אין די טעג פֿון קאָראָנאַ־ווירוס (סוף)

יעווגעני קיסין
   
מײַ 5

הײַנט האָט די אינטערנאַציאָנאַלע געזונט–אָרגאַניזאַציע דערקלערט, אַז די פּאַנדעמיִע האָט זיך געהאַט פֿאַרענדיקט, אויפֿן סמך פֿון דער מעלדונג װעל איך אויך פֿאַרענדיקן מײַן טאָגבוך. געשטאָרבן זײַנען פֿון דער מגפֿה 20 מיליאָן מענטשן: אַזאַ צאָל סאָוועטישע מענטשן איז אומגעקומען אױף דער צװײטער װעלט–מלחמה… צי װעלן די קאָװיד–דיסידענטן עס װײַטער אָפּלײקענען און גלײבן אין אַ פֿאַרשװערונג? כ׳מײן, אַז יאָ: עד־היום זײַנען נאָך דאָ מענטשן, װאָס לײקענען אָפּ דעם חורבן און גלײבן אין אַ ייִדישער װעלט–פֿאַרשװערונג. קײן פּעסימיסט בין איך לחלוטין נישט, כ׳בין פּשוט אַ רעאַליסט. אָט די טראַגעדיע האָט זיך על–כּל–פּנים אַרױסגעװיזן פֿאַר אַ לאַקמוס–פּאַפּיר אין שײַכות צו אַ סך מענטשן, בתוכם מײַנע באַקאַנטע: זי האָט בולט דעמאָנסטרירט, װער ס׳איז קלוג און װער נישט, װער פֿאַרמאָגט שׂכל–היושר און װער האָט אַ נטיה צו געטרױען מסופּקדיקע קװאַלן און גלײבן אין קאָנספּיראָלאָגישע טעאָריעס.
  

נינע לעלטשוק

נינע לעלטשוק [1] נעבעך פֿלעגט צעשיקן כּלערלײ טיפּשות מכּוח דער מגפֿה און האָט סוף–כּל–סוף באַצאָלט מיטן לעבן: זי איז געשטאָרבן דװקא פֿונעם קאָװיד. אַװדאי בין איך לחלוטין נישט בלוטדורשטיק און האַלט נישט, חס–וחלילה, אַז קאָװיד–דיסינדענטן זאָלן באַשטראָפֿט װערן אױף אַזאַ אופֿן, נאָר ס׳איז אינטערעסאַנט: צי האָט זי כאָטשבי אין די לעצטע רגעס פֿון איר לעבן פֿאַרשטאַנען, װאָס פֿאַר אַ גורלדיקן טעות זי האָט דערלאָזט?..
  
מע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט מאַריאַשעס װידעאָ–אינטערװיו מכּוח פּוטינס רעזשים, דער מלחמה און אַזױ װײַטער. אין אָנהײב האָט דער זשורנאַליסט געזאָגט, אַז אין די אָנהייב 2000ער פֿלעגט מען נאָר פֿרעגן זיך אַלײן: „Who is Mr. Putin?‟. פֿאַר מיר איז עס שױן דעמאָלט נישט געװען קײן פֿראַגע. איך געדענק זײער בולט, װי אום האַרבסט 1999, בעת פּוטין איז געװען רוסלאַנדס פּרעמיער–מיניסטער און איך האָב נאָך גאָרנישט ניט געװוּסט פֿון אים, איז קאַטיע אַפּעקישעװאַ [2] געװען בײַ אונדז צו גאַסט; נישט לאַנג פֿאַר דעם איז זי געװען אין מאָסקװע און האָט אונדז דערצײלט, אַז די שטיצע פֿון דער מלחמה אין טשעטשניאַ איז דאָרטן גרויס, מחמת די אױפֿרײַסן פֿון די װױנהײַזער, און װען איך האָב זי געפֿרעגט װעגן פּוטינען, האָט זי געענטפֿערט: „ער איז אַ קאַ–גע–בעשניק און אַן אומאָנגענעמע פֿיגור.‟ דאָס איז געװען פֿאַר מיר לגמרי גענוג: אַ קאַ–גע–בעשניק, הײסט אַ מנוּװל, דאָס איז תּמיד געװען אַן אַקסיאָם פֿאַר מיר און פֿאַר אַלע מענטשן פֿון מײַן קרײַז. לכן איז גאָרנישט פֿון דעם, װאָס ער האָט געטאָן שפּעטער, במשך פֿון אָט די אַלע יאָרן, לחלוטין נישט געװען פֿאַר מיר אַ חידוש.

יעווגעני ליבערמאַן

רײדנדיק װעגן דעם, אַז אײניקע מענטשן, בתוכם אײנעם אַ באַקאַנטן אירן, װאָס איז געװען אַ דיסידענט בימי־הסאָװעטן, פֿלעגן נישט פֿאַרשטײן װאָס איר איז געווען אין גאַנצן קלאָר מכּוח פּוטינען שױן אין אָנהײב פֿון זײַן רעגירן, זאָגט מאַריאַשע, אַז עס װענדט זיך פֿון דער קאָפּ–סטרוקטור, פֿון דער אינטויִציע, פֿונעם מענטשלעכן האָרמאָנען–פֿאָן און אַזױ װײַטער. יאָ, דװקא אַזױ — פֿון דער מוח–סטרוקטור, װאָלט איך געזאָגט. זי דערצײלט, אַז װעגן יענעם עקס–דיסידענט האָט איר יעװגעני יאַקאָװלעװיטש [3] (זײ זײַנען געװען פֿרײַנד נאָך פֿון די יונגע יאָרן) געזאָגט: „װײסטו, טעכטערל, ס׳איז שװער צו שטאַרבן מיטן געפֿיל, אַז דײַן גאַנץ לעבן האָסטו געפֿירט אַ לגמרי זינלאָזן קאַמף.‟ נו יאָ, דאָס איז אַװדאי אַ באַזונדערער פֿאַל, אַ פּסיכאָלאָגישער. װאָס שײך מאַריאַשען גופֿא, זאָגט זי, אַז אפֿשר האָט זי תּיכּף אַלץ פֿאַרשטאַנען צוליב איר גענעטישן זכּרון (איר ייִדיש–אַרמעניש–דײַטשישן ייִחוס) אָדער איר פֿעיִקײט צו פֿאַרגלײַכן. יאָ, אַװדאי איז זײער װיכטיק צו האָבן אַ פֿעיִקײט צו פֿאַרגלײַכן; נישט אַלע מענטשן פֿאַרמאָגן זי. 

אױף דער פֿראַגע, הלמאַי האָט זי שױן אָנהײב 2000ער מורא געהאַט, אַז ס׳װעט זײַן אַ מלחמה, האָט מאַריאַשע געזאָגט זײער אַ קלוגע זאַך: אַז דאָס איז אַ קלאָרער הײבער פֿון דער מאַכטס עקזיסטענץ, און אַז דאָס האָט זי תּמיד פֿאַרשטאַנען. אַבסאָלוט ריכטיק: װי די דערפֿאַרונג פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט האָט דעמאָנסטרירט, קאָנען אַזעלכע רעזשימען נישט עקזיסטירן אָן מלחמות. זי האָט דערצײלט אין אָט דעם אינטערװיו אױך װעגן עפּעס, װאָס איך האָב פֿריִער נישט געװוּסט: אַז אירע קאָלעגעס זײַנען געװען אױף „נאָרד–אָסט‟ [3], און אַז נאָך דער טראַגעדיע האָט מען זיי געבראַכגט אין לוביאַנקאַ–קעלערס, וווּ זיי האָבן געמוזט אונטערשרײַבן אַ התחײַבֿות–פּאַפּירן פֿון נישט פֿאַרשפּרײטן, װאָס מיט זײ איז געשען. פֿון דעסטוועגן האָבן איר די קאָלעגעס אַלץ דערצײלט, אַזױ אַז זי װײסט פֿון אַן אורקװאַל מכּוח די אומגלײבלעכע זאַכן, װאָס זײַנען דאָרט פֿאָרגעקומען. כ׳װעל זי אומבאַדינגט אױספֿרעגן װעגן דעם.
  
