דער פּאָפּוגײַ טעאָדאָר, וואָס האָט געשריגן: „פּאָגר…ר…ר…אָם!‟

משה לעמסטער

אין אַ ייִדיש שטעטל, אין רוסלאַנד ערגעץ
האָט געוווינט אַ פּאָפּוגײַ בײַ אַ משפּחה צען יאָר
ער פֿלעגט אויסרעדן אַ 20 ייִדישע ווערטער
און געהאַט דעם נאָמען טעאָדאָר.

— טעאָדאָר, זאָג, „נשמה‟ — זאָגט ער: „נשמה‟,
זאָג: „געפֿילטע פֿיש‟ — „געפֿילטע פֿיש‟…
פֿאַר זײַן רעדן באַקומט ער זיסקייטן תּמיד:
ראָזשינקעס, מאַנדלען צי זיסן קישמיש.

אין אַ טאָג האָט דאָ אַ פּאָגראָם אויסגעבראָכן
מ’הרגעט ייִדן אין שטוב, אין הויף, אויפֿן בוידעם
מ’האָט פֿון די געשעפֿטן אַלץ אַרויסגעטראָגן
פֿעדערן זענען העכער פֿון קלויסטער געפֿלויגן.

מע האָט געוואָלט דעם פּאָפּוגײַ אויכעט קעפּן
ער רײַסט זיך אַרויס און באַהאַלט זיך אין קאָרן.
פֿאַר שרעק פֿאַרגעסן די 20 ייִדישע ווערטער,
נאָר איין וואָרט — „פּאָגר…ר…ר…אָם!‟ — בלײַבט אין זכּרון.

מ’האָט געטייט דעם מאַן און אויכעט זײַן ווײַבל,
בײַ וועמען דער פּאָפּוגײַ האָט צען יאָר געוווינט,
האָט ער אַ נעסט פֿון שטיקעלעך לײַוונט
אונטער אַ דאַך פֿאַר זיך אויסגעבויט…

און יעדן טאָג זענען געוועזן לוויות
מע האָט געוויינט און שיבֿעה געזעסן…
נאָר דאָס לעבן גייט ווײַטער, ענינים נײַע.
מע הייבט אָן פֿון ס’נײַ פֿירן געשעפֿטן.

ס’האָט זיך דאָס לעבן געביטן אין שטעטל
פֿאַר די היגע טויזנטער ייִדן.
טעאָדאָר פֿון אויבן בײַ אַ באַליביקן וועטער
האָט „פּאָגר…ר…ר…אָם! פּאָגראָם‟ געשריגן.

צי מע שפּילט אַ חתונה לעבן די ווערבעס,
צי סע איז פּורים, צי שׂימחת־תּורה,
פֿון אַ בוים, פֿון אַ דאַך עס האָבן די ווערטער:
„פּאָגר…ר…ר…אָם! פּאָגראָם‟ אַראָפּגעפֿלויגן.

אויב די ייִדן פֿון שטעטל האָבן געפֿילט זיך פֿרײַער,
ניט געוואָלט דאָס לעבן זייערס בײַטן און טוישן,
„פּאָגר…ר…ר…אָם! פּאָגראָם!‟ — דער פּאָפּוגײַ פֿלעג שרײַען,
האָבן זיי זיך דערמאָנט וועגן תּחום־המושבֿ.

ווען ס’האָבן גערוישט די מאַרקן, ירידן
טויזנטער ייִדן פֿלעגן דאָ קויפֿן, פֿאַרקויפֿן —
„פּאָגר…ר…ר…אָם! פּאָגראָם!‟ — פֿליט פֿונעם הימל
„פּאָגר…ר…ר…אָם! פּאָגראָם!‟ — עס הערט זיך פֿון אויבן.

ווען עס פֿלעגן די ייִדן די ווערטער הערן:
„מע הרגעט ווידער‟, — זיי האָט זיך געדאַכט,
און אין זייערע אויגן באַווײַזן זיך טרערן
וועגן המשך פֿון קינדער האָבן זיי זיך פֿאַרטראַכט.

קלאָר, אַז דער גלות איז אַ שׂונא פֿאַר ייִדן,
פֿאַר אַן אייגן לאַנד דאַרף מען זיך זאָרגן,
ווײַל הײַנט איז שלום, מאָרגן איז פֿרידן —
און אַ פּאָגראָם ברעכט אויס איבער מאָרגן…

זיך האָבן די שטעטלדיקע אין שילן געזאַמלט
וויפֿל קאָן מען טראָגן דעם גלות־עול?
און מע באַשטימט, זאָלן אַלע צוזאַמען
פֿֿאַרלאָזן דאָס לאַנד און פֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל…

זיך האָבן די ייִדן מיט רוסלאַנד צעשיידן
געפּטרט פֿון זיך דעם כּעס און דעם צאָרן
אויס פּאָגראָמען, צרות און ליידן…
גענומען מיט זיך אויף דער שיף טעאָדאָרן.

דעם פּאָפּוגײַס כּול האָט ווי אַ ניגון געקלונגען
דאָס וואָרט „פּאָגר…ר…ראָם‟ פֿאַרגעסט ער אויף אייביק
פֿונעם כּותל־מערבֿי האָט ער אויסגעזונגען:
„יר…ר…ר…ושלים, ירושלים איז הייליק!..‟

נאָוועמבער 4, 2023

Leave a comment