ווען די מלחמה קלאַפּט אין דער טיר
פֿון טיף פֿון האַרץ
זיך רײַסט אַ ווילד געשריי:
„דער שׂונא בײַ די טויערן!‟
אָשר שוואַרצמאַן
דעם חודש אָקטאָבער, נישט געקוקט אויף זײַן שיינער האַרבסטיקער באַקליידונג, קאָן מען אָנרופֿן — שוואַרצער אָקטאָבער. די שחיטה אָנהייב חודש אין די דרומדיקע ייִשובֿים פֿון ישׂראל האָט אים אָנגעטאָן אין טרויער־מלבושים. עס גייט הײַנט אָן אַ בלוטיקע מלחמה. ס׳איז נישט דאָס אָרט און צײַט זיך אַרײַנלאָזן אין די היציקע פּילפּולים אַרום די סיבות „פֿאַרוואָס‟ און “וויִאַזוי‟ איז דער פּאָגראָם אויף שׂימחת־תּורה דערמעגלעכט געוואָרן; הײַנט איז די צײַט פֿאַר אַחדות! אַחדות אין ישׂראל און אַחדות צווישן ייִדן אין די תּפֿוצות.
אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט איז, צום גרויסן באַדויערן, קיין אַחדות מכּוח מדינת־ישׂראל בכלל און דער אָקטאָבער־טראַגעדיע בפֿרט — נישטאָ. אין דער זעלבער צײַט, ווען אין ס׳רובֿ ייִדישע צענטערס, שילן, קהילות איבערן לאַנד קומען פֿאָר פּראָטעסט־ און שטיץ־מיטינגען, געלט־זאַמלונגען לטובֿת ישׂראל, הערן זיך היסטערישע קוויטשערײַען פֿון געוויסע ראַדיקאַלע באַוועגונגען, ווי למשל, די גרופּע, וואָס רופֿט זיך „ייִדישע שטים פֿאַר שלום‟ (JVP). אין תּוך איז עס אַ פֿאָנפֿעוואַט קולעכל פֿון אַ ליידיקן פֿאַס, וואָס אונטערן תּירוץ פֿון שלום, רופֿט צו ישׂראלס בויקאָט און פּריידיקט אַנטי־ציוניזם. אַרום 12 אָפּטיילן פֿון אָט דער מישטיינס געזאָגט אָרגאַניזאַציע פֿאַרשפּרייטן איר טעטיקייט אין די אוניווערסיטעטן און אוניווערסיטעט־שטעטלעך. דאָרט, אונטער דער אַקאַדעמישער מאַנטיע, פֿירט די לינק־געשטימטע פּראָפֿעסור, די „לוזערס‟ פֿון די צעשמעטערטע באַריקאַדעס אין די סוף 1960ער, אָנהייב 1970ער יאָרן, זייער פֿאַרשימלטע אידעאָלאָגיע און שטעקן דערמיט אָן די נאַיִווע קעפּ פֿון סטודענטן.
אַ צווייטע אָרגאַניזאַציע „אויב ניט איצט‟ (INN) באַשטייט פֿון עטלעכע ייִדישע גרופּעס, וועלכע העלפֿן צו אָרגאַניזירן אַנטי־ישׂראלדיקע פּראָטעסטן דווקא נאָכן 7טן אָקטאָבער. די דאָזיקע גרופּעס פֿון פֿרײַוויליקע יודענרײַטניקעס אונטערן פֿליגל פֿון „כאַמאַס‟, פֿאַרדעקן זייער צבֿיעות מיט דער שיינער מאַסקע פֿון „מענטשנרעכט‟. דערמיט שפּילן זיי צו די אָרטיקע שׂונאי־ישׂראל, וואָס זײַנען גרייט יעדע מינוט זיך אַ לאָז טאָן, ווי בייזע הינט, אויף די ייִדישע קוואַרטאַלן פֿון ניו־יאָרק, פֿילאַדעלפֿיע, דעטרויט, שיקאַגע, לאָס־אַנדזשעלעס און אַנדערע אַמעריקאַנער שטעט…
כּמעט יעדן טאָג פֿאַרבינד איך זיך מיט מײַנע קרובֿים, פֿרײַנד און באַקאַנטע אין ישׂראל. שוין די אייניקלעך פֿון די נעכטיקע „עולים חדשים‟ און איצטיקע וותּיקים געפֿינען זיי זיך אויף דער פֿאָדערשטער פֿראָנט־ליניע. איך געדענק זיי נאָך פֿאַר שנעקלעך, און הײַנט האַלט זיך אויף זייער טאָג־טעגלעכער גבֿורה דער מאָרגן פֿון ייִדישער מדינה און די ייִדן אין דער גאָרער וועלט.
