ייִדישו־גאָ

סטיליזירטע טורעמלעך מיט גלעקער אויפֿן „בערגל פֿון הומאַניזם‟ ביים סוגיהאַראַ־מוזיי אין יעאָטסו, יאַפּאַן

בערל קאָטלערמאַן

דער טוי, וואָס האָט די גראָז געפֿײַכט,
איז צו פֿרי מיט זונגעבורט אַוועק,
און נישט זען וועל איך מער, אוי נישט זען
די טוי־לויטערקייט צום הימל ווי זי שטײַ
גט…

מוראַסאַקי שיקיבו, „די געשיכטע פֿונעם פּרינץ גענדזשי‟ (ייִדיש: פּרץ הירשביין)

אויפֿן 33סטן רעגירונגס־יאָר פֿונעם געטלעכן אימפּעראַטאָר מיידזשי לויטן יאַפּאַנישן מיניין, איז אין אַ בערגיקער געגנט פֿונעם יאַפּאַנישן אינדזל כאָנשו, ניט ווײַט פֿון דער גרויסער יאַפּאַנישער שטאָט נאַגאָיאַ, געבוירן געוואָרן אַ ייִנגעלע. צוויי שכנותדיקע דערפֿער, מינאָ און יעאָטסו, אַמפּערן זיך אַוווּ איז געשטאַנען דאָס וויגעלע פֿונעם ייִנגעלע, וואָס זײַן נאָמען איז געווען טשיִונע סוגיהאַראַ. דער זעלבער סוגיהאַראַ, וואָס פֿערציק יאָר שפּעטער, זײַענדיק אַ יאַפּאַנישער קאָנסול אין קאָוונע, האָט צעטיילט טויזנטער טראַנזיט־וויזעס די ייִדישע פּליטים פֿונעם צעריסענעם פּוילן, און אַ דאַנק די־אָ וויזעס, האָבן זיי זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן. זינט די דאָזיקע מעשׂ‎ה איז אַנטפּלעקט געוואָרן פֿאַר דער וועלט, האַלט מען שטאַרק פֿון סוגיהאַראַ אין ישׂראל, אין ליטע, אין פּוילן און אַוודאי אין זײַן היימלאַנד יאַפּאַן.

