צוזאַמענבראָך (המשך)

עמיל קאַלין

19

„נו, אייביק איז אייביק…‟, — האָט עמעצער אין מיר גערעדט. — „און אָפּגעשטאַנען איז אָפּגעשטאַנען. אַבי נישט ערגער און אַ חוץ דעם, איז איצט צו שפּעט חרטה האָבן און מ׳טאָר נישט פֿאַרגעסן, אַז עס זענען דאָ גרעסערע צרות אינעם פּרעכטיקן לעבן, וואָס רבונו־של־עולם האָט אונדז צוגעשטעלט….‟

אין יענעם אָרט און צײַט האָב איך זיך געקוויקט בלויז מיטן פּראָסטן געדאַנק אָדער אײַנרעדעניש, אַז דער וואָס רעדט אין מײַן קאָפּ, פֿאַרמאָגט אפֿשר אַ באַזונדער קול און, דאָך, איז ער, נאָך אַלעמען, אַ טייל פֿון מײַן „איך‟ און נישט עפּעס אַ ווילד-פֿרעמדע מחשבֿה, וועלכע איז אײַנגעשפּריצט געוואָרן אָדער אַרײַנגעשלאָגן געוואָרן בגוואַלד אין מײַן מוח דורך אומבאַשטימטע באַשעפֿענישן פֿון קאָסמאָס, דער בייזוויליקער רעגירונג, אַ געהיימען בונד פֿון נאָכשפּיר-אָרגאַנען, די „פֿרײַע-בויערס‟ אָדער אַן אינטערנאַציאָנאַלער ראַדיאָ-סטאַנציע, וואָס פּריידיקט שמד.

איך בין געזעסן אויף אַ שטיינערנער באַנק, באַטראַכט דעם אַרום און גערייכערט ציגאַרעטן ווי אין פּסוק שטייט: איינער נאָכן צווייטן. לעבן מיר איז געזען מײַן פּריוואַטער וועכטער — אַ קראַנקן-ברודער, אַן אַראַבער; זיי פֿאַרטרויען מיר די צעבראָכענע מענטשן — און נישט אַרויסגערעדט קיין וואָרט. דאָס גראָז און די ביימער זענען געווען שטיל; זיי האָבן מיך געלאָזט צו רו. זיך נישט צוגערוקט צו מיר און נישט גערעדט צו מיר קיין וואָרט. אַ שטיפֿעריש ווינט האָט געבראַכט מיט זיך אַ קנויל פֿײַכטקייט און קילקייט.

„ס’איז נאָך גוט הייס אין דרויסן‟, — האָט יענער גערעדט אין מיר ווידער. — „אָבער דער האַרבסט, דער ישׂראלדיקער האַרבסט, לאָזט זיך פֿון זיך וויסן. די זון איז געוואָרן עטוואָס מילדער.‟ די דאָזיקע מחשבֿה האָט נישט געהאַט קיין המשך און דאָס קול איז ווידער פֿאַרשטומט געוואָרן. אַבי די גראָזן רעדן נישט. איך האָב זיך פּאָסטמאַקעוועט מיט יענעם געבענטשטן סימן פֿון קלאָרקייט. דער שטאָך פֿון דעם ציגאַרעטן-רויך אין די לונגען איז געוואָרן אַ המשך פֿון אַ הימלישן פֿאַרגעניגן. אין דעם פּסיכיאַטרישן אַנשטאַלט האָב איך זיך געהאַלטן איבערהויפּט פֿון דער ווײַטנס, זייער ווייניק געהאַט צו טאָן מיט די איבעריקע פּאַציענטן, כאָטש איך בין שוין נישט געווען קיין גרינער, איך בין געווען אַן אײַנגעזעסענער, פֿאַרבראַכט דאָרט היפּשע דרײַ וואָכן. די ציגאַרעטן זענען ווידער געוואָרן מײַן בעסטע קאָמפּאַניע. דאָ, אין אָפּטייל, האָבן די ציגאַרעטן קיינעם נישט געאַרט. קיינער האָט מיר נישט געמוסרט אָדער גערעדט וועגן ראַק אין די לונגען.

