מײַסטער־קלאַס פֿון פּראָזע בײַם „אַרבעטער־רינג‟

ווערק פֿון די צוהערער

אַ שטראַף

לובע לאַווראָוואַ (רוסלאַנד)

איך גיי פֿאַרטיפֿט אין מײַנע געדאַנקען צום יאַראָסלאַווסקי וואָקזאַל. פּלוצעם הער איך: „מיידל, שטעלט זיך אָפּ!‟ ס’איז אַ פּאָליציאַנט. איך האָב גאָר ניט באַמערקט דאָס רויטע ליכט אויפֿן פֿאַרקערלײַכטער און בין אַריבערגעגאַנגען די גאַס. איך וואָלט געוואָלט אַנטלויפֿן, אָבער דאָ שטייט אַ „זעקאָוואָזקע‟ [1] און לעבן איר — אַ צווייטער פּאָליציאַנט. נאַטירלעך, באַקום איך אַ שטראַף און מוז באַצאָלן אַ סכום וואָס איז קליין, אָבער די גאַנצע סיטואַציע איז אַ מיאוסע. „נו, פֿאַרפֿאַלן!‟ — טראַכט איך. פֿון כאַבאַר איז ניטאָ קיין רייד.

איך וואַרט ביז מע קען זען דעם שטראַף אין דער באַנק-אַפּליקאַציע, וואָס איז זייער באַקוועם, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַר דער מלוכה. סוף כּל סוף קומט דער שטראַף אָן און איך קוק אויף די פּרטים. דער שטראַף איז אויסגעשריבן אויפֿן נאָמען פֿון אַן אומבאַקאַנטן מאַן און וועגן אַן אַנדער קליין פֿאַרברעכן בנוגע אַן אויטאָמאָביל. ס’איז דאָ וואַרשײַנלעך דערלאָזט געוואָרן אַ טעות.

איך דערצייל די גאַנצע מעשׂה מײַן מאַן. כּמעט ווי אַ שתּדלן אין אַמאָליקע צײַטן, שרײַבט ער גיך אָן אַן עלעקטראָנישע בּקשה און שיקט זי קיין פּאָליציע. טאַקע זייער באַקוועם, נאָר שוין פֿאַר אונדז.

באַלד רופֿט מיך אָן דער פּאָליציאַנט, וואָס ער האָט מיר פֿריִער געהייסן זיך אָפּשטעלן. ער זאָגט, אַז מע האָט געמאַכט אַ טעות און איך בין פּטור געוואָרן פֿון דעם שטראַף. נאָך מער: ער אַנטשולדיקט זיך אַפֿילו. געוויינטלעך, די פּאָליציאַנטן אין רוסלאַנד אַנטשולדיקן זיך קיין מאָל ניט.

איך דערצייל וועגן דעם געשעעניש אינעם סעמינאַר, וווּ מיר אַרבעטן איבער דער ביאָגראַפֿיע פֿונעם ריבניצער רבין. די קאָלעגן לאַכן, ווײַל זיי דערקענען די סיטואַציע. אונדזער פּראָפֿעסאָר דערקלערט, אַז זיי זײַנען געווען עדות פֿון אַ סך אַזעלכע מעשׂים־טובֿים אין דער צײַט פֿון זייערע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס קיין ריבניצע אין מאָלדאָווע. דער רבי האָט זיי געהאָלפֿן, ווען ס’איז ניט געווען קיין אויטאָמאָביל, למשל.

אָבער די וויכטיקסטע זאַך איז געווען, אַז דער רבי פֿלעגט ראַטעוועט — נאָך אין דעם ראַטן-פֿאַרבאַנד — די ייִדן, וואָס זיי זײַנען געזעסן אין תּפֿיסה און האָבן געהאַט פּראָבלעמעס מיט דער מלוכה. מעגלעך דערפֿאַר האָט ער אויך מיר געהאָלפֿן.

