אלי שאַרפֿשטיין
פֿאָרוואָרט
ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד, האָב איך געהערט אַזאַ ווערטל: „ווען אַ הון הייבט אָן קרייען ווי אַ האָן, דאַרף מען זי פֿירן צום שוחט‟. יעדער בר־דעת פֿאַרשטייט, אַז דאָ רעדט זיך נישט וועגן הינער און גענדז. די כּוונה איז זייער קלאָר: ווען אַ נישט קיין ייִד, נאָר אַ גוי, הייסט עס, הייבט אָן רעדן ייִדיש… און אַזוי ווײַטער.
און טאָמער רעדט דער „נישט ייִד‟ אַ פּרעכטיקן, אַ שיינעם, אַ געשמאַקן און ממש אַ היימישן מאַמע־לשון? נישט דעם לשון פֿון זײַן מאַמען אַוודאי, נאָר ווען ער רעדט, דאַכט זיך, אַז אַ ייִדישע מאַמע האָט אים געהאַט. וואָס זשע זאָגט מען אין אַזאַ פֿאַל? אַזוי אַרום, איז מיר דאָס שפּריכווערטל תּמיד מיאוס געווען, און כ’האָב עס קיין מאָל נישט גענוצט. אַ חוץ דאָ, אין דער־אָ דערציילונג, ווי אַ שער־בלאַט, אַ טיטל.
לאַריסאַ
לאַריסאַ איז געווען זייער אַ גוטע פּיאַנע־שפּילערין, אַ וווילע שיקסע, און יעקבֿ דעם פֿידלערס ווײַב. וועגן איר האָט מען געזאָגט אין שטאָט, אַז אַזאַ גויה, האָט די ווערט, אַז צען ייִדן זאָלן זײַן אַ כּפּרה פֿאַר איר! און גלייבט מיר, זי איז דאָס ווערט געווען. יעקבֿ איז געווען אַ גלענצנדיקער מוזיקאַנט, אַ געראָטענער פֿידלער. ער האָט געשפּילט די ערשטע פֿידל אין ווילנער פֿילהאַרמאָניע. וועגן אים האָט מען דערציילט, אַז ווי אַ קינד, האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר אַ וווּנדערקינד. די עלטערן האָבן אים געשיקט קיין מאָסקווע לערנען זיך בײַ די בעסטע פֿידלערס. נאָך זײַנע לימודים האָט ער זיך אומגעקערט אין ווילנע און מ’האָט אים גלײַך צוגענומען אין דעם פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, איידער אַן אַנדער קאַפּעליע וועט לייגן אויף אים אַן אויג.
ווען יעקבֿ האָט חתונה געהאַט מיט לאַריסאַן, האָט די ייִדישע גאַס גערוישט און געטומלט: „עס פּאַסט אים שוין נישט נעמען אַ ייִדיש מיידל פֿאַר אַ ווײַב? נאָר אַ שיקסע איז גוט פֿאַר אים?‟ ווען לאַריסאַ האָט אָנגעהויבן לערנען ייִדיש, האָבן אַלע ייִדן זיך פּלוצלונג דערמאָנט וועגן דעם שפּריכווערטל מיט דער הון. נאָר ווען דער ייִדיש האָט שוין געשפּראָצט פֿון איר, ווי פֿון אַ ריכטיקער ליטוויטשקע, האָבן אונדזערע ייִדעלעך זיך פֿאַרליבט אין איר. יעדער איינער האָט פּרובירט זיך דערנענטערן צו יענקלען, דער עיקר, ווײַזן אים ווי מע פֿאַרגינט אים זײַן זיווג מיט זײַן באַשערטער. ווען ס’איז געבוירן געוואָרן זייער זון סאַשאַ, האָבן צווישן ייִדן זיך אָנגעהויבן נײַע דעבאַטן: „נו, וואָס וועט זײַן איצטער? דאָס ייִנגל וועט זײַן אַ גוי צי אַ ייִד?‟. אויף זײַן ברית האָט דער מוהל געמאָלדן, אַז דער געמלעטער קריגט דעם נאמען „ישׂראל‟. צווישן זיך אָבער האָבן די עלטערן באַשלאָסן, אַז אין דער מעטריקע וועלן זײ אָנשרײַבן, אַז ער הייסט אַלעקסאַנדער, און אַלע וועלן אים רופֿן סאַשאַ. פֿאַרוואָס טאַקע אַזוי? זאָל אים זײַן גרינגער אין לעבן, אין שול, אין אוניווערסיטעט, אין דער אַרמיי. אומעטום. און אַזוי איז געווען.
דאָס לעבן איז געגאַנגען ווײַטער. יעקבֿ און לאַריסאַ האָבן אָנגעהויבן אַרויסטרעטן מיט פּריוואַטע קאָנצערטן, אַ חוץ דער אַרבעט אין דער פֿילהאַרמאָניע. ער האָט געשפּילט אויף זײַן פֿידל און זי האָט אים באַגלייט אויף אַ פּיאַנע. זיי האָבן געהאַט אַ גרויסן דערפֿאָלג און אויך געבראַכט אַהיים אַ פּאָר „קאָפּיקעס‟, וואָס איז אויך צו ניץ געקומען. סאַשאַ איז שוין געווען אַ שול־בחור און האָט אָנגעהויבן שפּילן אויף אַ טראָמבאָן. אַלץ איז בײַ זיי געווען שיין און פֿריש. אַפֿילו די ליבע האָט נאָך געברענט ווי בײַ אַ יונגער פּאָר. קיין זאַך האָט זיי נישט געפֿעלט.
און דאַן איז געקומען דער ערשטער בראָך. יעקבֿ איז געוואָרן קראַנק אויף אַ שווערער קראַנקײט — היפּאָכאָנדריע. ווייסט איר וואָס איז דאָס פֿאַר אַ צרה? אויב איר ווייסט נישט, וועל איך אײַך דערציילן. יעקבֿ האָט זיך אײַנגערעדט, אַז ער איז געפֿערלעך קראַנק, אַז ער האָט אַ ראַק. וווּ? כּמעט אומעטום! ער האָט געגלייבט אין דעם, געטראַכט וועגן דעם און גערעדט וועגן דעם. דאָס טראַכטן אַליין קען מאַכן דעם מענטשן גוט קראַנק. ער איז געווען זיכער, אַז ער האַלט בײַם שטאַרבן.