בעת מײַן גאַסט־פּראָפֿעסאָרײַ אין טאָקיאָ האָב איך, פֿאַרשטייט זיך, בײַ דער ערשטער געלעגנהייט זיך געלאָזט קיין יעאָטסו, וווּ סוגיהאַראַס דאַנקבאַרע לאַנדסלײַט האָבן אויסגעבויט אַ גאַנצן מעמאָריאַל לכּבוד אים. ס’איז געווען אַ זוניקער זונטיק, ווען אַ גיכע קויל־באַן „שינקאַנסען‟ האָט מיך געבראַכט קיין נאַגאָיאַ. פֿון דאָרטן האָב איך גענומען אַן אויטאָבוס גלײַך ביז דער טשיקאַווער מאָדערניסטישער, האָלץ און גלאָז, געבײַדע בײַם ראַנד פֿון אַ שיינעם — שטיין און באַמבוק פּאַרק מיט אַ קליינער סאַזשלקע אינמיטן. אין משך פֿון אַ פּאָר שעה האָב איך געבלאָנדזשעט צווישן גלעזערנע שטענדערס און וויטרינעס מיט פֿאַרגרעסערטע קאָפּיעס פֿון די לעגענדאַרע טראַנזיט־וויזעס און שיפֿס־קאַרטעס וולאַדיוואָסטאָק–צורוגאַ, כּלערליי פּלאַקאַטן, פֿאָטאָגראַפֿיעס און גבֿיעת־עדותן פֿון די געראַטעוועטע אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. איך האָב געפּרוּווט אויסמאָלן פֿאַר זיך ניט אַזוי יענע דראַמע מיט אַ רעלאַטיוון העפּי־ענד, וואָס האָט זיך צעשפּילט צווישן ליטע און יאַפּאַן, ווי דאָס, וויאַזוי זעט אויס סוגיהאַראַס אויפֿטו אין די אויגן פֿון די מענטשן פֿון זײַן אייגענער סבֿיבֿה. לויט די מוזיי־אויפֿשריפֿטן, האָט דער קאָנסול שטאַרק מיטגעפֿילט די ייִדישע פּליטים און געוואָלט זיי אָפּראַטעווען פֿון די נאַציס (הגם יענע זײַנען דעמאָלט נאָך ניט דערגאַנגען ביז דער ליטע, וואָס איז געוואָרן פֿאַרכאַפּט פֿון די סאָוועטן אין זומער 1940). צוליב דעם האָט ער אויף זײַן ריזיקע מסירות־נפֿשדיק געבראָכן די אײַנאָרדענונגען פֿון זײַן אייגענעם יאַפּאַנישן אויסער־מיניסטעריום, וואָס האָט אין יענע יאָרן יושרדיק מיטגעאַרבעט מיט די נאַציס. אינעם צענטער פֿונעם מוזיי איז געשטאַנען אַ מאַסיווער שרײַבטיש — אַ גענויע קאָפּיע פֿון סוגיהאַראַס קאָנסול־טיש אין קאָוונע. איך האָב זיך אַוועקגעזעצט פֿאַר דעם־אָ טיש און אַ פּרוּוו געטאָן זיך אײַנלעבן אין סוגיהאַראַס כאַראַקטער. דער אויסגעשפּראָכן דידאַקטישער נאַראַטיוו פֿונעם מוזיי האָט דאָך גאָרנישט דערקלערט, טאַקע וואָס האָט דערפֿירט דעם פּראָפֿעסיאָנעלן דיפּלאָמאַט אָפּצוּוואַרפֿן די באַרימטע יאַפּאַנישע דיסציפּלין און היעראַרכיע. די פּאָר שטיל־העפֿלעכע יאַפּאַנישע בירגערס מיט פֿאַרטיפֿטע אויסדרוקן אויף די פּנימער אַרום מיר, וועלכע מע האָט מסתּמא אויסגעשולט לויט די העכסטע נאָרמעס פֿון דער קאָרפּאָראַטיווער לויאַליטעט, האָבן, דאַכט זיך, אויך זיך געבראָכן דעם קאָפּ איבער דער קשיא.

אין דרויסן, לעבן דעם מוזיי האָב איך, לויט דער שילד בײַם אַרײַנגאַנג, אַרויפֿגעקלעטערט אויף אַן עקלעקטיש „בערגל פֿון הומאַניזם‟. דאָס אָרט איז געווען בראשיתדיק פּוסט, אָן אַ לעבעדיקן נפֿש. דער שטיינערנער סוגיהאַראַ אינעם אָפֿיציעלן אָנצוג־מיט־קראַוואַט איז געשטאַנען דאָרטן, ווײַזט אויס, אויפֿן האַלבוועג צווישן הומאַניזם און קדושה — צווישן דער בריטישער באַרעמהאַרציקער שוועסטער פֿלאָרענס נייטינגייל, דעם עלזאַסער אַלטרויִסטישן פֿילאָסאָף אַלבערט שווײַצער און עפּעס סטיליזירטע בודהיסטישע צי שינטאָיִסטישע שפּיציקע טורעמלעך מיט גלעקער. באַטראַכטנדיק די פֿילזיניקע קאָמפּאָזיציע פֿון סוגיהאַראַ, נייטינגייל און שווײַצער, האָב איך אַ צי געטאָן פֿאַרן שטריקל, וואָס איז געווען צוגעבונדן צו אַ גלאָק. אַ ריינער קלינגעוודיקער בים־באָם האָט פֿאַרפֿילט דעם גאַנצן אַרום.

