מחשבֿות פֿון טרויער און טרייסט

מרדכי יושקאָווסקי

מע האָט געמוזט זיך אָננעמען מיט גענוג גייַסטיקע כּוחות, כּדי אין אָט דער שטורמישער צייַט זיך נעמען פֿאַר דער „פּען‟, כאָטש איך מוז מודה זייַן, אַז די לעצטע טרויעריקע געשעענישן אין לאַנד זייַנען ניט געווען פֿאַר מיר אומדערוואַרט. פֿאַרשטייט זיך, קיינער האָט זיך ניט געריכט אויף אַזאַ טראַגעדיע, אָבער איך האָב דייַטלעך געפֿילט, אַז אַ גרויסע צרה רוקט זיך אָן אויף אונדז. פֿון וואַנען האָב איך געהאַט אַזאַ געפֿיל? פֿונעם פֿאַרשפּיצטן חוש צו די געזעצן פֿון דער ייִדישער געשיכטע. מע קאָן זייַן רעליגיעז אָדער ניט, מע קאָן לערנען קבלה אָדער ניט, אָבער איך גלייב, אַז יעדער טראַכטנדיקער מענטש ווייסט, אַז די ייִדישע געשיכטע אַנטוויקלט זיך לויט אירע אייגענע געזעצן, וואָס ליגן אין פֿולער סתּירה צו די מאַטעריאַליסטישע פּרינציפּ.

אין אַזעלכע רגעס איז מסתּמא ניטאָ קיין ייִד, אַפֿילו דער גרעסטער אַפּיקורס, וואָס זאָל ניט ווענדן זייַן בליק צום הימל, פּונקט ווי אַהרון צייַטלין האָט געשריבן נאָך דעם חורבן:
 
                                                                                                                  
                                                 זײַן אַ ייִד הייסט אייביק לויפֿן צו גאָט,/ אַפֿילו אַז מ׳איז אַן אַנטלויפֿער…/ 
זײַן אַ ייִד הייסט נישט קענען אַרויס פֿון גאָט/ 
אַפֿילו, אַז מע וויל עס,/ 
נישט קענען אויפֿהערן תּפֿילה צו טאָן/ 
אַפֿילו נאָך אַלע תּפֿילות…    
 
און אויב מיר זוכן שוין ענטפֿערס אויבן, קאָן מען ניט ניט פֿאַרשטיין דעם פֿאַקט, אַז די געזעצן פֿון דער ייִדישער געשיכטע לערנען אונדז איין מאָל נאָכן אַנדערן דורך שווערע קלעפּ, וואָס און וויִאַזוי מיר מוזן זייַן, וואָס איז אונדזער קאָלעקטיווער שליחות אויף דער וועלט. און מיר, צום גרעסטן באַדויערן, איין מאָל נאָכן אַנדערן, באַווייַזן, אַז מיר זייַנען אַ פֿאָלק מיט דער לענגסטער געשיכטע און מיט דעם קירצסטן היסטאָרישן זכּרון; און איין מאָל נאָכן אַנדערן באַגייען מיר די זעלבע גורלדיקע טעותים און באַווייַזן אונדזער אומדערטרעגלעכע פֿאַראַכטונג צו אונדזער היסטאָריע, צו די גרונטלעכע עקרונות פֿון אונדזער נאַציאָנאַלן קיום. יעדעס יאָר וויינען מיר אויף תּישעה־באָבֿ, דערציילנדיק איינער דעם אַנדערן, וויִאַזוי איז חרובֿ געוואָרן דער בית־המיקדש צוליב דער שׂינאת־חינם, און שוין אויף מאָרגן נעמען זיך די ייִדן צו דער געוויינטלעכער טאָג־טעגלעכער אַרבעט — „אויפֿעסן‟ איינער דעם אַנדערן אָן זאַלץ און אַן פֿעפֿער…
 
