דיכטער. געבוירן אין בריטשאַן, בעסאַראַביע. אין די יאָרן 1920־1946 געווען אַ העברעיִשער און ייִדישער לערער אין פֿאַרשיידענע שולן. אָנגעהויבן זיך דרוקן אין 1929. אין יאָר 1935 האָט לערנער זיך באַזעצט אין טשערנאָוויץ, געדרוקט לידער, אַרטיקלען וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר, אָפּהאַנדלונגען איבער טעאַטער־קונסט אין די זשורנאַלן ”די וואָך‟, שויבן“ (בוקאַרעשט), אויפֿגאַנג“, אין די ”טשערנאָוויצער בלעטער“ און אין אַנדערע אויסגאַבעס. אין 1936 איז אין בוקאַרעשט דערשינען זײַן ערשטע לידער־זאַמלונג ”דאָס געזאַנג פֿון הינטערגאַסן“, וועגן וועלכער די קריטיק האָט געשריבן, אַז זײַנע לידער זײַנען ”נאָענט צו פֿאָלקס־מאָטיוון“ און צייכענען זיך אויס מיט ”עכטער מוזיקאַלישקייט און חן פֿון שפּילעוודיקייט“. צוזאַמען מיט י. טראַכטענבערג האָט ער געשריבן סקעטשן פֿאַרן קליינקונסט־טעאַטער, באַזירט אויפֿן ייִדישן פֿאָלקלאָר. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט לערנער זיך געפֿונען אין טראַנסניסטריע, דערנאָך זיך אומגעקערט קיין טשערנאָוויץ. ען אין 1945 האָט זיך דאָרט בײַם געגנטלעכן הויז פֿון פֿאָלקס־שאַפֿונג אָרגאַניזירט אַ סעקציע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, איז לערנער באַשטימט געוואָרן פֿאַר איר סעקרעטאַר. סוף 1950ער יאָרן האָט ער זיך אָנגעהויבן דרוקן אין וואַרשעווער ”פֿאָלקס־שטימע“, מערסטן טייל פֿאָלקלאָר מאָטיוון (לידער, מעשׂהלעך, משלים). שוין אינעם ערשטן נומער פֿונעם זשורנאַל ”סאָוועטיש היימלאַנד“ (מאָסקווע, יולי־אויגוסט, 1961) איז ער געווען פֿאָרגעשטעלט מיט אַ ליד ”הער שוין אויף צו וויינען“, דערנאָך זײַנען געקומען אַנדערע פּובליקאַציעס. אין 1972 איז ער אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל.
יאָסל לערנער
דער ווינט איז הײַנט אַזוי גוט
דער ווינט איז הײַנט אַזוי גוט צו מיר און מילד,
ווי דײַנע שמייכלענדיקע אויגן אויפֿן בילד.
ער ברענגט מיר אָן פֿון ווײַטן
דאָס געזאַנג פֿון היימלאַנד באַנײַטן.
אַ טראָפּנדל פֿרייד פֿון מײַן דור, —
און דעם אַראָמאַט פֿון דײַנע האָר.
דעם ריטעם פֿון דײַנע רייד, די שטילע —
עמעצנס אַ געלײַטערטע תּפֿילה.
אַ פֿויגלס געטריל אין זײַן פֿלי,
אַ גרוס פֿון מײַן פֿאָלק אין זײַן מי, —
איך שטעל זיך פֿאַר אַלץ אויף די קני….
דער ווינט איז הײַנט אַזוי גוט צו מיר און מילד,
ווי דײַנע שמייכלענדיקע אויגן אויפֿן בילד.
דער הימל האָט אַ ים מיט טרערן
דער הימל האָט אַ ים מיט טרערן שוין פֿאַרגאָסן
אויף זײַנער און אויף אונדזער דאָליע.
עס איז אים קענטיק, גלײַך ווי אונדז,
אויפֿן האַרצן אָנגעזאָליעט…
ער קען זיך נישט געבן קיין עצה
ווי פֿון די וואָלקנס זיך שיצן,
זיי מאַכן אים טויב מיט די דונערס,
זיי מאַכן אים בלינד מיט די בליצן.
צי איז אים ווי אונדז נישט באַשערט נאָך
זיך פֿון די גרוילן באַפֿרײַען?
ווי מיר, קוקט ער אויס זײַנע אויגן,
סע לאָזט זיך דער דרויסן באַנײַען.