[1] זעקאָוואָזקע — אַ פֿאַרמאַכטער ספּעציאַליזירטער אויטאָ, איבערצופֿירן די תּפֿיסהניקעס


דאָס שפּינװעבס

עשקע קירזאַנע (פֿאַראייניקטע שטאַטן)

אַרײַנקוקנדיק אינעם שפּיגל, האָט מעליסאַ געטאָן אַ זיפֿץ. פֿאַרשמירט איז ער, װי אַלעמאָל, מיט פּאַסן צײנפּאַסטע, װאָס קריכן װי שלײערלעך איבער דער גלאַטער אײבערפֿלאַך. זי האָט גענומען שײַערן דעם שפּיגל, ענערגיש געריבן, און דערבײַ האָט זי גערעדט אונטער דער נאָז װעגן די קינדער אירע, די צעבאַלעוועטע, װאָס שפּילן זיך אין דעם דערבײַיִקן צימער.

דער װאַשצימער איז געװען אַ קלײנער, נאָר מיט אַ שײנעם, גרױסן פֿענצטער און דורך אים האָט מען געקענט זען די אױטאָס, װאָס פֿאָרן אױפֿן שאָסײ, יאָגן אין שטאָט װי פֿערדפֿליגן.

מעליסאַ האָט זיך אױסגעדרײט צום שפּיגל און עפּעס האָט צוגעצויגן איר אויפֿמערק; עפּעס אַן אָפּגלאַנץ אין איר רעפֿלעקציע, װי שטױב פֿון אַ פֿעעלע. װען מעליסאַ מאַכט נאָר אַ ריר מיטן קאָפּ זעט עס אויס װי אײנע פֿון אירע הערעלעך וואָלט געשפּינט געװאָרן אין טײַערן זילבער. זי האָט געגעבן אַ שאָקל מיטן קאָפּ און האָט אַ שמײכל געטאָן. דאָס הערעלע איז געװאָרן װי אַ פּאַס זונענשײַן אין איר טונקעלען קאָפּ.

קינדװײַז, געדענקט זי, האָט די מאַמע געפֿאַרבט די האָר, נאָר מעליסאַ האָט געזען אַנדערע פֿרױען מיט פֿולע קעפּ װײַסע האָר װי גרױסע װײכע װאַטע־⁠באַלעכלעך. און זי האָט זיך געשװאָרן, אַז װען זי װעט זיך עלטערן, װעט זי קײנמאָל נישט פֿאַרבן די האָר, זי װעט די האָר לאָזן װײַס, װי זיי װאַקסן נאָר, און שטאָלצירן מיט איר פֿיל־יאָריקײט — די חכמה און חן פֿון זײַן אין די יאָרן.

און איצטער אַ הערעלע אַ װײַס׳, שװער פֿאַרדינט פֿון האָדעװען די קינדער. זי ציט עס אױס נאָר צו זען עס אַ ביסל קלאָרער, אָפּגעטיילט פֿון די אַנדערע הערעלעך. װי װײַס דאָס איז נאָר! שױן אײן מאָל אַ װײַס הערעלע! און װי גיך עס איז געװאָרן װײַס, נעכטן איז עס געװען שװאַרץ װי טינט!

גלײַכט זי עס אױס און באַװוּנדערט די שײנהײט. באַװוּנדערט, אָבער קאָן אױך ניט גלײבן, אַז עס װאַקסט פֿון איר קאָפּ, איר יונגן קאָפּ, אַ קאָפּ פֿון אַ פֿרױ, אַליין ניט אַזױ גאָר עלטער פֿון אירע קינדער. געװען איז זי אַ קינד מיט צװאַנציק יאָר צוריק. געבליבן איז זי נאָך אַלץ אַ קינד, אין איר אײגענעם זעלבסטפֿאַרשטאַנד, נאָר אַ קינד אין דער ראָלע פֿון אַ מאַמע… װען זשע איז דאָס געשען?

