געבעט

געבעט

ירמיהו אַהרן טאַוב

בר־מיצווה, קיסטלער בערנאַרד גוסאָוו

דער טאַטע קלינגט מיך אָן יעדע וואָך,
גערודפֿט פֿון אַ כּוח שטאַרקער ווי ער אַליין.
ער בעט מיך דאַווענען,
לערנען זיך — מיט אים, מיט ווער עס זאָל ניט זיין —
צו אַ שיעור, צו הערן אַ דבֿר-תּורה, אַ וואָרט מוסר.
מײַן שוײַגעניש איז ניט קיין אָפּהאַלט.
ס’איז פֿאַר דײַן טובֿה, שפּאַרט ער זיך אײַן,
לטובֿת כּלל-ישׂראל.

דער טאַטע רופֿט מיך צו היטן שבת,
אַוועקצולייגן די ספֿרים מיט זייערע שוועריקייטן,
די כּלרליי מיני מיצוות לא-תּעשׂה.
זיי קענען שפּעטער קומען.
צינד אָן די ליכט,
מאַך קידוש, האָט הנאה פֿון טשאָלנט.
פֿריי זיך אין דער מנוחה פֿונעם יום-הקודש.
כאָטש נאָר דאָס.

דער טאַטע רופֿט מיך צו חתונה,
לייגט ער פֿאָר דעם אייניקל פֿון זײַן צווייטער פֿרוי,
באַוויינט מײַן פֿרוילאָזיקייט און קינדלאָזיקייט,
בלײַבט גלײַכגילטיק צו מײַן פּאַסיע, דעם איך-גופֿא,
כאָטש ער ווייסט וועגן זיי שוין מער ווי צוואַנציק יאָר:
מאַכט ניט אויס.
אַ מאַן טאָר ניט זײַן אָן אַ פֿרוי.
אַ מאַן טאָר ניט פֿאַרלאָזן דעם חיובֿ פֿון פּרו וּרבֿו.

די מאַמע איז אַוועק ווען איך בין יונג געווען.
איר גוף איז געווען געפֿליקט, צעריסן, איר גײַסט צעשטערט פֿונעם
אימפּאַס אין קאָמוניקאַציע, דוחק פֿון ווערטער, צונויפֿשטויס צווישן
פֿרומקייט און ראָמאַנס,
אַסקעטישקייט און שיינקייט.
אָן אַן אָפּדאַך פֿונעם אומגעהײַערקייט פֿון זײַן
אַנטוישונג אין מיר דערלאַנג איך צו די קליידלעך
פֿון איר שדישן באַלקלייד.
מיט אַזויפֿיל ווײַסע האָר
זאָל איך בעסער וויסן.

נאָר די ווערטער קענען מיך ראַטעווען.
נאָר דײַן אויפֿמערק, כאָטש פֿאַרבײַגייענדיק, קען אויפֿהערן דעם ספּיראַל.
צי זע איך טאַקע דיך צווישן די סאָסנעס?
נאָר דער ניגון פֿונעם סאָלאָוויי, די גראַציעזקייט פֿון הירשן אין דער פּאָליאַנע,
נאָר מײַן טראָט, כאָטש טענטאַטיוו, אויף די בלעטער פֿון דער וואַלד-סטעזשקע,
קען פֿאַרהאַלטן דעם טרויער, וואַרטנדיק, געדולדיק, וואָס סטראַשעט מיך פֿאַרשלינגען.
זײַ אַזוי גוט: בלײַב ניט אַוועק.
קום מיט מיר צו גיין

און מיט אונדזער סאַרנע דערבײַ.

ייִדיש-קאָרעקטור: מירי קאָראַל

Leave a comment