יעווגעני קיסין
אַפּריל 25
אױפֿגעכאַפּט זיך אין מיטן דער נאַכט און לאַנג נישט געקאָנט װידער אײַנשלאָפֿן, הגם נאָך אַ מאָל אײַנגענומען מײַנע פּילן. אױפֿגעשטאַנען שפּעט.
געװאָלט שפּאַצירן, נאָר עס האָט גערעגנט, דעריבער בין איך געגאַנגען אינעם ספּאָרט–זאַל און גיך געשפּרײַזט אױף אַ לױפֿשטעג אײן שעה (מיט אַן איבעררײַס); דורכגעשפּאַנט אין לעצטן סך–הכּל העכער 6 קילאָמעטער.
געאַרבעט אױף דער בינע 5 מיט אַ האַלבן שעה. הײַנט האָט דער פֿאָרטעפּיאַן געקלונגען הילכיקער: מסתּמא האָב איך אים נעכטן „צעשפּילט‟. פֿון דעסטװעגן, צוליב עפּעס האָט אַ סך זיך געגעבן מיר שװער. כ׳קאָן נישט פֿאַרשטײן, פֿאַר װאָס: הײַנט בין איך זיך אױסגעשלאָפֿן; װען דער קלאַנג איז הילכיקער, איז שטענדיק גרינגער צו שפּילן… נישט געקוקט אױף מײַן לאַנג־יאָריקער דערפֿאַרונג, מאַכט זיך, אַז אײניקע זאַכן זײַנען מיר נאָך נישט פֿאַרשטענדלעך.

געמיטיקט און געגעסן װעטשערע מיט אַלען און גרישען בײַ אונדז אין האָטעל.
נעכטן האָט „באָסטאָן גלאָוב‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעצענזיע אױף מײַן קאָנצערט דאָרטן. צװישן אַנדערס, איז אין איר אָנגעשריבן געװאָרן דאָס פֿאָלגנדיקע: „אַפֿילו דער קריג אין אוקראַיִנע, װאָס האָט פֿאַרשטערט די קאָנצערטן פֿון אַנדערע רוסלענדישע אַרטיסטן, האָט נישט געקאָנט קאַליע מאַכן די דאָזיקע טרעפֿונג. אין אָט דעם זינען האָט זיכער געהאָלפֿן דער פֿאַקט, אַז קיסין האָט קלאָר אַרױסגעזאָגט זײַן מײנונג, אָנרופֿנדיק רוסלאַנדס אַרײַנדרינג „אַ פֿאַרברעכערישע מלחמה, צעצונדן פֿון אַ דיקטאַטאָר און אַ מאַסן–מערדער‟, און זאָגנדיק, אַז די מוזיקאַנטן, װאָס האַלטן דעם אַרײַנדרינג אונטער, „דאַרפֿן נישט האָבן קײן אָרט אױף די בינעס פֿון דער ציװיליזירטער װעלט.‟ טאַקע? טאַקע דאָס האָט מיר געהאָלפֿן, נישט דאָס, װאָס איך, אַ ייִד, בין אַװעקגעפֿאָרן פֿונעם אַנטיסעמיטישן רוסלאַנד נאָך מיט העכער דרײַסיק יאָר צוריק?
מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, װען איך האָב באַקומען אַן ערן–שטופֿע „דאָקטאָר פֿון דער נאַציאָנאַלער מוזיק–אַקאַדעמיע אין סאָפֿיִע‟ און געענטפֿערט אױף די פֿראַגעס פֿון אירע פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן, האָט אײנער אַ פּראָפֿעסאָר מיך אַ פֿרעג געטאָן: „איר זײַט אַ רוסישער מוזיקאַנט, װאָס לעבט אױפֿן מערבֿ. צי האַלט איר פֿאַר אײַער חובֿ צו פֿאַרטײדיקן אײַער הײמלאַנד?‟ — צום באַדױערן, צוליב דער טבֿע פֿון מײַן כאַראַקטער, קלעקט מיר נישט קײן אײַנפֿאַלערישקײט, האָב איך דעמאָלט געענטפֿערט אַזױ, װי עס װאָלט געענטפֿערט אַ נאָרמאַלער רוסלענדישער דעמאָקראַט: „דעם אמת געזאָגט, װײס איך נישט, פֿון װעמען מע דאַרף עס פֿאַרטײדיקן. איך מײן, אַז פֿאַרטײדיקן דאַרף מען עס בלױז פֿון די אײגענע מאַכטהאָבערס, — און איך סטאַרע זיך עס טאָן.‟ נאָך דער צערעמאָניע האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן זיך אַנטשולדיקט פֿאַר יענעם פּראָפֿעסאָר, דערקלערנדיק, אַז זײַן פֿרױ איז אַ רוסישע און ער איז אַ מאָדנער מענטש. באַלד נאָך דעם אָבער האָב איך אָנגעהױבן טראַכטן, אַז ס׳װאָלט געװען כּדאַי צו ענטפֿערן אַנדערש: אַז איך בין אַ ייִד און מײַן „הײמלאַנד‟ איז תּמיד געװען אַ בײזע שטיפֿמוטער פֿאַר מײַן פֿאָלק, דעריבער טאַקע בין איך, װי מיליאָנען מײַנע שטאַמברידער אַװעקגעפֿאָרן פֿון דאָרטן, און כ׳האַלט פֿאַר מײַן חובֿ צו דערקלערן אַלעמען, װאָס פֿאַר אַ בײז איז רוסלאַנד, און איך טו עס בײַ יעדער געלעגנהײט און אַזױ װײַטער.
