אָט אַזאַ לעבן האָב איך געפֿירט

משה לעמסטער

די שטוב, וואָס ס׳האָט אויפֿגעבויט דער קיבוצניק דרוֹר

אַן אַלטע מעשׂה אויף אַ נײַעם שטייגער

אָט איז די שטוב,
וואָס ס׳האָט אויסגעבויט דער קיבוצניק דרור.

און אָט זענען מאַראַנצן זיסע
אויפֿן גאַניק אין אַ שיסל
אין שטוב,
וואָס ס׳האָט אויסגעבויט דער קיבוצניק דרור.

און אָט איז די פּאַפּוגע די קלוגע,
זי נאַשט די מאַראַנצן זיסע
פֿונעם גאַניק, פֿון אַ שיסל
אין שטוב,
וואָס ס׳האָט אויסגעבויט דער קיבוצניק דרור.

אָט איז דער קאָטער,
ער וויל כאַפּט די פּאַפּוגע די קלוגע,
וואָס נאַשט די מאַראַנצן זיסע
פֿונעם גאַניק, פֿון אַ שיסל
אין שטוב,
וואָס ס׳האָט אויסגעבויט דער קיבוצניק דרור.

און אָט איז דער הונט פֿאַרשײַטער,
וואָס דעם קאָטער קאָן ניט לײַדן,
וועלכער וויל כאַפּן די פּאַפּוגע די קלוגע,
וואָס נאַשט די מאַראַנצן זיסע
פֿונעם גאַניק, פֿון אַ שיסל
אין שטוב,
וואָס ס׳האָט אויסגעבויט דער קיבוצניק דרור.

און אָט איז די קו די ראַבע אָן הערנער,
זי טרײַבט דעם הונט פֿאַרשײַטן,
וואָס דעם קאָטער קאָן ניט לײַדן,
וועלכער וויל כאַפּן די פּאַפּוגע די קלוגע,
וואָס נאַשט די מאַראַנצן זיסע
פֿונעם גאַניק, פֿון אַ שיסל
אין שטוב,
וואָס ס׳האָט אויסגעבויט דער קיבוצניק דרור.

און אָט איז די זקנה, וואָס געווען איז אין געטאָ,
זי מעלקט די קו די ראַבע אָן הערנער,
די קו, וואָס טרײַבט דעם הונט פֿאַרשײַטן
וועלכער דעם קאָטער קאָן ניט לײַדן,
וועלכער וויל כאַפּן די פּאַפּוגע די קלוגע,
וואָס נאַשט די מאַראַנצן זיסע
פֿונעם גאַניק, פֿון אַ שיסל
אין שטוב,
וואָס ס׳האָט אויסגעבויט דער קיבוצניק דרור.

און אָט איז דער זקן, אַ העלד פֿון מלחמות,
אים וואַרט די זקנה, וואָס געווען איז אין געטאָ
און מעלקט די קו, די ראַבע אָן הערנער,
די קו וואָס טרײַבט דעם הונט פֿאַרשײַטן
וועלכער דעם קאָטער קאָן ניט לײַדן,
וואָס וויל כאַפּן די פּאַפּוגע די קלוגע,
וועלכע נאַשט די מאַראַנצן זיסע
פֿונעם גאַניק, פֿון אַ שיסל
אין שטוב,
וואָס ס׳האָט אויסגעבויט דער קיבוצניק דרור.

און אָט זענען צוויי טעראָריסט פֿון עזה,
וואָס שיסן דעם זקן, אַ העלד פֿון מלחמות,
שיסן די זקנה, וואָס געווען איז אין געטאָ,
און אויכעט די קו, די ראַבע אָן הערנער,
שיסן דעם הונט, דעם הונט פֿאַרשײַטן
דעם קאָטער, און די פּאַפּוגע די קלוגע,
און פֿאַרברענען די שטוב,
וואָס ס׳האָט אויסגעבויט דער קיבוצניק דרור…

סעפּטעמבער, 20


ווען איך בין אַלט געווען אַ זעכצן יאָר

ווען איך בין אַלט געווען אַ זעכצן יאָר
אַך, סאַראַ לעבן האָב איך געפֿירט!
שענקען, ווײַנקעלערס — מײַן טעגלעכע וואָר —
אָט אַזאַ לעבן האָב איך געפֿירט.