שפּילן האָט ער נישט אויפֿגעהערט, נאָר צווישן די קאָנצערטן האָט ער גערעדט וועגן קראַנקײטן. ער האָט זיך געקלאָגט אויף די דאָקטוירים, געזאָגט, אַז זיי פֿאַרשטייען נישט גאָרניט, אַז זיי זענען שטום צו זײַנע בקשות און געבעטן; זיי טענהן נאָר, אַז ער איז געזונט. „נו, גיט אַ קוק אויף מיר, זיי איך אויס ווי אַ געזונטער מענטש?‟ — האָט ער געפֿרעגט בײַ אַלעמען, וואָס זענען געווען גרייט אים אויסצוהערן. נישט איין מאָל, ווען ער האָט אונדז באַזוכט, האָב איך אַליין געהערט, ווי ער האָט זיך געקלאָגט און דערציילט מײַן מאַמען, אַז די דאָקטוירים ווילן אים אַוועקהרגענען און ממש וואַרטן, ער זאָל שטאַרבן. מײַן מאַמע האָט נאָר געשאָקלט מיטן קאָפּ, געמורמלט, „יאָ, יאָ‟, צו באַווײַזן אים, אַז זי איז מסכּים מיט אים. מיט דעם האָט זי געוואָלט פֿאַרשטאַרקן זײַן מוט.
אַזוי איז אַוועק נאָך אַ פּאָר יאָר. יעקבֿ איז ממשיך געווען זײַנע רעדערײַ וועגן קרענק און כוואָראָבעס, און לאַריסאַ האָט פֿאַרבעסערט איר ייִדיש לשון. איר ייִדישער לעקסיקאָן האָט זיך באַרײַכערט מיט ייִדישע קללות, וווּנטשן און ברכות. פֿון צײַט צו צײַט האָט מען פֿון איר געהערט אַ „ברוך השם‟, אַ „מירצעשעם‟ און אַ מאָל אַ „שמע ישׂראל‟.
דער צווייטער בראָך האָט פּאַסירט, ווען סאַשאַ איז געוואָרן זעכצן. וואָס פֿאַר אַ בראָך, פֿרעגט איר מיך? אַז אַ בחור ווערט זעכצן יאָר אַלט, מוז ער באַקומען אַ פּאַספּאָרט, ווי מ’האָט עס גערופֿן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. און אין דעם סאָוועטישן פּאַס איז געווען דעמאָלט דער באַוווּסטער „פֿינפֿטער פּונקט‟, וווּ איז פֿאַרשריבן געווען די נאַציאָנאַליטעט פֿונעם סאָוועטישן בירגער. סאַשאַ האָט באַדאַרפֿט אויסקלײַבן, וואָס וועט שטיין אָנגעשריבן אין דעם פֿינפֿטן פּונקט, פֿון וועלכן פֿאָלק שטאַמט ער: צי ער איז אַ ייִד, פֿון זײַן טאַטנס צד, אָדער גאָר אַ רוס ווי זײַן מאַמע. און סאַשאַ האָט זיך פֿאַרשריבן ווי אַ רוס. ער האָט זיך באַראַט מיט זײַן מאַמען, און זאַלבע צווייט האָבן זיי באַשלאָסן, אַז ווי אַ רוס וועלן זיך פֿאַר אים עפֿענען טיר און טויער. זיי איז קלאָר געווען, אַז אַזוי וועט אים זײַן לײַכטער אין לעבן. אין האַרצן וועט ער סײַ ווי סײַ פֿאַרבלײַבן אַ ייִד, און בלויז אין די אָפֿיציעלע פּאַפּירן וועט שטיין געשריבן, אַז ער איז אַ גוי. וועמען וועט עס שאַטן?
אָבער זײַן טאַטן האָט עס זייער געשאַט. פֿון דער־אָ מעשׂה איז יעקבֿ געוואָרן נאָך מער קראַנק און זײַן פּסיכיש געזונט האָט זיך אינגאַנצן צעשאָטן. זײַן האַרץ האָט עס נישט געקענט אויסהאַלטן, און אין צען חדשים אַרום איז ער פּלוצלונג געשטאָרבן. נישט פֿון אַ ראַק, וואָס יעקבֿ איז געווען זיכער, אַז ער האָט אים, און נישט פֿון אַ טובערקולאָז, וואָס איז געווען זייער „פּאָפּולער‟ אין יענע יאָרן. ער איז אַוועק פֿון אַ האַרצשלאַק. איך מיין, אַז פֿון פֿאַרדרוס. באַגראָבן האָט מען אים אויף דעם נײַעם ייִדישן בית־עולם, און סאַשאַ, וואָס אינעווייניק איז פֿאָרט געווען אַ קאַפּעטשקע אַ ייִד, האָט זיך באַגאָסן מיט טרערן, ווען ער האָט געזאָגט קדיש נאָכן טאַטן.
ווער האָט אים אויסגעלערנט זאָגן קדיש? זײַן מאַמע. ווײַזט זיך אַרויס, אַז פֿון רעדן ייִדיש איז זי געוואָרן אַן אמתע ייִדישע מאַמע.