איך לעב אין ישׂראל 34 יאָר, דורכגעמאַכט דאָ קאַלטס און וואַרעמס, אָבער די לעצטע פּאָר יאָר, באַזונדערס די לעצטע צען חדשים, האָבן מיר גורם געווען צו פֿאַרשטיין, אַז עס רוקט זיך אָן אויף אונדז אַ גרויסער אומגליק, אַז גלאַטיק וועט עס אונדז ניט אָפּגיין. אין דער לעצטער צייַט איז דאָך די אינעווייניקסטע שׂינאה אַריבערגעגאַנגען די גרענעצן פֿונעם געזונטן פֿאַרשטאַנד. מע דאַרף ניט זײַן קיין פֿאָרשער, כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז די דאָזיקע שׂינאה איז דערגאַנגען צו אַזאַ מדרגה, אַז זי איז געוואָרן אינגאַנצן אומראַציאָנעל. די רעגירונג האָט אָנגעהויבן דורכשטופּן די יורידישע רעפֿאָרם, וואָס האָט געפֿאָדערט אַ ברייטע אונטערשטיצונג אינעם פֿאָלק, מיט אַזאַ משוגענעם אימפּעט, מיט אַזאַ דראַנג, אַז זי האָט אַנטקעגנגעשטעלט קעגן זיך ברייטע שיכטן פֿון דער ישׂראל-געזעלשאַפֿט. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן זיך אָנגעהויבן די דעמאָנסטראַציעס, וועלכע זייַנען אַריבערגעגאַנגען יעדע מאָס פֿון אַ נאָרמאַלער אויפֿפֿירונג. עס איז גאַנץ לייַכט צו פֿאַרשטיין, אַז דאָס איז געווען אַ גוט אָרגאַניזירטע און נאָך בעסער דורכגעצאָלטע (די פֿראַגע איז: דורך וועמען?) קאַמפּאַניע, וואָס איר ציל איז געווען צו ברענגען צו אַ מאַכט-איבערקערעניש און אַראָפּצוּוואַרפֿן די רעגירונג, וואָס איז דעמאָקראַטיש אויסגעוויילט געוואָרן.
 
איך האָב געפֿרעגט אַ סך באַקאַנטע, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין די דעמאָנסטראַציעס: קעגן וואָס קאָנקרעט פּראָטעסטירט איר? אַ חוץ באַנאַלע לאָזונגען, האָב איך ניט געהערט קיין איין באַגרינדעטן ענטפֿער, און כּמעט אַלע האָבן אָפֿנהאַרציק אָנערקענט: מיר ווילן אַראָפּוואַרפֿן די רעגירונג, מיט אַנדערע ווערטער, די, וואָס האָבן מיט פּינע אויף די ליפּן געשריִען — „דמוקרטיה!‟, האָבן געוואָלט אַראָפּוואַרפֿן די דעמאָקראָטיש אויסגעוויילטע רעגירונג, און פּלוצעם זייַנען אַלע מיטלען פֿאַר דעם „דערהויבענעם‟ ציל געוואָרן כּשר.  

דאָס גאַנצע לאַנד, וואָס איז דערצויגן געוואָרן אויפֿן פּרינציפּ, אַז די אַרמיי מוז אין יעדן פֿאַל בלייַבן אויסער די פּאָליטישע מחלוקות, האָט פּלוצעם דערזען, וויִאַזוי עטלעכע פֿליִערס (שפּעטער האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז ס׳רובֿ פֿון זיי זייַנען שוין לאַנג געווען אין דעמיסיע) האָבן אָנגעהויבן שאַנטאַזשירן די רעגירונג דערמיט, אַז זיי וועלן מער ניט אַרויפֿגיין אויף די עראָפּלאַנען, און דער זשורנאַליסט פֿונעם 12טן קאַנאַל פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע דני קאָשמאַראָ האָט מיט אַ מין שאָדנפֿרייד פּראָקלאַמירט, אַז מיר האָבן מער ניט קיין מיליטערישן לופֿט-פֿלאָט. די פּאָר חבֿרה פֿון דער אַזוי-גערופֿענער גרופּע „אַחים לנשק‟ (וואָפֿן-ברידער) האָבן אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע געמאָלדן, אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי קוילעט קליינע קינדער, דער געוועזענער פּרעמיער-מיניסטער, גענעראַל אהוד ברק, האָט גערעדט וועגן אַ סך ייִדישע קערפּערס, וואָס שווימען אַרום אינעם טייַך ירקון, און אַנדערע גענעראַלן, געוועזענע קאָמאַנדירן פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי, זייַנען אויפֿגעטראָטן מיט דיבורים וועגן אַ בירגער-קריג און גערופֿן ניט אונטערטעניקן די געזעצלעכע מאַכט. איינע פֿון די אָנפֿירערס פֿון אָט די פּראָטעסטן שיקמה ברעסלער האָט געזאָגט, אַז מע טאָר ניט רעדן מיט די נאַציס, אַפֿילו ווען זיי זייַנען ייִדן. דער פּרעמיער-מיניסטער פֿאָרט מיט אַ וויכטיקן מלוכה-שליחות, און אַ טשאַטע צעהעצטע ישׂראלים לויפֿן אים נאָך איבער אַמעריקע, פֿאַרשעמען אונדזער לאַנד און דאָרטן פּראָטעסטירן בשײַכות מיט די אינעווייניקסטע פּראָבלעמען… אינטערעסאַנט, וואָס האָבן זיך געטראַכט אָט די אַלע „חכמים‟? צי האָבן זיי געמיינט, אַז אונדזערע שׂונאים הערן דאָס ניט און זעען דאָס ניט? וווּהין האָבן זיי געצילט מיטן פֿאַרשפּרייטן אָט די אומבאַהאַלטענע ווילדע שׂינאה? וואָס האָבן זיי דערוואַרט? דער מנהיג פֿון איראַן ימ”ש האָט דאָך דייַטלעך געזאָגט, קוקנדיק אויף די פּראָטעסטן: „ישׂראל וועט חרובֿ ווערן אַ סך גיכער, ווי איך האָב געמיינט‟…