מאַריאַשע האָט אויך געזאָגט, אַז די אַקטיאָרן געהערן צו מענטשן, װאָס מחמת דעם קאָמפּלעקט פֿון זײערע פּסיכאָפֿיזישע אײגנטימלעכקײטן לאָזן זיי זיך גרינג אײַנרעדן און איבערצײַגן; דעריבער זײַנען זײ אַזױ גענײגט צו גלײבן דער פּראָפּאַגאַנדע. יאָ, פּאַװליק [4] האָט אונדז געזאָגט נאָך מיט עטלעכע יאָר צוריק, אַז ווי אַ כּלל זײַנען די אַקטיאָרן נישט קײן קלוגע מענטשן. אין שײַכות מיט דעם איז מיר אַצינד אַמוזאַנט זיך צו דערמאָנען, װי בשעת און נאָך דער „איבערבױונג‟ פֿלעגט מען אין רוסלאַנד נעמען אינטערװיוען בײַ פֿאַרשײדענע אַקטיאָרן און אױספֿרעגן זײ בפֿרט מכּוח פּאָליטיק. כ׳געדענק, װי שאָקירט איך בין געװאָרן, װען כ׳האָב איבערגעלײענט — פֿריִער װעגן דער אַקטריסע מוראַװיאָװאַ און מיט אַ סך יאָרן שפּעטער װעגן קאָנסטאַנטין רײַקינען, — אַז זײ זײַנען געװאָרן פֿרומע קריסטן און האָבן געדאַרפֿט באַקומען דערלױבענישן פֿון גלחים, כּדי זיך װידער צו פֿאַרנעמען מיט זײער פּראָפֿעסיע. פֿאַר מיר איז עס געװען ממש אומגלײבלעך: װאָס זשע פֿאַר מענטשן פֿון קונסט זײַנען זײ, אױב נאָך צענדליקער יאָרן דינען דער בינע, קאָנען זײ פּלוצעם גלײבן, אַז דער באַשעפֿער פֿון דער אַלװעלט קאָן זײַן קעגן זײער קונסט?! אַצינד פֿאַרשטײ איך, װי אַזױ עס האָט אַזוי געקאָנט געשען. בפֿירוש נישט אַלע מענטשן פֿון קונסט זײַנען גלײַכע: ס׳װענדט זיך פֿונעם תּחום, אין װעלכן זײ זײַנען באַשעפֿטיקט.
  
אַגבֿ, דאָס, װאָס פּאַװליק און מאַריאַשע זאָגן מכּוח די אַקטיאָרן, דערקלערט אױך דעפּאַרדיעס [5] אױפֿפֿירונג. כ׳געדענק, װי בעת אונדזער אויפֿטריט אין מאָנפּעליע אום זומער 2007, האָט ער מיר דערצײלט מיט התפּעלות װעגן זײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט יושטשענקאָ און סאַאַקאַשװילי: װאָס פֿאַר אַ װױלער מאַן איז מישאַ סאַאַקאַשווילי, און װי פּוטין האָט אים דערפֿאַר, וואָס ער האָט אַרױסגעטריבן אַלע מאַפֿיאָזי פֿון גרוזיע קײן רוסלאַנד. דרײַ מיט אַ האַלבן יאָר זײַנען פֿאַרבײַ און דעפּאַרדיע איז געקומען צו פֿאָרן קײן רוסלאַנד. ער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַנציקונג פֿון פּוטינס זינגען „Bluberry Hill‟, האָט זיך תּיכּף פֿאַרחבֿרט מיט אים און נאָך מיט עטװאָס מער פֿון צװײ יאָר שפּעטער באַקומען אַ רוסלענדישן פּאַספּאָרט…
  
מאַריאַשע האָט אױך געזאָגט דאָס פֿאָלגנדיקע: „מעגלעך, אַז איצט װעל איך זאָגן זײער אַ האַרבע זאַך, און איך מײן נישט, אַז ס׳איז צוליב דעם, וואָס כ׳וווין שױן אַ לענגערע צײַט אין אױסלאַנד. כ׳האָב אַזוי געפֿילט און עס אױפֿגענומען פֿון יאָר 2000 אָן, דהײַנו: צו בלײַבן אין רוסלאַנד און זײַן אַ שטײַער–צאָלער פֿון אָט דעם לאַנד, מײנט, שטיצן אױטאָמאַטיש אָט דעם רעזשים.‟ אַװדאי איז עס לחלוטין נישט אַזוי, װײַל מאַריאַשע האָט דעם קוק פֿון אַ מענטש, װאָס לעבט אין אױסלאַנד. װען איך האָב זיך געטראָפֿן מיט צ. [6] אין פּאַריז אין 2012, האָט זי מיר געזאָגט פּונקט דאָס זעלבע, כּמעט וואָרט בײַ וואָרט: „מיט דעם, װאָס מיר לעבן דאָרטן, עסן און אַזױ װײַטער, גײען מיר אײַן אױף אַ קאָמפּראָמיס, װײַל דערמיט שטיצן מיר אָט דעם רעזשים.‟

טשולפּאַן כאַמאַטאָוואַ

דער זשורנאַליסט האָט געשטעלט מאַריאַשען זײער אַן אינטערעסאַנטע פֿראַגע: „װי באַציט איר זיך צו יענע, װאָס טרעטן נישט אַרױס עפֿנטלעך, נאָר זאָגן אָפּ פֿון דער אַרבעט יענע אַקטיאָרן, װאָס זײַנען קעגן דער מלחמה, כּדי צו ראַטעװען דעם טעאַטער און די טרופּע? צי קאָן מען זײ באַרעכטיקן?‟. מאַריאַשע האָט געענטפֿערט אַזױ: „דאָס זעט אויס ווי מעטאַסטאַזן. יעדער געפֿינט זיך אַצינד אין אַן אַבסאָלוטער פּאַניק. יעדער טראַכט נאָר ווי צו ראַטעווען זיך אַליין. יעדער איז נאָר פֿאַר זיך, און גאָט איז פֿאַר אַלעמען. מײַן באַציִונג צו דעם איז אַ באַשטימטע — אַװדאי טאָר מען אַזױ נישט טאָן. אַן אַנדער פֿראַגע איז, צי פֿאַרשטײען די יעניקע, אַז זײ געפֿינען זיך שױן אין יאָר 1937? [7] צי פֿאַרשטײען זײ, אַז זײער װוּנטש צו פֿאַרהיטן זיך אַלײן, זײער שטעלע אָדער אַפֿילו, אױב מיר װעלן זײ גלײבן, די שטעלעס פֿון נאָך עטלעכע מענטשן אין אָט דעם טעאַטער — צי פֿאַרשטײען זײ, אַז אין אַלגעמײן גענומען, איז עס אוממעגלעך אָפּצושטעלן אָט די מאַשין און אַז ס׳איז אַ גרױסער ספֿק, צי זײ װעלן עפּעס ראַטעװען?‟ דאַן האָט זי געבראַכט דעם בײַשפּיל פֿון טשולפּאַן כאַמאַטאָװאַ [8] און געזאָגט: „װען דו טרעסט אַרױס אין אַ װידעאָ און לייגסט פֿאָר צו שטימען פֿאַרן פּרעזידענט פּוטין און אױף אַזאַ אופֿן פֿאַר אַ מעדיצינישער פֿאַרזיכערונג, למשל, און אױף דעם, װאָס מע װעט הײלן גוט אינעם לאַנד, האָט אַצינד שױן קײנער אין די קומעדיקע ׳איקס׳ יאָר קײן שאַנס נישט, נאָר עטלעכע מענטשן װעסטו ראַטעװען, — דאָס איז, לױט מײַן מײנונג, אַ סיסטעם–טעות. מיר דוכט, אַז דאָס מײנט צו טראַכטן אומריכטיק און אומגלאָבאַל. װײַטער דאַרף מען, אַװדאי, העלפֿן מענטשן, דעריבער אָט–אָ–דאָס–אָ ׳איך װעל טאָן׳, ׳הינטער מיר זיצט אַן אָרקעסטער׳ אָדער ׳הינטער מיר איז אַ טעאַטער׳, ׳אָט די מענטשן מוזן האָבן אַרבעט׳ — מיר דוכט, אַז ס׳איז נישט אין גאַנצן אַ לױטערער אמת. איך מיין, אַז ס׳איז זײער באַקװעם צו האָבן אַן אָרקעסטער, אַ טעאַטער און אַפֿילו אַ שפּיטאָל, װײַל ס׳איז אַן אופֿן פֿון דינען, װײַל עס פֿילט דײַן לעבן אָן מיט זינען. אַלץ איז פּסיכאָלאָגיש זײער אײדל און אומבאַשטימט. דאָס איז אַלץ אַזױ, נאָר אױב מיר רײדן װעגן דער װערט פֿון יעדן מענטשלעכן לעבן, מוז מען טראַכטן װעגן דעם, אַז די סיסטעם זאָל זײַן געזינטער. איך קאָן נישט, אױסהאַלטנדיק אַ פֿאָנד, גײן און אױפֿרופֿן, אַז מענטשן זאָלן שטימען פֿאַר פּוטינען. דאָס איז אַ ביסעלע…‟ — און זי האָט געמאַכט אַ זשעסט מיט בײדע הענט, מײנענדיק צו זאָגן: „אײנס קומט אין סתּירה מיטן אַנדערן‟. 
  