נאָר איין מאָל האָט זיך געטראָפֿן אַ נישט אָנגענומענער אינצידענט: אַן אַנדער פּאַציענט, אַ מאָדנע פּאַרשוין, אַ וועלט-באַרימטער מוח-כירורג, וועלכער אַנטלויפֿט פֿון דעם „סי. אײַ. עי.‟, ווײַל ער האָט גאַנץ צופֿעליק געמאַכט אַן אַנטדעקונגען, וואָס קען זיי זייער שאַטן. דערווײַל באַהאַלט ער זיך פֿון די טײַוולאָנישע אַגענטן טאַקע דאָ, אין דעם פּסיכיאַטרישן אַנשטאַלט, און האָט זיך צוגעטשעפּעט צו מיר צוליב דעם רייכערן. איך האָב אים גוטמוטיק געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז מײַנע לונגען גייען מיר ווייניק אָן און אים דאַרפֿן זיי אָנגיין נאָך ווייניקער, אָבער דער נודניק איז נישט אָפּגעטראָטן. ראַק און טויט און טויט און ראַק. איך האָב אײַנגעזען, אַז מיט אַ שרעקלעכן נודניק טאָר מען זיך נישט באַגיין מיט גוטן. אין איינעם אַ שיינעם פֿרימאָרגן, נישט אַרויסרעדנדיק קיין וואָרט, בין איך אַרײַנגעפֿאָרן אים אין די ציין אַרײַן, ער זאָל מיך גוט פֿאַרגעדענקען. באַלד איז געוואָרן אַ „ליהודים‟ — דער עסן־זאַל איז געגאַנגען ווי אויף רעדער. צוויי קראַנק-ברידער און נאָך אַ מענטש, וועמען איך האָב פֿריִער נישט געזען, האָבן מיך אַ כאַפּ געטאָן, אויפֿגעהויבן אין דער לופֿטן — און מאַרש! תּיכּף, אָן איבעריקע רייד, קווענקלענישן און שהיות, האָבן זיי מיך אַראָפּגעלאָדן, ווי אַ זאַק קאַרטאָפֿליעס אין דעם „געבונד־צימער‟.

איך בין שוין געווען אַן אויסגעפּרוּווטער, אַ דערפֿאַרענער פּאַציענט און זיך נישט געוואַלדעוועט, ווען מע האָט מיך אַוועקגעלייגט אויפֿן בעטל און פֿאַרבונדן מײַנע הענט און פֿיס. דאָס איז נישט געווען מײַן ערשטער באַזוך אין יענעם צימער — חס-ושלום! דאָס ערשטע מאָל איז טאַקע שווער, אָבער דערנאָך ווערט מען צוגעוווינט: מ’ליגט מיט אָפּגענומענע הענט און פֿיס, ווי אַ ליימענער גולם און מ’טראַכט, די מחשבֿות לויפֿן אַרום. פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס ליגן מיט פֿאַרבונדענע הענט און פֿיס אַ מעת-לעת, אָבער מיר אַליין איז קיינמאָל נישט אויסגעקומען צו ליגן אין אַזאַ צימער מער ווי אַ שעה. דאָ, אין דעם אַנשטאַלט, זענען מײַנע נערוון שלאַבעריק און איך צינד זיך אָן אין איין אויגנבליק, און דאַקעגן — לעש איך זיך אויך אויס גיך; דאָס וואָס איז פֿריִער געווען אַן עק-וועלט, ווערט נאָך אַ פּאָר מינוט ווייניקער ווי אַן אויסגעבלאָזן איי.

אין דעם איזאָליר-צימער, פֿאַרבונדן צו דער בעט, האָב איך געהאַט איבערגענוג צײַט צו טראַכטן; דער זייגער איז געקראָכן, אָבער מײַנע מחשבֿות זענען געלאָפֿן ווי פֿאַריאָגטע, איבערגעשראָקענע זעברעס. איך פֿלעג איבערחזרן, ווידער אַ מאָל און אָבער אַ מאָל, די שמועסן מיט דעם פּסיכאָלאָג, וואָס נעמט מיך אויף צוויי מאָל אַ וואָך.