ניט אומזיסט האָט איינער פֿון די געפֿאַנגענע טעראָריסטן בעת די לעצטע בלוטיקע געשעענישן געזאָגט אויף דער אויספֿאָרשונג, אַז די דעמאָנסטראַציעס אין ישׂראל האָבן זיי דערמוטיקט אויף דעם שרעקלעכן אָנגריף.
 
דעם רעזולטאַט ווייסן מיר אַלע. צי האָבן די פֿאַרשאָלטענע אַראַבישע רוצחים געפֿרעגט זייערע ייִדישע קרבנות, צי זיי זייַנען פֿאַר דער יורידישער רעפֿאָרם אָדער קעגן, צי זייַנען זיי פֿרומע, צי וועלטלעכע, צי האָבן זיי געשטימט פֿאַר „ליכּוד‟ אָדער פֿאַר „מרץ‟???    

לייַדער, אויף אַזאַ גרויליקן אופֿן האָט אונדזער צעשפּליטערטע געזעלשאַפֿט געמוזט באַקומען אַ לימוד, וואָס וועט אונדז אַלעמען, צום טויזנטסטן מאָל, אָנלערנען, אַז מיר זייַנען אַלע אין איין שיף, מיר זייַנען גורל-ברידער, מיר זייַנען איין פֿאָלק און איין לאַנד. און ווי ס׳האָט געזאָגט דער פּרעזידענט בייַדען אין זייַן אייַנדרוקספֿולער רעדע: „אָן מדינת ישׂראל וועט קיין ייִד אין דער וועלט ניט פֿילן זיך זיכער‟.

פֿון דעסטוועגן, אין אָט די פּייַנלעכע טעג פֿיל איך אַ געוויסע טרייסט. און דערצו זייַנען פֿאַראַן דרייַ סיבות. קודם-כּל, האָב איך ניט קיין שום ספֿק, אַז אונדזער אַרמיי וועט זיגן אין דער דאָזיקער מלחמה, כאָטש זי וועט זייַן דויערנדיק און ניט לייַכט. עס וועט זײַן ניט סתּם אַ נצחון פֿונעם ייִדן-לאַנד איבער אַ באַנדע מיט פֿאַרביסענע רוצחים, עס וועט זייַן אַ נצחון פֿון דער ציוויליזאַציע קעגן באַרבאַרישקייט, פֿון פֿרייַהייט און אַנטוויקלונג קעגן דעם קוילערישן פֿאַנאַטיזם און אונטערדריקונג, פֿון הומאַנישע און מאָראַלישע ווערטן קעגן אוממענטשלעכער אַכזוריות. צווייטנס, געפֿין איך טרייסט אין דעם, וואָס נאָך דעם דאָזיקן נצחון וועט קומען די צייַט פֿון אַ ריזיקן חשבון־הנפֿש. פֿאַרשטייט זיך, מע וועט אָנהייבן גלייַך זוכן די שולדיקע (אייניקע האָבן זיי שוין געפֿונען נאָך פֿאַר וועלכער-ניט-איז אויספֿאָרשונג), און זיך שלאָגן על־חטא וועלן מוזן אַלע, אַלע אָן אויסנאַם.   
 
