נאָוועלע
עמיל קאַלין
„פֿאָרויסגאַנג, געגאַרטע הייכן.
עס עפֿענען זיך נײַע רחבֿותן.
נײַע היסטאָרישע וועגן
ווערן דורכגעלייגט.
מיר גייען איבער אָט די רחבֿותן,
באַגײַסטערטע מיט די נאָבעלע אידעען
פֿון אונדזער עפּאָכע.‟
מחבר אומבאַקאַנט
דאָס ערשטע קאַפּיטל
1
אַז סעם דריימאַן האָט אַן עפֿן געטאָן די אויגן אין דער פֿרי, האָט ער דערזען פֿאַר זיך בלויז אַ געדיכטן נעפּל.
„ס’זאָל זײַן אַ חלום אָדער דער אמת? איך ווער בלינד אָדער וואָס?‟ — האָט ער זיך געפֿרעגט רויִק, אָן איבערראַשונג, ווי אַ מענטש נעמט אויף אַן אומגליק, אויף וועלכן ער האָט געוואַרט און טיילמאָל אַפֿילו אַרויסגעקוקט; צוזאַמען מיטן פּײַן און געהעריקע יסורים באַשטעטיקט דאָס אומגליק אַ שלעכט פֿאָרגעפֿיל: די וועלט איז נאָך נישט אַרײַנגעפֿאַלן אין ריינעם משוגעת. אַ חוץ דעם, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אומגליק אַ געלעגנהייט אויפֿצוהערן וואַרפֿן מיט די הענט און פֿיס, כּלומרשט מע טאַנצט, אין מיטן דעם פֿיבערדיקן קאַראַהאָד מיטן נאָמען — לעבן.
„אַ מאָל דאַרף געשען אַן אומגליק, נישט אַזוי?‟ — האָט סעם באַשטעטיקט שעפּטשענדיק צו זיך אַליין. — „מ׳בלײַבט נישט אייביק יונג, געזונט און שיין.‟
ער האָט פֿאַרמאַכט די וויִעס און ווידער אויפֿגעמאַכט די אויגן. אַ הצלה! ער איז נישט געוואָרן בלינד. איצט האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר אים דער נאָך טונקלער שלאָפּצימער מיט אַלע פּישטשעווקעס: די טירלעך בײַ דער ריזיקער, גראָבער קליידער-שאַפֿע פֿון מאַהאָגאַני־האָלץ זענען געווען האַלב אָפֿן און דאָריסעס נאַכטהעמדער, ברייטע הויזן, מאַנטלען און זשאַקעטן האָבן אים ווי אַרויסגעשטעקט אַ צונג אויף „גוט-מאָרגן‟. זיי זענען געהאָנגען לויזע, מיאוסע, אָן לוסט אויף די צו-גרויסע אויפֿהענגערס. אין פֿענצטער האָט זיך געשטעלט אַ בלאַסע, האַרבסטיקע ניו-יאָרקער גרויקייט. דאָריסעס העסלעכער רויטער זשאַקעט האָט זיך גלײַך געוואָרפֿן אין די אויגן צווישן אירע אַנדערע שמאַטעס. סעמס האַרץ האָט געטאָן אַ טיאָכקע. ער האָט דערפֿילט ווי דער בלוטדרוק טוט אַ שפּרונג אויף.
אוי, אַ מיתה-משונה, האָט ער געטראַכט צו זיך מיט פֿאַרדראָס: צו וואָס דאָרף די דאָזיקע פֿרוי אַזוי פֿיל שמאַטעס. זיי וועלן זי נישט מאַכן ייִנגער אָדער שענער — פֿאַרקערט! זי האַלט אין איין טענהן, אַז זי איז „אַ שטאַרקע פֿרוי‟, אָבער ווי נאָר זי דערזעט אַ באַרג שמאַטעס אויף „סעיל‟ מיט אַן אָפּגעשניטענעם פּרײַז, גיט זי זיך אַ לאָז אַהין, באַפֿאַלט דאָס הײַפֿל ווי אַ גזלנטע, גריבלט זיך, אין די שמאַטעס מיט ביידע הענט, די דיקע, גילדערנע בראַסליעטן אויף אירע הענט-געלענקן שאָקלען זיך לעבעדיק. און צו אַלדי צרות, געפֿינט זי תּמיד עפּעס אַ נײַע מיאוסקייט, צו אַלדי שוואַרצע יאָר. אַ מיתה-משונה!