ער האָט געוואָלט איך זאָל אָפּווישן די שטויב פֿון פֿאַרצײַטיקע געשעענישן און אים דערציילן וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט. חס-ושלום איך זאָל זשאַלעווען פּרטים. ער האָט באַפֿוילן איך זאָל איבערגעבן אויף אַ קול אַלץ, וואָס קומט מיר אויפֿן געדאַנק און נישט איבערהיפּערן איבער קיין שום זאַך, דערמאָנען זיך אין די סאַמע נישטיקע געשעענישן און קליינע פּאַרשוינען, וואָס זענען מיר אַ מאָל, על-פּי צופֿאַל, אַנטקעגנגעשפּרונגען אויף אַ רגע און דערנאָך זיך צוריקגעשאַרט אין דער פֿאַרגעסעניש און נישט איבערגעלאָזט הינטער זיך קיין שפּורן. זיי זענען איצט געוואָרן אין דעם פּסיכאָלאָגס קאַבינעט אָנגעזעענע און סאַמע… סאַמע… ער האָט זיך עקשנותדיק געגריבלט מיט ביידע הענט אין אַלטע, קריגערײַען און וווּנדן — אפֿשר דאָרט וועט זיך געפֿונען אַ קלוגן, אַ פֿאַרבאָרגענער אײַנפֿאַל, אַ משל אָדער אַ שטיקל מוסר-השׂכל. יעדעס מאָל פֿלעג איך זיך בונטעווען קעגן אים: וואָס טויגן אים די אַלטע מעשׂיות? איך האָב סײַווי בדעה צערײַסן יעדע פֿאַרבינדונג מיט מײַן אַמאָל. די גענויע פּרטים זענען נישט שטאַרק וויכטיק. ווי מע זאָל נישט באַטראַכטן דעם ענין, בלײַבט דער סך-הכּל דער זעלבער: איך האָב געהאַט די ערע זיך צו באַקענען נאָר מיט אויסוווּרפֿן, שאַרלאַטאַנען און קורוועס… איך בין איינער פֿון זיי.

דעם אמת געזאָגט, איז דער מענטש, אַזוי ווי ער גייט און שטייט, אַ קנויל גרוילקייט. קראַצט אויס פֿון אים דאָס ביסל „ס׳פּאַסט נישט‟ און דאָס רעשטל זעלבסט-כּבֿוד וועט זיך באַקומט אַ שרעקלעכע באַשעפֿעניש, אַ פּיפּערנאָטער. ס׳שטייט דאָך אין „מסכת־אָבֿות‟ דאָס פֿאָלגנדיקע: רבי חנניה זאָגט, אַז מע דאַרף זיך נתפּלל זײַן פֿאַר וווילשטאַנד פֿון דער קעניגרײַך, ווײַל אָן דער מורא פֿון איר בײַטש וואָלטן מענטשן אײַנגעשלונגען לעבעדיקערהייט איינער דעם צווייטן.

איצט דאַרף איך נישט שפּילן קיין שום ראָלע: איך בין נישט קיין ברודער, נישט קיין זון, און קיין מאַן טאַטע אויך נישט. איך בין נישט קיין אַדוואָקאַט און אויך נישט קיין שרײַבער. די אַמאָליקע אָנשטעלן האָבן אָנגעוווירן זייער האַפֿט, די מאַסקעס זענען אַראָפּגעפֿאַלן און זיך צעברעקלט אויף פּיצינקע שטיקלעך. אַ לויב יענע אָנצאָליקע שטיקער! איך שטיי בלויז אַ נאַקעטער פֿאַרן שפּיגל און זע מײַן רויע אָפּשפּיגלונג — אַ פּיפּערנאָטער, אַזוי זאָל מיר גוט זײַן.

דער קראַנקן-ברודער איז געזעסן לעבן מיר אויף דער שטיינערנער באַנק נישט אַ שטומער און באַטראַכט דעם אייגענעם טעלעפֿאָן. אַ זויערע מינע פֿון לאַנגווײַל האָט זיך צעשפּרייט איבער זײַן פּנים, ווי קרײַזן איבערן וואַסער נאָכן אַרײַנוואָרפֿן דערין אַ שטיין. איך האָב אַ צי געטאָן נאָך אַ מאָל פֿון דעם ציגאַרעט און באַטראַכט דעם אַרום: אַ גראָזיקער קוואַדראַט, די גרעזער — שפּיציקע, העל-גרינע און האַרטע ווי נאָדלען. אויף די סטעזשקעס זענען אַרומגעגאַנגען אַנדערע פּאַציענטן, אָנגעטאָן אין דער היגער אוניפֿאָרם — ברייטע, בלוילעכע פּיזשאַמעס, אויף וועלכע ס׳איז געווען אָפּגעשטעמפּלט: „געזונט-מיניסטעריום‟. אייניקע פּאַציענטן זענען געשטאַנען אונטער די שיטערער שאָטנס, וואָס די נידעריקע ביימער, פֿאַרפֿלאַנצטע אַ דרײַ מעטער איין בוים פֿון דעם צווייטן, האָבן אַראָפּגעוואָרפֿן אַרום זיך.