יאָ, מאַריאַשע איז לגמרי גערעכט, אַז אַלץ איז פּסיכאָלאָגיש זײער דין און װאַקלדיק. איך װאָלט געענטפֿערט אױף אָט דער פֿראַגע אַזױ: מע קאָן זײ פֿאַרשטײן, אױב זײ העלפֿן דערבײַ אָט די אַקטיאָרן. פֿורטװענגלער, למשל, פֿלעגט העלפֿן די ייִדן, װאָס די נאַציסטן האָבן אים געצװוּנגען זײ אַרױסטרײַבן פֿון זײַן אָרקעסטער. אָדער אַן אַנדער בײַשפּיל — כרעניקאָװ: בעת סטאַלינס ממשלה פֿלעגט מען פֿאָדערן, אַז טיכאָן ניקאָלאַיעװיטש זאָל אױסשליסן די ייִדן פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר–פֿאַראײן, פֿלעגט ער פּראַקטיקירן צײַטװײַליקע אױסשליסונגען, האָט אײַנגעאָרדנט די אַזױ–גערופֿענע „ערע–געריכטן‟, בעת װעלכע מע פֿלעגט אױסמוסרן די „שולדיקע‟, נאָר דערנאָך פֿלעגט מען זײ פֿאָרט לאָזן אינעם פֿאַראײן, — בקיצור, כרעניקאָוו פֿלעגט געפֿינען אופֿנים זיך אַרױסדרײען, כּדי צו העלפֿן זײַנע קאָלעגעס. 

נאָך דעם האָט דער זשורנאַליסט געפֿרעגט, צי די רוסלענדישע טעאַטער–טוערס, װאָס זײַנען געבליבן פֿאַרהעלטנישמעסיק פֿרײַ במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, האָבן געקאָנט טאָן עפּעס, כּדי נישט צו דערלאָזן אָט די מלחמה אָדער אָפּצושטעלן זי. מאַריאַשע האָט געענטפֿערט, אַז אַצינד איז שױן שפּעט צו רײדן װעגן דעם, נאָר אין 2000, 2005, 2010 האָבן אַזעלכע אַרטיסטן װי, למשל, גאַלקין (װאָס איצט האָט מען אים דערקלערט פֿאַר אַן אױסלענדישן אַגענט) געקאָנט פֿירן גאַנצע סטאַדיאָנען נאָך זיך, אָבער זײ האָבן עס נישט געטאָן, װײַל זײ פֿלעגן פֿאַרדינען געלט, האָבן געװאָלט לעבן גוט. אַװדאי איז עס אין פּרינציפּ ריכטיק, הגם מיר װײסן נישט, װאָס איז געװען אין קאָפּ און אין דער נשמה פֿון יעדן באַזונדערן פּאָפּולערן אַרטיסט אין יענע יאָרן, װי אַזױ זײ האָבן זיך דעמאָלט באַצויגן צו פּוטינען און, אַפֿילו, אױב זײ זײַנען נישט געװען זײַנע אָנהענגערס, צי האָבן זײ פֿאַרשטאַנען, װאָס פֿאַר אַ סכּנה ער האָט מיט זיך שפּעטער פֿאָרגעשטעלט. אינעם סוף פֿון איר ענטפֿער האָט מאַריאַשע געזאָגט: „נו, װאָס איז דאָ דאָ צו רײדן װעגן דעם מענטשנס מאָראַלישער פֿיזיאָנאָמיע? נישט איך קאָן וועגן דעם מישפּטן, נישט איך דאַרף געבן עצות.‟ מיט דעם בין איך נישט מסכּים; איך האַלט, אַז אַזעלכע מענטשן װי מאַריאַשע און איך האָבן דאָס רעכט צו מישפּטן און צו בײַטשלען סײַ זײערע מאָראַלישע, סײַ זײערע אינטעלעקטועלע פֿיזיאָנאָמיע, היות מיר האָבן קײן מאָל נישט געהאַנדלט אַזױ װי זײ.
  
מכּוח דעם האָב איך שױן געשריבן אינעם סוף פֿון מײַן פֿאָריקן טאָגבוך: נאָך בשעתן לעבן הינטער דעם אײַזערנעם פֿאָרהאַנג אין דער „בײז–אימפּעריע‟, איז פֿאַר אַלע מענטשן פֿון מײַן קרײַז געװען אַן אַקסיאָם, אַז מיר לעבן אין טינוף, אין אַ באַנדיטסקיע לאַנד, אַז אַלץ, װאָס עס טענהן די קרעמל–מאַסן–מעדיאַ איז שקר–וכּזבֿ, און אַז דער מערבֿ, בײַ אַלע חסרונות, איז די סאַמע בעסטע געזעלשאַפֿט אױף דער װעלט, די סאַמע פֿרײַע און יושרדיקע, און דװקא די מערבֿדיקע מאַסן–מעדיאַ זאָל מען גלײבן; אַז יענע, װאָס פֿאַרשטײען עס נישט און גלײבן דער סאָוועטישער מלוכישער פּראָפּאַגאַנדע, זײַנען פֿולע באָלװאַנעס. נאָך מער: װען בשעת גאָרבאַטשאָװס רעגירן האָבן זיך אָנגעהױבן די אומאָפּהענגיקײט–באַװעגונגען אין די אַזױ–גערופֿענע „רעפּובליקן‟ פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, איז אונדז געװען לגמרי קלאָר, אַז אין די קאָנפֿליקטן צװישן רוסן און אוקראַיִנער, רוסן און גרוזינער, רוסן און ליטװינער/לעטן/עסטן און אַזױ װײַטער — בקיצור, אין די קאָנפֿליקטן צװישן די רוסן און די מינדערהײטן פֿון דער סאָװעטישער אימפּעריע ליגט דער אמת תּמיד אױף דער צד פֿון די לעצטע, אַז רוסלאַנד קאָן נישט זײַן גערעכט לױט דער דעפֿיניציע, מחמת רוסלאַנד איז תּמיד געװען דער אונטערדריקער, און אַלע אירע מינדערהײטן (קודם–כּל, אַװדאי, מיר ייִדן) — די אונטערגעדריקטע. הײַנט, העכער 30 יאָר נאָכן קראַך פֿונעם קאָמוניזם און דער עפֿענונג פֿון די גרענעצן, נאָך כּמעט 30 יאָר פֿון דער אינטערנעץ נאָך אַלץ ניט פֿאַרשטײן אָט דעם אמת, דאַרף מען זײַן אָדער אַ שוטה בן–פּיקהאָלץ, אָדער אַ מנוּװל שבמנוּװל, אָדער הן דאָס, הן יענץ. דעריבער דאַרפֿן אַזעלכע פּאַרשוינען אי פֿאַר פּאַסקודסטװע, אי (אין אײניקע פֿאַלן) פֿאַר טיפּשות באַשטראָפֿט ווערן, באַזונדערס אין אַזאַ צײַט, װי אַצינד. װי זשאַבאָטינסקי האָט בשעתּו אָנגעשריבן (אַװדאי װעגן עפּעס אַנדערש), זאָל אַזאַ מענטש „אַלײן פֿאַרשטײן זײַן װערט און זיך נישט חידושן, װען אַנדערע רופֿן זי אָן אױף אַ קול‟.