גלײַכט זי עס אױס, דאָס הערעלע, און מיט אַ מאָל גיט זי אַ צי אַזש צום אַרויסרײַסן עס פֿון קאָפּ. װיקלט זי דאָס הערעלע אַרום איר פֿינגער. ס׳איז ניט דעליקאַט, װי אַ שפּינװעבס, נאָר שטאַרקער װי זי האָט דערװאַרט. זי באַטראַכט דאָס װײַסע הערעלע אַ װײַלע ביז זי הערט ווי די קינדער אַמפּערן זיך װעגן עפּעס אַ שפּילכל. זי טוט

.נאָך אַ זיפֿץ און לייגט דאָס הערעלע אָפּ אין טאַש אױף שפּעטער, גאָר אױף שפּעטער


װעגװײַזער צום אַסטעראָיִד־פּאַס‟
(אויסצוג)

דזשײק שנײַדער (דײַטשלאַנד)

אַרײַנפֿיר
יעדער באַזוכער צום אַסטעראָיִד־פּאַס װײסט שױן, פֿאַרשטײט זיך, פֿון די בלאַנקענדיקע גאָלדענע קראַטערס אױף פּסיכע 16, אַלעמאָל קאָפּ אױף קאָפּ, דאָס הײסט, קני אױף קני מיט פֿאַרליבטע פּאָרלעך, פֿאָרלײגנדיק חתונות. משפּחות אױף װאַקאַציעס היפּן קײנמאָל נישט איבער דעם טראַמפּאָלין־פּאַרק אױף װעסטע 4 מיט די שמײכלענדיקע קינדערלעך, װאָס שפּרינגען שיִער נישט אַרױס אין קאָסמאָס. צו יעדן טעפּל איז דאָ, דאַכט זיך, אַ שטערצל.

נאָר פֿאַר די ראַפֿינירטע קולטור־קענערס, די עקספּעדיציאָנערן װעלכע, בעת די נסיעות אױף דער ערד, װאָלטן זײ געװאָלט אַנטדעקן עפּעס אַ פֿאַרגעסענעם, פֿאַרצײַטיקן טעמפּל אין רעגנװאַלד צי פֿאַרזוכן העק־שפּעציעלס אין די אָרטיקע רעסטאָראַנדלעך — פֿאַר זײ, אַ פּנים, זעט אױס דער אַרכיפּעלאַג צװישן מאַרס און יופּיטער װי אַ פּוסטע, אַפֿילו נודנע װיסטעניש. חס־ושלום! אױך דװקא פֿאַר זײ איז פֿאַראַן אַ פּאַסיקער אַסטעראָיִד, ממש װי צוגעמאָסטן. אַ ייִדישער. הײסן הײסט ער גאָלאָס 36.

נאָמען

װי אַלע באַצײכענונגען פֿון אַסטעראָיִדן באַשטײט „גאָלאָס 36“ פֿון צװײ טײלן: דער נאָמען (גאָלאָס) און די צאָל (36). די צאָל זאָגט אױס דעם סדר, אין װעלכן מענטשן האָבן ערשט אַנטדעקט די אַסטעראָיִדן. דער נאָמען מעג זײַן אַבי אַ װאָרט. װײַל אַ סך אַסטעראָיִד־נעמען שטאַמען פֿון גריכיש צי לאַטײַן, האָבן די אײַנװױנערס באַלד באַשלאָסן צוגעבן דעם ייִדישן װאָרט „גלות“ אַ פּסעװדאָ־גריכישן טעם. זײער װיץ האָט מען שפּעטער אָפֿיציעל פֿאַראײביקט.

אַ חוץ דעם האָט גאָלאָס כּלערלײ צונעמענישן, למשל „עק װעלט“, „קרית שטענצל“ און „נײַ־בערלין“.

