— ליטעראַטור פֿאָרשער, פּעדאַגאָג. געבוירן אין שטעטל דובראָוונע, ווײַסרוסלאַנד, אין אַן אָרעמער משפּחה פֿון 9 קינדער. צו 14 יאָר אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער שטעטלדיקער פֿאָלקס־ביבליאָטעק, אין 1927 פֿאַרענדיקט די אָרטיקע ייִדישע מיטל־שול און קומט אָן לערנען אין מינסקער ייִדישן פּעדאַגאָגישן טעכניקום. אין גיכן פֿאָרט ער אַריבער קיין מאָסקווע, לערנט זיך אויף דער ייִדישער אָפּטיילונג פֿונעם צווייטן מאָסקווער אוניווערסיטעט, פֿאַרענדיקט אים אין 1932, ווערט אַ לערער פֿון פֿילאָסאָפֿיע און דירעקטאָר פֿון דער מאָסקווער טעאַטראַלער סטודיע בײַם ייִדישן מלוכה־טעאַטער. איינצײַטיק אַרבעט בעלענקי ווי אַ רעדאַקטאָר אינעם פֿאַרלאַג ”דער עמעס“. זײַן ערשט בוך ”אַקאָסטע, שפּינאָזע, מימון“ דערשײַנט אין 1941. אין 1949 ווערט ער אַרעסטירט, באַשולדיקט אין ייִדישן בורזשואַזן נאַציאָנאַליזם און פֿאַרמישפּט צו 10 יאָר תּפֿיסה. אין 1954 ווערט ער רעהאַביליטירט, זעצט פֿאָר זײַן שעפֿערישע טעטיקייט — שרײַבט נײַע ביכער, פֿאַרנעמט זיך מיט ליטעראַטור־וויסנשאַפֿטלעכער טעטיקייט, זעצט איבער אויף רוסיש ווערק פֿון שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, דערציילונגען פֿון ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער. אין 1967 פֿאַרטיידיקט בעלענקי אַ דיסערטאַציע אויף דער טעמע ”די אידעאָלאָגיע פֿונעם יודאַיִזם“ און באַקומט דעם טיטל קאַנדידאַט פֿון פֿילאָסאָפֿישע וויסנשאַפֿטן. אין די אָנהייב 1990ער יאָרן איז ער אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל.
משה בעלענקי
„אַקאָסטע/ שפּינאָזע/ מימון‟, מלוכה־פֿאַרלאַג „דער עמעס‟, 1941
(אַן אויסצוג פֿונעם בוך)
מימון און מענדעלסאָן
מימונס באַקאַנטשאַפֿט מיט דער דײַטשישער פֿילאָסאָפֿיע הייבט זיך צופֿעליק אָן פֿון וואָלפֿן. אין אַ קלייט קויפֿט מימון פֿאַר אַ פּאָר גראָשנס אַ בוך, וואָס האָט געזאָלט גיין אויף פּאַק־פּאַפּיר. דער בוך, ווײַזט זיך אַרויס, איז געווען וואָלפֿס „מעטאַפֿיזיק‟. מיט גרויס נײַגער לייענט מימון דורך דעם דאָזיקן בוך פֿון אָנהייב ביזן סוף און קומט אין אַ פֿאַרלעגנהייט. דער בוך איז פֿול מיט סתּירות. מינון באַשליסט ווענדן זיך מיט זײַנע ספֿיקות צו משה מענדעלסאָן. ער שרײַבט אים אָן אַ גענויעם בריוו, אין וועלכן ער זאָגט אַרויס ניט נאָר די ספֿיקות, נאָר אויך זײַן קריטישע באַציִונג צו וואָלפֿס פֿילאָסאָפֿיע. אָט דער בריוו, וועלכער האָט צונויפֿגעפֿירט מימונען מיט מענדעלסאָנען, איז גלײַכצײַטיק געווען אַן אָנזאָג פֿונעם קומענדיקן ענדגילטיקן אײַנרײַס צווישן זיי.