האַלט איך אין אײן טראַכטן װעגן מײַן מיניאַטור „װער װאָלט איך דעמאָלט געװען?‟, װעגן װאָלטערס װוּנדערלעכן פּרינציפּ: „איך האַס אײַערע אָנשויונגען, אָבער איך בין גרייט צו שטאַרבן פֿאַר אײַער רעכט זיי אַרויסצוזאָגן‟ — און דערמאָן זיך אין אַן אַנדערן גרױסן פֿילאָסאָף, העגעל, װאָס האָט לגמרי ריכטיק געזאָגט: „דער אמת, אַרױסגעפֿירטער אױסער די תּחומים פֿון זײַן אָנװענדבאַרקײט, װערט זײַן אײגענער היפּוך‟. איצט קומט פֿאָר אַ מלחמה, אַ מוראדיקע, בלוטיקע, פֿאַרברעכערישע מלחמה — און אַ מלחמה דיקטירט תּמיד אירע אײגענע געזעצן. װי מיר װײסן, ווערן אין יודאַיִזם בשעת אַ מלחמה אַלע זײַנע דינים אומגילטיק. בעת אַ ריזיקע באַנדיטישע מלוכה פֿאַלט אָן אױף אַ קלענערער און שװאַכערער מלוכה, מאַכט זי חרובֿ, דערהרגעט, פּײַניקט, פֿאַרגװאַלטיקט און דעפּאָרטירט אירע בירגער, און די ציװיליזירטע װעלט העלפֿט דעם קרבן, זײַנען קײן אַנדערע אָנשױונגען מכּוח אָט דער מלחמה אין דער ציװיליזירטער װעלט ניט–דערלאָזלעך. און בשעת אַ מלחמה זאָל אין קײן מלוכה נישט זײַן קײן פֿינפֿטע קאָלאָנע.

מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט די פֿאַרחידושטע פֿ. [9] מיר צוגעשיקט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ דעמאָנסטראַציע אין פּראָג קעגן די סאַנקציעס בנוגע רוסלאַנד, װאָס עמעצער האָט זי געהאַט פֿאַרעפֿנטלעכט אױפֿן פֿײסבוק און אָנגעשריבן: „כ׳בין געגאַנגען צעשאָקלען דעם רעזשים פֿון סאָראָס׳ קרעאַטורן.‟ (זי איז געװען פֿאַרחידושט, װאָס אַזױ פֿיל מענטשן זײַנען געקומען אױף אַזאַ דעמאָנסטראַציע). אַװדאי סײַ טשעכיע, סײַ אַנדערע מערבֿדיקע לענדער האָבן, צום באַדױערן, אַרײַנגעלאָזט צו זיך אַ סך אַזאַ טינוף — און אַצינד מוז מען תּיכּף–ומיד, אָן שום צערעמאָניעס אָפּנעמען בײַ אָט די אַלע מענוּװלים דאָס וווין־דערלױבעניש אָדער זייער בירגערשאַפֿט פֿון די געהעריקע מלוכות און דעפּאָרטירן זײ צוריק קײן רוסלאַנד. דאָס איבערװאַנדערן פֿון רוסלאַנד (אָדער אַפֿילו ברײטער: פֿונעם געװעזענעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד) קײן מערבֿ איז נישט סתּם אַ משנה–מקום; דאָס איז אַן אױסװאַל צװישן שלעכטס און גוטס, צװישן שקר און אמת, צװישן באַרבאַרײַ און ציװיליזאַציע. לכן זאָלן יענע אומדאַנקבאַרע דבֿר–אַחרס, װאָס עסן דאָס מערבֿדיקע ברױט, נאָר האָבן די העזה נישט צו גלײבן די מערבֿדיקע מאַסן–מעדיאַ און גלײבן די רוסלענדישע, — נישט האָבן קײן אָרט אין דער ציװיליזירטער װעלט. אַװדאי איז דאָס כּלל נישט גרינג צו פֿאַרװירקלעכן, נאָר אַ מלחמה פֿאָדערט תּמיד אַ באַזונדערע אָנשטרענגונג פֿון כּוחות און דערפֿינדערישקײט.
  
און עטלעכע װערטער מכּוח ישׂראל. װי באַװוּסט, זײַנען דאָ עטלעכע קאַטעגאָריעס ייִדן, װאָס נישט געקוקט אױפֿן חוק־השבֿותּ, האָבן זײ נישט קײן רעכט אַרײַנצופֿאָרן אין ישׂראל: צװישן זײ געפֿינען זיך מיטגלידער פֿון כּהניסטישע באַװעגונגען און פּשוט קרימינעלע פֿאַרברעכערס (אַזעלכע װי, למשל, לאַנסקי, װאָס מע האָט אים בשעתּו נישט אַרײַנגעלאָזט אין דער ייִדישער מלוכה). איך בין איבערצײַגט, אַז אַצינד זאָל מען פֿאַרשפּרײטן אָט דאָס געזעץ אױף פּוטיניסטן: זײ זײַנען דאָך שׂונאים פֿון דעמאָקראַטיע, און ישׂראל איז אַ דעמאָקראַטישע מלוכה — צי דאַרף ישׂראל האָבן אַזעלכע בירגערס? איך האַלט, אַז איצט, אײדער מע לאָזט אַרײַן די רוסלענדישע ייִדן אין ישׂראל, זאָל מען פּרטימדיק דורכקאָנטראָלירן אַלע זײערע עפֿנטלעכע אַרױסזאָגונגען, בפֿרט דאָס, װאָס זײ שרײַבן אין פֿײסבוק; און אױב זײ זײַנען כאָטש אין אַ קלענסטער מאָס פּוטינס אָנהענגערס, זאָלן זײ נישט האָבן קײן אָרט אין אונדזער לאַנד! גענוג איז אונדז קאַלמאַנאָװיטשן, קדמין און אַנדערע פּאַסקודניאַקעס!

דער זשורנאַליסט האָט אױך געשטעלט מאַריאַשען אַזאַ פֿראַגע: „די אַרטיסטן, װאָס שטיצן די מלחמה עפֿנטלעך, — צי זײַנען זײ מיטבאַטײליקטע?‟ נו, דאָ, פֿאַרשטײט זיך, קאָנען צװײ מײנונגען נישט זײַן. אין אָנהייב פֿון איר ענטפֿער האָט מאַריאַשע געזאָגט עפּעס זײער װיכטיקס: „נו, אַװדאי. ס׳איז אַן אַנדער פֿראַגע, אַז דװקא זײ װעלן נישט לײַדן. אַפֿילו אױב ס׳װעט זײַן אַ מישפּט, אַ מיליטערישער טריבונאַל. נאָך מער: זײ װעלן אַלע גײן מתפּלל זײַן אין אַן אוקראַיִנישער קירך, איך בין זיכער. און זײ װעלן אין דעם הײליק גלײבן. אפֿשר וועט עמעצער פֿון זײ לײַגן, אַז ער האָט פּשוט נישט געקאָנט זיך אויפֿפֿירן אַנדערש, ווײַל די צײַטן זײַנען געװען קאָמפּליצירטע. און עמעצער װעט זאָגן: ׳איך האָב חרטה! אַ מין נאַר בין איך געװען!׳ — און דאָס אַלץ װעט זײַן אױפֿריכטיק, װײַל אין אָט דעם פֿאַל האָבן זײ די פֿעיִקײט צו גלײבן אין דעם, איבערצײַגן זיך אַליין און צו זײַן איבערצײַגעװדיק אין דעם.‟ דאָס זאָל מען בשום–אופֿן נישט דערלאָזן! באַזונדערס היות עס האַנדלט זיך נישט בלױז װעגן אַקטיאָרן, נאָר אױך װעגן אַ סך אַנדערע.
  