געשיכטע
דער געדאַנק צו באַזעצן זיך אױף גאָלאָס 36 שטאַמט לכתּחילה פֿון דער „פֿרײַלאַנד־ליגע פֿאַר ייִדישער טעריטאָריאַליסטישער קאָלאָניזאַציע“ אינעם יאָר 1933. אין יענער צײַט האָבן אירע גרינדערס — מיזרח־אײראָפּעיִשע אימיגראַנטן אין בערלין — באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז נישטאָ אױף דער גאָרער ערד קײן באַװױנעװדיק „פֿרײַלאַנד“, װוּ די ייִדישע פּליטים װאָלטן זיך געקענט צונױפֿקומען און ממשיך זײַן מיט זײער שפּראַך און קולטור. אַלע פּאַסיקע טעריטאָריעס זענען שױן געװען באַזעצט פֿון אַנדערע פֿעלקער.

האָט די „ליגע‟ במשך פֿונעם קריזיס אײַנגעפֿרױרן לעבעדיקערהײט בערך טױזנט פֿאַרצװײפֿלטע ייִדישע בעלנים אין אַ שװײצער גלעטשער. אם־ירצה־השם אין אַ שפּעטערדיקן דור, כּל־זמן מ’וועט אַנטװיקלען די טעכנאָלאָגיעס, װעט מען קאָלאָניזירן עפּעס אַ נײַע װעלט און דאָרט אַדורכפֿירן אַ תּחית־המתים. פֿון דעמאָלט אָן האָט מען געביטן דעם נאָמען פֿון פֿאַראײן אויף „פֿרײַװעלט־ליגע פֿאַר ייִדישער קריאָגענישער קאָלאָניזאַציע“.

נאָך צװײ הונדערט יאָר פֿאַרמאָגט מען איצט יאָ די טעכנאָלאָגיעס װי אױך אַן אײַנגעוווינטן אַסטעראָיִד, נאָר נישט קײן לעבעדיקע בעלנים, װאָס זאָלן מסכּים זײַן צו פֿאַרלאָזן די ערד. האָט דער 7טער װעלטליגער רבי געפּסקנט, אַז די צײַט איז געקומען פֿאַרן עולם־הבא. און אַזױ איז געשען דאָס געשמעלץ.


נצרת

שמואל-לייב אָגין (ענגלאַנד)

שפּעט בײַ נאַכט זײַנען די גאַסן אין אַלט־נצרת באַלױכטן דורך פּרעכטיק־שײנע לאַמטערנס, יעדער אײנער באַדעקט מיט אַ געװאַנט פֿון רױט און געל. די צװײ מענטשן אָבער, װאָס גייען אײַליק אַדורך די ענגע גאַס, וועלכע הײבט זיך אָן פֿונעם רעסטאָראַן „בײַאַט“ און פֿירט פֿאַרבײַ דעם האָטעל „בית מישעל“, טראַכטן נישט װעגן דער שײנקײט און שטילקײט פֿונעם װעג.

מאַשאַ זאָרגט זיך. זי קען נישט פֿאַרשטײן, װי אַזױ זי האָט נישט אַ קוק געטאָן אױף דער צײַט. זײ זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען דעם האָטעל „בית מישעל“ און סאַם האָט גענומען גיין נאָך גיכער.

„לױף נישט אַזױ גיך“, האָט מאַשאַ געשריגן. סאַם האָט דערהערט איר דאגה. ער האָט זיך אָפּגעשטעלט. „ס׳איז כּמעט עלף אַ זײגער“, האָט ער זיך פֿאַרענטפֿערט. „דײַן אַכסניא פֿאַרמאַכט זיך עלף אַ זײגער, נײן? דאָס איז װאָס דו האָסט געזאָגט?“ ער האָט זיך אױך דערמאָנט אין דעם צוגאָבלעכן פּרט, װאָס מאַשאַ האָט געזאָגט פֿריִער, דאָס הײסט, װען מע פֿאַרשליסט בײַ נאַכט די טירן פֿון איר אַכסניא, װאָס איז זײער אַ ביליקע, װערט עס אוממעגלעך אַרײַנצוגײן. „זײ װעלן אַפֿילו נישט ענטפֿערן אויף דעם טעלעפֿאָן.“