װען מיט אַן ערך אַ יאָר שפּעטער האָט דער אידיאָט מעלניק אָנגעשריבן אין טװיטער, אַז ער האָט זיך געהאַט אָפּגעזאָגט באַזוכן דעם קאָנצערט פֿאַר אוקראַיִנע, װאָס איז אָרגאַניזירט געװאָרן פֿון דײַטשלאַנדס פּרעזידענט אין זײַן פּאַלאַץ, װײַל בלױז „russische‟ מוזיקאַנטן, דער פּיאַניסט קיסין און דער באַריטאָן פּאָגאָסאָװ, האָבן געהאַט אָנטײלגענומען אין אים, קײן איין אוקראַיִנישער, (אין דער אמתן האָט סילװעסטראָװ זיך אױך באַטײליקט), און אַז דאָס איז געװען אַ באַלײדיקונג פֿאַר אים, מעלניקן, — האָב איך זיך אַזױ צעבײזערט, אַז כ׳האָב באַלד אָנגעשריבן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון יענעם קאָנצערט: „צי קאָן עמעצער דערקלערן דעם אַמבאַסאַדאָר מעלניק, אַז איך בין אַ ייִד און בין אַװעקגעפֿאָרן פֿון רוסלאַנד שױן מיט העכער 30 יאָר צוריק, און ראָדיִאָן פּאָגאָסאָװ איז אַן אַרמענער און װױנט אין אַמעריקע? אַז אין רוסלאַנד האָבן מיר געהערט צו נאָך מער געהאַסטע מינדערהײטן, אײדער די אוקראַיִנער, אַז אונדז, ייִדן, פֿלעגט מען דאָרטן תּמיד דיסקרימינירן און אָנרופֿן ׳זשידעס׳ און די אַרמענער — ׳שװאַרץ־תּחתדיקע׳? אָנצורופֿן אונדז ׳russische׳ איז באמת טאַקע אַ באַלײדיקונג!‟. אָט דער באָלװאַן האָט בפֿירוש נישט געפֿונען קײן צײַט אַפֿילו אַ קוק טאָן אין דער אוקראַיִנישער װיקיפּעדיע, װאָס אירע אױטאָרן, אין אונטערשײד פֿון אים, װײסן זײער גוט, װער איך בין — „אַן ישׂראל–בריטאַנישער פּיאַניסט פֿון רוסלענדישן אָפּשטאַם‟ — אָט װאָס איז אָנגעשריבן װעגן מיר דאָרטן.
זינט דעמאָלט האָב איך פּרטימדיק דערקלערט אין פֿילצאָליקע אינטערװיוען אין פֿאַרשײדענע לענדער, אַז איך בין גאָר נישט קײן „רוס‟, נאָר אַ ייִד, אַז רוסלאַנד איז תּמיד געװען אײנס פֿון די סאַמע אַנטיסעמיטישע לענדער אין דער װעלט (אױב נישט דאָס סאַמע אַנטיסעמיטישע) און איך, לעבנדיק אין מאָסקװע, האָב כּסדר געפֿילט דעם רוסישן אַנטיסעמיטיזם אױף מײַן אײגענער פֿעל פֿון קינדשאַפֿט אָן, דעריבער טאַקע בין איך, װי מיליאָנען אַנדערע ייִדן, אַװעקגעפֿאָרן פֿון דאָרטן בײַ דער ערשטער געלעגנהײט, נאָך מיט העכער דרײַסיק יאָר צוריק, און דעריבער טאַקע האָב איך אַצינד אַזאַ שטאַרק געפֿיל פֿון סאָלידאַריטעט מיט די אוקראַיִנער, װי באַלד מיר, ייִדן, זײַנען תּמיד געװען די סאַמע גרעסטע קרבנות פֿון דער רוסישער קסענאָפֿאָביע; אַז איך בין אַ בירגער פֿון ישׂראל און נישט בלױז אַ מוזיקאַנט, נאָר אױך אַ ייִדישער שרײַבער, האָב פֿאַרעפֿנטלעכט שױן צװײ ביכער אױף ייִדיש און עס גרײט זיך צום דרוק דאָס דריטע בוך, — אָבער מע רופֿט מיך נאָך אַלץ אָן „Russian‟.