וואַלערי
וואַלערי איז געווען אַ גוי. און אפֿשר איז ער געווען נאָר אַ האַלבער גוי? אָדער אַ דרײַ־פֿערטל ייִד? איין גאָט אין הימל ווייסט! איך מיין, אַז ער איז פֿאָרט געווען אַ גוי מיט אַ פּאָר טראָפּנס ייִדיש בלוט. איך האָב געפֿרעגט בײַ אונדזערע טענצער פֿונעם ייִדישן ווילנער פֿאָלקס־אַנסאַמבל, וווּ וואַלערי האָט געטאַנצט. קיין איין מיינונג איז נישט געווען. אָבער אַלע זענען געווען מסכּים אין איין זאַך: קיין מסור איז ער נישט געווען. אַוודאי זענען געווען אַנדערע מיטגלידער פֿון אונדזער אַנסאַמבל, מערסטנס עלטערע, וועלכע האָבן געטענהט, אַז ער איז פֿאָרט אַ מסור. אַ טייל פֿון די „חכמים‟ האָבן אים כּמעט נישט געקענט און קיין מאָל נישט געהאַלטן מיט אים אַ שמועס. זיי זענען מסביר געווען, אַז ער זעט אויס ווי אַ „סטוקאַטש‟! און ווי אַזוי זעט אויס אַ „סטוקאַטש‟, אַ מסור, הייסט עס? אפֿשר ווייסט איר, ווײַל איך האָב נישט קיין אַנונג. מײַן מאַמע, וואָס זי איז תּמיד געווען נאָענט צו די יונגע חבֿרה פֿון אונדזער ייִדישער טרופּע, און בפֿרט צו די טענצער, האָט געפּסקנט, אַז ער איז אַוודאי נישט קיין מסור, נאָר אַ מאָדנער פּאַרשוין איז ער. זי האָט נאָך נישט אין גאַנצן באַשלאָסן, צי ער איז אַ „נישט דערבאַקענער‟ אָדער אַן „איבערגעקאָכטער‟. צונעמען פֿאַר „מאָדנע מענטשן‟ האָט מײַן מאַמע געהאַט אָן אַ צאָל.
וואַלערי (זײַנע חבֿרים האָבן אים גערופֿן „וואַלעראַ‟) איז געווען אַ בלאָנדער יאַט מיט גרוי-בלויע אויגן און אַ קאַרנאָסע גוייִשע נאָז. זײַן פּנים האָבן באַשײַנט צוויי שורות פֿון גלאַנציק־ווײַסע ציין, אויסגעסדרט אין אַ תּמידיקן שמייכל. זײַן דרײַעקיקער קערפּער איז געווען מער ענלעך אויף אַ גוף פֿון אַ גימנאַסט, אַן אַטלעט, איידער אויף אַ טענצער. דורך זײַן העמדל האָבן זיך דורכגעזען צוויי מוסקולירטע בריסט און אַ פּלאַטשיק בײַכל, ווי געבויט פֿון קוואַדראַטן. זײַן דרײַעק האָט זיך ווי אָנגעשפּאַרט אויף אַ נישט קיין גרויסן, נאָר אַ רונדן און אַן אַרױסגעשטאַרצט תּחתל. זײַנע שטאַרקע „פּויערישע‟ הענט און זײַנע מוסקולירטע פֿיס, זענען באַדעקט געווען מיט בלאָנדע געקרײַזלטע האָר.
וואַלעראַ איז געווען אַן אָפֿטער גאַסט אין אונדזער שטוב אויף פּילימאָ־גאַס, און ווען מיר זענען אַריבערגעפֿאָרן וווינען אין אַ נײַער דירה אין זשירמונו־געגנט, האָט ער אונדז געפֿונען דאָרטן אויכעט.
אין די אָנהייב 1970ער יאָרן, ווען מיר, דער יונגער דור פֿון דער ייִדישע קהילה אין ווילנע, זענען שוין געווען טיף „אײַגעטונקען‟ אין דעם ציוניסטישן אַקטיוויזם, געחלומט וועגן מאַכן אַן עליה, געזונגען העברעיִשע לידער פֿון דער זעקס-טאָגיקער מלחמה און געלערנט עבֿריתּ פֿון פֿאַרבאָטענע ביכער („אלף מילים‟, „עבֿרית קלה‟), האָט וואַלעראַ אויסגעזען, ווי אַ „ווײַסע וואָראָנע‟. ער האָט זיך אַרומגעדרייט אין שטאָט מיט אַ זעלטן ביכל אונטערן אָרעם. אויפֿן האַרטן אײַנבונד האָט מען געקענט איבערלייענען: „אַ לערנבון פֿון ייִדישער שפּראַך‟. דער טײַוול ווייסט, אַוווּ האָט ער „אויסגעקראַצט‟ דאָס בוך, וואָס אַפֿילו מײַנע עלטערן, ריכטיקע ייִדישיסטן, האָבן קיינמאָל נישט געהאַלטן אין די הענט. צי איז דאָס געווען אַן אויסגאַבע פֿון אַ ביראָבידזשאַנער פֿאַרלאַג? אָדער דאָס האָט אָפּגעדרוקט די ייִדישע אָפּטיילונג פֿון די „דרײַ אותיות‟ (אַזוי האָט מען בײַ אונדז גערופֿן דעם ק.ג.ב.)? אפֿשר איז עס געווען זייער מיטל צו באַווײַזן דער וועלט: „מיר זענען נישט קעגן די ייִדן, מיר זענען קעגן דער ציוניסטישער מדינה. אַדרבא, מיר שטיצן די שפּראַך פֿון סאָוועטישע ייִדן — ייִדיש!‟
וואָס איז די נפֿקא־מינה ווער האָט אים געגעבן דאָס בוך? דער עיקר, אַז ער האָט שטודירט ייִדיש. ער איז אַרומגעלאָפֿן מיטן בוך איבער גאַנץ ווילנע, „געכאַפּט‟ דאָ אַ ייִד, דאָרטן אַ ייִדענע, באַשאָטן מיט שאלות, געפֿרעגט קשיות, צונויפֿגעשטעלט אַ וואָרט צו אַ וואָרט, פֿאַרוואַנדלענדיק זיי אין מאָדנע זאַצן. צו פֿאַרשטיין זײַן ייִדישן פּלאַפּל, האָט מען באַדאַרפֿט זײַן אַ פּראָפֿעסאָר. נאָר וואַלעראַ איז געווען אַן עקשן. ער האָט זיך אַזוי אויסגעסטאַרעט און אויסגעשתּדלט מיט זײַן נײַעם „משוגעת‟, אַז די אַונדזערע ייִדעלעך האָבן אים אַלץ מוחל געווען, אַבי ער זאָל זיך פֿאַרנעמען מיט דער ייִדישער שפּראַך.