אין דער בורזשואַזער ליטעראַטור ווערן דערציילט פֿיל ליגנס און פֿאַרשיידענע באָבע־מעשׂיות וועגן די באַציִונגען צווישן מימונען און מענדעלסאָנען און וועגן די מאָטיוון, וואָס האָבן אַרויסגערופֿן דעם אײַנרײַס צווישן די ביידע פֿילאָסאָפֿן. אַזוי, צום בײַשפּיל, ווערט דערציילט, אַז מינון איז, כּלומרשט, געווען אַן „אויסגעלאַסענער יונג און האָט ליב געהאַט אַ לעב טאָן‟, און דאָס האָט דערווידערט מענדעלסאָנס ריינע זיטלעכע נאַטור. איבער דעם כּלומרש איז פֿאָרגעקומען דער אײַנרײַס צווישן זיי. מ׳האָט בכּיוון פֿאַרשמירט דעם פּרינציפּיעלן אונטערשיד צווישן די פֿילאָסאָפֿישע סיסטעמען פֿון די ביידע דענקער. פֿאַרן מאַרקסיסטישן פֿאָרשער איז דעריבער זייער וויכטיק אויפֿצודעקן די ווירקלעכע מאָטיוון און סיבות, איבער וועלכע מימון האָט זיך ניט געקאָנט „צונויפֿלעבן‟ מיט מענדעלסאָנען.
משה מענדעלסאָנס גרויסע פֿאַרדינסטן האָבן אַ שײַכות צו דער השׂכּלה־באַוועגונג. אַלס אַן אויפֿקלערער, איז משה מענדעלסאָן באַדײַטנד, ער האָט פֿאַרנומען אַ גרויס אָרט אינעם „שטורעם־און־דראַנג‟־פּעריאָד אין דײַטשלאַנד. צוזאַמען מיט די גרעסטע דעמאָלטיקע דײַטשישע דענקער, ליטעראַטן און קינסטלער איז ער געשטאַנען בײַ דעם וויגעלע פֿונעם בורזשואַזן הומאַניזם. מענדעלסאָן איז געווען דער גרינדער פֿון דער השׂכּלה־באַוועגונג צווישן ייִדן. זײַן ביבל־איבערזעצונג אין דײַטש האָט געשפּילט אַ באַשטימטע פּאָזיטיווע ראָליע. זי איז געווען אויסגערעכנט אויף צו געבן די דײַטשישע ייִדן די מעגלעכקייט צו באַהעפֿטן זיך מיט דער אַלגעמיינער קולטור און דערמיט האָט צעשטערט די ראַמען פֿון זייער נאַציאָנאַלער אָפּגעפֿרעמדקייט און באַגרענעצקייט.

אָבער אַלס פֿילאָסאָף איז מענדעלסאָן נישטיק. אמת, אין זײַן צײַט איז ער געווען שטאַרק פּאָפּולער אויך ווי אַ פֿילאָסאָף, אָבער די פּאָפּולערקייט האָט ער פֿאַרדינט נישט דערפֿאַר, וואָס ער האָט געפּריידיקט פּראָגרעסיווע פֿילאָסאָפֿישע אידעען, נאָר פֿאַרקערט, דערפֿאַר, ווײַל זײַנע פֿילאָסאָפֿישע ווערק האָבן זיך צוגעפּאַסט צום וועלט־באַנעם פֿונעם דײַטשישן קליינבירגער. […]
האָט מימון שפּעטער, אין זײַן רײַפֿן פּעריאָד, געוווּסט וועגן דעם אַלעם? האָט מימון פֿאַרשטאַנען, אַז מענדעלסאָן דער פֿילאָסאָף־טעאָלאָג איז קליין און נישטיק? יאָ, ער האָט דאָס געוווּסט און פֿאַרשטאַנען. ער האָט געוווּסט, אַז „מענדעלסאָנס גײַסט… האָבן שטענדיק אינטערעסירט אַזוינע פּראָבלעמען, ווי די פּרינציפּן פֿון מאָראַל, פֿון נאַטירלעכער טעאָלאָגיע, פֿון אומשטערבלעכקייט פֿון דער נשמה און ענלעכס‟; ער האָט געוווּסט, אַז מענדעלסאָן, אַלס פֿילאָסאָף, האָט ניט געשאַפֿן קיין נײַע שיטות, ער האָט נאָר „אויסגעבעסערט די אַלטע סיסטעמען, באַזונדערס, די ריכטונג פֿון וואָלף־לייבניץ‟.
