופֿרידענע מעקענישן.
ווען דער טאַקסי האָט זיך סוף-כּל-סוף אָפּגעשטעלט פֿאַר דאָקטאָר פֿרידמאַנס קאַבינעט אויף לעקסינגטאָן און 32סטער גאַס, איז סעם אַרויסגעקראָכן פֿון דעם אויטאָ הענדעם-פּענדעם, אַליין פֿאַרחידושן פֿון די אייגענע כּוחות.
אין דאָקטאָר פֿרידמאַנס רחבֿותדיקן קאַבינעט האָט געשמעקט מיט בשׂמים פֿאַר הבֿדלה, מענטע און זיסלעכע ווײַבערלעכע פּאַרפֿיומען. סעם האָט זיך אַוועקגעזעצט אין אַ באַקוועמען פֿאָטעל און גענומען בלעטערן אַ מאָדע־זשורנאַל מיט האַלב אַנטבלויזטע נקבֿות. די סעקרעטאַרשע האָט גערעדט מיט אַ חבֿרטע אויפֿן טעלעפֿאָן. איר רוקן האָט געציטערט. זי האָט פֿאַרדעקט דאָס מויל און געלאַכט שטיל. סעם האָט געהאַט דעם אײַנדרוק, אַז זי מאַכט חוזק פֿון אים און ער האָט איר געגעבן רעכט. נאָך אַ קורצער ווײַלע איז אַרויסגעקומען פֿון דאָקטאָר פֿרידמאַנס צימער אַ שיינע פֿרוי און האָט אָפּגעווישט די רויטע אויגן מיט אַ פּאַפּיר־סאַלפֿעטקע. זי האָט געפֿירט מיט זיך אַ ווײַס הינטעלע. דאָס הינטעלע האָט באַטראַכט סעמען מיט אַ פּאָר שוואַרצע, בייזע אייגעלעך און גענומען בילן אויף אים מיט רציחה און שׂינאה. סעם האָט זיך דערמאָנט אין אַ שטיקל מדרש, וואָס דער טאַטע עליו-השלום פֿלעגט איבערחזרן כּסדר: „בידוע עשיו שונא ליעקב‟. צווישן סעם און הינט האָט געהערשט אַן אייביקע פֿאַרדעכטיקונג און פֿײַנדשאַפֿט.
„אַ הינטעלע אַן אַנטיסעמיט, בנאמנות…‟ — האָט סעם געמורמלט צו זיך אַליין און אַ קריץ געטאָן מיט די ציין.
דאָקטאָר פֿרידמאַן איז אַרויסגעקומען פֿונעם צימער נאָך דער פּאַציענטקע און זיך געווענדט צו סעמען מיט אַ ברייטן שמייכל, וואָס האָט אַרויסגעוויזן אַ ריי גלאַטע, ווײַסע ציין, ווי בײַ אַ מוּווי-סטאַר:
„מיסטער דריימאַן, ביטע, קומט אַרײַן.‟
סעם האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿונעם פֿאָטעל און דערפֿילט אַ מאָדנע שוואַכקייט אין די פֿיס. כאָטש ער און דאָקטאָר פֿרידמאַן זענען געווען באַקאַנט שוין עטלעכע יאָר, זענען זיי נאָך אַלץ פֿאַרבליבן גאַנץ אָפּגעפֿרעמד. סעם האָט געפּרוּווט זיך דערמאָנען דאָקטאָר פֿרידמאַנס אייגענעם נאָמען: זאָל דאָס זײַן הערי? אַרנאָלד? ווי עס זאָל נישט זײַן, אַ למד מוז זײַן פֿאַרשטעקט ערגעץ, האָט געטראַכט צו זיך דער פּאַציענט בשעתן אַוועקלייגן זיך אויף דער סאָפֿקע אין דאָקטאָר פֿרידמאַנס צימער. ער און דאָקטאָר פֿרידמאַן האָבן זיך נאָך אַלץ געאירצט און נישט פֿאַרגעסן צוגעבן בשעת זיך ווענדן איינער צום צווייטן דעם „מיסטער‟ אָדער „דאָקטאָר‟. סעמען איז געווען שווער צו באַשטעטיקן, ווער דאָקטאָר פֿרידמאַן איז אין דער אמתן — אַ קינאָ-שטערן אָדער אַן אָנגעזעענער פּסיכאָלאָג. דאָקטאָר פֿרידמאַן האָט, לויט סעמס חשבון, אַריבערגעשפּאַנט די זיכציקער און דאָך האָט ער אויסגעזען ווי אַ גיבור: הויך, מוסקולירט, מיט אַ ברייטן נאַקן, אַ גלײַכן רוקן און רויטלעך פּנים.
