פּלאָנטער און טײַטש
הײַנט וואָלט איך געוואָלט צוציִען אײַער אַכט צו אַ ריי ווערטער, וואָס זייער זינען ווערט אָפֿט פֿאַרדרייט און נישט ריכטיק פֿאַרטײַטשט. למשל, דער שטראַף און די שטראָף. וואָס איז דער אונטערשייד?
דעם שטראַף שרײַבט מען אויס אויפֿן נאָמען פֿון אַ סוביעקט, און די שטראָף לייגט מען אַרויף אויפֿן סוביעקט אין נאָמען פֿון… אויב דער „שטראַף‟ איז בדרך־כּלל אַ פֿינאַנציעלע באַשטראָפֿונג, איז די „שטראָף‟ — אַ מער מאָראַלישע באַשטראָפֿונג, אַ גזר-דין, אַ האַרבער פּסק, וואָס ווערט אַראָפּגעלאָזט פֿון הימל.
דער פּאָליציאַנט האָט אויסגעשריבן דעם שטראַף אויפֿן נאָמען פֿונעם פּאַרשוין, וואָס האָט מיט זײַן שלעכטער אויפֿפֿירונג געשטערט דורכצופֿירן די אונטערנעמונג.
דער שטראַף איז אַרויפֿגעלייגט געוואָרן אין נאָמען פֿון דעם מישפּט־באַשלוס.
פֿאַר זײַנע זינד איז אים אויסגעקומען צו באַצאָלן אַ גרויסע שטראָף.
נישט פֿאַר יעדן שטאָך קומט אַ שטראָף.
גאָט זאָל אָפּהיטן פֿאַר אויסגעפֿאַלענער שטראָף.דער שטראַף איז אַרויפֿגעלייגט געוואָרן אין נאָמען פֿון דעם מישפּט־באַשלוס.
דער רבי האָט געמאַכט אַ ברכה איבער אַ פֿולן כּוס ווײַן.
אויף יום־כּיפּור איז די שיל געווען פֿיל־געפּאַקט מיט ייִדן.
פֿיל יאָרן האָט ער נישט דערציילט וועגן דעם איבערגעלעבטן אין לאַגער; זײַן האַרץ איז געווען פֿול מיט ווייטיק.
*
פֿול און פֿיל
„פֿול‟, מיינט, מאַכן אַ כּלי פֿול מיט אַ פֿליסיקייט.
„פֿיל‟, מיינט, אַ סך.
דער רבי האָט געמאַכט אַ ברכה איבער אַ פֿולן כּוס ווײַן.
אויף יום־כּיפּור איז די שיל געווען פֿיל־געפּאַקט מיט ייִדן.
פֿיל יאָרן האָט ער נישט דערציילט וועגן דעם איבערגעלעבטן אין לאַגער; זײַן האַרץ איז געווען פֿול מיט ווייטיק.
צו מאָל ווערט געמאַכט אַ פּלאָנטער בײַם אויסנוצן די ווערטער „זאָגן‟ און „דערציילן‟, בפֿרט בײַ יענע, וועמענס ערשטע שפּראַך איז ענגליש. דאָס ענגלישע וואָרט Tell, קאָן גענוצט ווערן סײַ ווי „זאָגן‟ און סײַ ווי „דערציילן‟.
אין ייִדיש קאָן מען „זאָגן אַ ליגן‟ און „דערציילן אַ ליגן‟, אָבער אַ מעשׂה קאָן מען נאָר דערציילן. דערציילן מיינט דאָך עפּעס אויסלייגן לאַנג; דערפֿון האָט זיך טאַקע גענומען דער ליטעראַטור־זשאַנער — „דערציילונג‟ און „דערציילער‟.
דאָס וואָרט „זאָגן‟ איז באַזונדערס פֿאַרשפּרייט אין אַ ליטעראַטור־דיאַלאָג, ווען מע וויל באַטאָנען ווער און וואָס האָט געזאָגט.
צום וואָרט „זאָגן‟ האָבן זיך גוט „צוגעקלעפּט‟ פֿאַרשיידענע פּרעפֿיקסן, וואָס האָבן אין תּוך געביטן דעם זין פֿון וואָרט:
אונטערזאָגן, צוזאָגן, אָנזאָגן (אַ גוטע בשׂורה), מיטזאָגן, פֿאַרזאָגן (הייסן, פֿאַרווערן), פֿאָרזאָגן (די טרעפֿערקע האָט אים פֿאָרגעזאָגט אַן גוט־מזל), אַרײַנזאָגן (ביזן זיבעטן ריפּ, ער זאָל פֿאַרגעדענקען)…
מיט האַרציקע גרוסן,
לאַפּסוס־קאַקטוס!