צוזאַמען האָבן זײ געאײַלט װײַטער און, נאָך צװײ ראָגן, זײַנען זײ פֿאַרסאָפּעט געשטאַנען אַנטקעגן די פֿאַרמאַכטע הױפּטטירן פֿון דער אַכסניא „פֿאָזי אַזאַר“. „צום באַדױערן, איז דאָס נישט קײן חידוש“, האָט סאַם געכאָרכלט. „ס׳איז שױן צען מינוט נאָך עלף. װאָס טוט מען?“ מאַשאַ האָט אױסגעזען אַ ביסל אַ דערשראָקענע.

„װאָס מײנסטו װעגן דעם“, האָט סאַם געשטאַמלט נאָך אַ שװערער רגע. „מײַן צימער אין האָטעל „בית מישעל“ איז אַ גרױסער, כאָטש ער האָט נאָר אײן ב…“

„איך געדענק“, האָט זי אים איבערגעהאַקט, „ס׳איז דאָ נאָך אַ טיר, אַ הױפֿטיר, אַרום דעם דאָזיקן ראָג. אפֿשר װעט עמעצער מיך דערהערן.“

אין דער טיפֿער שטילקײט פֿון דער אַלטשטאָט, האָט מאַשאַ אָנגעקלאַפּט אין דער קלײנער הילצערנער הױפֿטיר װי אַ משוגענע קעסלפּױקערין און אױסגעשריגן „האַלאָ! האַלאָ!“


אַ פֿינצטערע מעשׂה

אלי שאַרפֿשטיין (ישׂראל)

אין דעם פּאָדוואַל איז געווען שטיל, ווי אויף אַ בית־הקבֿרות. מ’האָט געקאָנט הערן אַ פֿאַרבײַ־פֿליִענדיקע פֿליג. אָבער אַפֿילו אַ פֿליג וואָלט זיך ניט פֿאַרבלאָנדזשעט אויפֿן וועג צו דעם פֿינצטערן קעלער, פֿול מיט דומפּיקע ריחות און שאַרפֿע געשטאַנקען פֿון מײַז און שטשורעס.

ווער האָט אים געצויגן פֿאַר דער צונג, זיך אויספֿײַנען פֿאַר די שקאָצים, ייִנגלעך פֿון זײַן הויף, און דערווײַזן זיי, אַז ער’ז ניט פֿויל מאַכן אַ „פּראָמענאַדע‟ פֿון צען מינוט אין דעם אונטערערדישן גהינום? האָט ער זיך „פֿאַרבענקט‟ נאָך פֿאַרחושכדיקע ערטער מיט עקלדיקע ריחות און פּאַסקודנע חיות? טאַקע ניין.

נאָר אַ וואָרט איז אַ וואָרט. ער, אַ בר-מיצווה־בחור, האָט ניט געקענט אַרויסבאַווײַזן זײַן שוואַכקייט פֿאַר די הויף־חבֿרים. ער איז אַראָפּגעגאַנגען מיט צאַפּלדיקע טריט אויף די קאַלטע בעטאָן־טרעפּלעך, אַרײַנגעדרונגען דורך אַ שמאָלן קאָרידאָר מיט נידעריקע באַלקנס, און פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין דער פֿינצטער.