להבֿדיל סעמס טאַטע, ר’ אַבֿרהם דריימאַן, וועלכער איז צו זײַנע זעכציק שוין געווען אַ שוכן-עפֿר, געלעגן אין דער ערד מער ווי אַ יאָר צײַט. קיין אַמעריקע איז ר׳ אַבֿרהם אָנגעקומען אַ צעבראָכענער מענטש. אין 1941 האָבן די וווילע חבֿרה פֿון דער „אײַזערנער גוואַרדיע‟ אים אויפֿגעהאָנגען אויף אַ האָקן אין וואַקאַרעשטער שעכטהויז, געוואָלט אים און אַנדערע ייִדן, וואָס זיי האָבן פּראָסט-און-פּשוט געכאַפּט אויף די גאַסן, קוילן און שעכטן ווי בהמות. די באַשולדיקונג? ייִדישע פֿאַרבײַגייערס. קרובֿים זענען געלאָפֿן אַהין מיט געלט, צירונג און וואָס נישט, אַבי צו ראַטעווען זײַן לעבן. ער האָט לסוף געבליבן מיטן לעבן, אָבער זײַן נשמה איז ווי אויסגעלאָשן געוואָרן. ער האָט יאָ געלעבט און נישט געלעבט. און דאָ אין ניו-יאָרק, נאָך צען יאָר האָרעוואַניע אין אַ וועשערײַ אין בראָנקס איז ער ניפֿטר געוואָרן. אין איינעם אַ טאָג האָט די מאַמע געפּרוּווט אים איבערוועקן, אָבער ווען זי האָט אים אָנגערירט, איז ער שוין געווען קאַלט. אַזוי גייען אַוועק צדיקים, האָט סעם געטראַכט צו זיך, אָן פּײַן און יסורים, ווײַל די נשמה איז אויסגעלײַטערט געוואָרן. סעם איז גאָר נישט געווען זיכער, אַז עס דאָ אַ גן-עדן. אפֿשר איז דאָס גלאַט אַ באָבע-מעשׂה, אָבער אין איין זאַך איז ער געווען זיכער — דער טאַטע איז אין גן-עדן.
„יאָ‟, — האָט סעם געזאָגט מיט אַ כאָרכל און אַרויסגעקראָגן פֿון דער בוזעם-קעשענע אַ בויגן-פּאַפּיר, צונויפֿגעלייגט אין פֿירן. ער האָט עס צעעפֿנט און אָנגעהויבן אַרויסלייענען: —„איז אַזוי, איך בין געשטאַנען מיט דאָריסן אויף דער פֿערטער גאַס. זי האָט גענישטערט מיט אַ בהלה אין אַ קופּע ביליקע קליידער, וועלכע דער בעל-הבית פֿון דער קלייט האָט אַרויסגעלייגט אין דרויסן. יעדעס העמד האָט געקאָסט פֿינף דאָלער. ביליקע סחורה, פּונקט ווי דאָריס האָט ליב. זי האָט זיך געגרבילט אין דער קופּע אַ שטיקל צײַט און פּלוצעם האָב איך דערהערט אַ העליקאָפּטער אויבן, אין הימל. איך האָב געטאָן אַ געשריי, נישט מיט מײַן קול: „דאָריס די נאַציס קומען!‟ — זי האָט אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ און מיך אָנגעקוקט. אירע אויגן זענען געווען צוויי שוואַרצע לעכער. איך האָב באַנומען, אַז אין דעם מאָמענט איז זי אַליין געוואָרן אַ נאַציכע, אַן אויפֿזעערין אָדער אַ קאַפּאָ.‟
דאָקטער פֿרידמאַן האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ די גאַנצע צײַט און פֿאַרשריבן געוויסע דעטאַלן אין זײַן העפֿט. סעם האָט געשוויגן אַ רגע. אַ קנויל האָט זיך אים געשטעלט אין האַלדז. ער האָט פֿאַרשריבן דעם חלום אויף ייִדיש און איצט האָט ער געמוזט איבערזעצן דעם חלום אויף ענגליש. דאָס דערהערן דעם אייגענעם חלום האָט אים פֿאַרשאַפֿט אַ בושה און עגמת-נפֿש. דער חלום איז אים אויסגעקומען קינדיש, שמאָלקעפּיק, לעכערלעך, צעשויבערט. די ווערטער האָבן זיך נישט געקלעפּט איינס צו דעם צווייטן. אַלץ איז געווען אַ וויץ.
