
אַ שנײַדער זיצט העכער פֿונעם שוסטער
מיט זײַן דערציילונג „דאָס שטעטל‟ האָט שלום אַש אַרײַנגעבראַכט אין ליטעראַטור אַ נײַעם קוקווינקל אויף די שטעטלדיקע ייִדן און זייער פּרנסה. די דרײַ געשטאַלטן, די דרײַ „פֿאען‟ — פֿליישער, פֿישער, פֿורמאַן — אויף זיי האַלט זיך דער מאַטעריעלער און פֿיזישער כּוח פֿון ייִדישן קיום אינעם שטעטל.
פֿון דעסטוועגן, איז די פֿאַרשפּרייטסטע מלאָכה צווישן די שטעטל־ייִדן פֿאַרבליבן שנײַדערײַ, שוסטערײַ און סטאָליערײַ. דווקא דעם שנײַדער איז באַשערט געווען צו ווערן שיִער נישט דעם הויפּט־פּערסאָנאַזש אין ייִדישן פֿאָלקלאָר און אין אַ סך ייִדישע קינסטלערישע ווערק; מעגלעך, צוליב זײַן אופֿן פֿון אַרבעטן — „נישט אומזיסט זיצט דער שנײַדער העכער פֿונעם שוסטער‟, — געמיינט דערמיט, אַז דער שנײַדער בשעתן סטריגעווען אַ בגד זיצט אויפֿן טיש, און דער שוסטער — אויף זײַן נידעריק בענקעלע־„ליפּקע‟; דעם שנײַדערס פֿריילעכקייט און בטחון — „ווען זינגט נישט דער שנײַדער? — ווען מע נייט אים תּכריכים‟; זײַן קוק אויפֿן לעבן און פּרנסה מיט אַן איראָנישן שמייכל: „ווען נייט אַ שנײַדער אומזיסט? — ווען ער פֿאַרגעסט צו מאַכן אַ קניפּל‟. אַגבֿ, „מאַכן אַ קניפּל‟, מיינט אויך אָפּצולייגט אַ פּאָר גראָשנס אויף מאָרגן.
אַ סך אידיאָמאַטישע אויסדרוקן, שפּריכווערטער און ווערטלעך, אַרויס פֿונעם שנײַדערס מויל, זײַנען זיך צעפֿלויגן איבער דער ייִדישער וועלט, אַרײַן אין די ווערק פֿון שרײַבערס און אין די ווערטערביכער… אָבער, צום באַדויערן, בלײַבנדיק „פֿאַרספֿרט‟, איז זייער טײַטש, זייער שליסן — ווען און אין וועלכע פֿאַלן ווערט עס געזאָגט, — פֿאַרלוירן געגאַנגען.
לאָמיר באַטראַכטן כאָטש אייניקע פֿון די שנײַדערישע אוצרות, למשל, פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „אָנטאָן‟ — די הויפּט־אויפֿגאַבע פֿונעם שנײַדער.
אָנטאָן די הענט אין קאַלטן וואַסער — מיינען, מיינט עס: זײַן פֿאַרטאָן אין אַ שווערער אַרבעט.
זיך אָנטאָן אַ צרה — מאַכן אַ פּרוּוו זיך נעמען דאָס לעבן.
איך וועל אָנטאָן דעם נײַעם נאַקעט און דעם אַלטן באָרוועס — מיינען, מיינט עס, אַז אַן עופֿעלע [נײַער] ווערט געבוירן נאַקעט, און [דער אַלטער], דער באָרוועסער, נייטיקט זיך נאָר אין תּכריכים.
דאָס נײַע קלייד טראָגט מען, דאָס אַלטע קלייד טראָגט זיך — אַ נײַע זאַך טראָגט מען, ווען מע מוז עס אָנטאָן, צוליב אויסזען שיין, אויסגעפּוצט, מאַכן אַן אָנשטעל פֿאַר אַנדערע, כאָטש ס׳איז נישט אין גאַנצן באַקוועם עס צו טראָגן — דאָ איז שמאָל און דאָרט איז ברייט, און בכלל קאָן מען עס חלילה פֿאַרפֿלעקן… און צום אַלטן קלייד איז מען שוין צוגעוווינט. אַ נײַ קלייד איז ווי אַ נײַער באַקאַנטער — מע קוקט זיך צו אים צו, מע שאַצט אים אָפּ; און אַן אַלט קלייד, איז ווי אַן אַלטער פֿרײַנד. מע קאָן זיך אויף אים פֿאַרלאָזן.
בעסער טראָגן די וואָכעדיקע קליידער אום יום־טובֿ, איידער די יום־טובֿדיקע — אין דער וואָכן — דער טײַטש איז פּשוט: אָדער מע ווערט באַדלותט, און מע מוז שוין אָנטאָן דאָס לעצטע קלייד, וואָס איז פֿאַרבליבן; אָדער מע טוט אָן דאָס שבתדיקע און יום־טובידקע קלייד צו גיין, נישט דאָ געדאַכט, צו אַ לוויה.
האַלב דײַטש — פּאָלאָווינע רײַסיש — דער דאָזיקער זאָג לאַכט אויס די לײַט, וואָס יאָגן זיך אויסצוזען לויט דער לעצטער מאָדע, נישט בלויז אויסערלעך, נאָר אויך אין זייער אויפֿפֿיר און רעדן. אַבי נישט זײַן ענלעך צו אַ ייִד.
און צום סוף — מער פֿאַרשפּרייטע שנײַדערישע שפּריכווערטער, וואָס נייטיקן זיך נישט אין אַ ספּעציעלן טײַטש:
אַ נײַער בגד מיט אַלטע לעכער
דאָס אייבערשטע קלייד פֿאַרדעקט די אונטערשטע לייד
אין שלעכטע צײַטן זאָל מען גוט עסן, אין גוטע צײַטן זאָל מען זיך גוט קליידן.
אַ שקאַרפּעטקע איז קיין בגד נישט!
אַ געזונט פֿרידלעך קאַלענדאַרישער נײַ־יאָר!