ס׳איז מיר שױן ממש נישט–גוט אױף צו ברעכן דערפֿון. נו, ביז װאַנען װעל איך מוזן טראָגן אױף זיך אָט דעם צייכן, װאָס איך האָב אים בנאמנות ניט פֿאַרדינט? װי לאַנג װעט מען מיך, אַ שטאָלצן ייִד און ישׂראלי, אידענטיפֿיצירן מיט יענעם פֿאַרשאָלטענעם לאַנד, װאָס איז תּמיד געװען אַ תּלין פֿאַר מײַן פֿאָלק? דוד בן–גוריון און חײם װײצמאַן, למשל, זײַנען אױך געבױרן געװאָרן און אױפֿגעװאַקסן אין רוסלאַנד; צי קאָן עמעצן קומען אױפֿן געדאַנק אָנרופֿן זײ „Russian‟? װען זשע װעט מען סוף–כּל–סוף פֿאַרשטײן אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל, אַז איך בין פּונקט אַזאַ „Russian‟, װי די גרינדערס פֿון מדינת–ישׂראל?
אַפּריל 26
הײַנט בין איך געשלאָפֿן גוט, נאָר צוליב עפּעס האָב איך זיך געפֿילט מיד און האָב זיך אַנטשפּאַנט פֿאַרן פֿאָרן צו אַרבעטן. געענדערט די אַפּליקאַטור אין אײן אָרט פֿון באַכס „כראָמאַטישע פֿאַנטאַזיע‟.
געאַרבעט 4 שעה אױף דער בינע, דערנאָך העכער 3 שעה אין אַן אַנדערן צימער (אױף מײַן אױסגעקליבענעם פֿאָרטעפּיאַן). בעת אַ הפֿסקה האָב איך געספֿקט, צי כ׳װעל זײַן בכּוח זיך אױסלערנען צו יעדן קאָנצערט–סעזאָן אײן סאָלאָ–פּראָגראַם, אײן קאָנצערט מיט אָרקעסטער און אײן פּראָגראַם פֿון קאַמער–מוזיק, װי איך האָב עס געהאַט פֿאַרפּלאַנירט ביז 2056 (הלװאַי זאָל איך לעבן און זײַן אימשטאַנד צו שפּילן אַזױ לאַנג!). פֿאַרן שלאָפֿן אױבנאױפֿיק דורכגעקוקט מײַן פּלאַן — איך װיל זײער אױסשפּילן אָט די אַלע װערק! און ס׳װילט זיך אױך אַזױ פֿיל איבערלײענען, דערװיסן זיך… און כאָטשבי דערשרײַבן מײַן ראָמאַן… דערצו נאָך רוקט דאָס לעבן פֿון מאָל צו מאָל אַרױס אומגעריכטע פֿאָדערונגען: למשל, מחמת דער איצטיקער מלחמה האָב איך נישט געקאָנט ניט אָנשרײַבן מײַן טריִאָ. אַצינד שרײַב איך אָט דאָס טאָגבוך, װײַל איך האַלט עס פֿאַר מײַן חובֿ פֿאַר ייִדיש, פֿאַר מײַן פֿאָלק. פֿון װאָס זשע קאָן איך זיך אָפּזאָגן? כ׳װעל מוזן װידער אַ קוק טאָן און טראַכטן, אָן װאָס איך װעל פֿאָרט קאָנען זיך באַגײן. פֿונאַנדערטײלן די צײַט איז נישט גרינג, באַזונדערס מיט מײַנע שלאָף–פּראָבלעמען און װײַל איצט דאַרף איך אָפּגעבן צום װײניקסטן צװײ שעה אין טאָג מײַן געזונט… אַצינד פֿיל איך נאָך שטאַרקער, װי פֿריִער, אַז מע דאַרף אױסקלײַבן בלױז דאָס סאַמע װיכטיקסטע אין לעבן.