דאָך האָט ער געפּועלט בײַ זיך לייענען ווײַטער:
„איך האָב געשטעלט פֿיס און בין געלאָפֿן מיט אַלע כּוחות. די נאַציס האָבן מיך נאָכגעיאָגט מיט האַווקענדיקע הינט, משׂא-אויטאָס, טאַנקן. מאָלט אײַך, זיי האָבן געשטעלט די גאַנצע אַרמיי אויף די פֿיס נאָר כּדי צו כאַפּן איין ייִדל — סעם דריימאַן. איך בין געלאָפֿן אויף לעקסינגטאָן עוועניו און געטראָפֿן אין אַ בונקער מיט די אויפֿשטענדלער פֿון וואַרשעווער געטאָ. אַ ווײַבספּאַרשוין מיט אַ ביקס אויפֿן אַקסל האָט מיר געגעבן אין דער האַנט אַ גראַנאַט. אויב די נאַציס וועלן אַרײַנקומען אין בונקער, וועל איך באַגיין זעלבסטמאָרד. אַ מענטשעלע, אַ קליינטשיקס איז פֿון ערגעץ אויסגעוואַקסן. ער איז געווען אַ פּעדלער, געטראָגן אַ פּושקע פֿאַרבונדן איבער זײַן קאַרק מיט אַ שטריק. ער האָט אויסגערופֿן די סחורה, נישטיקע זאַכן, בקולי-קולות, ווי סע וואָלט נישט אָנגעגאַנגען קיין מלחמה אין דרויסן. ער האָט געזונגען מיט אַ ניגון פֿון די צען מכּות: „אַ באַרשט, אַ פּען, אַ בלײַער, אַ שטיקל שטריק, שנירן, גאָל-מעסער…‟ — עמעצער האָט אים פֿאַרדעקט דאָס מויל מיט דער דלאָניע און דאָס מענטשעלע, ווי קלייט זאָל עס נישט זײַן, האָט זיך נישט געלאָזט זיך שפּײַען אין קאַשע. ער האָט נישט אויפֿגעהערט אויסשרײַען. די נאַציס וועלן אַנטדעקן אונדזער באַהאַלטעניש צוליב אָט דעם נאַר, איז מיר דורכעלאָפֿן אַ מחשבֿה, און דעמאָלט האָב איך זיך אויפֿגעכאַפּט אַ פֿאַרשוויצטער און מיט אַ פֿאַרטײַעטן אָטעם. איך האָב מורא געהאַט איך זאָל נישט באַקומען אַ האַרץ-אַטאַק.‟
„אינטערעסאַנט. זייער אינטערעסאַנט‟, — האָט דאָקטער פֿרידמאַן געזאָגט האַלב צו זיך און עפּעס אָנגעשריבן אין דער העפֿט.
„צום גליק, האָב איך לסוף נישט באַקומען קיין האַרץ אַטאַק‟, — האָט סעם געטאָן אַ שמייכל.