נאָך מיט העכער אַ יאָר פֿאַר דער איצטיקער מלחמה, בעת נאַװאַלני [10] איז געװען אין דײַטשלאַנד און האָט אױפֿגערופֿן די דײַטשישע רעגירונג נישט אַרײַנצולאָזן גערגיִעװן [11] אין לאַנד, האָט מײַן געװעזענער שול–חבֿר און גוטער–פֿרײַנד באָריע בערעזאָװסקי דערקלערט אױפֿן פֿײסבוק, אַז ער קאָן נישט פֿאַרלײַדן נאַװאַלני, אַז ער איז פֿאַר פּוטינען, און האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בריװ צו נאַװאַלני אין גערגיִעװס נאָמען, אין װעלכן ער האָט, אַ חוץ דעם אַלעם, אָנגעשריבן: „אַפֿילו נאָכן קראַך פֿונעם פֿאַשיזם און קאָמוניזם האָט די מענטשן געקלעקט שׂכל נישט צו רודפֿן די מוזיקאַנטן, װאָס האָבן קאָלאַבאָרירט מיט אָט די רעזשימען.‟ דעמאָלט האָב איך אַ טראַכט געטאָן: אָט הלמאַי אי גערגיִעװ, אי באָריע גופֿא, אי אַנדערע האָבן נישט מורא צו זײַן עפֿנטלעך פֿאַר פּוטינען — זײ זײַנען זיכער, אַז עס װעט זײ אָפּגײן גלאַט! און דאַן בין איך געקומען צום אױספֿיר: ס׳איז אַ גרױסער שאָד, װאָס ניט גיזעקינג [12], ניט ביאָם [13] ניט קעמפּף [14], ניט אַלע אַנדערע זײַנען בשעתּם נישט געװאָרן באַשטראָפֿט װי געהעריק, װײַל אַפֿילו אַ זשעני קאָן נישט זײַן באַרעכטיקט דאָס אונטערהאַלטן אַ דיקטאַטאָר און אַ מאַסן–מערדער. אַװדאי, האָף איך זײער, אַז ס׳װעט זײַן אַ מישפּט. כ׳װײס נישט, צי ס׳איז דאָ אַן אַרטיקל אינעם קאָדעקס, לױט װעלכן מע װאָלט געקאָנט פֿאַרמישפּטן פּוטינס אָנהענגערס און עפֿנטלעכע שטיצערס פֿון דער מלחמה, נאָר אױב אַפֿילו ס׳איז נישטאָ אַזאַ אַרטיקל, זאָלן זײ למן–השם באַשטראָפֿט װערן אױפֿן סאַמע שטרענגסטן אופֿן. בײַ מײַן גאַנצן ביטול צו רוסלאַנד, האָב איך ליב די רוסישע שפּראַך, װאָס היות די קרעמליער באַנדיטן פֿלעגן דורכפֿירן די פּאָליטיק פֿון עטנאָציד בנוגע אונדזער פֿאָלק, איז זי געװאָרן מײַן ערשטע שפּראַך. ס׳איז דאָ זײער אַ גוט, בילדעריש װאָרט אין רוסיש, װאָס, אױף װיפֿל איך װײס, האָט נישט קײן אַנאַלאָגן אין קײן אַנדער שפּראַך: „ניערוקאָפּאָזשאַטני‟; עס מײנט „אײנער, װאָס ס׳איז אַ בזיון צו דערלאַנגען אים די האַנט‟. איז אָט, אַלע אָנהענגערס פֿון פּוטינען בכלל און פֿון דער איצטיקער מלחמה (װי אױך פֿון אַלע זײַנע מלחמות) בפֿרט, זאָלן װערן דװקא אַזעלכע, „ניערוקאָפּאָזשאַטניִיע‟ (מערצאָל) אױף זײער גאַנץ לעבן. עס זאָל װערן אַ בזיון נישט בלױז פֿאָרצולייגן זײ װאָסער–ניט–איז אַרבעט, נאָר בכלל צו האָבן װאָסערע–ניט–איז מגע–ומשׂא מיט זײ. כ׳געדענק, װי בשעת גאָרבאַטשאָװס „איבערבױונג‟ האָט מען טראַנסלירט דורך דער טעלעװיזיע עפּעס אַן אונטערנעמונג, אױף װעלכער מע האָט גערעדט, אַ חוץ דעם אַלעם, װעגן דעם, אַז אײניקע פֿון סטאַלינס תּלינים זײַנען נאָך לעבעדיק, און עמעצער האָט דעמאָלט אױסגערופֿן מיט לײַדנשאַפֿט: „זאָל מען אױף אים אָנװײַזן מיטן פֿינגער, אַז ער איז אַ תּלין, װען ער װעט גײן אין קראָם נאָך מילך!‟. איך האַלט, אַז ס׳איז נישט גענוג: מע מוז שאַפֿן אַזאַ אַטמאָספֿער, אַז עס זאָל זײַן אַ בושה אַפֿילו צו פֿאַרקױפֿן עפּעס, בתוכם שפּײַז און װאַסער, פּוטינס אָנהענגערס! און עס זאָלן דורכגײן גאַנצמעת–לעתיקע פּיקעטן בײַ זײערע הײַזער, אַזױ אַז זײ זאָלן הערן די גאַנצע צײַט: „ביסט אַ מנוּװל! אױף דײַנע הענט איז דאָס בלוט פֿון צענדליקער טױזנטער אוקראַיִנער, גרוזינער, טשעטשענצעס!‟ און אױב זײ װעלן באמת זאָגן: „איך האָב חרטה! אַ מין נאַר בין איך געװען!‟ — וכּדומה, דאַרף מען זײ ענטפֿערן: „דו לײַגסט, שרץ אײנער! נאָך אין די סאָװעטישע צײַטן איז אַלעמען געװען לגמרי קלאָר, אַז די קרעמל–מאַסן–מעדיאַ זאָל מען נישט גלײבן לױט דער דעפֿיניציע, נאָר גלײבן זאָל מען דװקא און בלױז די מערבֿדיקע מאַסן–מעדיאַ! האָסט באַשלאָסן צו זײַן אַ מנוּװל — נישטאָ קײן פֿאַרגעבונג דיר, נישטאָ קײן באַרעכטיקונג!‟ באָרקע בערעזאָװסקי האָט אָפּגעלעבט אױפֿן מערבֿ צענדליקער יאָר, ער האָט באַקומען אַ בריטישן פּאַספּאָרט, װאָס האָט אים געגעבן די מעגלעכקײט צו רײַזן פֿרײַ איבער דער גאָרער װעלט, — און דערנאָך, אומקערנדיק זיך קײן רוסלאַנד, האָט ער, אַ מנוּװל אײנער, געהאַט די העזה איבערצוחזרן דורך טעלעװיזיע דעם שקר–וכּזבֿ פֿון פּוטינס פּראָפּאַגאַנדע, אַז די אײראָפּעיִשע מאַסן–מעדיאַ לײַגן װעגן רוסלאַנד און כּלומרשט שרײַבן בלױז דאָס, װאָס אַמעריקע באַפֿעלט זײ צו שרײַבן?! נישטאָ קײן פֿאַרגעבונג אים און נישטאָ קײן באַרעכטיקונג אים! ער טרײסט זיך מיט דעם, װאָס נאָכן קראַך פֿונעם פֿאַשיזם און קאָמוניזם האָט מען נישט גערודפֿט די מוזיקאַנטן, װאָס האָבן קאָלאַבאָרירט מיט אָט די רעזשימען, — איז זאָל ער נאָכן קראַך פֿון פּוטיניזם נישט בלױז ניט האָבן, װוּ צו אַרבעטן, נאָר זאָל ער בכלל האָבן מורא אַרױסצושטעקן די נאָז פֿון זײַן הױז! ער האָט עס כּשר פֿאַרדינט, װי אױך אַלע „אַנדערע‟!

דעם זשורנאַליסטס פֿאָרלעצטע פֿראַגע צו מאַריאַשען איז געװען אַזאַ: „װאָס פֿאַר אַ צוקונפֿט דערװאַרט רוסלאַנד?‟ מאַריאַשע האָט גערעדט מכּוח דער נײטיקײט פֿון דעצענטראַליזאַציע וכּדומה. אפֿשר… נאָר איך װאָלט געענטפֿערט אױף אָט דער פֿראַגע אַנדערש. מיט עטלעכע יאָר צוריק, װען ס׳איז נאָך געװען עפּעס אַ בטחון, װאָלט איך געזאָגט, אַז אַלץ װענדט זיך פֿון די רוסלענדער; אַצינד אָבער, װען פּוטינס טעראָר האַלט אין אײן פֿאַרשטאַרקן זיך, און בײַ אַ סך רוסלענדערס זײַנען די מוחות לגמרי פֿאַרסמט פֿון דער מלוכישער פּראָפּאַגאַנדע, װאָלט איך געענטפֿערט: אַלץ װענדט זיך פֿונעם מערבֿ. דער מערבֿ האָט אַ סך מעגלעכקײטן, נאָר צום באַדױערן, ס׳רובֿ מערבֿדיקע פּאָליטיקערס צוליב קורצדױערנדיקע עקאָנאָמישע נוצן, פֿאַרראַטן די אידעאַלן פֿון פֿרײַהײט און דעמאָקראַטיע, מאַכן זײערע לענדער אָפּהענגיק פֿון כּל–המינים טינוף, און אין לעצטן סך–הכּל באַקומט זיך דאָס, װאָס עס קומט איצט פֿאָר אין אוקראַיִנע. בשעתּו האָט רײגאַן אָנגענומען אַ געזעץ, װאָס האָט פֿאַרװערט צו האַנדלען מיט טאָטאַליטאַרע מלוכות; איך האָב קײן מאָל נישט געהערט, אַז אָט דאָס געזעץ איז אַנולירט געװאָרן, — נאָר רײגאַנס נאָכקומערס פֿלעגן אױף דעם כּסדר עובֿר זײַן. װאָס שײך אײראָפּע, אױף װיפֿל איך װײס, איז נישטאָ אַזאַ געזעץ אין קײן אײן אײראָפּעיִשער מלוכה. 