די זון האָט זיך שוין גענייגט מערבֿ־צו, ווען איך האָב זיך אומגעקערט צו דעם ליידיקן אויטאָבוס־אָפּשטעל. גלאָצנדיק ווי אַ האָן אין בני־אָדם אויפֿן געלן טאָוול מיט בילדערישע צייכנס, האָב איך געזוכט אַ שטיקל שׂכל אינעם אויטאָבוס־גראַפֿיק. לויט אַלע סימנים, האָט דער אויטאָבוס געדאַרפֿט באַלד אָנקומען, אָבער ס’איז ניט געשען. אַרום און אַרום האָבן זיך אָן אַן עק געכוואַליעט גרינע סאָפּקעס. מיט אַ תּמעוואַטער האָפֿענונג האָב איך זיך אײַנגעקוקט אינעם געלן טאָוול, ביז כ’האָב געכאַפּט, אַז דער רויטער שפּאַלט אינעם שוואַרצן גראַפֿיק באַצייכנט דעם שיטערן זונטיק־פֿאַרקער און אַז קיין אויטאָבוסן וועלן הײַנט מער ניט זײַן.

פֿון הינטער מײַן רוקן האָט אַ ברום געטאָן אויף יאַפּאַניש אַ סקריפּנדיק קול. דאָס קול האָט געהערט צו אַ קליינטשיקער אַלטער פֿרוי, אָנגעטאָן אין קורצע שוואַרצע זײַדענע הויזן און אַ ברייטער ווײַסער ציצענער בלוזע. זי איז געשטאַנען אײַנגעבויגענערהייט, ווי אויף די אַלטע קאַקעמאָנאָ־מגילות, וואָס מע הענגט אויף אין יאַפּאַן אויף די ווענט. די פֿרוי האָט אַ טײַט געטאָן מיט אַ פֿינגער אינעם טאָוול און דורכגערעדט עפּעס אומפֿאַרשטענדלעך.

„זײַנען מיר ווײַט פֿון יעאָטסו?‟ — האָב איך אַ פֿרעג געטאָן אויף ענגליש, מעשׂה־טוריסט, פֿילנדיק זיך נאַריש. די פֿרוי, ווי מע האָט געקענט דערוואַרטן, האָט פֿאָרגעזעצט ריידן אירס, מער צו דעם טאָוול ווי צו מיר. „ווי קען איך דערגרייכן די באַן־סטאַנציע?‟ — האָב איך זיך ווידער אײַנגעשפּאַרט און געפֿרעגט זייער פּאַמעלעך אויף ענגליש. די פֿרוי האָט שטומערהייט אָפּגעווענדט איר בליק פֿונעם טאָוול אין מײַן ריכטונג. „נו‟, — האָב איך אַ בורטשע געטאָן צו זיך אַליין אויף ייִדיש, — „גיי און פֿרעג ווי קומט די קאַץ איבערן וואַסער‟.

למאַי קיין בשותּפֿותדיקע שפּראַך האָבן מיר ניט געפֿונען, האָב איך האַלב שמייכלענדיק אויסגעפֿרעגט די פֿרוי אויף ייִדיש, צי ס’איז דאָ אַ האָטעל אין דער סבֿיבֿה, צי מע קען אַרויסרופֿן אַ טאַקסי אד”ג. די פֿרוי האָט זיך אויפֿמערקזאַם צוגעהערט צו מײַן לאָפּאָטשען. „אַה‟, — האָט זי פּלוצעם אַרויסגערעדט גאָר קלאָר: „ייִדישו־גאָ!‟ זי האָט זיך אויסגעגלײַכט און אָנגעהויבן ענטפֿערן אויספֿירלעך און אַ ביסל מעכאַניש אויף יעדער פֿראַגע: „די שטאָט יעאָטסו איז אין 8-7 ק”מ פֿונדאַנעט. קיין האָטערן זײַנען ניטאָ בײַ אונדז. אונדזער שטאָט איז באַוווּסט, אַ דאַנק אונדזער נאַציאָנאַרן הערד סוגיהאַראַ־סאַן‟. זי האָט אַ שאָקל געגעבן מיטן קאָפּ אין דער ריכטונג פֿונעם ריזיקן בילבאָרד מיט סוגיהאַראַס פּנים אויפֿן שכנותדיקן בערגל. „ער איז געבוירן געוואָרן אין אונדזער פּרעפֿעקטור מיט אַ סך יאָרן צוריק‟.