לאָמיר האָפֿן און גלייבן, אַז זיי וועלן זיך אומקערן צו זייערע עלטערן און באָבע־זיידעס מיט אַ נצחון און שלום.
באָריס סאַנדלער
אָקטאָבער 28, 2023
איך האָב זיך געוואָנדן צו די שטענדיקע מחברים פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟ צו שטיצן מיט זייער וואָרט אונדזערע שוועסטער און ברידער אין ישׂראל.
עמיל קאַלין
דעם חודש דערשײַנט דער לעצטער קאַפּיטל פֿון מײַן נאָוועלע „צוזאַמענבראָך‟. איך האָב אָנגעהויבן שרײַבן דאָס דאָזיקע ווערק מיט העכער אַ יאָר צוריק. מײַן הויפּט-געדאַנק איז געווען צו באַשרײַבן געוויסע שטימונגען, נייגונגען, מאָראַלישע געפֿאַלנקייט און כּלערליי קרומקייטן וואָס זענען, לויט מײַן מיינונג, טיפּיש פֿאַר מײַן צײַט און אָרט, וווּ איך וווין. איך האָב זיך קיינמאָל נישט געהאַלטן פֿאַר קיין נבֿיא און אין „צוזאַמענבראָך‟ האָב איך נישט געשטעלט פֿאַר זיך קיין צוועק צו וואָרענען אָדער זאָגן מוסר. אַ שרײַבער איז נישט קיין נבֿיא. דער הײַנטיקער נבֿיא ליגט, מסתּמא, פֿאַרשפּאַרט אין אַ משוגעים-הויז, אויב ער האָט מזל און עס געפֿינט זיך פֿאַר אים אַ פֿרײַע בעט. אַ שרײַבער איז אַ באַשרײַבער, אַ צוקוקער. ער שטייט בײַ דער זײַט, ער טאַנצט נישט אין קאָן. ער שטעלט דעם דיאַגנאָז, וואָס ווייניק ווער הערט זיך צו אים צו.
דער האַרבער גערוך פֿון פֿאַרדאָרבנקייט, געפֿאַלנקייט, דאָס כאַפּן בײַ יענעם, פֿאַרריסנקייט, קינדישע אײַנרעדענישן פֿון מעכטיקייט און גרויסקייט — דאָס אַלץ האָט זיך, נאָך דעמאָלט געלאָזט גאָר לײַכט דערשמעקן און מיטן פֿאַרלויף פֿון דער צײַט איז דער גערוך געוואָרן אַלץ שטאַרקער און דערשטיקנדיקער.
בעת מײַן הויפּט-העלד, הערש גרינבערג, האָט דורכגעמאַכט וואַרעמס און קאַלטס אויף די שפּאַלטן פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟, זענען פֿאָרגעקומען אין ישׂראל פּאָליטישע איבערקערענישן, די לופֿט איז געוואָרן פֿאַרסמט מיט בריִענדיקער שׂינאה און טעמפּקייט פֿון חושים און מוח. עס זענען פֿאָרגעקומען ריזיקע, ברויזנדיקע דעמאָנסטראַציעס, אַזעלכע, וואָס דאָס לאַנד האָט נאָך קיינמאָל פֿריִער נישט געזען, דער לעבנס-שטייגער איז, כאָטש איין מאָל אַ וואָך, פֿאַרשטערט געוואָרן. די שפּאַנונג און מחלוקת צווישן ייִדן זענען „דערגאַנגען צו פּעטש‟ און נאָך ערגער פֿון פּעטש.
איך האָב אָנגעשריבן דעם לעצטן זאַץ אין „צוזאַמענבראָך‟ אַ פּאָר וואָכן פֿאַר דעם איצטיקן חורבן, נישט וויסנדיק, וואָס פֿאַר אַ „צוזאַמענבראָך‟ — דאָס מאָל שוין אויף אַן אמתן — רוקט זיך אָן אויף מײַן לאַנד און פֿאָלק. די אויערן הערן די קלאַנגען, די אויגן לייענען די גרויל-געשיכטעס און אין קאָפּ בושעוועט אַ פּוסטקייט. דער מוח איז נישט מסוגל צו באַנעמען, אַז אַ שעה פֿאָרן מיטן אויטאָ פֿון מײַן שטוב, וווּ עס שלאָפֿן רויִק מײַנע קינדער, האָט מען בוכשטעבלעך געשאָכטן עופֿעלעך אין די וויגעלעך. די האָר שטעלן זיך קאַפּויער. נישט נאָר די מײַלער שווײַגן, נאָר אויך די מחשבֿות זענען פֿאַרשטומט געוואָרן. מע לייענט די זעלבע נײַעס נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל. מע זוכט, כאָטש אַ טראָפּן נחמה, אַן אָנשפּאַר, ווי שלאַבעריק ער זאָל נישט זײַן, און מע געפֿינט נישט.