„דאָס פֿרייט מיך זייער‟, — האָט דאָקטער פֿרידמאַן אויפֿגעהויבן דעם בליק און אָנגעקוקט זײַן פּאַציענט איבער די ברילן מיט ערנסטקייט, ווי אויף אַ חולה-מסוכּן. — „און וואָס איז געשען שפּעטער?‟
„שפּעטער?.. שפּעטער האָב איך געביטן דעם געלעגער און נאָכדעם איז געקומען מײַן אויסלייזער, דער אינדערפֿרי. איך זאָל לייענען ווײַטער?‟
דאָקטער פֿרידמאַן האָט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ.
„ווי עס זאָל נישט זײַן, די אַנדערע נאַכט האָב איך געהאַט אַזאַ חלום…‟ — סעם האָט צוגעקאָוועט דעם בליק צום בייגעלע פּאַפּיר און אַרויסגעלייענט שטיל: — „איך בין געווען צוואַנציק יאָר אַלט און געשלאָפֿן איינער אַליין אין עפּעס אַ בונגאַלאָ. פּלוצעם האָב איך זיך אויפֿגעוועקט און דערזען לעבן מיר אַ פּיצל קינד. איך האָב גלײַך באַנומען בחוש, אַז דאָס איז אין דער אמתן עמאַ, כאָטש דאָס קינד האָט גאָר נישט אויסגעזען ווי עמאַ. מילא, איך מיין, עס איז געווען אַ באָיטשיק, אָבער דאָך איז דאָס געווען עמאַ. די נאַציס זענען אָנגעפֿאַלן אויף דעם בונגאַלאָס קעמפּ. איך האָב דערשפּירט, אַז די דאַטע איז — דער ערשטער סעפּטעמבער. עמאַ, דאָס הייסט, דאָס קינד, האָט מיר אָנגעזאָגט, אַז די פּוילישע אַרמיי-לײַט האָבן אַטאַקירט די ראַדיאָ־סטאַנציע אין גלײַוויץ. היטלער האָט דערקלערט אַ מלחמה איבער פּוילן. איך האָב געהערט אים האַווקען אין דער פֿינצטערניש: ׳פֿון פֿינף און פֿינף-און-פֿערציק אַזייגער ווערט צוריקגעשאָסן!׳ — איך האָב זיך אויפֿגעהויבן, גענומען עמאַן אויף די הענט און בין געלאָפֿן ווי גיך איך האָב נאָר געקענט. ס׳איז געווען שטאָק פֿינצטער און מיר זענען אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ טיפֿער גרוב. איך האָב געמיינט, אַז די גרוב האָט נישט קיין דנאָ און דאָס פֿאַלן וועט זײַן אַן ענדלאָזע, אָבער נאָך צען מינוט האָבן מיר געטראָפֿן אויף אַ שטיקל באָדן. אַ קול, וואָס איז אַרויסגעקומען פֿון אַ ריזיקן ראַדיאָ-אַפּאַראַט, האָט אונדז אָנגעזאָגט, אַז מיר זענען אָנגעקומען אין טרעבלינקע. דעמאָלט האָב איך זיך אויפֿגעכאַפּט מיט אַ גיך קלאַפּנדיק האַרץ…‟
„איך פֿאַרשטיי…‟, — האָט דאָקטער פֿרידמאַן געזאָגט און עפּעס פֿאַרשריבן אין זײַן העפֿט, וואָס האָט געטראָגן אַ קלעפּקע מיטן אויפֿשריפֿט: ׳דער פֿאַל מיסטער סעם דריימאַן׳. —„אויב איך האָב נישט קיין טעות‟, — האָט ער אויפֿגעהערט שרײַבן און אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ.