איך האָב קוים פֿאַרבאַהאַלטן מײַן דערשטוינונג: „צי ווייסט איר, מיט וואָס האָט ער זיך אויסגעצייכנט?‟ — סוגיהאַראַ־סאַן האָט געקוקט אויף אונדז ביידע און גוטמוטיק געשמייכלט. „אַוודאי!‟ — האָט די פֿרוי אַ הייב געטאָן די אַקסלען, אָפּטרײַבנדיק יעדן מעגלעכן ספֿק. „ער האָט געראַטעוועט פֿרעמדע מענטשן, יודאַיאַ־דזשין, אַלע דאָ וואָלטן געמאַכט דאָס זערבע.‟ זי האָט אַרויסגעצויגן פֿון ערגעץ אַ ווײַס טיכל מיט אַ גרויסן רויטן היעראָגליף, וואָס האָט מיר אויסגעזען פּונקט ווי דער אות אלף, און אָפּגעווישט איר שטערן. „עס איז אונדזער טראַדיציע צו הערפֿן פֿרעמדע מענטשן. מיר גרייבן, אַז אין דער צײַט פֿון נויט וועט מען אויך אונדז הערפֿן אין דער פֿרעמד. צוליב דעם רערנען מיר אײַער רשון. דער טוריסטישער קאָמיטעט בײַם שטאָטראַט פֿון יעאָטסו האָט געעפֿנט אומזיסטע קורסן פֿון ייִדישו־גאָ מיט דרײַסיק יאָר צוריק. איצט, ווי איר זעט, קען איך אײַך הערפֿן‟.

כאָטש מיט „הערפֿן‟ און „רשון‟ אַנשטאָט „העלפֿן‟ און „לשון‟, האָט די פֿרוי גערעדט גאָר פֿליסיק. מיר האָבן זיך לעבעדיק צעשמועסט וועגן דאָס און יענץ — וועגן אונדזערע משפּחות און אונדזערע לענדער, וועגן הײַנט און אַמאָל, וועגן די צײַטן פֿון מלחמות און די צײַטן פֿון רחמנות, ביז זי האָט זיך דערמאָנט אין איר פּלימעניק, וועלכער וווינט גאָר ניט ווײַט. „וואַרט ביטע‟, — האָט געזאָגט די פֿרוי, — „איך גיי אַ קוק טאָן, צי איז ער אין דער היים‟. זי האָט זיך פֿאַרבויגן פֿאַר מיר ווי דער יאַפּאַנישער שטייגער איז און אַוועקגעגאַנגען מיט דריבנע טריטלעך. איך בין געבליבן שטיין אַליין אונטער דעם פּלאַסטיק־דאַך פֿונעם אויטאָבוס־אָפּשטעל. אַ מאָדנע זאַך, האָב איך געטראַכט, ס’קען דאָך ניט זײַן…

איך האָב ניט באַלד באַמערקט דעם קליינעם לאַסט־אויטאָ, וואָס האָט זיך אָפּגעשטעלט לעבן מיר. ניט קיין אויטאָ אייגנטלעך, נאָר אַ מין מאָטאָציקל מיט אַ צוגעטשעפּעטער תּבֿה. אַ קאָמפּאַקטער מיטליעריקער מאַן אין אַרבעט־בגדים און אַ צעריבענעם אַלטפֿרענקישן העלם אויפֿן קאָפּ האָט געקוקט אויף מיר מיט שוואַרצע אויגן און געשמייכלט עפּעס סוגיהאַריש. „קריכט ביטע אינעם קאַסטן אַרויף‟, — האָט ער געזאָגט, „איך ווער אײַך אָפּפֿירן צו דער באַן־סטאַנציע‟. אָן איבעריקע ווערטער בין איך אַרײַנגעשפּרונגען אינעם קאַסטן און זיך אַוועקגעזעצט אויף דעם ניט איבעריק ריינעם דיל. מיט אַ שרעקלעכן טראַסק פֿונעם מאָטאָר האָבן מיר זיך אָפּגעטראָגט פֿונעם אָרט. אין אַ פּאָר מינוט אַרום זײַנען מיר אַדורכגעפֿאָרן אַ שורה הילצערנע הײַזער אויף אַ גרינעם בערג־שיפּוי. בײַ איינעם אַ הויז איז געשטאַנען די אָקאָרשטע פֿרוי: מיט אַ צעצויגענעם „אַ פֿאָר געזונט‟ — האָט זי זיך ווידעראַמאָל טיף פֿאַרבויגן און באַלד געבליבן ווײַט הינטער אונדז.