אין זײַן „פֿאַרמלחמהדיקער‟ רעדע האָט פּוטין באַשולדיקט דעם מערבֿ אין דעם, אַז ער, פּוטין, װעט מוזן דורכפֿירן אַ „ספּעציעלע אָפּעראַציע‟ אין אוקראַיִנע. דער פּאַראַדאָקס באַשטײט אין דעם, אַז דער מערבֿ איז באמת שולדיק אין דער איצטיקער מלחמה, נאָר זײַן שולד איז אַ היפּוכדיקע: דער מערבֿ איז מוחל געװען פּוטינען אי די צװײטע מלחמה אין טשעטשניאַ מיט אַלע אירע אַכזריותן, אי דאָס אײַנשטעלן אַ דיקטאַטור אין רוסלאַנד גופֿא, אי די מלחמה אין גרוזיע און de facto אַנעקסיע פֿון דרום–אָסעטיע, אי די אַנעקסיע פֿון קרים, אי די מלחמה אין דאָנבאַס. פֿאַר פּוטינען פֿלעגט דער מערבֿ אַלץ מוחל זײַן אױך יעלצינען. הלמאַי האָט דער מערבֿ נאָכן קראַך פֿון דער „שלעכטס–אימפּעריע‟ דערלױבט רוסלאַנד ירשנען דאָס אָרט פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד אינעם זיכערהײט–ראַט פֿון „אונאָ‟?! װי האָט דער מערבֿ געקאָנט דערלאָזן, אַז גלײַך נאָכן קראַך פֿונעם קאָמוניזם זאָל יעלצין האַנדלען להיפּוך צום מערבֿ און אונטערהאַלטן מילאָשעװיטשן אין דער מלחמה אױף די באַלקאַנען?! װי האָט דער מערבֿ געקאָנט דערלױבן יעלצינען אָפּרײַסן אַבכאַזיע פֿון גרוזיע?! דיטמאַר האָט אונדז דערצײלט, אַז שױן פֿאַר פּוטינען, בשעת אַ װיכּוח אין שלאָס עלמאַו, װען פֿאָרשטײערס פֿון רוסלאַנד האָבן גענומען אױסדריקן זײער אומצופֿרידנקײט מיט נאַטאָס פֿאַרברײטערונג אױפֿן מיזרח, האָט מען זײ געזאָגט: „נאָר איר זײַט דאָך אַלײן אײַנגעגאַנגען אױף דעם!‟ — אױף װאָס די רוסישע האָבן געמאָלדן: „יעלצין איז געװען שיכּור, װען ער האָט עס אונטערגעחתמעט!‟ — „יאָ, מיר װײסן, אַז יעלצין איז געװען שיכּור, נאָר דאָס זײַנען אײַערע פּראַבלעמען!‟ — האָט מען זײ געענטפֿערט. איך פֿרעג אָבער: פֿאַר װאָס האָבן זײ בכלל געבעטן רוסלאַנדס הסכּמה? אױב אַ לאַנד װיל װערן אַ מיטגליד פֿון נאַטאָ, זאָל בלױז נאַטאָ באַשליסן, צי זי זאָל עס אָננעמען, צי נישט, ס׳איז לחלוטין נישט רוסלאַנדס געשעפֿט! מיט װאָס, אײגנטלעך, האָט רוסלאַנד פֿאַרדינט דאָס רעכט אײַנצוגײן אָדער נישט אײַנצוגײן אױף דעם, װאָס אַנדערע לענדער און נאַטאָ װילן טאָן? מיט דעם, װאָס פֿון אַ דיקטאַטור איז רוסלאַנד געװאָרן אַ קלעפּטאָקראַטיע (און שפּעטער װידער אַ דיקטאַטור)? צי אפֿשר מיט דעם, װאָס עס פֿאַרמאָגט נוקלעאַר געװער? 
  
פֿון סאַמע אָנהייב אָן האָט דער מערבֿ געמוזט זיך אױפֿפֿירן בנוגע רוסלאַנד װי דער זיגער אין דער קאַלטער מלחמה, װי ער האָט זיך אױפֿגעפֿירט בנוגע דײַטשלאַנד נאָך דער צװײטער װעלט–מלחמה. תּיכּף נאָכן קראַך פֿונעם קאָמוניזם האָט דער מערבֿ געמוזט זאָגן אָט די מנוּװלים פֿעסט און דײַטלעך: „איר זײַט גאָרנישט. קײן שום רעכט האָט איר נישט און קאָנט נישט האָבן, װײַל רעכט דאַרף מען פֿאַרדינען, און איר האָט קײן רעכט נאָך מיט גאָרנישט ניט פֿאַרדינט. איר האָט בלױז אײן רעכט, װאָס איז אױך אײַער פֿליכט: דורכפֿירן אַ טאָטאַלע דעקאָמוניזאַציע פֿון אײַער לאַנד, „אַז ס׳זאָל פֿון זײַן מיאוסקײט קײן שׂריד–ופּליט ניט בלײַבן‟. איר, חבֿר יעלצין, אַ געװעזענער סעקרעטאַר פֿון אַ געגנט–קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, דאַרפֿט נאָך דערװײַזן בפּועל–ממש, אַז איר זײַט באמת געװאָרן אַ דעמאָקראַט. אױב איר װילט זיך אױף אַן אמתן אױסהײלן פֿון קאָמוניזם, װעלן מיר אײַך מיט חשק העלפֿן אין דעם. אױב אָבער איר װעט האָבן די העזה צו טאָן עפּעס להיפּוך צו אונדז, װעלן מיר אײַך דערשטיקן, װי מיר האָבן דערשטיקט דעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד!‟. צום באַדױערן, האָט דעם מערבֿ געקלעקט סײַ שׂכל, סײַ פּרינציפּיעלקײט אױף דעם — און אין לעצטן סך–הכּל אַצינד, בעת רוסלאַנד מאַכט אוקראַיִנע חרובֿ, פֿאַרכאַפּט אירע לענדער, דערהרגעט צענדליקער טױזנטער אוקראַיִנער און גנבֿעט אוקראַיִנישע קינדער אַרױס, — האָט לאַװראָװ די העזה צו מעלדן אין אונאָ, אַז „קײנער האָט נישט דערלױבט דער מערבֿדיקער מינדערהײט צו רײדן אין נאָמען פֿון דער גאַנצער מענטשהײט‟ (גלײַך װי דער רעשט פֿון דער מענטשהײט האָט דערלױבט רוסלאַנד טאָן דאָס, װאָס רוסלאַנד טוט אין אוקראַיִנע!).