אָבער בעת מימון האָט געשריבן מענדעלסאָנען דעם ערשטן בריוו זײַנעם מכּוח וואָלפֿס „מעטאַפֿיזיק‟, דעם בריוו, וווּ ער דערווידערט קעגן וואָלפֿס באַהויפּטונג, אַז יעדער עקזיסטירנדיקער קעגנשטאַנד מוז האָבן אַ צוועקמעסיקע סיבה, און וווּ ער פֿרעגט אָפּ וואָלפֿס טעזיס, אַז די אורזאַכן פֿון דער אַלוועלט דאַרף מען זוכן אין גאָט, וועלכער שטייט, כּלומרשט, אויסער דער וועלט, — זײַנען אים נאָך דאַן ניט געווען באַקאַנט מענדעלסאָנס פֿילאָסאָפֿישע אָנשויונגען, וואָרעם אַרויסטרעטנדיק קעגן וואָלפֿן, האָט ער דאָך גלײַכצײַטיק טרעפֿלעך געצילט אויך אין מענדעלסאָנען…
פֿאַר וואָס זשע האָט מענדעלסאָן, ווען ער האָט באַקומען מימונס בריוו, אייגנטלעך, אַ דאָקומענט, וועלכער איז געצילט קעגן זײַן אייגענעם פֿילאָסאָפֿיש־טעאָלאָגישן קרעדאָ, געפֿונען פֿאַר נייטיק צו פֿאַרבינדן זיך מיט דעם אויטאָר זײַנעם? ווי ס׳ווײַזט אויס, האָט מענדעלסאָן לכתּחילה גרינגשעצעריש זיך באַצויגן צום אויטאָר פֿון דעם דאָזיקן בריוו. מימון דערציילט טאַקע, אַז בעת די ערשטע באַגעגענישן מיט מענדעלסאָנען האָט מענדעלסאָן גענוג איראָניזירט איבער אים, אויסגעלאַכט זײַן פּרוּוו אָפּצופֿרעגן וואָלפֿן, געשפּאָט פֿון זײַנע קריטישע באַמערקונגען. עס איז אויך מעגלעך, אַז מענדעלסאָן האָט דאָך אײַנגעזען מימונס פֿעיִקייטן און האָט געמיינט העלפֿן דעם אָרעמען פּוילישן יונגער־מאַן זײַנע פֿעיִקייטן צו אַנטוויקלען, ריכטנדיק זיי דערבײַ אין זײַן, מענדעלסאָנס, גײַסט. מענדעלסאָן האָט טאַקע געפּרוּווט אים צוציִען צו דער השׂכּלה־אַרבעט. אָט דאָס זײַנען אפֿשר די סיבות, וואָס האָבן באַווויגן מענדעלסאָנען צו ענטפֿערן אויף מימונס בריוו און אײַנשטעלן מיט אים אַ פֿאַרבינדונג. אָבער מענדעלסאָנס מיין צו מאַכן מימון פֿאַר אַ פֿיליסטער צוגלײַך מיט אַנדערע פֿילאָסאָפֿישע תּלמידים זײַנע איז ניט צו שטאַנד געקומען. צו גרויס איז געווען מימונס ווילן צו דערגיין דעם תּוך פֿון דער וועלט, און צו קליין האָט מענדעלסאָן באַנומען מימונס טיפֿע, טעמפּעראַמענטפֿולע נאַטור.
