יעווגעני קיסין

אָזערע
טיף אין װאַלד איז מיר אַזױ געמיטלעך.
די נשמה קאָן דאָ תּמיד רוען.
אַלץ אַרום איז הערלעך, שטיל און פֿרידלעך,
גאָרנישט טוט ניט שטערן און ניט דראָען.
גאָר–גאָר װײַט פֿון מיר דער לעבנס–שטראָם איז.
זיכער מיט געדיכטע װענט באַהאַלטן
בין איך פֿון פּורעניות און מלחמות
דאָ, אין הײם–אָרט מײַנעם גרינעם, אַלטן.
װאָס זאָל נישט געשען אין אַלע װעלטן,
זע איך נישט און הער נישט, װאָס דאָרט טוט זיך.
כאַפּט מען זיך אַרײַן צו מיר גאַנץ זעלטן,
כאָטש צו אַלע געסט באַצי איך גוט זיך.
ס׳טרעפֿט זיך, קומט אַהער צו מאָל אַ פֿישער:
מילא — ס׳לאָזט קײן פֿיש בײַ מיר נישט אױס זיך,
און געניסט ער פֿון דער לופֿט דער פֿרישער,
און מיט זײַן געפֿאַנג ער שטענדיק גרױסט זיך.
קומט מען אױך אַ מאָל אין מיר זיך באָדן —
אַך, װי האָב איך ליב מיט מענטשן טאַנצן!
קײנעם טו איך אָן נישט קײן שום שאָדן,
יעדן אײנעם כ׳לאָז אַרױס אַ גאַנצן.
אָדער זעצט מען זיך אין מיר אַ מידער
בײַ דעם ראַנד, גלײַך װי ער נעמט אַ װאַנע, —
פֿרײט מיך העכסט צו צערטלען זײַנע גלידער,
דאָ בײַ מיר איז ממש אַ נירװאַנע!
און װען ס׳קומט דער שטאָלצער גרױער װינטער
מיט זאַװײען, פֿרעסט און זאַװערוכעס,
אַלע מאָל אַנטשײדן מיך פֿאַרפֿרירט ער,
איבער מיר ער שעפּטשעט זײַנע ברכות:
זאָל דער בלאַנקער כּישוף מיך באַדעקן,
רוען כ׳זאָל אין גלאַנץ אין װוּנדערשײנעם,
און מײַן פּראַכט מײַן װײַסע קײן שום פֿלעקן
זאָלן נישט פֿאַראומװערטיקן קײן מאָל,
זאָל מען נישט דערװעגן זיך מיר שטערן,
בלױז דער שנײ זאָל אױבן צערטלעך הױכן…
רופֿן מיר זיך איבער אָפֿט מיט שטערן,
װאָס מיט חידוש קוקן פֿון די הײכן.
װען באַװײַזט זיך דאָרטן די לבֿנה,
זינגען שטיל נאַכט–לידער מיר צוזאַמען,
און װען קיצלען זונשטראַלן מײַן פּנים,
װאַרפֿן מיר זיך איבער פֿלינק מיט גראַמען.
מיט דער אײביקײט אַלײן איך שמועס,
װעגן װאָס — ס׳װעט זײַן אַ סוד אױף אײביק.
אײביק און אומאױפֿהערלעך מײַן רו איז,
און דערפֿאַר אין ליכט און נחת גלײב איך.
נישט נאָר כ׳גלײב — איך לעב אין זײ באַשטענדיק,
װײס איך נישט קײן דאגות, קלאָגן, טענות,
און פֿאַר מיר װערט גאָרנישט ניט פֿאַרענדיקט,
און גאָר אומענדלעך מײַן אײגן זײַן איז.

