וווּהין פֿירן די טונעלן פֿון עזה?
דאָס קאַלענדאַר־יאָר 2023 גייט אָט־אָט אונטער. אינעם לעבן פֿון יעדן אונדזערן לייענער זײַנען אין פֿאַרלויף פֿונעם יאָר פֿאָרגעקומען סײַ פֿריילעכע און סײַ אומעטיקע געשעענישן. אַזוי גייט דער שניט, זאָגט דאָס שנײַדעריש ווערטל. אַז מע דערלעבט צו זען אַן אייניקל אונטער דער חופּה, איז עס טאַקע אַ גרויסע פֿרייד. דעריבער קומט אונדז, מײַן פֿרוי און מיר, אַ מזל־טובֿ!
פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק אין אַלגעמיין האָט דאָס יאָר געבראַכט אַ גרויסע זאָרג פֿאַר אונדזער ווײַטערדיקן קיום סײַ אין די תּפֿוצות און סײַ אין מדינת־ישׂראל. די בלוטיקע שחיטה אין אָקטאָבער מצד דעם „כאַמאַס‟, האָט געצוווּנגען די ישׂראל־רעגירונג צו ענטפֿערן מיטן פֿולן מיליטערישן כּוח, כּדי צו לייגן אַ סוף צו די איסלאַמיסטישע פֿאַנאַטיקער־טעראָריסטן אין עזה. דער „טריגער‟ איז אָנגעקוועטשט געוואָרן און דער שאָס האָט געבראַכט אַ סם־המוותדיקן שטינק, וואָס האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט. די שוואַרצע אַנטיסעמיטישע ניזשדע האָט זיך שוין לאַנג צוגעשמעקט צום לופֿטל פֿון נאָענטן מיזרח, בפֿרט די פּליטים פֿון יענע מקומות, וווּ עס הערן נישט אויף די לאָקאַלע קאָנפֿליקטן, הערשן הונגער און חורבן. זיי זײַנען זיך צעקראָכן איבער די אייראָפּעיִשע מערבֿ־לענדער, צו וועלכע זיי טראָגן אין האַרצן אַ טיפֿע שׂינאה, כּדי צו געניסן פֿון די דעמאָקראַטישע פּריוועלעגיעס. איצט אָבער, באַוואָפֿנט מיט די „ליבעראַלע מערבֿדיקע לאָזונגען‟ איז דער אויפֿגעקומענער „אייראָפּעיִשער איסלאַם‟, געאָרעמט מיט די עקסטרעם־לינקע באַוועגונגען און פֿינאַנציעל געשטיצט פֿון די נגידישע אַראַבישע רעגירונגען, — אַרויס קעגן ישׂראל מיט קללות, הלמאַי ישׂראל הרגעט אויס דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק! און אויב ביז אַהער האָבן זיי צבֿועקיש געטענהט, אַז דערמיט מיינען זיי נישט די ייִדן בכלל, נאָר בלויז די ציוניסטן, האָט איצט די שוואַרצע מחנה דעם קאָלעקטיוון־„כידזשאַב‟ אַראָפּגעוואָרפֿן און אַרויסגעלאָזט די קליפּה אויף די גאַסן און אין די אוניווערסיטעט־קאָרידאָרן.
אײַ, ווי נאַריש איז די וועלט! זי האָט נאָך ביז הײַנט נישט פֿאַרשטאַנען, אַז יענע טייטלעכע טונעלן אונטער עזה פֿאַרענדיקן זיך נישט דאָרט, נאָר ציִען זיך ווײַטער ביז פּאַריז און לאָנדאָן, בערלין און אַמסטערדאַם, בריסל און שטאָקהאָלם און נאָך ווײַטער איבערן אָקעאַן אין די פֿאַראייניקטע אַמעריקאַנער שטאַטן.
צי קאָן אין דער נאָענטער צוקונפֿט דער בייזער איסלאַמיסטישער „דזשין‟ אַרײַנגעטריבן ווערן צוריק אין זײַן כּלי? דער ענטפֿער ווערט געלייזט איצט אויף די חורבֿות פֿון עזה, וווּ עס שלאָגן זיך אויף טויט ייִדישע חבֿרה…
זאָלן זיי זײַן געבענטשט און זיך אומקערן צוריק צו זייערע משפּחות.