זונטיק האָט אונדזער משפּחה זיך דערוווּסט, אַז מײַנער אַ קרובֿ, אַ נײַנצן־יאָריקער בחור, איז געפֿאַלן בעת דעם מערדערישן אָנפֿאַל פֿון די „כאַמאַס‟־בעסטיעס אויף זײַן באַזע. כּבֿוד זײַן אָנדענק און פֿון אַלע אומשולדיקע קרבנות און די, וועלכע האָבן מוסר-נפֿש געווען, כּדי צו ראַטעווען לעבנס.
דער דאָזיקער אַרטיקל איז אַן אומעטיקער, אַן אומדערוואַרטער עפּילאָג, צוגעשריבן מיט אַ ציטערנדיקער האַנט צו דעם שוין דערשריבענעם „צוזאַמענבראָך‟. די מערדערישע, אומגלויבלעכע ווירקלעכקייט רײַסט זיך אַרײַן אין בעלעטריסטיק און די בעלעטריסטיק גיסט זיך צונויף מיטן איבערגעלעבטן.
בערל קאָטלערמאַן
זיבנפֿאַך
(אַ קינה)
שטאָל און אײַזן, קאַלט און האַרט און שטום,
שמיד אױס אַ האַרץ פֿאַר זיך, דו מענטש — און קום!
ח.־נ. ביאַליק, „אין שחיטה־שטאָט‟
רײַס אָפּ די אויגן פֿונעם גרויען נײַעס־שטראָם,
זיץ אויפֿן דיל און וויין, און וואָי, און הויל
פֿון הוילן גרויל,
ווײַל דאָרט, וווּ ס׳האָט אַ בלום געבליט אין פֿעלד,
אַ קערפּער פֿון אַ מיידל איינזאַם ליגט,
און וווּ אַן עופֿל האָט געפּאַטשט די הענט מיט פֿרייד,
מיט בלוט פֿאַרפֿלעקטע ליאַלקעס צווישן ווענט
געחרובֿט שרײַען אָן אַ קלאַנג און אָן אַ קול
און וואַרטן נאָך, אַז עמעץ זאָל זיי הערן…
שמיד צו דײַן פּײַן און האַרץ אויף תּמיד
צו יענעם צוים, צו יענעם עמוד,
וואָס האָט געמוזט זיי היטן
פֿון דער שחיטה.
דו — גיב אַ וואָרט פֿאַר זיי, אַ נדר —
זיבנפֿאַך.
וְשָבוּ בָנִים
טיפֿע היילן, בייזע רוחות,
פּחד, צער און פּײַן —
רחל רופֿט מיט שווערע טרערן:
עופֿעלע דו מײַן!..
קלאָג און יאָמער, מאַמע רחל,
ווי אַמאָל אויך הײַנט
ביסט געצוווּנגען זוכן קינדער
אינעם לאַנד פֿון פֿײַנט.
גיס די טרערן, רחל־סערצע,
וויין־אויס זיך, רחל־קרוין,
קיין טרייסט נישטאָ פֿאַר דיר דערווײַל,
נאָר ווייס: ס’איז דאָ אַ לוין.
כִּי יֵשׁשָכָר לִפְעֻלָּתֵךְ
וְיֵשׁ תִּקְוָה,
וְשָבוּ בָנִים לִגְבוּלָם
עוֹד לֹא אָבְדָה.
טיפֿע היילן, בייזע רוחות,
פּחד, צער און פּײַן —
רחל ווערט ניט מיד צו רופֿן:
עופֿעלע דו מײַן!..
י”א בחשוון תשפ”ד
דוד־עומר כּהן
טײַערע לייענער, מײַן נאָמען איז דוד־עומר כּהן. וועגן די איצטיקע טראַגעדיעס וועל איך זאָגן בלויז געציילטע ווערטער: אַ מאָל איז דאָס לעבן צו גרויס און די נשמה איז צו קליין. וועל איך אײַך עפּעס דערציילן וועגן מײַנע פּערזענלעכע מחשבֿות אַרום דעם ענין.