אַפּריל 27

װי שטענדיק פֿאַר אַן אָװנט–קאָנצערט, בין איך געשלאָפֿן ביז שפּעט און גערוט דעם גאַנצן טאָג. דערנאָך אױסגעשפּילט דעם קאָנצערט. בכלל איז עס געװען נישט שלעכט, אַפֿילו גוט, נאָר — עס דענערװירן מיר זײער מײַנע אױספֿאַרריכטונגען. בעת איך הער די רעקאָרדירונגען פֿון מײַנע קאָנצערטן, איז עס נישט אַזױ; בעת איך הער אַנדערע מוזיקאַנטן שפּילן, איז עס מיר אַלץ אײנס — נאָר בעת איך שפּיל אַלײן, װירקן זײ מיר אױף די נערװן. אַװדאי בין איך נישט קײן מאַשין, נאָר, אַשטײגער, מיקעלאַנדזשעליס בײַשפּיל דערװײַזט, אַז פֿולקומקײט איז מעגלעך — און מיר אױך װילט זיך זי דערגרײכן. אפֿשר גיט עס זיך מיר נישט אײַן, װײַל אָט די שטרעבונג צו פּערפֿעקציאָניזם איז אױפֿגעקומען בײַ מיר צו שפּעט? ס׳איז דאָ אַ רוסיש װערטל: „היט אָפּ די ערע פֿון די יונגע יאָרן אָן‟; זעט אױס, אינעם שפּילן אױף אַ מוזיקאַלישן אינסטרומענט דאַרף מען זיך לערנען אײניקע זאַכן אױך פֿון די יונגע יאָרן אָן…
פֿאַרן שלאָפֿן האָב איך װידער אַ טראַכט געטאָן װעגן מײַנע פּלענער פֿאַר דער צוקונפֿט און באַשלאָסן אַרױסצונעמען פֿון זײ מאָצאַרטס 2טן קװאַרטעט: ס׳איז װוּנדערלעכע מוזיק, נאָר פֿאָרט נישט אַזאַ געניאַלע, װי דער 1טער קוואַרטעט, װאָס איך האָב אים שױן געשפּילט און רעקאָרדירט, אַזױ אַז, אױב מע האָט נישט גענוג צײַט, קאָן מען זיך באַגײן אָן אים. די מענטשן פֿון קונסט מוזן, אַפּנים, צו מאָל מקריבֿ זײַן עפּעס אין זײער אַרבעט צוליב פֿאַרשײדענע סיבות; מיכאָעלס, למשל, האָט געװאָלט שפּילן האַמלעטן, נאָר נישט געקאָנט עס טאָן. מיט עטלעכע יאָר פֿאַר זײַן טױט האָט סאָפֿראָניצקי אױסגעלערנט דעם „האַמערקלאַװיר‟ און אים געשפּילט זײַן געװעזענעם שװער איגאָר ניקאָנאָװיטש, אָבער װען יענער האָט עפּעס אַ זאָג געטאָן װעגן שפּילן אים אין קאָנצערטן, האָט װלאַדימיר װלאַדימיראָװיטש געענטפֿערט: „ניין, ס׳װעט זיך גאָרנישט ניט באַקומען: עס װילט זיך זייער אױסשפּילן אָט די סאָנאַטע, נאָר אױב מע לערנט אַזאַ װערק נישט אױס אין די יונגע יאָרן, איז עס שפּעטער שױן נוצלאָז.‟
איך פּערזענלעך האָב אױסגעלערנט אָט די סאָנאַטע, װען איך בין געװען אַלט 45 יאָר, און איך האַלט, אַז ס׳איז געװען אײנע פֿון די סאַמע גרױסע דערגרײכונגען אין מײַן לעבן…
אַפּריל 28
בעת מיר האָבן געװאַרט אין אַ רײ אינעם פֿליפֿעלד, האָט קאַרינאָטשקע מיר געװיזן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם קלײנעם מײדעלע און איר יונגער מאַמען, וואָס זײַנען דערהרגעט געוואָרן פֿון אַ רוסלענדישער באָמבע הײַנט אין דער פֿרי אין דניעפּראָ…
אינעם עראָפּלאַן װידער, דאָס מאָל זאָרגזאַם, דורכקאָנטראָלירט מײַן רעפּערטואַר–פּלאַן און באַשלאָסן אַרױסצונעמען פֿון אים בראַמס׳ 2טע װיאָלאָנטשעל–סאָנאַטע, ראַװעלס 2טע פֿידל–סאָנאַטע (דאָס זײַנען פֿאָרט נישט די סאַמע נאָענטע װערק צו מײַן האַרצן), בראַמס׳ 1טע פֿידל–סאָנאַטע, דעביוסיס פֿידל–סאָנאַטע (די פֿאָרטעפּיאַן–פּאַרטיעס דאָרטן זײַנען צום מײנסטן אַן אַקאָמפּאַנעמענט) און נאָך עפּעס. מכּוח שובערטס „Winterreise“ קװענקל איך זיך: אַ גרױסער טײל פֿון דער פֿאָרטעפּיאַן–פּאַרטיע איז אַן אַקאָמפּאַנעמענט — נאָר ס׳איז אַזאַ געניאַלע מוזיק, און זי איז אַזױ נאָענט מײַן האַרצן!
נאָכן אומקערן זיך קײן ניו–יאָרק איבערגעצױגן אײנעם פֿון די ביכער–שרענק פֿון אונדזער צימער אינעם צימער, װוּ אַנע פּאַװלאָװנע האָט געװױנט, און פֿון דאָרטן צו אונדז — דעם קאָמאָד.
הגם עס האָט גערעגנט, האָב איך שפּאַצירט אָנדערטהאַלבן שעה און דורכגעשפּאַנט אַכט קילאָמעטער. כּל–זמן איך האָב שפּאַצירט, האָט קאַרינאָטשקע איבערגעמאַכט עפּעס אין אונדזער צימער, און ס׳איז געװאָרן אַ סך בעסער.