די שקאָצים פֿון זײַן הויף, וואָס זענען שוין געווען געניטע פּאָדוואַל־גייערס, האָבן דערציילט נסים־ונפֿלאָות פֿון דעם מורה־שחורהדיק אָרט. זיי האָבן זיך באַרימט פֿאַר אים, ווי זיי האָבן געבראַכט זייערע „שיקסעס‟ אינעם שוואַרצן קעלער, און שטייענדיק אין פֿולן חושך, „פֿאַרבראַכט‟ דאָרט מיט קושערײַ, טאָפּערײַ און… נאָך מער. ער’ז זיכער געווען, אַז זיי האָבן געהאַקט ליגנס, נאָר קיין דערלײַכטערונג פֿון די־אָ מחשבֿות האָט ער ניט געפֿילט. פֿאַרקערט, ס’איז אים אַפֿילו געוואָרן גוט קאַלאַמוטנע און זײַן גאַנץ לײַב האָט געשוידערט און זיך קעגנגעשטעלט…

אין איין רגע באַשליסט ער צו מבֿטל מאַכן דעם שטות, און מיט איין שפּרונג רײַסט ער זיך אַרויס פֿון חושך צום אור.


אַ טרוים וועגן פֿאַרשוווּנדענער ווילנע

געווידמעט גריגאָרי קאַנאָוויטשן

דיאַנע שפּירא

מײַן ווילנע… האָסט מיר זיך געחלומט נאָך אין אַ וויגעלע, נאָך איידער איך האָב זיך באַקענט מיט דײַנע שמאָלע געסלעך, דײַנע רויטע דעכער, אײַנגעהילטע מיט געהיימעניש, מיט דײַנע שטילע קרישטאָלענע טײַכן, גרינע וועלדער, בערג און טאָלן.

ווידער פֿאַלט און פֿאַלט אַ שניי איבער זיי און איבער די קבֿרים. ווי געוויינטלעך, דערמאָן איך זיך אין מײַן ערשטער ווילנער היים, דער אַלטער שטאָטישער אַכסניא פֿול מיט חסד. מילדע ייִדישע ווערטער פֿון דער אָקאָליצע מישן זיך צונויף אין מײַן קאָפּ מיט קלאַסישער מוזיק. דורך די יאָרן, יסורים און נסים פֿאַרכאַפּן מיך און ברענגען צוריק אַהיים, צו דער שיינקייט פֿון מײַן געליבטער און לאַנג פֿאַרשוווּנדענער שטאָט. מכּמה־וכּמה שנים זע איך ווידער אין חלומות ניט־אויסגעטראַכטע סיוזשעטן.

— אײַער קאַווע, ר’ דוד! איך גלייב טאַקע באמת, אַז מיט מײַן געשמאַקסטער אין ווילנאָ קאַווע, וועט איר צום סוף מאַכן אַ גרויסן אוספּעך און אַפֿילו אָפּלײזן אַ פּאָר גראָשנס פֿון אײַער שרײַבן. נו, זײַט איר מרוצה פֿון אײַערע געשעפֿטן? וואָס שרײַבט אַ ייִד?
— איך שרײַב אַ נײַע פּאָעמע וועגן אונדזער ווילנע.
— !Bardzo panu za to dziekuje
— וואָס פֿאַר אַ חידוש! איך אווואַזשאַי זייער אַזאַ געטרײַשאַפֿט… אָבער אויב איר וואָלט מיך געהערט, טײַערער ר’ דוד, מיט אײַער שרײַבערישן טאַלאַנט וואָלט איר געקאָנט שרײַבן עפּעס ממש וואַזשנע, עפּעס פֿאַר דער הנהגה, דער גרויסער וועלט, פֿאַר אַמעריקע… און אפֿשר זיך קויפֿן אַ נײַעם מאַנטל… קוקט אין דעם פֿענצטער, דער ווינטער איז אָנגעקומען אין אונדזער ווילנאָ…

(רעדנדיק וועגן ווילנע האָבן די צדדים־שכּנגד שטאַרק באַטאָנט דאָס וואָרט „אונדזער‟ מיט גאווה).