ווײַל קומען עס וועט דאָך דער גוטענקער ווינט
און די וואָלקנס פֿאַרשטויסן,
און ווידער זאָל שמייכלען דער גאַנצער אַרום —
צו אונדז,
און צו אים,
און צום דרויסן.
איך וועל צונויפֿקלײַבן
איך וועל צונויפֿקלײַבן די פֿאַלנדיקע שטערן
און זיי ברענגען צו דיר.
טו עפּעס פֿאַר זייערטוועגן.
דו הערסט,
זיי שרײַען בעטן זיך:
קערט אונדז אום דעם הימל.
מיר זײַנען זײַנע טרערן.
דאָ, אין דער ווינטער פֿרעמד
וועלן מיר אויסגיין אין בענקעניש
און אין צער.
מיר וועלן פֿאַרשטיינערט ווערן…
די שײַן וואָס צעשפּרייט בײַ אונדזער פֿאַלן
איז נאָך נישט פֿאַרגאַנגען.
עס ציטערן נאָך אין די הייכן
אונדזערע געזאַנגען…
וועל איך צונויפֿקלײַבן די פֿאַלנדיקע שטערן
און זיי ברענגען צו דיר —
טו עפּעס פֿאַר זייערטוועגן!
אין מײַנע געזאַנגען
אין מײַנע געזאַנגען האָב איך אײַנגעגראָבן
מײַן געזיכט.
רוף מיך
און ווי אַ קינד איך וועל דיר נאָכלויפֿן.
מײַן אויסגעבענקט געדיכט.
דאָס גערויש פֿון טאָג דערווײַטערט אונדז,
מאַכט אונדז מיד.
אַן אויסגעשעפּטער קום איך אָוונטצײַט צו זוכן רו
אין די דלתּ אמות פֿון מײַן ייִדיש ליד —
דעם נישט געמאָנטן —
וואָס האָט שוין אַ הימל איבער זײַן קאָפּ,
עס פֿעלן אים נאָר האָריזאָנטן…
גאָט פֿון אַבֿרהם
גאָט פֿון אַבֿרהם, פֿון יצחק און פֿון יעקבֿ!
כּורת־ברית מיט מיר.
ווי כּורת־ברית געווען האָסט מיט די אָבֿות.
פֿאַריאָג פֿון מײַן פֿענצטער די סאָוועס,
איך זאָל דערהערן דײַן קול־דממה־דקה!
גאָט פֿון ישיעהו, פֿון עמות און פֿון יונה!
מאַך מילדער מײַן האַרץ מיט אומרו,
ווי געמילדערט האָסט זייערע הערצער מיט צאָרן.
שענק מיר דעם מינדסטן דאָרן
פֿון זייערע נבֿיאישע קרוינען.
גאָט פֿון רב יהודה הלוי, אלחריזי און הײַנע!
לײַטער אויס מײַן אויג מיט זייער וויי.
לאָז רוען אויף מיר מיט חנינה
איין איינציקן שטראַל פֿון דער שכינה
וואָס דוס׳ט געלאָזט רוען אויף זיי.
גאָט פֿון ביאַליק, פֿון לייוויק און פֿון מאַנגער!
מײַן קאָפּ מאַך ניכטער,
מײַן אויער — געניט.
זאָלן די פֿידלען פֿון די געזאַלבטע פֿידלער
שפּילן אין מײַן געמיט!
ויהי בוקר
מיט הייליקע טריט גייט אַרום דאָ גאָט
און בענטשט יעדן נײַ־געקומענעם ייִד,
הערט זיך אײַן אין יעדן קלאַנג פֿון יעדן וואָרט אין עבֿרתּ.
ער קוקט אים טיף אין די אויגן אַרײַן
און שענקט אים אַ פֿולן בעכער מיט שײַן,
צעבליט זיך דער דרויסן מיט אַ גליקלעכן שמייכל:
שלום־עליכם! שלום־עליכם!
פֿון די בערג נידערט די רו אַראָפּ,
די רו פֿון אַן אייגענער היים — די טײַערסטע גאָב
וואָס דער מענטש פֿאַרמאָגט —
און עס לײַטערט זיך אויס דער הימל אין האַרץ
און עס טאָגט,
און אויסגעגלײַכט ווערט דער רוקן פֿון הויקער
און עס זינגען די בערג: ויהי בוקר!