ער האָט געהאַט אַ צורה, וועלכע האָט זיך געלאָזט טײַטשן אויף אָן אַ שיעור אופֿנים:
„אײַער אינטערעס צו דעם חורבן אין אייראָפּע איז נישט נײַ. מיר האָבן דאָך אַרומגערעדט עטלעכע מאָל די טעמע. פֿון איין זײַט, איז אײַער אינטערעס זייער פֿאַרשטענדלעך און איך האָב נישט קיין ספֿק, אַז ער פֿילט געוויסע פּסיכישע באַדערפֿענישן; אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, האָב איך ווײַטער דאָס געפֿיל, אַז ער שפּרייט זיך אויס איבער אַ צו ברייטן שטח. יעדנפֿאַלס, דעמאָלט האָב איך אײַך רעקאָמענדירט איר זאָלט פּרוּוון עפֿענען אַ ביסל די האָריזאָנטן, אַנטוויקלען נײַע אינטערעסן און האָביס, קניפּן באַקאַנטשאַפֿטן מיט מענטשן, באַנײַען חבֿרשאַפֿטן. ווי זעט אויס אײַער טאָג איצט? קענט איר, ביטע, שילדערן אַ טיפּישן טאָג?
סעם האָט דערפֿילט פּלוצעם אַ ווייטיק אין ברוסטקאַסטן.
„ווייסעך?‟, — האָט ער געזאָגט און אַ גלעט געטאָן אַן אָנזעעוודיק בערדל אויפֿן קין. — „איך שטיי אויף, טרינק אויס צוויי טעפּלעך קאַווע, קריג זיך אַ ביסל מיט דאָריס. שפּעטער פֿאָר איך מיט אַ טאַקסי אָדער צו איינער פֿון מײַנע פּלענטס אין דער בראָנקס, צו זען אויב די אַרבעט קלאַפּט. איך קאָן מײַן סעקרעטאַרקע זיך נאָכפֿרעגן, וואָס איך האָב פֿאַרפֿעלט בעת איך בין געשלאָפֿן. איך רעד מיט מײַן אַגענט וועגן סטאָקס און אינוועסטמענטס, דערנאָך פֿאָר איך אַפּטאַון מענהעטן צו מײַן אָפֿיס און רעד די גאַנצע צײַט אויפֿן טעלעפֿאָן…‟
סעם האָט זיך פֿאַרהאַקט. ער האָט זיך פּלוצעם דערפֿילט ווי אַן אַלטער נאַר. ער האָט באַשריבן אויף זײַן צעקאַליעטשעט לשון וואָס ער טוט, וווּהין ער פֿאָרט און מיט וועמען ער רעדט, אָבער פּלוצעם האָט ער זיך געפֿרעגט, אויב אָט די ווערטער גיבן ערלעך איבער דעם טעם און עסענץ פֿון זײַן טאָג. ער האָט געשוויגן אַ רגע און אָנגעהויבן רעדן אויפֿסנײַ:
„עמאַ איז ווי פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין קאָלעדזש. זי גיט נישט קיין לעבן-סיגנאַל. ווי איך און דאָריס זענען שוין חלילה נישטאָ. איך און דאָריס וווינען אין אַ צו גרויסער דירה. צומאָל איז אַזש שווער צו וויסן אויב די דירה איז באַוווינט אָדער ליידיק. דאָריס האָט זיך איר לעבן אַן עס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט לעבן. מיר האָבן אָנגעוווירן יעדן אינטערעס איינער צו דער צווייטער. איך קען נישט זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט. איך מוז אַרײַנקוקן יעדן טאָג אין דער צײַטונג, זיך דערוויסן וואָס עס טוט זיך אין ישׂראל, צי די אַראַבער זענען נישט אָנגעפֿאַלן אויף די ייִדן. איך קריג