דאָריס האָט זיך איבערגעוועקט.
„וואָס מורמלסטו דאָרט, האַ?‟ — האָט זי געזאָגט משונה־הויך און הייזעריקלעך. איר געהער איז אויכעט געוואָרן אָפּגעשוואַכט. מאַן-און-ווײַב האָבן געהאַט אַ שטענדיקע רײַסעניש איבערן געהער. זי האָט געהאַלטן, אַז איר געהער איז פּערפֿעקט און ער, סעם, איז טויב ווי די וואַנט, און ער האָט געהאַלטן פּונקט פֿאַרקערט: זײַן געהערט איז געווען און וועט זײַן אויך להבא גאַנץ נאָרמאַל, און זי טשעפּעט זיך צו אים אומזיסט און אומנישט. מילא דאָס, ער איז מוחל זײַן כּבֿוד. אָבער זי מוז שוין זען אַ דאָקטער. זי איז שוין, נעבעך, אין גאַנצן טויב. מע מוז איר אַרײַנשרײַען אין אויער אַרײַן. די דאָזיקע הייסע דיסקוסיעס, צוגעפֿעפֿערט מיט געוויסע באַליידיקונגען און צונעמען, פֿלעגן מאַן-און-ווײַב פֿירן, אַז איינער האָט עפּעס נישט דערהערט. אַלץ איינס וווּ זיי געפֿינען זיך: בשעתן אײַנקויפֿן אין „טאַרגעט‟, אין „פּעקינג דאַק האַוס‟, זייער שטענדיקער כינעזישער רעסטאָראַן, אין קינאָ אָדער בשעתן פֿאָרן מיטן טאַקסי.
„ס׳האָט זיך דיר געחלומט. איך האָב גאָרנישט געמורמלט‟, — האָט סעם געענטפֿערט אומגעדולדיק.
„ס׳האָט זיך מיר גאָרנישט געחלומט! האָסט עפּעס געמורמלט‟. דאָריס האָט אויפֿגעצויגן אירע ראָזע שלאָפֿברילן מיט איין גיכן צי און אויפֿגעדעקט אַ פּנים, וואָס איז אי פֿאַרקנייטשט, אי אָנגעשוואָלן. — „האָסט געזאָגט: מיתה-משונה. איך האָב דאָס אויפֿגעכאַפּט איך בין נישט טויב.‟
סעם איז געלעגן אַ געפּלעפֿטער; עס קען געמאָלן זײַן, אַז ער כאַפּט זיך אַ מאָל אַרויס מיט אַ וואָרט בעת ער מיינט, אַז ער טראַכט בלויז צו זיך אַליין? נו, דאַכט זיך אַז דער מעכאַניזם סקריפּעט. זײַן קערפּער, יענע מאַכאַרײַקע וואָס טראָגט זיך אַרום, באַזעסן מיט זײַן נשמה, איז אַ מוסר, בונטעוועט זיך קעגן אים. די עלטער איז געוויס שולדיק דערין. דאָריסן האָט ער געזאָגט:
„וואָס מיתה-משונה? ווער מיתה-משונה? ביסט אַראָפּ פֿון זינען.‟
דאָריס האָט גענומען זיך אײַנטענהן מיט אַן אָנזעעוודיקן וועזן, מיט וועלכן זי פֿלעגן זיך אויסטענהן בשעתן די שטענדיקע, אומאויפֿהערלעכע רײַסענישן צווישן מאַן-און-ווײַב:
„איר זעט? אַזאַ שיינעם גוד-מאָרנינג האָב איך באַקומען. דער מענטש איז נאָך אַ מאָל אויפֿגעשטאַנען אויף דער לינקער זײַט. מ׳קען נישט רעדן מיט אים קיין וואָרט!‟
סעם האָט זיך געקרימט:
„מיט וועמען רעדסטו? מיט גאָט?‟
„יאָ, געטראָפֿן. מיט גאָט! מײַנד יאָר און ביזנעס‟, — האָט דאָריס געענטפֿערט בייזלעך און זיך געגעבן אַ הייב אויף פֿון דער בעט.
„נו, אויב אַזוי, טו מיר אַ טובֿה‟, — האָט זיך סעם אָנגערופֿן. — „פֿרעג בײַ אים אַ שאלה, וווּ איז ער געווען בעת די נאַציס האָבן אויסגעקוילעט זעקס מיליאָן ייִדן?‟
„הייבסט שוין ווידער אָן?‟ — דאָריס איז רויט געוואָרן, געטאָן אַ מאַך מיט דער האַנט, אַרײַנגעשטעקט די פֿיס מיט די קרומע פֿינגער און לאַקירטע נעגל אין די ווייכע סליפּערס.