חיים ביידערס יאָרצײַט
דעם 13טן דעצעמבער איז געוואָרן 20 יאָר זינט אין ניו־יאָרק איז געשטאָרבן חיים ביידער, איינער צווישן די לעצטע פֿאָן־טרעגערס פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור. זײַן טעטיקייט ווי אַ פּאָעט, פֿאָרשער, רעדאַקטאָר, פּעדאַגאָג, זשורנאַליסט און, דער עיקר, דער באַשטאַנד פֿון זײַן בלוט, זײַן מאָראַלישער און גײַסטיקער מהות, זײַן מענטשלעכקייט איז דורכגעזאַפּט געווען אויף דורך מיט ייִדישקייט. ריכטיקער געזאָגט, סאָוועטישער ייִדישקייט — אַ געמיש, אויפֿגעקומען נאָך דער, אַזוי גערופֿענער, אָקטאָבער־רעוואָלוציע 1917. דער יסוד פֿון דער נײַער דערשײַנונג, סאָוועטישע ייִדישקייט, האָט זיך געהאַלטן קודם־כּל אויף צוויי הויפּט־זײַלן, דהײַנו: פֿולשטענדיקע איבערגעגעבנקייט דער קאָמוניסטישער מאַכט און דער ייִדישער פֿאָלקס־ירושה.
די ייִדישע שרײַבערס און קולטור־טוערס האָבן געמוזט באַצאָלן אַ הויכן פּרײַז, כּדי זיך האַלטן בײַ זייער נדר. חיים ביידער איז נאָך די רדיפֿות אויף די געטרײַע חסידים פֿון סאָוועטישער ייִדישקייט געבליבן מיטן לעבן, אָבער פֿאַרלוירן זײַן ייִדישע שאַפֿערישע פּען. זי איז פֿאַרברענט געוואָרן אינעם פֿײַער פֿונעם אייוועלע, צוזאַמען מיט דער העפֿט פֿון זײַנע לידער. דער שוואַרצער רויך פֿונעם קוימען האָט צעטראָגן די פּאָעטישע שורות, אײַנגעשלאָסן אינעם כּתבֿ־יד פֿון זײַן ערשט בוך. ערשט מיט דרײַסיק יאָר שפּעטער האָט דאָס ערשטע בוך פֿון חיים ביידער דערזען די ליכטיקע שײַן; געהייסן האָט עס „חנוכּה־הבית‟.
דער הונגער צום ייִדישן שאַפֿערישן וואָרט איז אים נאָכגעגאַנגען זײַן גאַנץ לעבן. דער חובֿ אָבער פֿאַר זײַנע פּען־ברידער, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי זײַנען העלדיש געפֿאַלן אין די שלאַכטן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה און שפּעטער, די פֿאַרבליבענע — ווי קרבנות פֿון זייער לײַבלעכער געטרײַשאַפֿט דער מאַכט; דער דאָזיקער חובֿ האָט געקלאַפּט אין זײַן האַרצן…
זײַנע לעצטע יאָרן, שטייענדיק שוין אַליין אויפֿן ראַנד פֿון לעבנס־פֿעלד, האָט חיים ביידער זיך אונטערגענומען צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון דעם אומגעקומענעם לעגיאָן ייִדישע סאָוועטישע שרײַבערס. אייגנטלעך, האָט ער עס טיילווײַז אויסגעפֿירט אויף רוסיש פֿאַר דער „רוסלענדישער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע‟ (1994־1997). ער האָט דעמאָלט אָנגעשריבן בײַ די 1000 אַרטיקלען וועגן די ייִדישע שרײַבערס, מאָלערס, מוזיקערס וכדומה. אין ניו־יאָרק האָט ער אָנגעשריבן שוין אין ייִדיש בסך־כּלן 500 אַרטיקלען, געווידמעט נאָר די ייִדישע שרײַבערס, זשורנאַליסטן, קריטיקערס, ליטעראַטור־פֿאָרשערס. חיים האָט עס געטאָן אַליין, אויפֿן חשבון פֿון די געציילטע יאָרן, וואָס זײַנען אים פֿאַרבליבן, אָן שום האָפֿענונג, אַז די טויזנטער זײַטלעך, אָנגעפּיקעוועט מיט שורות ידיעות, וואָס נאָר ער איז זיי מסוגל געווען אָפּצוזוכן און פֿאַרנאָטירן, וועלן דערזען די ליכטיקע שײַן.
אין 2011 האָט דער קאָנגרעס פֿון ייִדישער קולטור אין ניו־יאָרק, אַרויסגעלאָזט חיים ביידערס „לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבערס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד‟. דער דאָזיקער באַנד איז געוואָרן אַ ממשותדיקער צוגאָב צום באַקאַנטן „לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור‟ (8 בענד) און בערל כּהנס „לעקסיקאָן פֿון ייִדיש־שרײַבערס‟.
כּבֿוד זײַן אָנדענק!
דעצעמבער 24, 2023, דירפֿילד־ביטש, פֿלאָרידע