ייִדישע צײַטשריפֿטן און איך בלעטער זיי. איך קויף ביכער וועגן האָלאָקאָוסט בלעטער עטלעכע זײַטן און לאָז זיי ליגן ווי אַ שטיין. איך פֿרעג אײַך, זאָגט מיר: ווער קען לייענען מער ווי אַ פּאָר זײַטן? ווי קען מען לייענען ווידער ווי מע האָט פֿאַרגאַזט, פֿאַרברענט, דערשאָסן און געקוילעט? די האָר שטעלן זיך קאַפּויער. מיליאָנען קדושים, לײַבלעכע ברידער און שוועסטער, אַלטע-לײַט און קינדער זענען געגאַנגען אויף קידוש-השם און דאָ? דאָ, אין אַמעריקע, זאָלט איר וויסן, האָבן די ייִדן געלעבט שיין, געטרונקען קאַווע, געטאַנצט טאַנגאָ און געגעסן פֿעטע סטעיקס…‟
סעם האָט זיך פּלוצעם געשטעלט אויף די פֿיס. ער דרשנט די דאָזיקע דרשה נישט צום ערשטן מאָל. זײַן צונג איז ווי אָפּגענומען געוואָרן. דער קאָפּ האָט זיך ווי אויסגעליידיקט. דאָס איינציקע וואָס איז אים געקומען אויפֿן געדאַנק, איז געווען די מחשבֿה, אַז דאָקטער פֿרידמאַן פֿאַראַכט אים, סעמען, שטילערהייט. ער קען דאָך סעמס תּורה אויף אויסנווייניק און אַ ראיה האָט ער געהאַט: דאָקטער פֿרידמאַן האָט גאָרנישט פֿאַרשריבן אין זײַן העפֿט. „וואָס טראַכט דאָקטער פֿרידמאַן פֿון מיר?‟, — האָט ער זיך געפֿרעגט. כאָטש ער האָט געוואָלט מאַכן אַ גוטן אײַנדרוק אויפֿן פּסיכאָאַנאַליטיקער און אַרויסווײַזן מבֿינות, איז ער געווען פֿולשטענדיק איבערצײַגט, אַז דער פֿרידמאַן האַלט פֿון אים אַן עם-האָרץ, אַ פּראָסט שטיק, אַ נודניק מיט קליינע השׂגות און אַ משוגענער פֿאַר אַ צוגאָב. סעם האָט זיך געטרייסט, אַז כּל-זמן ער שעדיקט נישט זיך אַליין זאָלן אַנדערע לאָזן אים צורו. סעם, אָפּגעשראָקן פֿון די אייגענע רייד און מחשבֿות, האָט פֿאַרקערעוועט דעם דישל. ער האָט געשטאַמלט: „נו, ווי עס זאָל נישט זײַן, צוריק דרייען דאָס רעדל איז, ליידער, אוממעגלעך. אַבי היטלער איז טויט, דײַטשלאַנד איז צעטיילט אויף צוויי… ס׳אַ שטיקל נחמה… וועלכע האָביס האָב איך, פֿרעגט איר?‟
דאָקטער פֿרידמאַן האָט אויפֿגעהויבן אַ ברעם און געטאָן אַ ברום. סעם האָט גערעדט ווײַטער:
„ס׳טרעפֿט זיך, אַז איך גיי אויף ייִדישע איווענטס צו כאַפּן אַ שמועס אויף מאַמע-לשון. בײַ די פּליטים, וואָס זענען געקומען אַהער נאָכן קריג, איז דאָס לשון בײַ זיי נישט אַזוי צעקאַליעטשעט… זיי האָבן נאָך נישט פֿאַרגעסן וואָס זיי האָבן געהערט בײַ טאַטע-מאַמע. ייִדיש בײַ זיי האָט טויזנט טעמען. ס’גיסט זיך אין די ביינער… נאָר גאַנץ גיך הייבט מען אָן פֿאַרפֿירן די גרויל־געשיכטעס: ווי עס איז געווען אין די געטאָס, אין די לאַגערן, ווי מע האָט זיך, על-פּי-נס, געראַטעוועט און ווי אַנדערע האָבן עס נישט זוכה געווען. ווי