דער ייִדישער שרײַבער פֿון האָלאַנד האַרי מוליש ז”ל פֿלעג זאָגן: „איך בין די צווייטע וועלט-מלחמה‟. האַרי מולישעס טאַטע איז געווען אַן עסטרײַכיש-אונגאַרישער קאָלאַבאָראַטאָר; און די מאַמע זײַנע איז געווען אַ „יעקע‟. אויב אַזוי, קען איך זאָגן, אַז איך בין דער הײַנטיקער קאָנפֿליקט.
פֿאַר וואָס עפּעס דווקא איך, כאָטש כ’וווין נישט אין ישׂראל און האָב נאָר איין מאָל באַזוכט די ארץ-הקודש? דערקלער איך: צו מײַן נאָמען „דוד־עומר‟ געהערט אַ שטיקל געשיכטע. ווען מײַנע טאַטע-מאַמע האָבן זיך אין 1993 דערוווּסט וועגן מײַן באַלדיקן אָנקום אויף דער וועלט, האָבן זיי באַשלאָסן מיר צו געבן סײַ אַ ייִדישן און סײַ אַ מוסולמענישן נאָמען, אויף צו פֿאַרשרײַבן זייער האָפֿענונג, אַז ס’זאָל זײַן שלום אין ארץ־ישׂראל. ס’איז געווען אין די צײַטן פֿון די אונטערהאַנדלונגען אין אָסלאָ, אין וואָס איך דערמאָן זיך כּמעט יעדן טאָג.
אויב זיי האָבן אויסגעקליבן דעם נאָמען „אָמאַר‟ צוליב דעם עגיפּטישן אַקטיאָר אָמאַר שאַריף צי צוליב דעם פּערסישן דיכטער און כּלל-געלערנטער אָמאַר כאַיאַם, קען איך אײַך נישט זאָגן; דער טאַטע געדענקט דאָס נישט, און צו פֿרעגן די מאַמע האָב איך נישט קיין אופֿן.
זאָל זײַן: איכ’ל זיי ביידע מכבד זײַן און זײַן אַן אַקטיאָר אין דער שולע און אַ דיכטער אויף דער ייִדישער גאַס. מיט ווערטער אויף פּאַפּיר און אין די לעקציעס וועל איך קעמפֿן. קעמפֿן וועל איך ביז וואַנען דער נאָמען „דוד־עומר‟ וועט שוין נישט זײַן קיין אָקסימאָראָן, סײַ נישט אין ישׂראל און סײַ נישט אין קיין שום לאַנד אויף דער וועלט. מיט די נעמען מײַנע וועל איך קעמפֿן פֿאַר שלום צווישן לענדער, רעליגיעס און מענטשן גופֿא.
די נעמען זענען בײַ מיר אַן „אַני־מאמין‟: אַפֿילו אין די סאַמע טונקעלע מאָמענטן פֿון די פֿאַרגאַנגענע טעג, דערמאָנט מיך די קאָמבינאַציע „דוד־עומר‟ אין דער מעגלעכקייט, אַז אַ מאָל וועט מען דערלעבן צו אַ שטענדיקן שלום. די טויב מיטן צווײַגעלע קען מען נאָך נישט זען, אָבער ערגעץ וווּ, ערגעץ ווײַט האַלט זי אין איין וואַרטן. אַני מאמין באמונה שלמה בביאת השלום. ואַף־על־פּי שיתמהמה, עם כל זה אחכה לו אחכה לו בכל יום שיבוא.
אָמן!