סוף 1971 זענען מיר עולה געווען קיין ישׂראל, און נאָך אַ האַלב יאָר וווינען אינעם שטעטל עתּלית, האָבן מיר זיך באַזעצט אין נתּניה. בויענדיק אַ נײַ לעבן, האָבן מיר אַוודאי פֿאַרגעסן פֿון וואַלעראַן, פּונקט ווי ער וואָלט קיין מאָל נישט געווען. וואָס פֿאַר אַ מחותּן איז ער צו אונדזער נײַער ווילקלעכקײט אין דעם הייליקן לאַנד? נאָר, ווי זאָגט מען, אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. איין העלן טאָג האָט זיך בײַ אונדז אין שטוב אויפֿגעעפֿנט די טיר, און טרעפֿט, ווער איז געשטאַנען אויפֿן שוועל? וואַלעראַ דער טענצער און ייִדישיסט. אַוודאי, האָבן מיר אים פֿאַרוואָרפֿן מיט פֿראַגעס:
— וואָס מאַכסטו?
— וווּ וווינסטו?
— ווי גייט עס דיר?
— ווען ביסטו געקומען אין לאַנד?
— וואָס איז מיט דײַן ייִדיש? און ווי איז דײַן עבֿריתּ?
ווײַזט זיך אַרויס, אַז ער לעבט דאָ נישט ווײַט, אינעבֿ „אולפּן עקיבֿא‟ אויפֿן „גרינעם ברעג‟ אין נתּניה. ער שטודירט העברעיִש און זוכט שוין אַן אַרבעט. אַ דאַנק זײַן ייִדישער לערערײַ, איז אים מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אין ווילנע געווען לײַכט צו באַהערשן דעם העברעיִשן אַלף־בית. אַזוי, אַז ייִדיש איז אים צו נוץ געקומען. נאָך דעם האָבן מיר געמאַכט אַ לחיים און ער איז ווידער פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. מער האָב איך אים נישט געזען.
יוזעק דער קאַראַיִם
אויב איר מיינט, אַז איך האַלט דאָ פּטור מאַכן אַ באַוווּסטע אויפֿלאַגע, ענטפֿערן אויף אן אייביקער קשיא וועגן די קאַראַיִמער, און צי זענען זיי ייִדן, האָט איר טאַקע אַ טעות. דאָס, וואָס איך בין נאָענט צו דער קאַראַיִמישער קהילה און געהערט וועגן זיי נאָך פֿון קינדווײַז אָן, מאַכט מיך נאָך נישט קיין מומחה פֿון דער קאַראַיִמישער געשיכטע. איך האָב זיך טאַקע אויסגעהאָדעוועט בײַ מײַנע קאַראַיִמישע שכנים אויף די קני, ווי מ’זאָגט, אָבער אַפֿילו דער פֿאַקט העלפֿט מיר נישט צו פֿאַרשטיין זייער פֿאַרגאַנגענהײט. איך בין אויך נישט זיכער צי זיי זענען אַ פֿאָלק, צי אַ סעקטע פֿון אונדזער פֿאָלק, אָדער אַ געמישטע קבֿוצה פֿון עטלעכע פֿעלקער. דער ענטפֿער איז נישט אַזוי וויכטיק פֿאַר דער מעשׂה, וועגן יוזעקן דעם קאַראַיִם, וואָס איר וועט באַלד הערן. יוזעק, וועלכער איז עלטער פֿון מיר אויף אַ צען-צוועלף יאָר, איז געווען מײַן קינדהיטער, ווען איך בין נאָך געווען צוויי אָדער דרײַ יאָר אַלט. נאָר לאָמיר אָנהייבן פֿון אָנהייב.
יוזעק איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע, פֿינף צי זעקס יאָר פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. זײַן מאַמע האָט אים געבוירן אין דעם „הקדש‟ — אַ באַוווּסטער ייִדישער שפּיטאָל מיט ייִדישע דאָקטוירים און ייִדישע קראַנקענשוועסטערס. דער „הקדש‟ איז געשטאַנען צווישן זאַוואַלנע־גאַס און דעם שפּיטאַלנעם זאַוווּליק. דער שפּיטאָל איז געווען זייער באַרימט אין גאַנץ ליטע און פּוילן. אינעם „הקדש‟ האָט מען געהיילט נאָר ייִדן און מ’האָט אים אויסגעבויט פֿאַר ייִדן — מיט אַ כּשרער קיך, אַ בית־מדרש און אַפֿילו אַ מיקווה. ווי איך האָב זיך דערוווּסט אַ סך שפּעטער, איז פֿאַר די קאַראַיִמער געווען די טיר תּמיד אָפֿן. מסתּמא די אָנפֿירערס פֿונעם שפּיטאָל האָבן זיי געהאַלטן פֿאַר ייִדן. ווען זאָסיאַ, יוזעקס מאַמע, האָט געהאַלטן בײַם קימפּעט, האָט זי געוואָלט קינדלען נאָר אין דעם „הקדש‟. און אַזוי איז ער געקומען אויף דער וועלט.
נאָך פֿון קינדהײט אָן איז יוזעק געווען זייער פֿעיִק צו שפּראַכן. ער האָט געקענט פּויליש פֿון שטוב (די ליטווישע קאַראַיִמער האָבן גערעדט פּויליש צווישן זיך), גערעדט רוסיש פֿון הויף, וווּ ער האָט זיך געשפּילט מיט שקצים. פֿון שול האָט ער גערעדט ליטוויש און אַ ביסל דײַטש. די מלחמה האָט יוזעק מיט זײַן פֿאַמיליע דורכגעמאַכט אין דער אָקופּירטער ווילנע. די דײַטשן האָבן זיי נישט געטשעפּעט, נישט גערעכנט זיי פֿאַר ייִדן, און אַזוי זענען די קאַראַיִמער געבליבן לעבן.
ווען איך בין געווען אַ קליין קינד, האָט יוזעק נאָך נישט געקענט קיין ייִדיש וואָרט. פֿון וואַנען זאָל ער עס געווען קענען? די קאַראַיִמער האָבן זיך נישט געהאַלטן פֿאַר ייִדן, כאָטש זיי האָבן געגלייבט אין דעם זעלבן גאָט פֿון אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ, געדאַוונט לויט דעם זעלבן סידור, וואָס איז געווען געוויינטלעך געדרוקט אויף לשון־קודש, געפֿראַוועט כּמעט אַלע אונדזערע יום־טובֿים און אַפֿילו געבאַקט מצות אויף פּסח.