זי איז געגאַנגען און געשאַרט מיט די פֿיס. די רעכטע האַנט האָט זי געהאַלטן איבער די קריזשעס. סעם האָט עס קוים אויסהאַלטן. דאָריסעס שאַרעניש מיט די פֿיס האָט שוין עטלעכע יאָר גורם געווען בײַ אים אַ קורץ-שלוס אין קאָפּ.
דאָריס איז אַרײַן אין דעם באָדצימער פֿון זייער מאַסטער-בעדרום און פֿאַרמאַכט די טיר הינטער זיך. אַ קורצער און שאַרפֿער קנאַק פֿון אַ געדריי מיט דעם שליסל אינעם שלאָסלעכל האָט באַשטעטיקט, אַז דאָריס האָט זיך פֿאַרשלאָסן.
„וואָס פֿאַרשליסטו די טיר, האַ?‟ — האָט סעם שיִער נישט געשריגן. „און אַז וועסט באַקומען אַ האַרץ־אַטאַק, וואָס וועסטו דעמאָלט טאָן?‟
„אָפּשטאַרבן‟, — האָט דאָריס אָפּגעענטפֿערט טרוקן פֿון יענער זײַט טיר.
דאָס טואַלעט-ברעטל האָט געקרעכצט אונטער איר. צו וואָס האָט דאָריס זיך געעקשנט קויפֿן אַ דירה גראָד מיט אַ מאַסטער-בעדרום? האָט סעם זיך געפֿרעגט נישט צום ערשטן מאָל און דאָך נישט געהאַט קיין ענטפֿער. דער געדאַנק איז אים אויסגעקומען משונה-ווילד: אַ בעדרום און אַ באָדצימער, וואָס איז צוגעטשעפּעט צו אים. אין שטעפֿאַנעשט איז די „בודע‟ גאָר געשטאַנען אין הויף. אַהין פֿלעגט מען גיין אויכעט אין די גרעסטע פֿרעסט, אַז גאָט אַליין פֿלעגט נישט אַרויסשטעקן די נאָז אין דרויסן. און דאָ? נאַט אײַך. די ביידע צימערן זענעו גאָר מחותּנים. אַזאַ קרומער שידוך האָט געקענט עמעצן אײַנפֿאַלן נאָר אין אַמעריטשקע. סעם האָט געהאַט אַ טעאָריע, אַז אויכעט אין דעם געביט איז דאָ אַ שטיקל ירידת-הדורות: מענטשן זענען געוואָרן פּשוט צו פֿויל. אַזוי פֿויל, אַז עס איז בײַ זיי אַ גרויסע טירחא אַרויסגיין אין קאָרידאָר און אָנטאַפּן דעם וועג אין באָדצימער. אַלץ אין אַמעריטשקע דאַרף זײַן קאָמפֿאָרטאַבל. באַלד וועלן אַלע ווערן אַזוי פֿויל און אומפֿאַרשעמט, אַז זיי וועלן שלאָפֿן די גאַנצע נאַכט מיט אַ ווינדל הינטער דער פּיזשאַמע און אין דער פֿרי וועט אַ דינסט קומען זיי אָפּווישן דעם תּחת.
סעם האָט דערהערט דאָס ווײַבס אורין טרעפֿן מיט אימפּעט אין דעם שטייענדיקן וואַסער אונטן, אין טואַלעט.
„וווּ איז די טאָולעט פּעיפּער?‟ — האָט זי אויסגעשריגן מיט פֿאַרצווייפֿלונג פֿון אינווייניק.
„איך הייב נישט אָן צו וויסן…‟ — האָט סעם זיך אָנגערופֿן.
ער האָט פּלוצעם דערפֿילט אַ מסוכּנעם דאָרשט. עס האָט אַרויסגעשלאָגן פֿון אים אַ היץ, ווי פֿון אַן אָפֿענעם אויוון. ער האָט זיך, ווײַזט אויס, אין גאַנצן אויסגעטריקנט דורך דער נאַכט. ער איז אויפֿגעשטאַנען און צוגעגאַנגען צו דעם טערמאָמעטער, וואָס איז געהאָנגען אויף דער וואַנט לעבן וואַן-גאָכס אַ גראָבער רעפּליקע. אַכציק גראַד? די משוגענע וויל מיך גאָר הרגענען, איז אים דורכגעלאָפֿן אַ געדאַנק. די טעמפּעראַטור אין שלאָפֿצימער איז אויך געוואָרן אַ שטענדיקע קריגערײַ צווישן סעם און דאָריס.