איך האָב באַטראַכט דעם דאָזיקן אַרום און נישט געווען ביכולת צום פֿאַרשטעלן אַ מסוכּענעם גענעץ. אוי, אַזאַ גענעץ! אַ שטיק געזונט. וואָס ווילן זיי אייגנטלעך, דער מעדיצינישער פּערסאָנאַל? אויסוואָרצלען אַלע אונדזערע פּסיכישע קרומקייטן, אונדז אויסהיילן דורך אויף דורך מיט לאַנגווײַל? פֿאַרניכטן אונדזער כאַראַקטער? זיי ווילן פֿאַרניכטן אונדזער כאַראַקטער דורכן שרעקלעכן לאַנגווײַל, פֿון וועלכן מ’קען זיך נישט באַהאַלטן. אויב די רעאַליטעט איז לאַנגלווײַליק, הייסט עס, אַז די רעאַליטעט איז לאַנגווײַל און לאַנגווײַל אין אַלץ. דאָס איז דאָך דער רעאַליטעט-פּרינציפּ וואָס ווערט פֿאַרוואַנדלט אין דעם לאַנגווײַל-פּרינציפּ. דער לאַנגווײַל פּרינציפּ וועט הרגענען מײַן „איך‟ — דאָס איז קלאָר ווי דער טאָג.

רעאַליטעט-פּרינציפּ. אַ שיין וואָרט, אַ פֿײַנע קונץ, צוגעטראַכט פֿון אַ קלוגן ייִד, שלמהלע פֿרויד. איך און דער פּסיכאָלאָג האָבן נישט איין מאָל אַרומגערעדט פֿרוידס תּורת-אמת און איך מיין, אַז איך האָב אָנגעהויבן צו כאַפּן אין וואָס עס גייט: די דרײַ וועזנס, וואָס קעמפֿן אין מיר אָן אַן אויפֿהער — דער „עס‟, דער „איך‟ און דער „אויבעראיך‟ — אַ גאַנצע חתונה, בנאמנות! צו דער חתונה זענען געקומען אויכעט חשובֿע מחותּנים, ווי ליבידאָ, לוסט-פּרינציפּ, טרײַב־כּוח פֿון טויט און אַזוי ווײַטער. דער פּסיכאָלאָג פֿלעגט מיר צעקײַען דעם ענין פֿון רעאַליטעט-פּרינציפּ: אין תּוך איז דער מענטש אַזאַ: פֿון איין זײַט, דרוקט דער לוסט-פּרינציפּ, וואָס איז אַ בלינדער שאָפֿער. ער פֿירט דעם מענטש בײַ דער נאָז. ער נעמט נישט אין באַטראַכט דעם אַרום, די ווירקלעכקייט און וויל בלויז אויספֿירן זײַנס — אַ טרונק וואַסער איז אַ טרונק וואַסער אויך פֿון אַ קאַלוזשע, שלאָפֿן מיט אַ פֿרוי איז שלאָפֿן מיט וועמען עס קומט אונטער דער האַנט, אויך די אייגענע האַנט, אָ ביס עסן, וואָס עס זאָל נישט זײַן, אַבי אַרײַנלייגן עפּעס אין מויל. אַלץ וויל עס אויספֿירן תּיכּף־ומיד, און וועגן מאָרגן זאָל זיך גאָט זאָרגן. דאָס מיינט דער „עס‟ — זייער אָנגענומען!