ווען יוזעק איז שוין געווען עטלעכע און צוואַנציק יאָר אַלט, האָט ער שוין גערעדט אַ שיינעם ייִדיש. וואָס? ווען? ווי אַזוי? פֿאַר וואָס עפּעס? קיינער האָט נישט געוווּסט. קיינער! אַ חוץ מיר, פֿאַרשטענדלעך. כ’האָב דאָך אײַך דערציילט, אַז ער איז געווען אַ מאָל מײַן בייביסיטער? פֿון דאַן אָן זענען מיר געוואָרן נאָענטע חבֿרים. איך האָב געוווּסט אַלע זײַנע סודות. נו, אפֿשר נישט אַלע, נאָר אַ סך. און באַלד וועט איר ווערן אויך אַ שותּף פֿון זײַן גרעסטן סוד אין לעבן. איך קען עס דערציילן, ווײַל יוזעק איז שוין לאַנג נישטאָ אויף דער וועלט. אויף דער עלטער איז ער אַוועקגעפֿאָרן וווינען קיין טראָק (אין ליטוויש הייסט עס טראַקײַ), נישט ווײַט פֿון ווילנע. טראָק איז געווען, און איך מיין, אַז הײַנט אויך, דער צענטער פֿון ליטווישע און פּוילישע קאַראַיִמען. אין טראָק, צווישן אייגענע, האָט ער זיך געשפּירט אין דער היים. נאָר דווקא דאָ, אין טראָק, אַרומגערינגלט מיט אַ פּאָר צענדליק קאַראַיִמישע חבֿרים און שוועסטערקינדער, האָט ער זיך געפֿילט עלנט. וואָס האָט אים געפֿעלט? אַ ייִדיש וואָרט. און אין גאַנץ טראָק איז נישט געווען קיין איין ייִד אויף אַ רפֿואה־שלימה!
אין טראָק, צווישן אייגענע, האָט יוזעק דורכגעלעבט בלויז אַ פּאָר יאָר און איז אַוועק שטיל אין דער אייביקײט. קיין קינדער האָט ער נישט געהאַט און קדיש האָט מען נאָך אים נישט געזאָגט. און אפֿשר יאָ געזאָגט. כ’בין קיין מאָל נישט געווען אויף אַ קאַראַיִמישער לוויה.
נאָר לאָמיר זיך אומקערן צוריק, ווען די גאַנצע מעשׂה מיט זײַן ייִדישקײט האָט זיך אָנגעהויבן. וועגן דעם נײַעם ייִדישיסט האָבן זיך אין ווילנע געדרייט שמועסן און לעגענדעס. איינער האָט דערציילט, אַז יוזעקס אמתער טאַטע איז געווען גאָר אַ ייִד, זייער אַ שכן, הייסט עס, אַז ער איז אַ ממזר. דער צווייטער האָט זיך געשוואָרן מיט זײַן מאַמעס געזונט, אַז יוזעק איז טאַקע אַ קאַראַיִם, נאָר ער שטאַמט פֿון די „ייִדישע קאַראַיִמער‟, וועלכע האָבן גערעדט אויף אונדזער מאַמע־לשון און געדאַוונט מיט אַ חסידישן ניגון. ייִדישע קאַראַיִמען? חסידישע ניגונים? ס’קלינגט מיר ווי אַ מעשׂה פֿון טויזנט און איין נאַכט. און ס’איז געווען אויך אַ סבֿרה, אַז בשעת ער איז געבוירן געוואָרן אין דעם ייִדישן שפּיטאָל, ווי איר געדענקט, איז בײַ זײַן קאַראַיִמישער מאַמען נישט געווען גענוג מילך צו שפּײַזן דעם פֿיר מיט אַ האַלב קילאָ קינד. דאַן האָט אַ ייִדישע מאַמע, וואָס האָט געהאַט צו פֿיל מילך, האָט אים אויסגעקאָרמעט, און מיטן ייִדישן מילך האָט זיך אין אים באַזעצט די ייִדישקייט.
און איך? ווי אַ געטרײַער חבֿר, האָב איך אַוודאי געוווּסט דעם אמת. אַלץ האָט פּאַסירט, ווײַל יוזעק האָט זיך פֿאַרליבט. און נישט פּשוט פֿאַרליבט, נאָר טאַקע אויף אַן אמת פֿאַרלעבט. טאָ לייענט זשע ווײַטער און הערט אַ מעשׂה.
ווען יוזעק האָט זיך באַפֿרײַט פֿון דער אַרמיי (ער האָט געדינט ווי אַ מאַטראָס אויף אַ שיף אין דעם באַלטישן ים), האָט ער זיך פֿאַרליבט אין אַ ייִדיש מיידל, די טאָכטער פֿון זייער אַ שכן. יוזעקס משפּחה האָט דאַן געוווינט אויף דער צווייטער זײַט פֿון דעם טײַך „וויליִע‟. לעבן זיי האָט געוווינט אַ ייִדישע משפּחה; דער טאַטע — אַ דאָקטער, די מאַמע — אַ לערערין און אַן איין און איינציקע טאָכטער. לאהקע האָט מען זי גערופֿן. מיט צוויי שוואַרצע צעפּ ביז די קני, שוואַרצע ברענענדיקע אויגן און אַ הולך פֿון אַ מלכּה, האָט זי אים פֿאַרדרייט דעם קאָפּ, און זײַן האַרץ איז אויסגעגאַנגען נאָך איר. זיי האָבן אָנגעהויבן שפּאַצירן צוזאַמען. אַ מאָל זענען זיי אַרײַן אין אַ קינאָ, צו זען „די נעכט פֿון קאַביריאַ‟ מיט דזשוליעטאַ מאַזינאַ, אָדער אַן אַנדערן איטאַליענישן פֿילם. דעם „סינימאַ־טעאַטער‟ פֿלעגן זיי תּמיד אויסקלײַבן, ווײַל ער האָט זיך געפֿונען אין אַ פֿרעמדער געגנט, ווײַט פֿון באַקאַנטע אויגן, גרויסע אויערן און שכנים, וואָס האָבן זיי געקענט.