שפּעטער, בײַ די פּערזענלעכע שמועסן מיט מענדעלסאָנען און זיך האָבנדיק באַקענט מיט מענדעלסאָנס געדרוקטע ווערק, דערוויסט זיך מימון, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר מענדעלסאָן אַלס פֿילאָסאָף. שטייענדיק אויף פּרינציפּיעל אַנדערע פֿילאָסאָפֿישע פּאָזיציעס, טרעט מינון אָפֿן אַרויס קעגן די וואָלפֿיאַנער, קעגן מענדעלסאָנען און זײַנע אידעיִשע פֿרײַנט. די קריג צווישן מימונען און מענדעלסאָנען האָט זיך אָנגעהויבן איבער שפּינאָזען. וועגן איינעם אַזאַ וויכּוח מיט מענדעלסאָנס אַ נאָענטן פֿרײַנד און תּלמיד, מיט הערצן, דערציילט מימון אין „לעבנסגעשיכטע‟. […]
אַלס אָנהענגער פֿונעם שפּינאָזיזם, איז מימון שאַרף אַרויסגעטראָטן קעגן מענדעלסאָנען און די איבעריקע וואָלפֿיאַנער. מימונס דערווײַזונגען, אַז וואָלפֿס פֿילאָסאָפֿיע איז פֿאַלש, האָבן מענדעלסאָנען ניט איבערצײַגט. מענדעלסאָן האָט זיך עקשנותדיק געהאַלטן בײַ זײַנע אָנשויונגען וועגן גאָט, נשמה, עולם־הבא אדג., ער איז געווען און געבליבן טרײַ וואָלפֿס פֿילאָסאָפֿישער סיסטעם. מימון האָט טרעפֿלעך אויפֿגעדעקט די סיבה דערפֿון. ער האָט ריכטיק געהאַלטן, אַז „דאָס זײַנען בלויז דיפּלאָמאַטישע שפּיצלעך און צבֿיעות, וואָס דערמיט זוכן זיי (מענדעלסאָן און די וואָלפֿיאַנער, — מ. ב.) בכּוונה צו דערנענטערן זיך צום אַרט דענקען פֿונעם געמיינעם מענטשן‟.
דער שטרײַט צווישן מימונען און מענדעלסאָנען איז אָנגעגאַנגען ווײַטער. אונטערן אײַנפֿלוס פֿון שפּינאָזעס אַטעיִזם און מאַטעריאַליזם שטעלט זיך מימון „אויפֿן וועג פֿון אַ פֿרײַדענקער, וואָס לייקנט אין יענדער געטלעך־אַנטפּלעקטער רעליגיע‟. מענדעלסאָן, ווידער, „האָט, ווי ווײַט ער איז באַוווּסט, מקוים געווען אַלע מיצוות פֿון זײַן רעליגיע… ער האָט זיך, משמעות, נאָך אַלץ גערעכנט פֿאַר אַ מיטגליד פֿון דער רעליגיעזער קהילה‟.
אויך אין השׂכּלה־פֿראַגן זײַנען די ביידע אויפֿקלערער געשטאַנען אויף פּרינציפּיעל פֿאַרשיידענע פּאָזיציעס.
מענדעלסאָן און זײַנע פֿרײַנט האָבן פֿאָרגעלייגט מימונען איבערצוזעצן אין העברעיִש אייניקע ווערק פֿאַר די פּוילישע ייִדן מיט די צוועקן פֿון השׂכּלה. מימון האָט אָנגענומען דעם דאָזיקן פֿאָרשלאָג מיט גרויס פֿרייד. אָבער גלײַך האָבן זיך צווישן זיי אָנגעהויבן חילוקי־דעות. מענדעלסאָן און זײַנע פֿרײַנט האָבן געהאַלטן, אַז מע דאַרף פֿאַר די פּוילישע ייִדן איבערזעצן און אַרויסגעבן ביכער וועגן נאַטירלעכער רעליגיע, וועגן פֿאַרנינפֿטלעכער מאָראַל, ווײַל בלויז דאָס איז, לויט זייער מיינונג, דער תּכלית און ציל פֿון דער גאַנצער השׂכּלה. זיי ראַטן דעריבער מימונען