מײַן ריבניצער פֿעטער פֿימע ע״ה
דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש יאַנואַר איז אַוועק אין דער אייביקייט מײַן פֿעטער ע״ה. אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, אַ שוסטער בן שוסטער. זינט כ׳געדענק זיך, האָבן אים אַלע גערופֿן פֿימע, הגם ווען מע וואָלט אים אַמאָל אויפֿגערופֿן צו דער הפֿטורה, וואָלט מען זיכער אויסגעשריִען — חיים בן אַבֿרהם! כ׳בין אָבער כּמעט זיכער, אַז פֿון אַזאַ כּבֿוד האָט ער קיין מאָל נישט גענאָסן.

ער איז געבוירן געוואָרן, געוואַקסן און געליטן ווי אַלע סאָוועטישע ייִדן זײַנע מיטצײַטלער — פֿון אָרעמשאַפֿט, הונגער, מלחמה, שרעקן… — און אין דער זעלבער צײַט, איז ער געווען גליקלעך, ווײַל בלײַבנדיק אַ יתום נאָך גאָר אַ פּיצל קינד, האָט ער זיך געראַטעוועט אויפֿן חשבון פֿון זײַן מאַמעס לעבן, וואָס האָט אים אַוועקגעגעבן דעם לעצטן ביסן אירן; ער איז אַרויס מיטן לעבן בעת דער מלחמה, און ווען זײַן טאַטע מיט די איבעריקע קינדער האָבן געשמאַכט אינעם רומענישן לאַגער פֿון טראַנסניסטריע, האָט ער זיך אויסגעבאַהאַלטן בײַ זײַן פֿרײַנדל, אַן אָרטיקן יאַט, טיילנדיק די שפּײַז מיט חזירים אין שטאַל.
ס׳איז אים באַשערט געווען צו בלײַבן לעבן, כּדי צו באַשוכן זײַנע בני־עיר פֿון דער מאָלדאַווישער שטאָט אויפֿן דנעסטער, ריבניצע. יאָ, טאַקע אָט די שטאָט ריבניצע, וואָס האָט זיך קונה־שם געווען אין דער חסידישער וועלט מיטן נאָמען חיים־זנבֿל אַבראַמאָוויטש, דער ריבניצער רבי. כ׳בין אַלט געווען אַ יאָר פֿינף, ווען מײַן פֿעטער פֿימע, האַלטנדיק מיך בײַ דער האַנט, מיר אָנגעוויזן אויף אַ קליינוווּקסיקן ייִד מיט אַ געל־גרויער באָרד און פּאות. ער האָט נישט אויסגעזען מאָדנע אין מײַנע אויגן, ווײַל מײַן זיידע, אַ שוחט און מוהל אין בעלץ, האָט אויך געטראָגן אַזאַ באָרד־און־פּאות. אַ סך שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט, וואָס פֿאַר אַ כּוח האָט דער ריבניצער צדיק געטראָגן אין זיך.
דאָס סאָוועטישע גליק איז מײַן פֿעטער פֿאָרט נאָכגעגאַנגען: אין די נעכט פֿלעגט ער בשתּיקה מאַכן אַ פּאָר שיך פֿאַר די פּויערים, צו פֿאַרדינען נאָך אַ פּאָר גראָשנס צו זײַן גוואַלדיקן געהאַלט אין אַטעליע. דעמאָלט האָט אַזאַ „לינקע פּרנסה‟ געקאָנט אים אָפּקאָסטן עטלעכע יאָר טורמע.
זײַן גאַנצן באַגאַזש מיט סאָוועטישע שרעקן און גליקן האָט ער אין די אָנהייב 1990ער געבראַכט קיין ישׂראל, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, טאָכטער און זון. יאָ, ער האָט פֿאַרלאָזט דעם גלות, נאָר די שראַמען אויפֿן זכּרון האָבן זיך בײַ אים נישט פֿאַרהיילט. די לעצטע יאָרן, בפֿרט נאָכן טויט פֿון זײַן פֿרוי, האָט די פֿאַרגאַנגענהייט אים אומברחמנותדיק אײַנגעשלונגען אין איר טיפֿן תּהום; דער הײַנט איז אויסגעמעקט געוואָרן און געבליבן איז נאָר דער פֿאַרקריפּלטער נעכטן…
פֿאַר אַלע זײַנע אָפּקומענישן האָט אים דער אייבערשטער געשענקט אַ לאַנג לעבן. דער פֿעטער פֿימע איז געשטאָרבן שטיל, ווי ער האָט שטיל און באַשיידן געלעבט אַלע זײַנע יאָרן, אויף זײַן אייגענעם געלעגער אין עלטער פֿון 92 יאָר.
כּבֿוד דײַן אָנדענק, מײַן ליבער פֿעטער פֿימע!
יאַנואַר 22, 2024
דירפֿילד־ביטש