הײַנט האָבן מיר זיך דערװוּסט, אַז װאָלאָדיע באַגראָװ [1] איז געשטאָרבן פֿון ראַק מיט עטלעכע טעג צוריק. נעבעך… אַלט געװען בלױז 67 יאָר…

װער װײסט, װאָס און װען דערװאַרט אונדז אַלעמען? קײן מורא פֿאַרן טױט האָב איך נישט, װײַל, װי נאָך עפּיקור האָט פֿאַרשטאַנען, „װען ער װעט קומען, װעסטו זײַן נישטאָ‟, נאָר איך װיל זײער באַװײַזן אױסצושפּילן און רעקאָרדירן נאָך אַ סך, סײַ אױסלערנען פֿיל נײַע װערק, סײַ אומקערן זיך צו עפּעס פֿון מײַן אַלטן רעפּערטואַר, װײַל אַצינד קאָן איך עס שפּילן בעסער. צוליב עפּעס האָבן שומאַנס „קרײסלעריאַנע‟ און בראַמס׳ 3טע סאָנאַטע זיך באַקומען בײַ מיר אין דער רעקאָרדירונג ערגער װי איך האָב זײ געשפּילט אויף די קאָנצערטן — איך מוז זיך אומבאַדינגט אומקערן צו זײ און רעקאָרדירן זײ װידער. בראַמס׳ 116טן אָפּוס האָב איך געשפּילט און רעקאָרדירט אין מײַנע שפּעטע דערװאַקסלינג–יאָרן, װען איך האָב ליב געהאַט שפּילן אין זײער לאַנגזאַמע טעמפּן; איצט, הערנדיק מײַן רעקאָרדירונג, פֿיל איך, אַז ס׳איז צו לאַנגזאַם. בראַמס׳ 119טן אָפּוס האָב איך אַ מאָל געשפּילט, דוכט זיך, גאַנץ גוט, נאָר קײן מאָל נישט רעקאָרדירט, — װי אױך שובערטס סאָנאַטעס אין סי–מאַזשאָר און דאָ–מינאָר. שובערטס „Wanderer‟–פֿאַנטאַזיע און שומאַנס „סימפֿאָנישע עטיודן‟ האָב איך אױך געשפּילט און רעקאָרדירט װי אַ דערװאַקסלינג; דאָס זײַנען גוטע רעקאָרדירונגען, נאָר איצט, מיט צענדליקער יאָרן שפּעטער, קאָן איך אױסשפּילן אָט די װערק בעסער, װי דעמאָלט. װען מיט אַ סך יאָרן צוריק האָב איך געשפּילט שאָפּענס 2טע סאָנאַטע אין װאַרשע, איז אײנע אַ דאָרטיקע מוזיקערין צוגעקומען צו מיר נאָכן קאָנצערט און האָט געלױבט מײַן שפּילן, נאָר געזאָגט דערבײַ, אַז דער צװײטער טײל פֿון דער סאָנאַטע איז געװען צו שנעל. נישט לאַנג צוריק האָב איך געהערט מײַן רעקאָרדירונג — יאָ, טאַקע צו שנעל, און נישט בלױז דער צװײטער טײל, נאָר אױך די שליס–פּאַרטיע פֿונעם ערשטן טײל; אױך דעם דריטן טײל, דעם באַרימטן טרױער–מאַרש, װאָלט איך איצט געקאָנט מאַכן בעסער. איך האָב אױך געהערט מײַן רעקאָרדירונג פֿון שאָפּענס פּרעלודיומס (זי איז אױפֿן זעלבן קאָמפּאַקטל װי די 2טע סאָנאַטע), און ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דאָס פּרעלודיום אין סאָל–דיִעז–מינאָר האָב איך געהאַט געשפּילט נישט גוט, עס קלינגט זײער מעכאַניש, כאָטש ס׳איז, װי אַנע פּאַװלאָװנע פֿלעגט זאָגן, „אַ שנעל–געזונגענע מעלאָדיע‟; אױך אײניקע אַנדערע פּרעלודיומס װאָלט איך אַצינד געקאָנט אױסשפּילן בעסער. נו, און אַװדאי זײער אַ סך נײַע װערק װיל איך אױסלערנען: באַכס, הײַדנס, מאָצאַרטס, בעטהאָװענס, שובערטס (די סאָנאַטעס אין מי–מינאָר, סאָל–מאַזשאָר און ליאַ–מאַזשאַר D. 959, די 3 פּיעסעס D. 946, דעם עקספּראָמט אין דאָ–מינאָר, דעם 2טן טריִאָ), שאָפּענס (אײניקע פֿון זײַנע װוּנדערלעכע נאָקטורנען און געניאַלע מאַזורקעס האָב איך נאָך נישט געשפּילט), סקריאַבינס, ראַכמאַנינאָװס (די מוזיקאַלישע מאָמענטן, די עטיודן–בילדער אָפּוס 