ווי איר פֿאַרשטייט שוין, איז עס געווען אַ פֿאַרבאָטענע ליבע. לאהקעס טאַטע-מאַמע זענען נישט געווען פֿרום, נאָר זיי האָבן געגלייבט און געהיט די ייִדישקײט מיט די ייִדישע טראַדיציעס. אַוודאי וואָלטן זיי געווען קעגן אַזאַ־אָ ליבשאַפֿט פֿון אַ ייִדיש מיידל מיט אַ נישט קיין ייִד. אַ ריכטיקער גוי איז ער טאַקע נישט געווען, נאָר אַ ייִד — אויך נישט! זײַן פֿאַמיליע, ווען זי וואָלט געוווּסט וועגן זייער נאָנטקײט, וואָלט געווען נאָך מער קעגן דעם „שידוך‟ מיט אַ נישט קיין קאַראַיִמיש מיידל. די קאַראַיִמער אין ליטע זענען געווען אַ קליינע און אַ פֿאַרמאַכטע קהילה. זיי האָבן חתונה געהאַט נאָר מיט אייגענע. פֿאַר זיי איז בילכער געווען חתונה צו האָבן מיט אַ שוועסטערקינד, איידער ברענגען אַהיים אַ „פֿרעמדע‟ צי אַ „פֿרעמדן‟. זיי האָבן נישט געוואָלט הערן נישט פֿון פּראַוואָסלאַווע רוסן און נישט פֿון קאַטאָלישע ליטווינער און פּאָליאַקן. מיט ייִדן האָבן זיי געלעבט בשלום, נאָר חתונה האָבן מיט אַ ייִדיש מיידל איז פֿאָרט געווען נישט אָנגענומען. אַזוי אַז חתונה צו האָבן מיט אַ פֿרעמדן האָט זיך גערעכנט פֿאַר אַ בושה, סײַ בײַ די קאַראַיִמער און סײַ בײַ ייִדן.
נאָר די יונגע, ווי יונגע — זיי פֿרעגן דען עמעצן? זייער ליבע איז נאָר שטאַרקער פֿון די אַלע יסורים געוואָרן. יוזעק וואָלט געגאַנגען נאָך איר אין פֿײַער און אין וואַסער. ער איז געווען אַפֿילו גרייט זיך מגײר זײַן. נאָר לאהקע האָט עס נישט געפֿאָדערט און האָט עס אַראָפּגענומען פֿון סדר־היום. זיי זענען געווען גליקלעך איינער מיטן צווייטע, נאָר פֿאַרצאָרנט, אַז זיי קענען נישט פֿאַרווירקלעכן זייער ליבע.
די איינציקע, וועלכע האָט געוווּסט און געווען אַ פֿולער שותּף אין סוד־ענינים, איז געווען איר באַליבסטע באָבע, די באָבע מלכּה. די אַלטע ייִדענע האָט זיך אַ ביסל „אַרײַנגעמישט‟ און האָט זיי כּלומרשט אַרײַנגעוואָרפֿן אַ געדאַנק, געגעבן אַן עצה, וועלכע האָט געקלונגען מערער ווי אַ באַפֿעל: יוזעק דאַרף זיך אויסלערנען רעדן ייִדיש. אַז ער וועט באַהערשן דאָס מאַמע־לשון, וועט עס אויסזען ווי אַ זשעסט פֿון אַ גוטן פֿאַרלאַנג, אַן אויסדרוק פֿון זײַן ליבע נישט נאָר צו לאהקען, נאָר צו דער גאַנצער ייִדישער קהילה. פֿון דער צווייטער זײַט, וועט דער פֿאַקט, אַז ער קען ייִדיש, מאַכן אַ גרויסן רושם אויף זײַנע עלטערן אויכעט. זיי וועלן עס אויסטײַטשן, אַז ערשטנס, איז ער שטאַרק פֿאַרליבט, און צווייטנס, איז ער שוין אַ האַלבער ייִד.
און אַזוי איז געווען. צוויי מאָל אַ וואָך האָבן זיי זיך געטראָפֿן שטילערהייט מיט דער באָבע מלכּה, און זי האָט יוזעקן געלערנט די יסודות פֿון דער ייִדישער שפּראַך. און לאהקע האָט איר געהאָלפֿן. יוזעק איז געווען זייער פֿעיִק צו שפּראַכן, האָט ער שוין אין אַ האַלב יאָר אַרום גערעדט, געלייענט און געשריבן ייִדיש. ער האָט גערעדט אויף אַ ליטווישן ייִדיש, אַ מאָל בעסער ווי אייניקע ייִדן אין אונדזער קהילה. ער האָט זיך באַקאַנט מיט שלום־עליכמס מאָטלען, מיט דער קליאַטשע פֿון מענדעלען און אַפֿילו געוואָרן אַ פּאַניבראַט מיט מאָנישן פֿון י. ל. פּרץ. קיין ייִד איז ער נישט געוואָרן, נאָר די ייִדישע שפּראַך האָט אים באַרײַכערט זײַן גײַסט.
אויף דעם, טײַערער לייענער, וויל איך זיך אָפּשטעלן. אַוודאי, וואָלסטו וועלן וויסן, וואָס האָט פּאַסירט ווײַטער מיט אונדזערע היגע ראָמעאָ און יוליאַ. אָבער… איך וועל עס סײַ־ווי נישט דערציילן, ווײַל זאָגן אַ ליגן פּאַסט נישט, און דערציילן דעם אמת איז צו שווער פֿאַר מיר.
איך וועל נאָר צוגעבן, אַז ביז זײַן לעצטן אָטעם איז יוזעק געבליבן אַ גרויסער ליבהאָבער פֿון ייִדיש און פֿון ייִדישער ליטעראַטור.