דער מערבֿ האָט אַפּנים פֿאַרגעסן אָדער אַפֿילו נישט פֿאַרשטאַנען דאָס, װאָס דער רוסישער שרײַבער סאָלזשעניצין האָט געהאַט בולט פֿאָרמולירט נאָך אין די 1960ער: „דער װאָלפֿהונט איז גערעכט, דער מענטשנפֿרעסער — נישט!‟ פֿאַר אונדז, נאָרמאַלע מענטשן הינטערן אײַזערנעם פֿאָרהאַנג, איז „ספּירידאָנס קריטערי‟ תּמיד געװען אַן אַקסיאָם. אַצינד איז זײער שװער זיך אַרױסצודראַפּען פֿון דער לאַגע, אין װעלכער די אָפּאָרטוניסטישע און פּרינציפּלאָזיקע מערבֿדיקע פּאָליטיקערס האָבן אַרײַנגעטריבן סײַ זײערע אײגענע לענדער, סײַ די גאַנצע מענטשהײט; עס װעט פֿאַרנעמען זײער אַ סך יאָרן — נאָר דער מערבֿ מוז עס למן–השם טאָן, אַנדערש װעט דאָס לעבן אַליין אױף אונדזער פּלאַנעטע זיך געפֿינען אין אַ געפֿאַר. אַצינד איז די פֿרײַע װעלט ממש פֿאַרזונקען אין דער עקאָנאָמישער אָפּהענגיקײט פֿון רוסלאַנד, כינע, סאַודי אַראַביע און אַנדער טינוף; דאָס איז אומדערלאָזבאַר, דאָס קאָן מען נישט מוחל זײַן, און דער מערבֿ איז מחויבֿ צו טאָן אַלץ, כּדי צו מאַכן אַ סוף צו דעם װאָס גיכער. מחמת זײַן כּסדרדיקן װיסנשאַפֿטלעכן און טעכנאָלאָגישן פּראָגרעס איז דער מערבֿ אָן שום ספֿק מסוגל צו זײַן אין פֿולן בלי אָן אָט די אַלע באַנדיטן. דער מערבֿ דאַרף בשום–אופֿן נישט זײַן עקאָנאָמיש אָפּהענגיק פֿון זײ, נאָר להיפּוך — ער מוז זײ אַלע שטעלן אין עקאָנאָמישער (און אױך, אַװדאי, פּאָליטישער) איזאָלאַציע: זאָלן זײ זױפֿן זײער נאַפֿט און פֿאַרבײַסן מיט גאַז און פּענקע. אױב ס׳איז דערגאַנגען ביז דעם, װאָס לאַװראָװ, ימח–שמו, האָט די העזה צו פּלאַפּלען עפּעס װעגן „דער מערבֿדיקער מינדערהײט‟ און „דער גאַנצער מענטשהײט‟, איז שױן די צײַט, אַז דער מערבֿ זאָל סוף–כּל–סוף מעלדן הױך און פֿעסט (און דורכפֿירן די אַנטשפּרעכיקע פּאָליטיק): „יאָ, מיר זײַנען די סאַמע בעסטע געזעלשאַפֿט אויף דער ערד: די סאַמע פֿרײַע, יושרדיקע, פּראָגרעסיווע און אַנטוויקלטע. דעריבער טאַקע שטרעבן כּסדר מיליאָנען מענטשן פֿון דער גאָרער וועלט צו קומען צו אונדז, אָפֿט מיט שיפֿלעך דורך ימען, מיט סכּנת–נפֿשות. לכן האָבן מיר דאָס פֿולע רעכט צו טאָן אַבסאָלוט אַלץ, וואָס מיר האַלטן פֿאַר נייטיק. אַלע אַנדערע לענדער זײַנען אָדער הינטערשטעליקע, אָדער פּשוט פֿאַרברעכערישע; דעריבער האָבן זיי קיין שום רעכט נישט, ווײַל זיי האָבן זיי מיט גאָרנישט ניט פֿאַרדינט. אויב אייניקע לענדער ווילן ווערן ציוויליזירטע, וועלן מיר זיי מיט חשק העלפֿן אין דעם. יענע לענדער אָבער, וואָס האָבן די העזה זיך קעגנשטעלן, אַפּשיטא שוין זיך ווערן קעגן אונדז, זײַנען טינוף, וואָס, ווי יעדער טינוף, פֿאַרדינען זיי בלויז איינס: אַראָפּגעלאָזט צו ווערן אינעם קלאָזעט–טאָפּ וואָס גיכער, כּדי ער זאָל נישט אַווירן און נישט שטערן די גוטע מענטשן דאָס לעבן. לכן וועלן מיר פֿאַרניכטן אַלע באַנדיטישע מלוחות אומברחמנותדיק.‟
 
אין נאָװעמבער 1995, נאָך רבינס מאָרד, האָב איך אָנגעשריבן מײַנער אַ נאָענטער חבֿרטע אַ לאַנגן בריװ, אין װעלכן איך האָב, אַ חוץ דעם אַלעם, דערקלערט דאָס פֿאָלגנדיקע: „דעמאָקראַטיע דאַרף צװינגען יענע, װאָס דערלױבן זיך שפּײַען אױף איר, ציטערן אימת–מװת פֿאַר זיך הן אין די גרענעצן פֿון אײן לאַנד, הן אינעם װעלט–מאַסשטאַב.‟ יאָ, דװקא אַזױ! היות דער מערבֿ איז נישט ביכולת צו פֿאַרניכטן אַלע באַנדיטישע מלוחות מיט אַ מאָל, זאָלן אַזעלכע װי פּוטין זיצן שאַ–שטיל, ציטערן און מתפּלל זײַן, זײ זאָלן נישט װערן די װײַטערדיקע אין דער רײ נאָך סאַדאַם הוסײנען און קאַדאַפֿין.
  
אינעם סוף פֿונעם אינטערװיו האָט דער זשורנאַליסט געפֿרעגט בײַ מאַריאַשען: „װאָס האָט איר מורא מער פֿון אַלעמען?‟ מאַריאַשע האָט געענטפֿערט: „איך האָב מורא, אַז מיר װערן צוגעװױנט צו דעם, װאָס מענטשן װערן דערהרגעט. אין תּוך איז דער מענטש ממילה אַזאַ באַשעפֿעניש, וואָס װערט צוגעװױנט צו אַלצדינג. די מלחמה דױערט שױן זײער לאַנג — און מיר האַלטן אין אײן לעבן, שטעלן ספּעקטאַקלען, אַרבעטן… יאָ, מיר מוזן זיך אומקערן צו אָט דעם לעבן, מיר מוזן לעבן, מיר קאָנען זיך נישט אָפּשטעלן און אַלע שטאַרבן, נאָר דאָס, װאָס מע װערט צוגעװױנט צו דעם, אַז פֿאַר עמעצן קאָן יעדער טאָג מיינען: צי װעט ער דערלעבן, צי נישט? צי װעט ער אים איבערלעבן, צי נישט? — נעמט אָן אַ שרעק, אַז איך געפֿין נישט פֿאַר זיך, אין װאָס זיך אָנצוכאַפּן. הגם, אַװדאי, מוז מען זוכן, און מסתּמא איז עס מעגלעך צו געפֿינען דעם זינען אַפֿילו אין די סאַמע מוראדיקע יסורים. נאָר װידער: נישט איך קאָן מישפּטן װעגן דעם.‟ אַװדאי איז מאַריאַשע לגמרי גערעכט, נאָר איך װאָלט געגעבן אַן ענטפֿער פֿון אַ גרעסערן מאַסשטאַב: מער פֿון אַלץ האָב איך מורא, אַז אַפֿילו די איצטיקע סיטואַציע װעט גאָרנישט ניט אָנלערנען די מערבֿדיקע פּאָליטיקערס, אַז זײ װעלן נישט טאָן דאָס, מכּוח װאָס איך האָב אָנגעשריבן אױבן, און מחמת דעם װעלן פּוטינען פֿון אַלע מינים האַלטן אין אײן דערשטיקן די פֿרײַהײט אין זײערע אײגענע לענדער, חרובֿ מאַכן די אַנדערע לענדער און דערהרגענען אָן אַ שיעור מענטשן. דװקא צוליב דעם, להיפּוך צו מאַריאַשען, האָב איך אין װאָס זיך אָנצוכאַפּן, און איך בין פֿולשטענדיק מסכּים מיט איר: אַװדאי, מוזן מיר לעבן — א ו ן   ק ע מ פֿ ן!
  