שוין עטלעכע יאָר, וואָס מאַן-און-ווײַב האָבן אָנגעוווירן דעם אינטערעס און אַפּעטיט איינער צום צווייטער. אין אָנהייב האָט עס סעם אויפֿגענומען ווי אַ קאַטאַסטראָפֿע, אָבער ער האָט זיך צוגעוווינט צום לעבן אָן לוסט אָדער נײַגעריקייט.
ער איז געגאַנגען אין קיך און אַן עפֿן געטאָן דעם אײַזקאַסטן, אַליין נישט וויסנדיק פֿאַרוואָס. ער האָט דערזען שטיין אויף אַ פּאָליצע אַ פּאַפּירענע קאַווע־גלאָז, וואָס ער האָט געקויפֿט נעכטן בײַ אַ דײַנער. אָדער זאָל דאָס געשען אייערנעכטן? סעם האָט אַ שמעק געגעבן די קאַווע און דער ריח איז נישט געווען שלעכט. ער האָט באַשלאָסן צו דערוואַרעמען די קאַווע אין מײַקראָוועיוו, כאָטש געוויינטלעך האָט ער זיך באַצויגן מיט פֿאַרדאַכט צו דער נײַער המצאה.
דאָריס האָט זיך באַוויזן אין קיך.
„וואָס טוסטו מיטן מײַקראָוועיוו, האַ?‟ — האָט זי געפֿרעגט און נישט וואַרטנדיק אויף אַן ענטפֿער, האָט זי גלײַך זיך גענומען ציִען רויטע פּאָמאַדע איבער די ליפּן. זי האָט זיך געמאַכט פֿאַרטיק אין אַן אויגנבליק. זי איז געווען אָנגעטאָן אין איר רויטן זשאַקעט און אונטן האָט זי געטראָגן שוואַרצע ברייטע הויזן. אַ שאַרפֿער ריח פֿון פּאַרפֿיום, וואָס איז געוואָרן פּאָפּולער אַנומלטן בײַ די פֿרויען, וועלכע דערנענטערן זיך מיט זיכערע טריט צו דער „מענאָפּאַוז‟. דאָריס האָט זיך פֿון תּמיד אָן גערירט גיך ווי אַ שרעטל. אירע הענט האָבן געאַרבעט פֿיבערדיק ווי זיי וואָלטן נישט געווען געטריבן פֿון קאָפּ, נאָר געהאַט אַן אייגן לעבן. אַלץ האָט זי געטאָן הענדעם-פּענדעם. כּל-זמן זי איז געווען וואַך, און צומאָל אויף פֿון שלאָף, פֿלעגט זי שיטן מיט רייד, געמישט ענגליש מיט ייִדיש און געקנאָטן פֿון זיי אַן אומפֿאַרשטענדלעכן מישמאַש. זי איז געווען אַלט פֿיר און פֿערציק יאָר. אַ קליינוווּקסיקע, דיקלעכע, ברייטביינערדיקע פֿרוי מיט אַ פּאָר דיקע, קינדיש-פֿעטע פֿיס, ווי בײַ אַ טאָקן, אַ ריזיקן בוזעם און פֿאַקטיש אָן אַ האַלדז. אַ מאָל האָט איר פּנים פֿאַרמאָגט אַ יוגנטלעכע פֿרישקייט און חן, וועלכע זי, כּדי עס אויפֿצוהיטן, געמוזט שווער האָרעווען. זי פֿלעגט זיך באַשמירן פֿון קאָפּ ביז די פֿיס מיט אַלערליי „קרעמס‟, אָבער דורך די יאָרן האָט איר פּנים זיך דאָך געענדערט. די שווערע שוואַנגערשאַפֿט מיט עמאַן, די צרות, וועלכע אַ מענטש זאַמלט אָן אין פֿאַרלויף פֿון יאָרן, אומפֿאַרמײַדלעכע אַנטוישונגען — אַלץ האָט איבערגעלאָזט אַ שטעמפּל אויף איר פּנים. זי האָט באַקומען אַ טיף-געווירעטן שטערן און אַן אויסזען ווי פֿון אַ פֿעטן, בייזן „שנאַוצער‟־הונט.