מ׳איז אַנטלאָפֿן קיין רוסלאַנד. ווי מע האָט געכאַפּט דעם לעצטן צוג בײַ דער עוואַקואַציע קיין מיזרח אָדער ווי מע זיך באַהאַלטן. עס שטייט לעבן דיר, דאַכט זיך, אַ פּשוטער ייִד, וואָס ווייסט נישט פֿון קיין חכמות. דאָ איז ער אַ קליינער סוחר אָדער אַ באַאַמטער און ער דערציילט דיר אַזעלכע זאַכן וואָס דאָס בלוט ווערט פֿאַרגליווערט אין די אָדערן. פֿון איין זײַט, לייגט זיך די סיפּור-המעשׂה גאָר נישט אויפֿן שׂכל און פֿון דער צווייטער זײַט, — ווער קען דען אויסטראַכטן אַזעלכע ווילדקייטן? און ווער קען זיך צוגעוווינען אויסהערן אַלע אומגליקן? איך קום צוריק פֿון די ייִדישע איווענטס אַ דערשלאָגענער ביז דעם מאַרך, אַ באַגאָסענער מיט שווייס, אַ צערודערטער און פֿון צומאַכן אַן אויג איז נישטאָ וואָס צו רעדן.‟
„איר שלאָפֿט נישט גוט?‟
„געוויס, נעם איך אײַן שלאָפֿפּילן, ווי אַלע אַנדערע.‟
„יאָ, יאָ‟, — האָט דאָקטער פֿרידמאַן צוגעשאָקלט, ווי ער וואָלט זיך ערשט איצט דערמאָנט אין אַן אוראַלטן אמת. ער האָט געטאָן אַ כאָרכל און צוגעגעבן: — „איר געדענקט, נישט לאַנג צוריק האָבן מיר אַרומגערעדט מײַן פֿאָרשלאָג וועגן פֿאָרן אויף אַ וואַקאַציע מיט דאָריסן. געלט איז, ווי איך פֿאַרשטיי, נישט קיין מניעה בײַ אײַך. איך האַלט, און אפֿשר בין איך זיך טועה, אַז אַזאַ אָפּרו-צײַט איז ביכולת אַרײַנברענגען פֿרישקייט סײַ אין אײַערע, טיילמאָל אָנגעשטרענגטע באַציִונגען מיט אײַער ווײַב, און סײַ אין די פֿאַרפֿיקסירטע געדאַנקען, וואָס איר דריקט אויס אין דער לעצטער צײַט.‟
„דאָקטער פֿרידמאַן, אפֿשר זענט איר טאַקע גערעכט, נאָר וואָס טויג מיר דאָס פֿאָרן קיין ישׂראל, אַשטייגער? די מחשבֿות מײַנע זענען דאָך די זעלבע סײַ דאָ, סײַ דאָרט בשעתן ליגן אויפֿן ביטש אין תּל-אָבֿיבֿ? און צווייטנס, האָב איך מורא צו טרעפֿן משפּחה אָדער באַקאַנטע. כ׳קען שוין נישט אויסהאַלטן די גרויל-מעשׂיות. מ׳וועט זיך נעמען גלײַך רעדן פֿון אונדזער שטעפֿאַנעשט, וואָס איז הײַנט מער נישטאָ, אַ בערגל אַש און ווײַטער גאָרנישט.‟
„איר קענט פֿליִען קיין איטאַליע, צום בײַשפּיל.‟
„נע…‟, — האָט סעם געזאָגט מיט אַ וווּנק און צו זײַן חידוש צוגעלייגט אַ מאַך מיט דער האַנט. — „איך קען קיינעם נישט אין איטאַליע. וואָס זאָל איך טאָן דאָרטן? קריכן אויף גלאַטע ווענט? גרינע ביימער און שיינע הײַזער זענען דאָ איבעראַל.‟
דאָקטער פֿרידמאַן האָט אויסגעזען צעמישט:
„איר האָט דען ערשט נישט געזאָגט, אַז עס איז גלײַכער אויסמײַדן אַ צופֿעליקע טרעפֿונג מיט קרובֿים אָדער לאַנדסלײַט?‟
„יאָ, דאָס איז אמת, אָבער ס׳טויג נישט זיך וואַלגערן בײַ פֿרעמדע.‟
המשך קומט