33), ראַװעלס, באַרטאָקס, שימאַנאָװסקיס, פּראָקאָפֿיעװס, גערשװינס (דעם קאָנצערט און די ראַפּסאָדיע נוסח בליוז), שאָסטאַקאָװיטשס… אױך אײניקע פֿון מיאַסקאָװסקיס װערק װאָלט איך געװאָלט אױסשפּילן: די 2טע און די 3טע סאָנאַטעס, „די פּרימכעס‟, „די פֿאַרגעלטע זײַטן‟. װי איך זאָל נישט פֿאַראַכטן רוסלאַנד פֿונעם סאָציאַל–פּאָליטישן שטאַנדפּונקט, װי עקלהאַפֿטיק עס זאָל מיר נישט זײַן דער אַנטיסעמיטיזם פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, איז די רוסישע מוזיק מיר נאָענט. אָט די װערק פֿון מיאַסקאָװסקין זײַנען דאָ גאָר נישט באַקאַנט — און איך װיל, אַז מע זאָל זײ קענען: נישט װײַל ס׳איז רוסישע מוזיק, נאָר װײַל ס׳איז װוּנדערלעכע מוזיק (און מיאַסקאָװסקי, דוכט זיך, איז געװען אַ לײַטישער, װירדיקער מענטש). דערצו איז געשען אַזױ, אַז עס זײַנען מיר אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט די ערשטע אױסגאַבעס פֿון אײניקע װערק מיאַסקאָװסקיס און זײַנע מאַנוסקריפּטן, — פֿון איקאָניקאָװס [2] טאָכטער און אײניקל.
יאָ, אַלעקסײ אַלעקסאַנדראָװיטש איז געװען אַ גוטער בײַשפּיל פֿון דעם, װאָס מע קאָן האָבן אומריכטיקע, אַפֿילו לעכערלעכע פּאָליטישע אָנשױונגען און דערבײַ זײַן זײער אַ װױלער, האַרציקער מענטש. װען אין 1986 איז אין אַ שמועס אויסגעקומען צו רייד װעגן סטאַלינען, האָט איקאָניקאָוו געזאָגט: „נאָר װען ער װאָלט נישט דורכגעפֿירט די אינדוסטריאַליזאַציע, װאָלטן מיר נישט געװוּנען די מלחמה.‟; נאָך דעם, אמת, האָט ער פֿאָרט אָנערקענט, אַז דווקא אין סטאַלינס צײַטן זײַנען פֿאָרגעקומען די מאַסן–רעפּרעסיעס, באַזונדערס אין די יאָרן 1937/38. אױף דער לװיה פֿון זײַן ייִדישער פֿרױ, דער ליבלעכער װיקטאָריע מאָיִסעיעװנע, װאָס איז געשטאָרבן אין 1989 אָדער 1990 (אין פֿולן בלי פֿון גאָרבאַטשאָװס „איבערבױונג‟), האָט אַלעקסײ אַלעקסאַנדראָװיטש געזאָגט, אַ חוץ דעם אַלעם, אַז זי איז געװען אַ געטרײַע קאָמוניסטקע. אַ מאָל אין 1989 האָבן מיר זיך געטראָפֿן נאָך מײַן רײַזע קײן מינכן; ער האָט אָנגעהױבן מיך אױספֿרעגן, װי איז עס דאָרטן, װער לעבט דאָרטן („צי זײַנען דאָרטן דאָ ייִדן?‟), און איך האָב געזאָגט, אַז װױנאָװיטש לעבט דאָרטן. „ס׳איז די, װאָס האָט אָנגעשריבן ׳די בײַספֿליג׳?״. — „ניין–ניין, דער דיסידענט.‟ — „אַ–אַ–אַ… נו, איז זאָל ער דאָרטן לעבן,‟ — האָט אַלעקסײ אַלעקסאַנדראָװיטש געענטפֿערט. פֿון דעם זאָג זײַנעם איז מיר געװאָרן קלאָר, אַז די דיסידענטן האָט ער פֿײַנט. און דאָך, נישט געקוקט אױף דעם אַלעם, קאָן איך זיך דערמאָנען אין אים בלױז מיט סאַמע װאַרעמע געפֿילן, װײַל ער איז באמת געװען אַ װוּנדערלעכער, ליבלעכער, לײַטישער, אינטעליגענטישער מענטש. און איך קאָן אַפֿילו נישט זאָגן, אַז ער איז געװען אַ נאַר, — נײן, לחלוטין נישט! ער איז געװען גאַנץ קלוג אין זײַנע מײנונגען װעגן מוזיק און מוזיקאַלישע אינטערפּרעטאַציעס. אױך דאָס געפֿיל פֿון הומאָר האָט ער געהאַט. ער איז פּשוט געװען און פֿאַרבליבן אַ מענטש פֿון זײַן צײַט (װען מיר האָבן זיך באַקענט, איז ער שױן געװען אַלט אַכציק יאָר).