פֿישפֿאַנג מיטן פֿויגל קאָרמאַראַן, יאַפּאַן

דער לאַסט־מאָטאָציקל איז אַרויף אויף אַ האָרבאַט בריקעלע איבער אַ טײַכל. מיט אַן עק אויג האָב איך באַמערקט אונטן אַ מענטשלעכע פֿיגור אויף אַ לענגלעך שיפֿל. בײַ דער פֿיגור איז געשטאַנען, דאַכט זיך, אַ טשיקאַווער גרויסשנאָבלדיקער ווײַסער פֿויגל אויף דינע פֿיסעלעך. „קענט איר זיך אָפּשטעלן אויף אַ רגע?‟ — האָב איך אַ שרײַ געטאָן צו מײַן שאָפֿער, האָפֿנדיק איבערשרײַען דעם מאָטאָר. „אַדרבה‟, — האָט מיר צוריקגעשריגן דער שאָפֿער און אָפּגעשטעלט זײַן טראַנספּאָרט. עס איז פּלוצעם געוואָרן שטיל, און איך האָב דערהערט, ווי די לופֿט אַרום זשומעט אויף פֿאַרשיידנאַרטיקע קולות. פֿונעם בריקעלע האָב איך דערזען, ווי דער פֿויגל טוקט זײַן שנאָבל אין וואַסער אַרײַן און כאַפּט אַ גרויסן בלישטשענדיקן פֿיש. זײַן בעל־הבית האָט אַ צי געטאָן פֿאַר אַ ברייטן לעדערנעם פּאַס אַרומגעוויקלט אַרום דעם פֿויגלס לאַנגן האַלדז, אַזוי אַז דער פֿויגל האָט זיך כּמעט דערשטיקט, ניט קאָנענדיק אַראָפּשלינגען דעם פֿיש. מיט אַ פֿרײַער האַנט האָט דער „פֿישער‟ געשווינד אַרויסגענומען דעם פֿיש פֿון דעם פֿויגלס גאָרגל און געוואָרפֿן אים אויפֿן דיל. דער פֿיש האָט אַ קוק געטאָן פֿון אונטן גלײַך אין מײַנע אויגן אַרײַן, געעפֿנט דאָס מויל און ווי געוואָלט מיר עפּעס זאָגן. עס זײַנען געווען אויפֿן טײַכל נאָך אַ האַלב טוץ אַזעלכע „פֿישערס‟, פֿאַרנומען מיט זייערע אייגענע פֿויגלען און פֿיש. „זיי אַרבעטן פֿאַר דעם טוריסטישן קאָמיטעט בײַם שטאָטראַט פֿון מינאָ‟, האָט דערקלערט מײַן שאָפֿער און געבעטן: „ראָמיר ביטע פֿאָרן, דער וועג איז נאָך ראַנג‟.

דער וועג איז באמת געווען אַ לאַנגער. דער מאָטאָר האָט שרעקלעך גערוישט און געקלאַפּערט. מיר זײַנען אַדורכגעפֿאָרן עטלעכע טיפּישע יאַפּאַנישע דערפֿער מיט צוויישטאָקיקע הילצערנע הײַזער בײַ די ביידע זײַטן גאַס, מיט קליינטשיקע קרעמלעך און וואַרשטאַטן, טעמפּלען און טעמפּלעך מיט גלעקער און גלעקלעך. בײַ איינעם אַזאַ טעמפּל מיט אַ בודהאַ־סטאַטוע האָט מײַן שאָפֿער זיך אָפּגעשטעלט, צוגעגאַנגען צו אַ פּושקע בײַם אַרײַנגאַנג, אַרײַנגעוואָרפֿן אַ מטבע, געפּאַטשט מיט די הענט און געבורטשעט עפּעס אַ תּחינה. דערווײַל האָב איך זיך אַרומגעקוקט: די סאַקורע־ביימער האָבן זיך צעבליט מיט בלאַסע ווײַס־ראָזעווע בלימעלעך, ווי עס זאָל זײַן נאַטירלעך אינמיטן פֿרילינג.