יעווגעני קיסין
אין פּאַסקודנע צײַטן לעבן מיר… אומעטום האָבן באַנדיטן פֿון אַלע מינים זיך אין גאַנצן צעגאַרטלט — די מלחמה אין אוקראַיִנע, די מאָרדן און די עטנישע רײניקונג פֿון די אַרמענער אין קאַראַבאַך, און איצט איז מען דערגאַנגען אױך צו אונדז…
װען דער בראָך האָט געטראָפֿן די ייִדישע מלוכה, בין איך געװען אין בערלין, כ׳האָב געשפּילט דאָרט עטלעכע קאָנצערטן מיטן בערלינער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער. יעדעס מאָל, װען איך שפּיל אין יענער דײַטשישער שטאָט און דאָס דאָרטיקע פּובליקום גריסט מיך מיט אַפּלאָדיסמענטן, טראַכט איך: „נו, אַדאָלף, װוּ ביסטו, און װוּ זײַנען מיר, װוּ בין איך?! יאָ, דו האָסט גענומען מיט זיך אַ דריטל פֿון מײַן פֿאָלק — און דאָך לעבן מיר, האַלטן מיר אין אײן מאַכן װיכטיקע װיסנשאַפֿטלעכע אַנטפּלעקונגען לטובֿת דער גאַנצער מענטשהײט, מיר האַלטן אין אײן שפּילן װוּנדערשײנע מוזיק און פֿאַרשאַפֿן פֿרײד דערמיט מיליאָנען מענטשן איבער גאָר דער װעלט, בתוכם דײַן לאַנד!‟
אַצינד פּרוּװן היטלערס אידעאָלאָגישע יורשים אונדז װידער פֿאַרניכטן. זײ האָבן נישט אױסגעלערנט די לימודים פֿון דער געשיכטע, נישט פֿאַרשטאַנען, אַז אונדזער פֿאָלק איז אומשטערבלעך. מיר זײַנען אַלט 3700 יאָר; אין משך פֿון אָט דער גאַנצער צײַט האָט מען אַ סך מאָל געפּרוּװט אונדז אױסראָטן — נאָר אַף–על–פּי–כּן לעבן מיר און װעלן אײביק לעבן. ישׂראל חי־וקים!
שלום בערגער
צום אַלעם ערשטנס מײַנע בעסטע וווּנטשן אַלע אײַערע ליבע און נאָענטע.
נישט
נישט זייער טויט וועט מחיה זײַן די טויטע.
נישט זייער הונגער איז אונדזער ברויט.
מערן טרערן וועט נאָר טרערן מערן.
בלוט איז רויט. איז רויט.
דער שאַרבן אויפֿן וואַסער. דאָס קינד געקעפּט…
דאָס קינד אונטער חורבֿות. האָט קוים געלעבט.
דער געכאַפּטער אָטעם פֿון ייִד און גוי
לופֿטערט נישט קיינעמס נויט.
איך זיץ און שרײַב, אות נאָך אות
ייִאוש איז גאָרנישט, אחיה? אמות?
נישט זייער צעשטערונג האָט אויפֿגעבויט.
טויט איז טויט!
גענאַדי עסטרײַך
שרעקלעכע זאַכן קומען פֿאָר אין דער וועלט די גאַנצע צײַט. אָבער אייניקע פֿון זיי ברענגען מײַן האַרץ מער ווייטיק איידער די איבעריקע. מײַן זון, וואָס טוט זייער אַ סך צו העלפֿן אוקראַיִנע, בפֿרט די קינדער דאָרטן, האָט מיר גלײַך דעם 7טן אָקטאָבער געזאָגט, אַז זײַן האַרץ רופֿט זיך אָפּ אויף די טראַגישע געשעענישן אין ישׂראל ניט צו פֿאַרגלײַכן שטאַרקער. איך פֿיל דאָס זעלבע, פֿאַרשטייט זיך, ניט געקוקט אויף מײַן ניט-צופֿרידנקייט מיט אַ סך זאַכן אין ישׂראל. (צוריק גערעדט, בין איך אויך ניט צופֿרידן מיט אַ סך זאַכן אין אַנדערע לענדער.) דאָס האַרץ וויינט, און דער מוח אַרבעט גלײַכצײַטיק און פֿרעגט: וואָס וועט זײַן ווײַטער? וועט עס ווידער זיך אומקערן צו דעם פֿריִערדיקן מצבֿ פֿון הענגען די גאַנצע צײַט אויף אַ האָר? וועט מען געפֿינען אַ וועג, אַן אויסוועג, וויִאַזוי די צרה אויססדרן אויף לאַנג צי כאָטש אויף אַ גאַנץ לענגערער צײַט? צום באַדויערן, גלייבן איך ניט, אַז דעם „כאַמאַס‟ קען מען נעמען און אין גאַנצן אויסקאָרענייען. מע קען אים אָפּשוואַכן, בלי-ספֿק, היפּש אָפּשוואַכן, אָבער זײַנע מעטאַסטאַזן זײַנען, צום באַדויערן, זייער שטאַרק און ברייט פֿאַרשפּרייט. זיי האָבן זיך ממש אײַנגעהריזעט אין צענדליקער לענדער. קיין סגולה פֿאַר אָט דער מערדערישער קרענק האָט מען דערווײַל ניט געפֿונען. מיר איז זי, יעדנפֿאַלס, ניט באַקאַנט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס איצט איז אפֿשר ניט די צײַט וועגן דעם צו רעדן. הײַנט איז, אַ פּנים, קיין אויסוועג ניטאָ, אַ חוץ צו נוצן כּלערליי כירורגישע מיטלען. אָבער דאָס הייסט ניט בשום-אופֿן, אַז קיין טעראַפּיע — זאָל זײַן אַן אַגרעסיווע, אָבער מיט אַ שטיקל שׂכל, — טעראַפּיע, קען ברענגען לסוף צו אַ בעסערן רעזולטאַט. קיין אַנדער ברירה איז סײַ ווי סײַ ניטאָ.