איבערצוזעצן ריימערס „נאַטירלעכע רעליגיע‟. מימון איז געווען קעגן דעם. ער האָט געהאַלטן, אַז די ייִדישע מאַסן נייטיקן זיך אין אמתער וויסנשאַפֿט, און ניט אין קיין ציוויליזירטער סינאַגאָגע. לויט זײַן מיינונג, זײַנען פֿאַר די מאַסן נייטיק ווערק וועגן נאַטורשאַפֿט, מאַטעמאַטיק אדג., וואָס „זאָלן אַממערסטן מיטהעלפֿן דער אַנטוויקלונג פֿונעם שׂכל‟. און אָנשטאָט צו איבערזעצן, לויט דער עצה פֿון די בורזשואַזע משׂכּילים, ריימערס „נאַטירלעכע רעליגיע‟, פֿאַרפֿאַסט מימון זײַן „תּורה־הטבֿע‟, געבויט אויף ניוטאָנס פּרינציפּן פֿון נאַטור־וויסנשאַפֿט, און אַ לערנבוך איבער מאַטעמאַטיק. מענדעלסאָנס אָנהענגער ווילן עס אָבער ניט אַרויסגעבן. מימון קלאָגט אָן פֿאַר מענדעלסאָנען די האַנדלונג פֿון זײַנע תּלמידים, און אָט וואָס מענדעלסאָן ענטפֿערט אים: „עס איז אַן עוולה צו לאָזן די אַרבעט אומבאַלוינט, אָבער איך קאָן אויך ניט פֿאָדערן, אַז מײַנע פֿרײַנט זאָלן נעמען אויף אייגענע הוצאָות די אויסגאַבע פֿון אַ ווערק, וואָס קאָן ניט אויסרעכענען אויף אַ גוטן אָפּזאַץ, ווײַל, ווי מיר אַליין איז גוט באַקאַנט, האָט דאָס פֿאָלק ניט קיין נטיה צו וויסנשאַפֿט‟. מענדעלסאָן טרײַבט דאָ רחילות אויפֿן פֿאָלק. ניט דאָס פֿאָלק האָט ניט געהאַט די נטיה צו וויסנשאַפֿט, נאָר מענדעלסאָן האָט ניט געהאַט קיין נטיה צו פֿאַרשפּרייטן צווישן פֿאָלק אמתע וויסנשאַפֿט. ער האָט זיך באַנוגנט מיט געבן דעם פֿאָלק גאָטספֿאָרכטיקע שפּײַז, אונטערטראָגנדיק עס אויף אַן אייראָפּעיִשן טעלערל. דער פֿאָלקס־מענטש מימון, ווידער, איז געווען פֿאַר געבן אמתע וויסנשאַפֿט דעם פֿאָלק.
פֿון דעם אַלעמען איז צו זען, אַז דער אײַנרײַס צווישן מימונען און מענדעלסאָנען איז געווען ניט קיין צופֿעליקער, ער איז געלעגן ניט אין דער פֿלאַך פֿון „זיטלעכקייט‟, נאָר דער דאָזיקער אײַנרײַס איז געווען אַ פּרינציפּיעל־אידעיִשער. מימון האָט געפֿירט זײַן קאַמף קעגן דעם מעסיקן רעפֿאָרמאַטאָר מענדעלסאָן פֿון ראַדיקאַל־דעמאָקראַטישע פּאָזיציעס.
צוליב דער אָנגעגליטער קאַמף־אַטמאָספֿער אַרום אים האָט מימון — שוין צום צווייטן און צום לעצטן מאָל — געמוזט פֿאַרלאָזן בערלין און איבערפֿאָרן קיין ברעסלוי. מענדעלסאָנס פֿרײַנט האָבן מימונען ניט געלאָזט צו רו אַפֿילו נאָך זײַן ענדגילטיקן אײַנרײַס מיט מענדעלסאָנען. זיי פֿאַרפֿאָלגן אים פֿון דער ווײַטנס, זיי פֿאַרשפּרייטן אַנאָנימע בריוולעך, אין וועלכע מע איז מודיע, אַז „שלמה מימון זוכט צו פֿאַרשפּרייטן שעדלעכע מיינונגען‟.
נידעריק און מיאוס פֿאַרענדיקט מענדעלסאָנס קאָמפּאַניע די באַציִונגען צווישן מימונען און מענדעלסאָנען.