ווען איך בין אַלט געווען אַ צוואַנציק יאָר
אַך, סאַראַ לעבן האָב איך געפֿירט!
ליבעס, מיידלעך — געלט ניט געשפּאָרט —
אָט אַזאַ לעבן האָב איך געפֿירט…

גאָטעניו, טו זשע אַ דריי דאָס דריידל,
ברענג יענע יאָרן מײַנע צוריק
יאָרן מיט נחת, מיט ליכטיקע פֿריידן,
ווען פֿונעם לעבן געשעפּט האָב איך גליק.

ווען איך בין אַלט געווען אַ דרײַסיק יאָר
אַך, סאַראַ לעבן האָב איך געפֿירט!
געזוכט און געפֿונען האָב איך מײַן פּאָר —
אָט אַזאַ לעבן האָב איך געפֿירט.

ווען איך בין אַלט געווען אַ פֿערציק יאָר
אַך, סאַראַ לעבן האָב איך געפֿירט!
צוויי טעכטערלעך וואַקסן אַ נײַער דור —
אָט אַזאַ לעבן האָב איך געפֿירט…

גאָטעניו, טו זשע אַ דריי דאָס דריידל,
ברענג יענע יאָרן מײַנע צוריק
יאָרן מיט נחת, מיט ליכטיקע פֿריידן,
ווען פֿונעם לעבן געשעפּט האָב איך גליק.

ווען איך בין אַלט געווען אַ פֿופֿציק יאָר
אַך, סאַראַ לעבן האָב איך געפֿירט!
ס’קלינגט פֿאַר די ייִדן מײַן ייִדיש וואָרט —
אָט אַזאַ לעבן האָב איך געפֿירט.

ווען איך בין אַלט געווען אַ זעכציק יאָר
אַך, סאַראַ לעבן האָב איך געפֿירט!
מײַנע טעכטערלעך כּלות שיינע ביז גאָר —
אָט אַזאַ לעבן האָב איך געפֿירט…

גאָטעניו, טו זשע אַ דריי דאָס דריידל,
ברענג יענע יאָרן מײַנע צוריק
יאָרן מיט נחת, מיט ליכטיקע פֿריידן —
ווען פֿונעם לעבן געשעפּט האָב איך גליק.

ווען איך בין אַלט געווען אַ זיבעציק יאָר
אַך, סאַראַ לעבן האָב איך געפֿירט!
אייניקלעך וואַקסן, דער הימל איז קלאָר —
אָט אַזאַ לעבן האָב איך געפֿירט.

וואָס זשע ווײַטער? — עס וויל זיך מיינען,
ווײַטער וואַרטן, טעג זוניקע, העלע
און אויכעט אַן עלטער אַ לאַנגע, אַ שיינע
איך ווי אַ תּפֿילה זאָגן וועל וועלן:

גאָטעניו, טו זשע אַ דריי דאָס דריידל,
ברענג יענע יאָרן מײַנע צוריק
יאָרן מיט נחת, מיט ליכטיקע פֿריידן
ווען פֿונעם לעבן געשעפּט האָב איך גליק…

דער גלות

גענוג צו וואַנדערן און בלאָנדזען,
ייִדעלע,
פֿרעמדע פֿעלדער, פֿרעמדע לאָנקעס,
ייִדעלע.

פֿרעמדע לענדער, פֿרעמדע וועלטן,
ייִדעלע,
פֿרעמדע נאַציעס און פֿעלקער,
ייִדעלע.

פֿרעמדע זומערס און ווינטערס,
ייִדעלע,
פֿרעמדע חגאָות, פֿרעמדע שׂימחות,
ייִדעלע.

סײַ חבֿרים, סײַ פֿיל שׂונאים,
ייִדעלע,
גלייבסט, אַז דאָרט אָן דיר מע קאָן ניט,
ייִדעלע.

מיט די קבֿרים זיך געזעגן,
ייִדעלע,
מיט די פֿרעמדע גלות־וועגן,
ייִדעלע.

זאָג, אַדיע, די פֿרעמדע ווערטן,
ייִדעלע,
שעם זיך ניט פֿאַר געזעגן־טרערן,
ייִדעלע.

אַרום־אַרום נאָר פֿרעמדס און פֿרעמדע…
ייִדעלע,
עס וואַרט פֿון לאַנג אויף דיר דײַן לענדל,
ייִדעלע…

אויגוסט, 2023

Leave a comment