אַװדאי זײַנען מיר אַלע מענטשן פֿון אונדזער צײַט. איך סטאַרע זיך שטענדיק געדענקען װעגן דעם און האָף זײער, אַז ייִנגערע מענטשן װעלן נישט לאַכן ניט פֿון מײַנע אָנשױונגען בײַם לעבן, נישט נאָך מײַן טױט…
אַפּריל 29
הײַנט איז געװען אַ רויִקער טאָג (נישט אין אוקראַיִנע, אַװדאי). עס האָט גערעגנט דעם גאַנצן טאָג, און איך האָב זיך געפֿילט שלעפֿעריק (קאַרינאָטשקע אױך), כאָטש כ׳בין געשלאָפֿן גענוג בײַ נאַכט. אין אַזאַ װעטער האָב איך זיך פֿאָרט נישט אַנטשלאָסן צו גײן שפּאַצירן. געאַרבעט בלױז פֿינף שעה: פֿון מאָל צו מאָל זיך צוגעלײגט אױפֿן בעט צוליב דער מידקײט.
אַפּריל 30
מיר אַלע זײַנען געפֿאָרן אױפֿן בעת–עולם צום טאַטן. דאָרטן איז אַלץ װי פֿריִער, גאָרנישט האָט זיך ניט געענדערט. קאַרינאָטשקע איז געװען דאָרטן צום ערשטן מאָל.
אױפֿן װעג אַהין און צוריק האָב איך געלײענט נײַעס פֿון די פֿאָריקע טעג: איין נײַעס שרעקלעכער פֿון דער אַנדערער…
געאַרבעט אַ פּאָר שעה אין דער הײם, דערנאָך — בײַ פֿיר שעה אין קאַרנעגי האָל אױף דער בינע. דער ראָיאַל קלינגט גוט, נאָר ער איז אַ נײַער, דעריבער איז שװערלעך צו שפּילן אױף אים.
ערשטער מײַ
געאַרבעט העכער זיבן שעה אױף מײַן אױסגעקליבענעם פֿאָרטעפּיאַן אינעם װײל–מוזיק–צימער. װי שטענדיק, האָט מען מיר געבראַכט אַהין אַ סך פֿאַרשײדענע טײען — נאָר אַצינד, לױט מײַן נײַער דיעטע, קאָן איך טרינקען בלױז דעקאַפֿינירטע טײ. סאַשע האָט מיר דערקלערט, אַז די האַמערלעך פֿון מײַן קלאַװיר אין דער הײם האָבן זיך געהאַט אױסגעריבן, דעריבער האָב איך דאָס געפֿיל, אַז אױף דעם איז גרינגער צו שפּילן.
אין דער פֿרי האָט דער מאַמען װײ געטאָן אין האַלדז. זי האָט אים געשװענקט אַ סך, און איר איז געװאָרן פֿיל בעסער.
אין אָװנט האָב איך װידער דורכקאָנטראָלירט מײַן רעפּערטואַר–פּלאַן אױף דער צוקונפֿט און געמאַכט נאָך עטלעכע ענדערונגען.

מײַ 2
דען האָט קאָװיד. די מאַמע האָט אין דער פֿרי נאָך געפֿילט אַ קליינעם ווייטיק אין האַלדז, נאָר שפּעטער איז איר געװאָרן בעסער.
אָפּגעשפּילט דעם קאָנצערט… אפֿשר געהער איך פּשוט נישט צו יענעם טיפּ פּיאַניסטן, װאָס, װי מיקעלאַנדזשעלי, קאָנען שפּילן אָן אַ פּגם? כ׳װעל סײַ–װי שטרעבן צו דעם. כ׳האָב זיך זײער געסטאַרעט „קאָמפּענסירן‟ די אױספֿאַרריכטונגען מיט אַל דעם איבעריקן. געטראַכט װעגן אַנטאָן און אַרטור רובינשטײן, װאָס, װי באַװוּסט, פֿלעגן זײ שפּילן מיט אַ סך פֿאַלשע נאָטן.
אַ ליבלעכע פֿרױ מיטן נאָמען אײַרין איז הײַנט געװען מיט מיר אָנשטאָט דעבין (איך האָב זי פֿריִער געהאַט געטראָפֿן). זי איז זײער אַ ליבלעכע — נאָר דעבי איז געװען אַן אוניקאַלע…
זינט קאַרינאָטשקע איז געקומען צו פֿליִען, העלפֿט זי מיר און דער מאַמען אין אַלצדינג, אַזױ אַז אַצינד קאָן איך זיך אָפּגעבן דער אַרבעט.