דאָריס האָט דערלאַנגט סעמען אַ ריזיקע גלאָז מיט מאַראַנצן זאַפֿט.
„טרינק אויס. דער פֿרישער דזשוס וועט דיר העלפֿן מיט דער זויערקייט אין מאָגן‟, — האָט זי אי באַפֿוילן, אי געעצהט, אי געבעטן. סעם האָט גענומען די גלאָז מיט אומצוטרוי.
„ווי איז דאָס מעגלעך, אַז אַ זויערער זאַפֿט זאָל העלפֿן מיט די זויערע זאַפֿטן אין מאָגן? ס’לייגט זיך דאָך נישט אויפֿן שׂכל‟, — האָט ער געזאָגט אונטער דער נאָז.
„אַ קלאָץ-קושיא! איטס קרעיזי… ווילסט ווײַטער לײַדן?‟ — האָט דאָריס גערעדט אומגעדולדיק. — „פֿײַן, לײַד! נאַט מײַ ביזנעס ענימאָר. אָבער זאָלסט נישט בעטן שפּעטער איך זאָל לויפֿן מיט דיר צו די דאָקטערס. דו מאַכסט דיר אַליין דעם טויט.‟
„דאגה נישט! וועסט נישט דאַרפֿן אַרויסוואַרפֿן קיין איבעריקן דאָלאַר צוליב מיר. איך האָב בײַצײַטנס געמאַכט אינשורענס פֿאַר מײַן מצבֿה. דער אינשורענס וועט אַלץ דעקן.‟
דאָריס, וואָס איז געווען מיט אַ רגע צוריק אומגעדולדיק, איז געוואָרן פּלוצעם לוסטיק און ענערגיש. זי האָט געזאָגט הויך:
„הערסט? הײַנט וועט זײַן אַ מעכטיקער סעיל אין ‘בלומינג דעיל’, אַ שאָד דורכלאָזן אַזאַ שאַנס.‟
„גוט, גוט‟, —האָט סעם צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ. — „אַז מע קען כאַפּן אַ מציאה, פֿאַרוואָס נישט?‟
דאָריס האָט אים אָפּגעמאָסטן מיטן בליק אַ לענגערע ווײַלע, געוואָלט געווויר ווערן צי ער טרײַבט קאַטאָוועס, צי ער מיינסט עס ערנסט. בײַ אים קען מען קיינמאָל נישט וויסן. לסוף האָט זי באַשלאָסן, אַז עס איז אַלץ איינס. סײַ־ווי האָט זי נישט בדעה צו פּטרן אירע יאָרן צוזאַמען מיטן אַלטן מרוק. זי האָט געוואָרפֿן אַ „גוד באַי‟ אויף הינטערווײַלעכץ און גלײַך צוגעגעבן:
„און פֿאַרגעס נישט דעם טרינק!‟
„איכ׳ל נישט פֿאַרגעסן! — האָט זיך סעם אָנגערופֿן, אָבער נאָר אַ שוואַכינקער עכאָ האָט אים אָפּגעענטפֿערט. דאָריס איז שוין געהאַט אַוועק.
סעם האָט נישט געקענט בשום-אופֿן פּועלן בײַ זיך אַ זופּ צו טאָן דעם מאַראַנצן־זאַפֿט. נאָר פֿון זען די אָראַנזש־פֿאַרב איז אים געוואָרן זויער אין מאָרגן און דער בויך איז אָנגעבלאָזן געוואָרן. כאָטש ער איז נאָך געווען אַ קרעפֿטיקער, ענערגישער, דער קאָפּ איז נאָך געווען שאַרף, די חושים אָנגעשפּיצט, באַזונדערס, אַז עס איז געגאַנגען אין ביזנעס; טיילמאָל האָט זיך אים אַפֿילו געדאַכט, אַז ער קען אײַנלייגן וועלטן, דאָך, נישט ווייניק טעג האָט ער זיך געפֿילט אויסגעשעפּט, אויסגעליידיקט, אָפּהענטיק, פֿאַרלוירן. אַן אומרויִקייט און אַ שטענדיקער אומדעשיפֿרירטער טרויער האָבן זיך פֿאַרצויגן איבער אַלץ, וואָס ס׳פֿלעגט פֿאָרקומען מיט אים און אַרום אים.
