נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 75

הײַנט, ווען מדינת־ישׂראל פֿירט אַליין אַ טייטלעכן קאַמף קעגן דעם חייִשן טעראָר פֿון „כאַמאַס‟, האָבן אָפֿענע און באַהאַלטענע אָנהענגער פֿון די טעראָריסטן זיך צעווילדעוועט און אַרויס אויף די גאַסן פֿון ציוויליזירטע לענדער, פֿאַרשטעלנדיק זייער אַנטיסעמיטישן פּרצוף מיט די לאָזונגען פֿון מענטשנרעכט, שלום צווישן פֿעלקער וכּדומה.

אין שײַכות דערמיט לייג איך פֿאָר אונדזערע לייענער זיך באַקענען מיטן אַרטיקל פֿון אונדזער שטענדיקן מחבר יעווגעני קיסין, וואָס איז לעצטנס דערשינען אין דער רוסישפּראַכיקער אויסגאַבע „נאָוואַיאַ גאַזעטאַ‟ (נײַע צײַטונג).

ניט געקוקט אויף דעם טעכנישן פּראָגרעס, צוטריט צום באַקומען געהעריקע בילדונג און אויפֿקלערונג, זײַנען פֿיל מענטשן ניט פֿעיִק צו דענקען און פֿירן אַ טעטיקייט לאָגיש און ראַציאָנעל. ווי אַ פּועל־יוצא ברענגען זייערע מעשׂים אָן אַ סך צרות זיך אַליין און אַנדערע — זייער בולט זעען מיר עס איצט, ווען נאָך די מאָנסטעריעזע פֿאַרברעכנס, דורכגעפֿירט דעם 7טן אָקטאָבער קעגן די ישׂראל־בירגער, איז אין דער פֿרײַער וועלט אַרויסגעגאַנגען מיט אַ מאַרש אַ פֿילקעפּיקער המון צו שטיצן ניט די קרבנות, נאָר דווקא די מערדערס.

ס׳איז בפֿירוש ניט דער ערשטער אַזאַ פֿאַל אין דער געשיכטע. בעת דער קאַלטער מלחמה, למשל, פֿלעגן פֿיל מערבֿדיקע לינקע, האַלטנדיק זיך פֿאַר פּראָגרעסיווע, אונטערשטיצן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ניט האָבנדיק קיין אַנונג, אַז דערמיט שטיצן זיי איינע פֿון די סאַמע רעאַקציאָנערע געזעלשאַפֿטן אין דער וועלט.

די סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדיסטן האָבן אָבער זייער פֿיפֿיק פֿאַרשטעלט זייער רעאַקציאָנערן תּוך פֿון דעם רעזשים מיט שיינע און שרײַענדיקע לאָזונגען: „ניטע עקספּלואַטאַציע‟, „גלײַכהייט‟, „פֿרידן און פֿרײַנדשאַפֿט צווישן פֿעלקער‟ און אַזוי ווײַטער. אַן אַנדער זאַך „כאַמאַס‟, וואָס מאַכט נישט קיין סוד פֿון זײַן אידעאָלאָגיע און זײַנע צוועקן; אַדרבא די אינפֿאָרמאַציע פֿון זײַן פּאָליטיק איז צוטריטלעך צו יעדן. אין שײַכות דערמיט רופֿט בײַ מיר אַרויס אַ באַזונדערן חידוש די אַבסורדישע פֿראַזע: „Queers love Gaza‟. שוין זשע פֿאַרשייען זיי ניט, אַז ס׳איז גענוג זיי נאָר אַרײַנשטעקן די נאָז אין עזה, ווי דער צעווילדעוועטער המון וועט זיי באַלד לינטשן. אַן אַנדער זאַך — תּל־אָבֿיבֿ, וואָס איז געוואָרן די פּאָפּולערסטע שטאָט אין דער וועלט צווישן די האָמאָסעקסואַליסטן?

בײַ דער געלעגנהייט ווענד איך זיך צו אַלע באמת געבילדעטע און פּראָגרעסיווע מענטשן, אומאָפּהענגיק פֿון זייער נאַציאָנאַליטעט, גלויבן און פּאָליטישע אָנשויונגען: ישׂראל, מיט אַלע זײַנע חסרונות, איז אַ מאָדערנע, פּראָגרעסיווע און דעמאָקראַטישע געזעלשאַפֿט, און „כאַמאַס‟, וואָס פּראַוועט אין עזה די לעצטע 16 יאָר, — איז די סאַמע רעאַקציאָנערע קראַפֿט אין הײַנטיקער וועלט.

דעם 7טן אָקטאָבער האָט „כאַמאַס‟ זיך אַרײַנגעריסן אין ישׂראל, דורכגעפֿירט אַ שרעקלעכע שחיטה קעגן די פֿרידלעכע ישׂראל־בירגער, אײַנוווינער פֿון אַן ערך 22 קיבוצים און האַלט נאָך ביז הײַנט אָפּ די איבער הונדערט ערבֿניקעס. ווער נאָך, אַז ניט ישׂראל האָט אַזוי מסוכּן געליטן און מוז געשטיצט ווערן פֿון אַלע ליבעראַלע, פּראָגרעסיוו־געשטימטע מענטשן אין זײַן יושרדיקן קאַמף קעגן דעם פֿינצטערן כּוח, וואָס זײַן הויפּט־ציל איז תּמיד געווען צו פֿאַרניכטן ישׂראל דורכן אָנפֿאַלן אויף אומשולדיקע בירגער און אויסנוצן די אײַנוווינער פֿון עזה ווי אַ לעבעדיקן שוצפֿאַרדעק.

יעווגעני קיסין

נאָוועמבער 27, 2023

Leave a comment