אַנטקעגן צום לוסט-פּרינציפּ, וואָס שטאַמט פֿון דעם „עס‟, שטייט דער „רעאַליטעט-פּרינציפּ‟, וועלכער נעסטיקט אין דעם „איך‟, דער באַוווּסטזיניקן חלק פֿונעם מענטש, און ווערט באַהאַנדלט דורך דעם באַוווּסטזײַן. דורך די אָנגעזאַמלטע יאָרן און, אַ דאַנק די אָן אַ שיעור אָנגעווייטיקטע געשעענישן, צוזאַמענשטויסן מיט די האַרטע פֿאַקטן אין דער ווירקלעכקייט, — קען דער מענטש אויכעט דערלאַנגען אַ מאָל אַ ביס. דער „איך‟ ווערט אויסגעפֿורעמט מיטן צײַטס גאַנג — פֿון אַן עופֿעלע וואָס איז כּולו „עס‟ ביז אַ בלינדן שאָפֿער, וואָס וויל אַרײַנכאַפּן נאָר פֿאַרגעניגנס. צו זײַן אַ מענטש, הייסט, צו זײַן אַנטוישט, מאַכן שלום מיט די קלעפּ און מפּלות, וואָס די רויע רעאַליטעט דערלאַנגט אים כּסדר. די הויפּט-מעלה פֿון דעם מענטש, לויטן חבֿר פּסיכאָלאָג, איז מאַכן שלום מיטן אָנגעגעבענעם: אומגליקן, טויט, פֿאַרשוועכטע יאָרן, אַרויסגעוואָרפֿענע טירחא, ליבעס וואָס לאָזן איבער אַ שלעכטן נאָכטעם, דער אייגענער נישטיקער כאַראַקטער, אייגענע קרומע וועגן, די שרעקלעכע פֿעלערן, וועלכע די עלטערן האָבן אָפּגעטאָן מיט אים בעתן דערציִען… אַלץ איז הבֿל־הבֿלים. צו מאַכן אַ לאַנגע מעשׂה קורץ: דער רעאַליטעט-פּרינציפּ הייסט, אַז דער מענטש מוז אויסקושן די קייטן, אין וועלכע עס האָט אים אײַנגעשמידט די געזעלשאַפֿט, זײַנע עלטערן, די משפּחה און די אומשטענדן, אין וועלכע ער איז געבוירן געוואָרן און האָט אויסגעלעבט די יאָרן. מײַנע קייטן זענען אויך שווער, קיין עין-הרע. נו, אָבער וואָס דער רעאַליטעט-פּרינציפּ האָט צו טאָן מיט דער פֿאַרניכטונג פֿון מײַן כאַראַקטער? האַ, יאָ! דאָ איז נישטאָ קיין ווירקלעכקייט. דאָס הייסט, אַז מיר דאַרפֿן נישט, מוזן נישט און טאָרן נישט זיך שטויסן מיט דער דרויסנדיקער וועלט: דאָ איז דער טאָג-אָרדענונג הייליק, דער זייגער איז דער האַר און מיר אַלע, אַרײַנגערעכנט די קראַנקן־ברידער און דאָקטוירים, זענען זײַנע קנעכט.

פּונקט זיבן אַזייגער קלאַפּט מען אין די טירן: „אויפֿשטיין!‟. גאַנץ גיך שטעלט זיך אַ ריי פֿאַר דעם צימער פֿון די קראַנקן־שוועסטער אויף אַ רפֿואות-אַפּעל. יעדער קריגט זײַן פּאָרציע. דערנאָך וואַשט מען זיך און אַכט אַזייגער מוז מען וואַרטן בײַ דער טיר פֿונעם עסנזאַל. נאָך פֿרישטיק פֿאַרשליסט מען די צימערן און די פּאַציענטן מוזן פֿאַרברענען די צײַט ביז מע וועט דערלאַנגט מיטאָג. אַזוי לויפֿן די טעג אַוועק: דער באַוווּסטזײַן איז פֿאַרנעפּלט, דער לאַנגווײַל איז גרויס. דאָנערשטיק נאָך פֿרישטיק שטייען די פּאַציענטן פֿאַר דער מעדיצינישער קאָמיסיע און זי באַשליסט: „מי בקצו ומי לא בקצו, מי במים ומי באש, מי בחרב ומי בחיה.‟*

ראָש-השנה רוקט זיך אָן צו גיך, צו גיך. איך וועל מסתּמא אויפֿנעמען דאָס נײַע יאָר דאָ. אַבי מע זאָל אונדז נישט הייסן שמייכלען. די כּוחות האָבן מיך פֿאַרלאָזט און איך קען נישט אויסהאַלטן נאָך אַ יאָר. איך בין, דער עיקר, מיד. דאָס איז מײַן חלאַת — מיד און צעבראָכן. אָבער דערווײַל שווײַגן די גרעזער און אויך די ביימער האָבן נישט קיין טענות צו מיר… מיר איז גוט.

*פֿון „ונתנה תוקף‟

סוף קומט

Leave a comment