… אַגבֿ, איך וויל ניט אָביזשאַיען… איך ווייס, איר זײַט אַ געלערנטער ייִד, הגם סײַ די וואַרשעווער און סײַ די ווילנער אוניווערסיטעטן האָבן אײַך ניט באַקומען צוליב אַ געוויסער סיבה… אָבער קוקט זיך צו! אין ווילנאָ זײַנען דאָ מער קירכן ווי אין רױם. אויב ס’איז באמת „אײַער ווילנע‟, טאָ פֿאַר וואָס זשע שטייט דער באַרג פֿון דרײַ קרײַצן אָט דאָ, אויף דעם רעכטן ברעג פֿון אונדזעררר ווילניעלע?! טוט אַ טראַכט, כ’וועל אײַך דערווײַל מאַכן נאָך אַ קאַווע.

דעמאָלט האָב איך ניט געהאַט קיין ענטפֿערס פֿאַר די אָנהערענישן און רעטענישפֿולע פֿראַגעס פֿון דעם גוט־האַרציקן פּויליש־רעדנדיקן באָראָדאַטש, פּאַן יאַצעקס, אַ חוץ דעם, וואָס מײַנע טאַטע־מאַמע, באָבע־זיידע וגם מומע רחל האָבן אַזש פֿון מײַן געבוירן־טאָג אָן און אַפֿילו פֿריִער, געוואָלט זיך דערקלײַבן צו דער שטאָט פֿון „אונדזער עבֿר און האָפֿענונג‟, פֿון תּפֿילות, פֿון דער גרעסטער ייִדישער חכמה און לערנונג, מיט איין וואָרט — דער שטאָט פֿון אונדזערע חלומות…


דער טואַלעט

ראובֿן שרוני

מיט אַ מאָל האָט זיך געעפֿנט די טיר.

עס איז געווען פֿינצטער אין דרויסן, ווען גאָט אַליין שלאָפֿט נאָך און זײַענדיק נאָך האַלב שלעפֿעריק, האָב איך געזען אירע צעשויבערטע האָר, ווי שטענדיק אָנגעטאָן אין טראַנטעס און געהערט איר פּלאַפּלערײַ: „אוי, פֿרעג נישט, איך האָב נישט צוגעמאַכט מיט קיין אויג. דו דאַרפֿסט אויפֿשטיין די מינוט. אין פּינטשעוו טאָגט שוין. מיר ווילן נישט בטלען דעם גאַנצן טאָג. האָף איך, אַז דו געדענקסט מײַן בקשה צו קריגן דײַן הילף הײַנט‟. אָפּגעזאָגט דאָס איריקע, איז די באָבע נעלם געוואָרן איך קיך. אַוודאי האָב איך געדענקט. מיר זענען שוין געקראָכן פֿון האַלדז אירע טענות.

איך האָב תּמיד געדענקט אַזעלכע „באַדערפֿענישן‟. אין די צײַטן, ווען מיר זענען געווען גרויסע דלפֿנים, פֿלעגט די באָבע שיקן מיך אין קראָם צו קויפֿן זויערע אוגערקעס. „און פֿאַרגעס נישט‟, האָט זי נאָכגעשריִען, „צו בעטן פֿאַר עקסטרע ראָסל! שעם זיך נישט!‟. ערשט מיט אַ  פּאָר טעג צוריק האָבן מיר זיך אַרײַנגעצויגן אינעם נײַעם הויז. ס׳געווען אַ לאַנגע און שמאָלע שטוב אַזוי ווי שיר-המעלות, צעטיילט אויף צוויי דירות. מיר האָבן געדונגען די אייבערשטע דירה, וואָס איז געווען אַ סך בעסער — מיט אַ פּאַדלאָגע און עלעקטריע. אַליין האָבן מיר געוווינט אין דער הינטערשטער דירה, וואָס האָט נישט געהאַט אַזעלכע מותרות. ווי מע זאָגט, אַן אָרעמער בעל-הבית איז פֿאָרט אַ בעל-הבית. אָבער ביידע דירות האָבן נאָך נישט געהאַט קיין טואַלעט.