מיר זײַנען געפֿאָרן ווײַטער. צוליב די אומאָפֿהערלעכע טראַסקן און טרייסלענישן האָב איך מסתּמא פֿאַרלוירן דעם חוש פֿון צײַט און רוים. די זון איז געשפּרונגען אַראָפּ און אַרויף אַ מאָל פֿון לינקס, אַ מאָל פֿון רעכטס. די סאַקורעס האָבן זיך געביטן אויף בראַנד־רויטע קליאָנען, וואָס מערקן אָפּ כּסדר דעם סוף זומער. די רויטע קליאָנען האָבן זיך געביטן אויף בליִענדיקע ווינטערדיקע פֿלוימען. אויף איינער אַ סאַזשלקע האָב איך באַמערקט אין אַ מלכותדיק שיינעם לאָטאָס־בלום, פֿון יענע, וואָס מע זעט אפֿשר איין מאָל אין אַ יובֿל. דער שאָפֿער האָט געשריגן אין מײַן ריכטונג פֿון צײַט צו צײַט, דערקלערנדיק, וואָס עס בליט און אין וועלכן סעזאָן.

נאָך אַ שטיקל אייביקייט זײַנען מיר סוף־כּל־סוף דערפֿאָרן צו דער באַן־סטאַנציע. מײַן ווערגיליוס האָט מיך אַראָפּגעצויגן אויף דער ערד און טיף זיך פֿאַרנויגט פֿאַר מיר. פֿילנדיק זיך ניט באַקוועם, האָב איך אים פֿאָרגעלייגט אַ זשמעניע באַנקנאָטן, אַלץ וואָס ס׳איז געווען אין מײַנע קעשענעס, נאָר ער האָט זיך קאַטעגאָריש אָפּגעזאָגט צו נעמען דאָס געלט. מיט די ווערטער פֿון זײַן מומע האָט ער מיר דערקלערט, אַז בײַ זיי איז אָנגענומען העלפֿן די פֿרעמדע אומזיסט, ווײַל די פֿרעמדע וועלן דאָך אַוודאי צוריקהעלפֿן אין דער פֿרעמד…

מיר האָבן זיך האַרציק אַרומגענומען, און איך האָב אים באַדאַנקט פֿאַר אַלץ און באַזונדערס פֿאַר דעם, וואָס מיר האָבן אַזוי גרינג פֿאַרשטאַנען איינער דעם צווייטן. ער האָט געוואָרפֿן אויף מיר אַ מאָדנעם קוק און ניט געענטפֿערט. דאָ איז צוגעקומען די סופּער־מאָדערנע „שינקאַנסען‟־באַן. דער מענטש איז נעלם געוואָרן. אַ האַלב צענדליק יונגע מיידלעך, אָנגעטאָן ווי זעלטענע עקזאָטישע פֿייגלעך אין קאָלירפֿולע קימאָנאָס און הילצערנע געטאַ־שטיבלעטן, דערמיט מיט הײַנטצײַטיקע שול־רוקזעק הינטער די פּלייצעס, זײַנען אַרײַנגעלאָפֿן צוזאַמען מיט מיר אינעם וואַגאָן, פֿויגלאַרטיק געלענדט אויף די בענקלעך און אָנגעהויבן שטשעבעטשען צווישן זיך שטילערהייט. „שלום־עליכם‟, — האָב איך זיי באַגריסט העפֿלעך, נאָר זיי זײַנען זיכער געווען ניט קיין היגע און, ווײַזט אויס, האָבן מיך ניט פֿאַרשטאַנען. „סאָררי? — האָט זיך אָפּגערופֿן איינע פֿון זיי, און אירע חבֿרטעס האָבן זיך צעלאַכט אויף אַ קול.

Leave a comment