כאָדיאַטשי אַנעקדאָט [1]
ווי האָט ער געהייסן? ווער ווייסט? ווער געדענקט? אַזוי פֿיל יאָרן אַוועק. מיר דאַכט זיך, אַז כ’האָב קיין מאָל ניט געוווּסט וויִאַזוי זײַן ריכטיקער נאָמען. מײַן טאַטע האָט אים „צוגעקלעפּט‟ דעם צונאָמען „כאָדיאַטשי אַנעקדאָט‟. פֿאַר וואָס? ווײַל ער האָט די גאַנצע צײַט דערציילט וויצן, דערצו נאָך אין ייִדיש. קאַטאָוועסלעך האָבן זיך „געגאָסן‟ פֿון אים, און מיר האָבן געפּלאַצט פֿון געלעכטער. פֿון וואַנען האָט ער אַרויסגעקראַצט אַזוי פֿיל ייִדישע וויצן און אַנעקדאָטן, האָבן מיר אויך נישט געוווּסט. ווען מיר האָבן זיך באַקענט מיט אים א ביסל בעסער, האָבן מיר שוין פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז בכלל נישט קיין ייִד, נאָר א ליטווינער! מיך, ווי אַ קינד, וואָס איז אויסגעוואַקסן אין ווילנע, האָט עס נישט געוווּנדערט. פֿאַר וואָס זאָל אַ גוי נישט רעדן ייִדיש? מיר רעדן דאָך רוסיש, ליווטיש און אפֿילו אַ ביסל פּויליש? קען ער רעדן ייִדיש! און ער האָט גערעדט מיט אַ שיינעם און אַ פֿולשטענדיקן ליטווישן אַקצענט. אַ ייִד אַ ליטוואַק וואָלט ניט גערעדט בעסער. ער האָט „געשאָסן‟ מיט שפּריכווערטלעך, פּונקט ווי ער וואָלט געבוירן געוואָרן אין דער קאָוונער סלאָבאָדקע [2]. איך מיין, אַז ער האָט געשטאַמט פֿון אַ געמישט שטעטל, וווּ ייִדן האָבן געלעבט צווישן גויים און געווען די מערהײט. נאָר וואָס איז די נפֿקא־מינה? אַ שטעטל איז אַ שטעטל — ייִדן פֿאַרבלײַבט ייִדן, און גויים — גויים. אַבי מ’לעבט אין שלום.
וווּ און ווי האָבן זיך מיר באַקענט מיט אים? דאָס געדענק איך טאַקע פּונקט, ווי דאָס וואָלט געשען הײַנט אין דער פֿרי. עס איז געווען מיטאָג צײַט אין טאַוראַגע, אַ קליין שטעטל אין מערבֿ־ליטע. ס’איז געווען אַ שיינער זוניקער טאָג, און מיר, איך מיט מײַן טאַטן, זענען געשטאַנען אין מיטן דעם שטאָט־פּלאַץ, וואָס האָט זיך אויסגעשפּרייט לעבן אַ הויכן קאַטאָלישן קלויסטער. דאָס פּלאַץ איז געווען פֿול מיט מענטשן: שוישפּילער, פֿאָטאָגראַפֿטשיקעס, פֿאַרשיידענע באַהעלפֿערס מיט מעגאַפֿאָנען און אָן זיי, ליכט טעכניקערס און נאָך. מיט איין וואָרט, „קינאָשניקעס‟. רײַמאָנדאַס וואַבאַלאַס, אַ יונגער ליטווישער רעזשיסאָר, האָט דאָ פֿילמירט זײַן צווייטן פֿילם — אַ פּאַציפֿיסטישע קאָמעדיע מיט אַ משוגענעם נאָמען „מאַרש, מאַרש, טראַ-טאַ-טאַ!‟. אַזוי ווי מײַן פֿאָטער איז געווען א ייִדישער אַקטיאָר, און מיט אַ פּאָר יאָר פֿריִער האָט ער זיך פֿילמירט אין דעם ערשטן פֿילם פֿון דעם זעלבן רעזשיסאָר („טריט אין דער נאַכט‟), האָט ער אים אײַנגעלאַדן אָנטייל צו נעמען אויך אין זײַן נײַעם פֿילם. אין דעם פֿילם האָט מײַן פֿאָטער ווידער געשפּילט אַ ייִדן. וועמען נאָך? וואַבאַלאַס האָט אים אַ מאָל געמאָלדן, אַז לויט זײַן אויסזען, קען מײַן טאַטע זיך פֿילמירן נאָר אין צוויי ראָלן: אָדער אַ ייִד, אָדער אין דער ראָלע פֿון לענין. איך האָב אויך אָנטייל גענומען אין אַן עפּיזאָד אין דעם זעלבן פֿילם, נאָר הײַנט האָב איך זיך נישט פֿילמירט, נאָר געקוקט.
שטייען מיר אַזוי און וואַרטן מ’זאָל שוין אָנהייבן צו פֿילמירן. אויפֿן פּלאַץ זענען געשטאַנען פֿאַרגרימירטע אַקטיאָרן און געוואַרט אויף זייער סצענע; און עס זענען געווען סטאַטיסטן אויכעט. איר ווייסט, וואָס עס מיינט צו זײַן אַ סטאַטיסט? דאָס איז ווי אַן אַקטיאָר, אָבער נישט קיין אַקטיאָר. די סטאַטיסטן פֿילמירן זיך אָן אַ ספּעציעלער ראָלע. מע געפֿינט פּשוטע מענטשן און מע מאַכט פֿון זיי סטאַטיסטן. בײַ אונדז האָט מען זיי גערופֿן „מאַסאָווקע‟.
הינטער אונדז איז געשטאַנען איינער פֿון דער מאַסאָווקע — א הויכער און אַ ברייטער מאַנסביל, מיט אַ בלוטיק רויט פּנים און אַ גרויסער „ייִדישער‟ נאָז, אָנגעטאָן אין קליידער פֿון אַ פֿײַערלעשער. נישט קיין יונגעטשקער, אפֿשר אַ יאָר עטלעכע און פֿופֿציק; איז ער געשטאַנען מיט אַ סיגאַרעט אין מויל און אַרויסגעלאָזט געדיכטע ווײַסע רינגעלעך מיטן רויך. בשעת־מעשׂה האָט ער עפּעס געמורמלט אונטער זײַן ייִדישער נאָז.