מײַ 3
שפּאַצירט אינעם ריװערסײַד–פּאַרק און װײַטער, ביזן קלײנעם רױטן לײַכט–טורעם (װאָס בײַ דער דזשאָרדזש–װאַשינגטאָן–בריק). דורכגעשפּאַנט העכער 18 קילאָמעטער. כּמעט אַלע סאַקורע–בײמער האָבן אָפּגעבליט, און אַ סך לאַמטערנס זײַנען צוליב עפּעס אַ סיבה, געשטאַנען אָנגעצונדן אין מיטן דעם העלן טאָג. צװײ מענטשן (גאָר יונגע) האָבן מיך דערקענט. אױפֿן װעג צוריק אַרײַנגעגאַנגען אין „פֿערװײ‟ נאָך װאַסער.
דען פֿילט זיך אַ סך בעסער, פּאַקסלאָװיד װירקט אױסגעצײכנט.
אין אָװנט איז קאַרינאָטשקע געפֿאָרן צו גאַסט צו אירן אַן אַלטן פֿרײַנד, און איך האָב געאַרבעט אַ ביסעלע. געפֿילט זיך מיד. קאַרינאָטשקע האָט באַמערקט (און געזאָגט מיר מיט עטלעכע טעג פֿריִער), אַז לעצטנס פֿיל איך זיך אַלע מאָל מיד אױפֿן אַנדערן טאָג נאָך מײַנע קאָנצערטן. יאָ, איך עלטער זיך… װי זשע קאָן איך באַװײַזן טאָן כאָטשבי דעם מינימום פֿון דעם, װאָס איך װיל טאָן, פֿאַר די קומעדיקע פֿינף–און–דרײַסיק יאָר (אױב, אַװדאי, איך װעל לעבן אַזױ לאַנג)?
געלײגט זיך שלאָפֿן בײַ 10.30 אַזײגער, װי באַלד מאָרגן װעל איך מוזן אױפֿשטײן זײער פֿרי.
מײַ 4
דער זעלבער אומדערקלערלעכער פּאַראַדאָקס: װען מע דאַרף אױפֿשטײן פֿרי, שלאָפֿט מען שלעכט. איך האָב זיך אױפֿגעכאַפּט אין מיטן דער נאַכט און נישט געקאָנט װידער אײַנשלאָפֿן. געלעגן אין בעט און געטראַכט…
װי באַװוּסט, איז לעװ טאָלסטױ געשפּײַזט געװאָרן אין זײַן שאַפֿונג מיט דער „טעות–ענערגיע‟: „די גאַנצע װעלט װעט אומקומען, אױב איך װעל זיך אָפּשטעלן‟. איך בין נישט טאָלסטױ און האָב נישט אַזאַ מין אילוזיעס, נאָר כ׳האַלט פֿאַר מײַן חובֿ צו טאָן אַלץ, װאָס איך קאָן, סײַ אין מוזיק, סײַ — װען די אומשטאַנדן פֿאָדערן עס — אין פּאָליטיק. װאָס שײך דעם לעצטן, איז די װיכטיקסטע פֿראַגע אַװדאי: װי אַזױ איבערצוצײַגן אַנדערע מענטשן? כ׳װעל מוזן װידער לײענען (זײער אױפֿמערקזאַם) דייל קאַרנעגיס בוך און זיך אױסעצהנען מיט מײַנע פֿרײַנד — פּסיכאָלאָגן און דיפּלאָמאַטן.
דורכגעמאַכט צװײ פּראָצעדורן אין אַ שפּיטאָל; געװאַרט זײער לאַנג. די מאַמע האָט אױך דורכגעמאַכט אײן פּראָצעדור גלײַך נאָך מיר. אײנע פֿון די קראַנקען–שװעסטער האָט מיך דערקענט.
אָנגעשריבן פֿעטער שוריקן: ס׳איז שױן די צײַט צו פֿאַרקױפֿן אונדזער מאָסקװער דירה. אַ האַרציקן דאַנק טיכאָן ניקאָלאַיעװיטשן (איך װעל אים שטענדיק געדענקען מיט דאַנקבאַרקײט און סאַמע װאַרעמע געפֿילן), װאָס ער האָט אין זײַן צײַט אונדז געהאָלפֿן זי קריגן, דעמאָלט האָט עס מיר פֿאַרגרינגערט דאָס לעבן — נאָר אַצינד איז די צײַט פּטור צו װערן פֿון איר. גאָרנישט פֿון דעם, װאָס געהערט אונדז נאָך אין רוסלאַנד, זאָל ניט אָנקומען צו פּוטינען — און זאָל אונדז מער גאָרנישט ניט פֿאַרבינדן מיט יענעם פּאַסקודנעם לאַנד.
װידער, צום באַדױערן, געאַרבעט װײניק: געפֿילט זיך מיד, זיך ניט אױסגעשלאָפֿן. פֿאַרן שלאָפֿן געלײענט די נײַעס.
[1] באַגראָװ, וולאַדימיר (1955־2023) — סאָוועטישער און רוסלענדישער קאָמפּאָזיטאָר
[2] איקאָניקאָװ, אַלעקסײ (1905־2000) — סאָוועטישער מוזיקאָלאָג
סוף קומט