די רעגירונג וועט מוזן נעמען אויף זיך די פֿולע אַחריות פֿאַרן גרויסן דורכפֿאַל. דאָס, וואָס איז געשען, קאָן מען ניט באַרעכטיקן מיט קיין שום אויסריידן און תּירוצים. די אַרמיי-קאָמאַנדשאַפֿט וועט מוזן זייַן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער לאַנג־יאָריקער סטראַטעגיע, וועלכע האָט זיך אַרויסגעוויזן אינגאַנצן פֿעלערהאַפֿטיק און האָט זיך באַזירט אויף דעם, אַז די באַרבאַרישע רוצחים לעבן אונדז מוז מען פֿאַרגיטיקן מיט געלט, עלעקטריע, וואַסער, בענזין, אַרבעטס-פּלעצער אא”וו. דעמאָלט וועלן זיי זיצן אייַנגעלייגט און ניט פֿאַרשאַפֿן אונדז קיין פּראָבלעמען. די אָפּאָזיציע וועט מוזן בעטן אַנטשולדיקונג פֿאַר די אַפּיקרותדיקע, צעיושעטע דעמאָנסטראַציעס און דעם שטרעבן אַדורכצופֿירן אַ מאַכט-איבערקערעניש, וואָס האָט גורם געווען אַ שוידערלעכן שאָדן דעם עקאָנאָמישן, פּאָליטישן און מיליטערישן מצבֿ פֿון דער מדינה.   
 
אַ חוץ דעם, וועלן מוזן זיך שטאַרק שלאָגן על־חטא אַלע די, וואָס האָבן אונדז אייַנגערעדט, אַז אויב ישׂראל וועט אָפּטרעטן פֿון די שטחים און געבן די אַראַבער אַן אייגענע מאַכט, וועלן זיי גלייַך ווערן ווי שווייַץ אָדער שוועדן. אייראָפּע און אַמעריקע וועלן מוזן אַ קוק טאָן אויף זיך אין שפּיגל און בעטן זיי מוחל זייַן פֿאַר דעם, וואָס אַלע יאָרן האָבן זיי אויסגעדרייט ישׂראל די הענט און געשטויסן די ייִדישע מדינה, וואָס מער אָפּטרעטן און פֿאַרגיטיקן די טעראָריסטן; זיי האָבן זיך אַליין און אונדז אייַנגערעדט אין בויך אַ קינד, אַז מיט די מוסולמענישע פֿאַנאַטיקער קאָן מען רעדן אויף דער שפּראַך פֿון מערבֿדיקע דעמאָקראַטישע ווערטן. וווּ זײַנען איצט יענע, וואָס האָבן אויף אונדז געבראַכט דעם אומגליק פֿון אָסלאָ מיט 30 יאָר צוריק (און זייַנען געלאָפֿן דערפֿאַר קריגן דעם נאָבעל-פּרייַז), וואָס האָבן אונדז דערציילט אַ באָבע-מעשׂה וועגן אַ „נייַעם מיטעלן מיזרח‟? זיי האָבן גורם געווען צו ברענגען אַהער אַ באַנדע רוצחים פֿון טוניס, זיי באַוואָפֿנט און געהאָפֿט, אַז פֿון איצט אָן וועלן די זעלבע טעראָריסטן זיך אויפֿפֿירן הומאַניש און פֿרייַנדלעך?    
 
עס איז דאָ אַזוי פֿיל, פֿאַר וואָס צו בעטן מחילה, און איך גלייב, אַז די דאָזיקע טרויעריקע געשעענישן, וועלכע מיר לעבן מיט אַצינד, וועלן אויסניכטערן טויזנטער קעפּ, וועלכע האָבן זיך אַליין פּאַרשיכּורט און געלעבט אין אַ מין זיסן חלום, אַז אַ שעפֿעלע קאָן לעבן בשלום מיט אַ וואָלף, אויב דער וואָלף איז גענוג זאַט. אַ שאָד, וואָס די דאָזיקע אויסניכטערונג האָט זייער אַ טײַערן פּרייַז — אַזוי פֿיל ייִדישע לעבנס און פֿאַרגאָסן ייִדיש בלוט.
 
און דריטנס, דאָס פֿאָלק אין ישׂראל באַווייַזט די לעצטע וואָך אַ וווּנדער פֿון העלדישקייט, אַחדות און קעגנזייַטיקער הילף. זעענדיק דאָס פֿון דער נאָענט, פֿאַרשטייט מען בולט, אַז נישט געקוקט אויף דעם גרויסן ווייטיק, איז דאָס גאַנצע לאַנד פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין איין שטאַרקן פֿויסט. דעריבער קאָן מען נאָך און נאָך אַ מאָל איבערחזרן דעם גרונט-געזעץ פֿון דער ייִדישער געשיכטע: „נצח ישׂראל לא ישקר!‟

Leave a comment