דער רעזשיסאָר וואַבאַלאַס האָט אַ שרײַ געטאָן „שטיל! מיר פֿילמירן!‟, און די סצענע האָט זיך אָנגעהויבן. נאָר פּלוצלונג האָבן זיך דערהערט שטאַרקע קלאַנגען פֿון דעם קלויסטערס גלעקער. זיי האָבן געקלונגען און גערוישט אין די אויערן. זייער קלאַנג איז געווען זייער שיין, נאָר ממש ניט צו דער צײַט. יעצט האָט מען געמוזט אַלץ אָפּשטעלן, און וואַרטן ביז די גלעקער וועלן פֿאַרשטומט ווערן, און ס’וועט זיך אומקערן די גלוסטיקע שטילקײט.
מיט די ערשטע קלויסטער־קלאַנגען האָבן מיר פּלוצלונג דערהערט אַ שטימע פֿון הינטער אונדז:
— הערסט יאָשקע, ווי די גויה כראָפּעט?
איידער מיר האָבן פֿאַרשטאַנען ווער האָט עס געזאָגט און וואָס מיינט ער דערמיט, דער „פֿײַערלעשער‟, האָט ער עס איבערגעחזרט נאָך אַ מאָל און מיט אַ שטאַרקערן קול:
— הערסט יאָשקע, ווי די גויה כראָפּעט?
איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען ווער איז יאָשקע און וואָס האָט ער געמיינט, נאָר, זעענדיק ווי מײַן טאַטע האָט זיך צעלאַכט, האָב איך אויך געטאָן אַ שמייכל. שפּעטער האָבן זיי מיר דערקלערט, אַז „יאָשקע‟ איז דער קריסטלעכער גאָט, ישו הנוצרי. וואָס האָט דער מאַנסביל געוואָלט זאָגן מיט דעם, ווי אַזוי האָט דער גלעקער־קלאַנג אים דערמאָנט אינעם שנאָרכן פֿון אַ גויה, און וואָס עפּעס דאַרף מען מעלדן „יאָשקען? וועגן דעם, פֿאַרשטיי איך נישט ביזן הײַנטיקן טאָג. נאָר דער זאָג האָט פֿאָרט געקלונגען ווי אַ שיינער וויץ. און בכלל, דער „ייִד‟ האָט גערעדט מיט וויצן און געמאַכט אַ געלעכטער פֿון אַלץ, וואָס ער האָט געהאַט געזען.
אַלע אַקטיאָרן האָבן געוווינט אין דעם איין־און־איינציקן גאַסט־הויז פֿונעם שטעטל. מיר האָבן זיך אַ ביסל „סקאַמפּאַניעוועט‟ מיט דעם „גוייִשן ייִד‟ און פֿאַרבראַכט זאַלבע דריט, ווען עס איז נאָר געווען אַ פֿרײַע צײַט. דאָס הייסט, זיי האָבן געטרונקען אַ גלעזל, גערעדט און דערציילט מעשׂיות איינער דעם צווייטן, און איך האָב זיך נאָר צוגעהערט. נאָר ווי עס טרעפֿט מיט קינדער, אויב דער שמועס פֿון די דערוואַקסענע אינטערעסירט זיי ניט, גייט עס אַרײַן אין איין אויער און פֿליט אַרויס פֿון דעם צווייטן. אַזוי, אַז ווינציק פֿון דעם, וואָס איך האָב געהערט, איז מיר פֿאַרבליבן אין קאָפּ. איך געדענק נאָר, אַז ער האָט זיך אויסגעהאָדעוועט אין אַ ייִדישע משפּחה, וואָס האָט אים געפֿונען בלאָנדזשען אויף דער ייִדישער גאַס אין איין העמד אויפֿן לײַב און איין פּאָר הויזן. ער איז געווען 6-5 יאָר אַלט, אָן טאַטע-מאַמע, אָן קרובֿים און אַ טויט הונגעריקער. ווען, וואָס, וויִאַזוי? דאָס געדענק איך ניט. און אפֿשר האָב איך עס פּשוט פֿאַרגעסן…
אין צוויי-דרײַ טעג אַרום זענען זיך אַלע צעפֿאָרן, און מיר האָבן זיך אויך אומגעקערט אַהיים. פֿון דעם „כאָדיאַטשי אַנעקדאָט‟ האָבן מיר קיינמאָל שפּעטער נישט געהערט און אים נישט געזען. אַפֿילו אין דעם פֿאַרענדיקטן פֿילם זעט מען אים ניט, מסתּמא האָט מען אויסגעשניטן די סצענעס וווּ ער האָט געשפּילט.
דאָס שפּריכווערטל וועגן יאָשקען איז פֿון דעסטוועגן געבליבן אין אונדזער משפּחה אויף שטענדיק. ביזן הײַנטיקן טאָג, ווען מיר שפּאַצירן נישט ווײַט פֿון אַ קלויסטער, און די גלעקער הייבן אָן קלינגען, רופֿט איינער פֿון אונדז זיך אָן:
— הערסט יאָשקע, ווי די גויה כראָפּעט?
עפּילאָג
איך האָב דאָ געעפֿנט פֿאַר אײַך אַ דילעמע, צי פּאַסט עס, אַז אַ גוי זאָל רעדן ייִדיש. כ’האָב אײַך געבראַכט אויפֿן שפּיץ מעסער עטלעכע דוגמאָות, וואָס איך געדענק נאָך פֿון מײַנע קינדער־יאָרן. איך בין מערער ווי זיכער, אַז צווישן אונדז גייען אַרום טויזנטער ניט קיין ייִדן, וואָס גלײַכן און לויבן אונדזער שפּראַך און קולטור. דאָס אַליין איז אַן עדות, וואָס פֿאַר אַ רײַכע שפּראַך רעדן מיר שוין מערער ווי טויזנט יאָר.
[1] כאָדיאַטשי אַנעקדאָט (רוס.) — אַ גייענדיקער לץ
[2] סלאָבאָדקע — אַ ייִדישער קוואַרטאַל אין ווילנע