ער האָט געטאָן איין זופּ פֿון דער אָנגעוואַרעמטער קאַווע. דעם רעשט האָט ער אויסגעגאָסן אין אָפּגאָס און באַטראַכט מיט נײַגער, צום וויפֿלסטן מאָל, ווי דאָס ברוינע וואַסער שלענגלט זיך גראַציעז אַראָפּ און ווערט נעלם צוביסלעך אינעם רינשטאָק. עס איז געווען שוין צײַט זיך מאַכן פֿאַרטיק און גיין צום פּסיכאָלאָג, וועמען ער האָט באַזוכט, בלית-ברירה, איין מאָל אַ וואָך, שוין אַ גוטע פּאָר יאָר. דאָריס, מיט אַ יאָר צוריק, האָט אים געסטראַשעט, אַז זי וועט פֿאַרלאָזן די שטוב, אַנטלויפֿן פֿון אים צוזאַמען מיט דער טאָכטער, אויב ער וועט נישט אָננעמען ערנסט זײַנע פּסיכישע פֿעלערן און נישט אָנהייבן היילן די אייגענע נעווראָזן און אַנגסטן.
סעמס לײַב איז געווען קלעפּיק פֿון שווייס. ער האָט זיך אויסגעטאָן, כּדי צו נעמען אַ „שאַווער‟ און להיפּוך צו זײַן מינהג, האָט ער זיך אַ קאַפּעלע אָפּגעהאַלטן און באַטראַכט זײַן נאַקעטקייט אין שפּיגל. ער האָט אויסגעזען פֿאַרעלטערט, פֿאַרוועלקט. זײַנע בערשטיקע האָר זענען געוואָרן עטוואָס שיטער און ווי באַשאָטן מיט מעל. ער וואָלט זיי אָפּגעפֿאַרבט, ווען ער וואָלט נישט מורא געהאַט פֿאַר דאָריס געלעכטער. זײַן נאָז איז געוואָרן גרעסער און ענלעך צו זײַן באָבעס נאָז: מיט אַ הויקערל און שנאָבלדיק — אַ פֿאַרווײַלונג פֿאַר יעדן אַנטיסעמיט.
ער איז געווען זעקסט און פֿערציק יאָר אַלט און נישט איבעריק געזונט; ער איז געווען איבערוואָגיק. אַ בויך האָט ער געהאַט, ווי אַ טראָגנדיקע פֿרוי אין די הויכע חדשים. ער האָט געזאָלט האַלטן אַ שטרענגע דיעטע, פֿאַרלירן וואָג, אָבער ער האָט, ווי אויף צו להכעיס, נאָר אַרויפֿגעלייגט „פּאַונדס‟. ער האָט געהאַט מאָדנע ווייטיקן אין די קריזשעס און אין ברוסט. ער איז געגאַנגען צו עטלעכע ספּעציאַליסטן, אָבער זיי זענען געווען אָפּהענטיק. ער האָט געליטן פֿון אַ הויכן בלוטדרוק, ברענעניש אין מאָגן, זײַן ראיה איז געוואָרן אָפּגעשוואַכט. פֿאַקטיש איז ער געווען פֿיזיש צעבראָכן און האָט נישט געהאַט קיין אילוזיעס: ער וועט זיך ווײַטער צוביסלעך צעברעקלען. דער פּסיכישער צושטאַנד זײַנער איז, פֿון דעסטוועגן, געווען נאָך פֿעסט און אַנטשלאָסן. ער איז תּמיד געווען שטאַרק „ביזי‟. זײַנע ביזנעס האָבן געבליט; די אַרבעט אין די צוויי פֿאַבריקן, וואָס ער האָט פֿאַרמאָגט אין דער בראָנקס, האָט געברענט אונטער די הענט. די פּרײַזן פֿון „ריעל-עסטעיט‟ זענען געשטיגן און ער האָט פֿאַרדינט שיין פֿונעם פֿאַרדינגען דירות די פּאָרטאָריקאַנער. ער האָט שוין נישט געדאַרפֿט אָנטאָן אַ האַנט אין קאַלט וואַסער. זײַנע מענעדשזערס זענען אַרומגעלאָפֿן ווי משוגעים פֿאַר די ביינדלעך, וואָס ער האָט זיי צוגעוואָרפֿן. אויב עס איז דאָ אַזאַ זאַך „צופֿיל געלט‟, האָט סעם געהאַט צופֿיל געלט. דאָס איז שוין געוואָרן אַ קללה.
המשך קומט