
זכריה שולמאַן (קאַנאַדע)
ס’איז דאָ אײן מאָל אױף דער װעלט אַזאַ בעקערײַ װי „חזקי’ס‟. כאָטש ס’איז אַ חסידיש געשעפֿט, קומען אַהין קונים פֿון אַלע עקן מאָנטרעאָל־אינדזל. ס’איז שטענדיק דאָרט אַ שטופּעניש און אַן ענגשאַפֿט, אַ רעשיק געמיש פֿון קולות און לשונות. סאַטמאַרער „מאַמיס‟ אָנגעלאָדן מיט פּעקלעך, דאַרע „היפּסטער‟־בחורים אין שטײַפֿע דזשינסן, יונגע פֿראַנצײזיש־רעדנדיקע פֿרױען אין דיקע שאַליקלעך — אַלע פֿילן זיך „הײַמיש‟ דאָ אין „חזקי’ס‟.
אַז מע קומט אין „חזקי’ס‟, זאָגט מען, מוז מען קומען מיט אַ לײדיקן בױך. הינטער דער װאַרעמער, פֿאַרנעפּלטער שױב פֿון דער וויטרינע ליגן אַזעלכע געשמאַקע אוצרות װי: די מילכיקע „קעז־קרױנען‟, אָנגעפֿילט מיט דעם שװערסטן, זיסטן צװאָרעך, װאָס איר האָט אַ מאָל אַרײַנגעלײגט אין מױל; די געדיכטע, פּערפֿעקט־רונדיקע „שאָקאָלאַדנע באַלעכלעך‟, די גרײס פֿון אַ פֿױסט; און אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, דער שעדעװער שבשעדעװער — די אַזױ גערופֿענע „רוסישע באַבקע‟, אַ קלעפּיק, גלאַנציק מײַסטערװערק פֿון צוקער, שאָקאָלאַד און הײװן.
אַז מײַן משפּחה האָט זיך איבערגעצױגן קײן מאָנטרעאָל, האָבן מיר זיך באַזעצט טאַקע נישט װײַט פֿון „חזקי’ס‟ אין דער זעלבער געגנט פֿון „מײַל־ענד‟. ס’איז דאָך נישט קײן קלײניקײט אױפֿצוהאָדעװען אַ קינד אױף ייִדיש הײַנט־צו־טאָג, אַז מע לעבט אויסער די פֿרומע קרײַזן. מע מוז שטענדיק אױסטראַכטן נײַע מיטלען אײַנצורעדן דאָס קינד, אַז דאָס מאַמע־לשון (אָדער אין דעם פֿאַל בעסער געזאָגט טאַטע־לשון) איז באמת װערט דער שטרעבונג זיך אַ ביסל אָפּזונדערן פֿונעם געװײנטלעכן לעבנס־שטראָם. אָט דערפֿאַר האָב איך אַרײַנגעבראַכט מײַן פֿינף־יעריק טעכטערל אין „חזקי’ס‟ אין די ערשטע טעג נאָך אונדזער אָנקומען אין שטאָט.
ס’איז געװען אָנהײב מאַרץ. װען אין אַנדערע שטעט פֿון צפֿון־אַמעריקע שפּראָצן זיך אַרױס יונגע בלימעלעך און גרעזעלעך, איז אין מאָנטרעאָל נאָך גוט קאַלט און שנײיִק. האַלטנדיק דאָס טעכטערל בײַ דער האַנט, בין איך אַרײַן אינעם דאַמפֿיק, הײס געשעפֿטל. מיר האָבן זיך געשטופּט און געשטורכעט צווישן דעם עולם. איך בין געגאַנגען גלײַך מיט אַרויסגעשטעקטע עלנבױגנס. מײַן טעכטערל, האָט זיך פֿליסיק געשלענגלט צװישן די ציצות פֿון די קונים. בײַ דער קאַסע האָב איך אַװדאי באַשטעלט אונדזער געבעקס אױף ייִדיש, אָבער די מײדלעך פֿון יענער זײַט סטאָיקע, דערהערנדיק מײַן נישט־חסדישן אַקצענט, האָבן מיר געענטפֿערט אױף דער היגער פֿראַנצײזיש־ענגלישער געמיש־שפּראַך. איך בין דאָך אַן עקשן, האָב איך װײַטער גערעדט מיט זײ נאָר אױף ייִדיש. דערצו האָט מײַן טאָכטער אָנגעהױבן זיך אומגעדולדיק באַקלאָגן הױך אױף אַ קול — אױף ייִדיש, — װען מיר זענען נישט תּיכּף אַרױס פֿון דער קראָם מיט די דעסערטן.
פּלוצעם איז פֿון דער קיך אַרױסגעלאָפֿן אַ הױכער חסדישער מאַנצביל. אױפֿן ערשטן בליק האָב איך געמײנט, אַז ס’איז דער „מענעדזשער‟ געקומען מאַכן שלום. זײַן גרױע באָרד איז געװען פֿאַרפּודערט מיט מעל. ער האָט געטראָגט אַ פֿאַרפֿלעקטן פֿאַרטעך אויסגעשמירט מיט אײַנגעמאַכטס און שאָקאָלאַד. װאָלט עס גאָר געקאָנט זײַן, צי איז עס טאַקע געווען חזקי אַלײן?
— שלום־עליכם! האָט ער אונדז באַגריסט מיט אַ ברײטן שמײכל. — פֿון װאַנען רעדט איר אַזאַ מין ייִדיש?
אָן אַ פֿאַרװאָס בין איך געװאָרן מיט אַ מאָל פֿאַרשטײנערט. װי אַזױ קאָן איך איבערגעבן אַזאַ לעבנס־געשיכטע אױף אײן פֿוס, װען עס שטײט נאָך מיר אַן אָטשערעד מענטשן?
— איך רעד ייִדיש פֿון דער הײם! האָט מײַן טעכטערל געענטפֿערט פֿאַר מיר.
— און אַזױ זיס רעדסטו! נאַט אײַך נאָך אַ קעסטל מיט פֿריש אָפּגעבאַקענע מאַנדל־קיכלעך. אַ מתּנה פֿון דער בעקערײַ!
דער חסד האָט מיר געגעבן די האַנט און מיר זענען אַװעק.
אױפֿן װעג אַהײם האָט מײַן טאָכטער גענאַשט די קיכעלעך.
— טאַטע! — װײַסע קרישקעלעך האָבן אַרומגעקלעפּט איר מױל און זענען געפֿאַלן אױפֿן שנײ. — איך װעל שטענדיק רעדן ייִדיש. ס’איז אַזאַ זיסע שפּראַך