איך בין נישט פֿון יענע, װאָס קאָנען צוגעװױנט װערן צו מאַסן–מאָרדן. װען איך האָב זיך צום ערשטן מאָל אַרױסגעזאָגט עפֿנטלעך מכּוח פּאָליטיק (מיט מײַן עפֿנטלעכן בריװ דעם דירעקטאָר פֿון בי–בי–סי אין שײַכות מיט זײער רכילות אױף ישׂראל), האָב איך אין פּריװאַטע בריװ צו אײניקע פֿרײַנד מײַנע ציטירט די לעצטע שורות פֿון מאַנדעלשטאַמס אַ באַרימט ליד: „און כ׳װאָלט געקאָנט דורכפֿײַפֿן דאָס לעבן װי אַ שטאַר, פֿאַרבײַסן מיט אַ קוכן פֿון ניס, נאָר, אַפּנים, קען מען עס בשום–אופֿן נישט‟. אַצינד פֿיל איך עס נאָך אַ סך שטאַרקער, װי דעמאָלט. איך בין אַלט שױן 51 יאָר, דעם גרעסערן טײל לעבן האָב איך, זעט אױס, שױן אָפּגעלעבט. אַװדאי װאָלט איך געװאָלט אָפּגעבן מײַן לעבן בלױז דער װוּנדערלעכער מוזיק און אין דער פֿרײַער צײַט האָבן הנאה פֿון אונדזער ליבע מיט קאַרינאָטשקען, טרעפֿן זיך מיט פֿרײַנד, לײענען גוטע ביכער, רײַזן אַרום װוּנדערשײנע לענדער און געניסן פֿון זײער אַרכיטעקטור, נאַטור און אַזױ װײַטער — „נאָר, אַפּנים, קען מען עס בשום–אופֿן נישט‟. במשך פֿון די לעצטע העכער פֿערצן חדשים פֿיל איך, אַז איך קאָן פּשוט נישט האָבן הנאה פֿון װאָס–ניט–איז, אױב איך האָב נישט אױפֿגעטאָן עפּעס פֿאַר אוקראַיִנע: אָדער אָנטײלגענומען אין אַ קאָנצערט לטובֿת אוקראַיִנע, אָדער צוגעשיקט געלט דער אוקראַיִנישער אַרמײ אָדער די קרבנות פֿון דער מלחמה, אָדער אױסגעשפּילט מײַן טריִאָ, אָדער געגעבן אַן אינטערװיו, אָדער כאָטשבי אױסגעשפּילט שאָפּענס 5טן אָדער 6טן פּאָלאָנעז — איך האָב דערצײלט אין אַ סך אינטעװיוען, װעגן װאָס איך טראַכט, װען איך שפּיל אָט די פּאָלאָנעזן, בפֿרט אַז בעתן שפּילן דעם פּאָלאָנעז אין לאַ–בעמאָל מאַזשאַר פֿיל איך, אַז יעדע נאָטע, װאָס איך שפּיל איז אַ קױל, געװענדטע אין די רוסישע פֿאַרכאַפּערס און מערדערס [15]. װער װײסט: אפֿשר איז מיר באַשערט אױף מײַן גאַנץ לעבן נישט בלױז שפּילן געניאַלע מוזיק, נאָר אױך שרײַען בקול–רם װעגן פֿרײַהײט און טיראַניִע, אַפּעלירנדיק צום שׂכל און געװיסן פֿון מערבֿדיקע פּאָליטיקערס און פּשוטע בירגערס. באַזונדערס װײַל דאָס, װאָס ס׳קומט אַצינד פֿאָר אין אוקראַיִנע, איז העכסט װיכטיק פֿאַר מיר פּערזענלעך. 
  אין מײַן נשמה איז אױף תּמיד פֿאַרבליבן יענער טאָג, װען איך בין געװען אַלט אַ יאָר נײַן און אַ כאָפּטע ייִנגעלעך פֿון אונדזער הױף בראָש מיט גענקאַ קולאַקאָװן, טרײסלענדיק מיט אַ דינעם אײַזערנעם שטעקן, האָט געשריגן, אַז זײ װעלן מאַכן פֿון מיר אַ ייִדישן שאַשליק. אײַנגעשטעלט האָט זיך פֿאַר מיר בלױז אײן ייִנגל מיטן נאָמען סאַניאַ, װאָס איז געװען אַפֿילו נישט פֿון אונדזער הױף, נאָר פֿון אַ שכנישן, היות דאָס אַלץ איז פֿאָרגעקומען נישט אין אונדזער הױף, נאָר אױף אַ זײַט פֿון אונדזער הױז — אַזױ צו זאָגן, צװישן די צװײ הױפֿן. אַװדאי, האָבן סאַניאַ און איך גאָרנישט ניט געקאָנט טאָן קעגן די אַלע אַנדערע ייִנגעלעך. פֿאַרשטײט זיך, איז עס בלױז מײַן פֿאַנטאַזיע, נאָר כ׳װעל זיך נישט פֿאַרחידושן, אױב ס׳װעט זיך אַרױסװײַזן, אַז אַצינד הרגענען גענקאַס קינדער די פֿרידלעכע אוקראַיִנער און פֿאַרגװאַלטיקן די אוקראַיִנישע פֿרױען, בעת סאַניאַס קינדער שלאָגן זיך אין די רײען פֿון דעם רוסישן פֿרײַװיליקן קאָרפּוס אָדער דעם לעגיאָן „פֿרײַהײט צו רוסלאַנד‟. צום באַדױערן, בין איך צו אַלט און ניט–קװאַליפֿיצירט צו נעמען אַן אױטאָמאַט אין די הענט און פֿאָרן אױף דער מלחמה אין אוקראַיִנע, נאָר יעדעס מאָל, װען איך לײען, װי די אוקראַיִנישע אַרמײ מיט די פֿילצאָליקע ישׂראלדיקע װאָלאָנטיאָרן אין אירע רײען, דער רוסישער פֿרײַװיליקער קאָרפּוס און דער לעגיאָן „פֿרײַהײט צו רוסלאַנד‟ שלאָגן די רוסישע באַנדיטן, פֿיל איך נישט בלױז פֿרײד און התפּעלות, נאָר אױך דאַנקבאַרקײט צו יענע העלדן, מחמת איך פֿיל, אַז זײ נעמען נקמה אױך פֿאַר מײַנע קינדערשע דערנידעריקונגען.
 
נישטאָ קײן ברירה: מיר זײַנען מחויבֿ מנצח זײַן!


[1] לעלטשוק, נינאַ — סאָוועטישע און אַמעריקאַנער פּיאַניסטקע
[2] אַפּעקישעװאַ, יעקאַטערינאַ — רוסלענדישע און ענגלישע פּיאַניסטקע
[3] ליבערמאַן, יעווגעני (1925־2003) — סאָוועטישער און רוסלענדישער פּיאַניסט, פּעדאַגאָג
[4] ליובימצעוו, פּאַוועל — סאָוועטישער און רוסלענדישער אַקטיאָר, רעזשיסאָר, מאַריאַשעס ברודער
[5] דעפּאַרדיע, זשעראַר (1948) — פֿראַנצייזישער אַקטיאָר
[6] דער איניציאַל איז געענדערט.
[7] דאָס יאָר 1937 איז אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געווען דאָס בלוטיקסטע, צוליב סטאַלינס רעפּרעסיווער פּאָליטיק
[8] כאַמאַטאָװאַ, טשולפּאַן (1975) — רוסישע אַקטריסע, וואָס האָט באַשלאָסן עמיגרירן נאָך דעם, ווי פּוטין האָט אין פֿעברואַר 2022 צעבונדן די מלחמה אין אוקראַיִנע
[9] דער איניציִאַל איז געענדערט.
[10] נאַוואַלני, אַלעקסיי (1976) — רוסלענדישער פּאָליטיקער, אָפּאָזיציאָנער פֿון פּוטינס רעזשים, זיצט אין לאַגער
[11] גערגיִעוו, וואַלערי (1953) — רוסלענדישער דיריגענט
[12] גיזעקינג, וואָלטער (1895־1956) דײַטשישער פּיאַניסט
[13] ביאָם, קאַרל (1894־1981) — עסטרײַכישער דיריגענט
[14] קעמפּף, ווילהעלם (1895־1991) — דײַטשישער פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר
[15] אין 1991, בעת איך האָב זיך צום צװײטן מאָל געטראָפֿן מיט ראָסטראָפּאָװיטשן, האָט ער מיר געזאָגט: ״אַ שאָד, װאָס דו ביסט נישט געװען באַקאַנט מיט פּראָקאָפֿיעװן און שאָסטאַקאָװיטשן: זײ װאָלטן פֿון דיר אַ קױל געמאַכט!״. מילא — אַצינד האָט דאָס לעבן גופֿא געמאַכט פֿון מיר אַ קױל.

סוף

Leave a comment