דאָס אָרט צו גראָבן דעם גרוב איז אויסגעקליבן געוואָרן צו זײַן אויף דער גרענעץ מיט אונדזערע שכנים. דער פּלאַן, איידל גערעדט, איז זיי אין גאַנצן נישט געפֿעלן געוואָרן. אָבער זיך אָפּזאָגן פֿון פֿריִער, איז ווי אויסנייען לעכלעך. דאָס איז די סיבה פֿאַרן בעטן „הילף‟ בײַ מיר. טאָמער איז דאָס נאָך ווייניק געווען, האָב איך אָפּגעמאַכט פֿון פֿריִער מיט עטלעכע קרעפֿטיקע חבֿרים מײַנע אַרײַנצוכאַפּן זיך צו אונדז מיט אַ וויזיט הײַנט.

מיר האָבן פּלאַנירט צו גראָבן תּיכּף נאָך שחרית. עס האָט גערעגנט די גאַנצע נאַכט און מיר האָבן געטראַכט, אַז עס וועט זײַן אַ לײַכטע אַרבעט. אָבער דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. די שכנים אונדזערע האָבן אויך זיך געגרייט צו אַזאַ „יום־טובֿ‟, און זיי זענען געווען לכל-הפּחות פֿיר מענטשן קעגן נאָר צוויי מענער און אַ פֿרוי פֿון אונדזער צד. מיר האָבן געבראַכט די שופֿלען, אָבער די שכנים זענען געשטאַנען אויפֿן אָרט און נישט געלאָזט אונדז צו גראָבן. לכתּחילה זענען געווען נאָר דיבורים. מיר האָבן געטענהט, אַז עס איז כּשר-וישר, ווײַל מיר זענען אין אונדזער הויף. זיי האָבן זיך געקלאָגט, אַז דער טואַלעט וועט זײַן זייער נאָענט צו זייער קיך און צוליב די ריחות זענען זיי צו דעם לחלוטין נישט מסכּים. גאָר אין גיכן האָט דער וויכּוח זיך אַנטוויקלט אין אַ טומל מיט געשרייען, שפּײַען און שטופּן, און אָט האָט מען שוין אָנגעהויבן זיך צו שלאָגן — און די באָבע בתוכם. אַלע שכנים פֿון דער געגנט האָבן אונדז אַרומגערינגלט. נאָך עטלעכע ניט-געראָטענע פּרוּוון אָפּשטעלן דאָס געשלעג האָט עמעצער גערופֿן די פּאָליציי. איידער וואָס און ווען זענען געקומען צוויי פּאָליציאַנטן הויכע, ווי ריזן פֿון אַ לעגענדע, און כּדי אָפּצושטעלן די מהומה, האָבן די צוויי ערלים קיין אַנדער ברירה נישט געהאַט ווי נאָר אַרעסטירן דעם זון פֿון אונדזערע שכנים און … די באָבע.

אַ מזל, וואָס דאָס גאַנצע געשעעניש איז פֿאָרגעקומען אין אַ מיטוואָך און אויף מאָרגן זענען זיי ביידע צוריקגעקומען אַהיים.

וועגן דער צײַט אין דער תּפֿיסה פֿלעגט די באָבע דערציילן אָן אַ שיעור. אָבער די וויכטיקסטע זאַך פֿאַר איר איז געווען, אַז זי האָט נאָך געהאַט איבער גענוג צײַט זיך צוגרייטן צו שבת, ווי געהער צו זײַן, מיט אַ מחיהדיקן און שפּאָגל־נײַעם טואַלעט אין דרויסן.

און די שכנים, פֿרעגט איר? אינעם זעלבן אינדערפֿרי איז אַ שילד אויסגעהאָנגען געוואָרן אויף דער וואַנט פֿון זייערער שטוב בזה-הלשון: „צום פֿאַרקויף‟.

Leave a comment