די זאַװערוכע
נו, און װוּהין מיט אַ מאָל זײַט איר, שטערן, פֿאַרשװוּנדן?
װוּ האָסט באַהאַלטן זיך פּלוצעם, קאָקעטקע–לבֿנה?
אפֿשר פֿאַרלעקט איר פֿון מײַן שטעכיק שמײַסן די װוּנדן,
שעמט זיך, דערשראָקענע, װײַזן אַצינד אײַער פּנים?
אױס איז איצט אײַער ממשלה! מײַן שעה איז געקומען!
װיפֿל דאָס האַרץ גלוסט, װעל איך זיך צעזינגען–צעטאַנצן.
איבער די גאַסן פֿאַרגײט זיך מײַן יובֿלענדיק ברומען,
און אַלץ אַרום װעט עס אָט–אָט פֿאַרכאַפּן אין גאַנצן.
זעט נאָר, װי ס׳האָבן פֿאַרבלאַסט מײַנע פֿלעקער פֿאַרשײַטע
סײַ פֿון לאַמטערנס די שײַן, סײַ פֿון אומדרײסטע פֿענצטער!
בריִען זײ אָפּ, שפּריצן, פֿליִען, װי פֿונקען פֿון שײַטער.
שפּרינגען זײ האַסטיק אַרום, װי װילד–שטורמישע טענצער.
קאָנען אַפֿילו די אױטאָס מיך נישט איבעריאָגן
אין אָט דער שעה פֿון מײַן הערשאַפֿט, מײַן שׂימחה, מײַן סעודה.
הײַזער, לאַמטערנס און בײמער! װאָס קוקט איר פֿאַרטראָגן?
שױן זשע דערשראָקענע זײַט איר געװאָרן, צי מידע?
זאָלן די מענטשן–פּחדנים אין שרעק זיך באַהאַלטן.
איר אָבער — װאָס האָט איר מורא פֿאַר מיר האָבן, ברידער?
לאָמיר אין אײנעם איצט אַלע מניעות צעשפּאַלטן
און זיך צעזינגען מיט הילכיקע פֿרײלעכע לידער!
לאָמיר פֿאַרדרײען זיך איבער די דראָטן און דעכער
אין אַזאַ טאַנץ, װאָס דער אַלװעלט נאָך אַלץ נישט באַװוּסט איז!
לאָמיר פֿאַרפֿליִען אַצינד מיט התלהבֿות װאָס העכער!
פֿליט מיט אונדז, בענק און פּאַרקאַנעס, קיִאָסקן און קוסטעס!
גליק אױפֿן האַרצן, און פֿלאַם–פֿײַער אין מײַן נשמה.
איך בין די נאַכט–מלכּה, אַלץ אונטער זיך טו איך שמײַסן.
די גאַנצע ערד כ׳װעל באַדעקן מיט פּוכענע שױמען,
לױט מײַן באַפֿעל װעט די גאַנצע װעלט װערן אַ װײַסע.

די לבֿנה
איך בין אַזױ אַלט… אַזױ לאַנג שױן איך דרײ זיך אַרום
מײַן נעענטסטן שכן אין אַלװעלט — דער ערד.
כ׳בין שטענדיק געװען און געבליבן גאָר לײדיק און שטום,
נאָר אומגלײבלעך איז, װאָס מע זעט און מע הערט
אױף יענער פּלאַנעטע: אַלץ טומלט און װירבלט אױף איר,
דער רױש איז אומאױפֿהערלעך און מאָנאָטאָן,
באַשעפֿענישן כּלערלײ װױנען דאָרט אָן אַ שיעור,
די מעכטיקסטע — „מענטשן‟ זײ רופֿן זיך אָן.
פֿון לאַנג האָבן זײ מיך באַמערקט און באַשלאָסן אַ מאָל,
אַז פֿון זײער ערד בין איך דער „סאַטעליט‟.
אַ װאָרט אַ טשיקאַװע, געזאָגט מיט אַ זיכערן קול.
נו, מילא, איז זאָל זײַן אַזױ — פֿאַר װאָס ניט?
היות כּלל נישט תּמיד זײ קאָנען אין גאַנצן מיך זען,
מע רופֿט אױף דער ערד מיך אָן „בײַטעװדיק‟. אָך,
ערד–אײַנװױנערס… װער איז מער בײַטעװדיק, װי זײ אַלײן?
באמת אַ קלאָג איז מיט זײ און אַ בראָך!
אַ סך שײנע זאַכן זײ שאַפֿן כּסדר — נאָר אױך
שלעכטס אײנער דעם אַנדערן פֿיל טוען זײ:
זײ רױבן, פֿאַרגװאַלטיקן, הרג׳נען… װי גרױליק און הױך
הײבט פֿון די קרבנות זיך אױף דער געשרײ!
* * *
װױנט דאָרטן אַ שבֿט אַ קלײנער, װאָס מ׳רופֿט אים אָן „ייִדן‟,
און מיך שױן פֿון לאַנג יעדן חודש זײ בענטשן.
װאָס קאָן איך דאָ זאָגן — כ׳קאָן זײַן נאָר באמת צופֿרידן,
װאָס פֿרײַנד כ׳האָב געטרײַע צעװישן די מענטשן.
כּמעט אומעטום דאָרט יסורים אַ סך מ׳האָט געבראַכט זײ,
יאָרטױזנטער מוראדיק מ׳האָט זײ באַעבֿלט.
איך האָב גרױס רחמנות אױף זײ — און איך האַלט אין אײן טראַכטן:
װוּ נאָך קאָן אַן אָרט זײַן פֿאַר זײ אין דער אַלװעלט?
דעצעמבער, 2023