משה לעמסטער
פּגר!
ישׂראל איז פֿאַר מיר ווי אַ מאַמע! —
וואָס זשע האָסטו שׂונא בייזער
אויפֿגעהויבן אויף איר
דײַן שמוציקע האַנט אומריינע?
ישׂראל איז פֿאַר מיר ווי אַ כּלה! —
וואָס זשע האָסטו דורותדיקער מערדער
אויפֿגעהויבן אויף איר
דײַן פֿאַרבלוטיקטן קרומען מעסער?
ישׂראל איז פֿאַר מיר ווי אַ טאָכטער! —
וואָס זשע האָסטו ייִדן־שניטער
אויפֿגעהויבן אויף איר
דײַן שוואַרצן רעוואָלווער צעגליטן?
צי מיינסטו, אַז נאָך דעם
וועסט לעבן ווײַטער אויף דײַן שטייגער?
איך הייב אויף מײַן נקמה־געווער:
פּגר!
פּגר!
פּגר!..
אָקטאָבער, 12, 2023
טרערן פֿון גאָט
אויף בילדער, וווּ קינדער מיט אָפּגעשניטענע קעפּלעך,
משפּחות, געהרגעטע אין די שטיבער זייערע,
שוואַרצע, פֿאַרברענטע מענטשלעכע קערפּערס…
איך קוק און וויין מיט ייִדישע טרערן.
ייִדישע טרערן!
זיי געדענקען די בראשית־צײַטן,
דעם בית־המיקדש צעשטערטן אין עבֿר,
די פֿלאַמען פֿון די מיטלעלטער־שײַטערס,
די געטאָס, מלחמות, פּאָגראָמען…
ווען די ייִדישע טרערן זיך אין פּערל פֿאַרוואַנדלען
וואָלט מען פֿון זיי געקאָנט שאַפֿן און בויען
אַ בית־המיקדש, וואָס ז׳העכער פֿון אַנדן
וווּ ייִדן צו גאָט וואָלטן געדאַוונט מיט טרויער…
מיט ייִדישע טרערן עס שײַנט מײַן געוויין.
מיר דאַכט — איך האָב אַ סוד געעפֿנט,
די ייִדן זענען ביטערע טרערן אַליין,
מיט וועלכע עס וויינט הײַנט
אונדזער באַשעפֿער?..
אָקטאָבער, 16, 2023
דניאל גלאַי
דער אַנימאַציע־פֿילם „הימל און ערד‟ איז אַ בשותּפֿותדיקע אַרבעט פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר און דיכטער דניאל גלאַי, דעם ייִדיש־אַראַבישן מוזיקאַלישן אַנסאַמבל „קוואַרטטוקאַן‟, און דעם אַנימאַטאָר טל קריכעלי. די קאָמפּאָזיציע איז לכתּחילה פֿאַרטראַכט געווען ווי אַ וויי־געשריי פֿון ערד און הימל קעגן די קאַטאַסטראָפֿאַלע ענדערונגען פֿון דער נאַטור, דער סכּנה פֿון אומברענג, וואָס קומט אַרויס פֿונעם מענטשן גופֿא, פֿון זײַנע ניט־באַטראַכטע מעשׂים.
אין הײַנטיקע טעג, נאָך דער טראַגעדיע פֿון 7טן אָקטאָבער, קלינגט דאָס ליד ווי אַ וויי־געשריי אויף דער בלוט־פֿאַרגיסונג, און אַז נאָר אַ צוזאַמען־קעגנשטעלן זיך די בייזע שוואַרצע כּוחות קאָן אָפּשטעלן די מלחמה.
דאָס ליד זינגט מרים טוקאַן, אַ קריסטלעכע אַראַבערין פֿונעם ישׂראלדיקן ייִשובֿ אעבלין (Iblin) אין גליל.