פֿאַר קליין און גרויס

אויף איין פּלאַנעט מיר וווינען

באָריס סאַנדלער

וואָרעם
— אײַ, ווי זיס איז דאָס לעבן,
זיס און מלא־חן!
— וווּ זשע לעבסטו, וואָרעם?
— פֿרעג ניט, וווּ? אין כריין!

קו
אַלע ווייסן, אַז אַ קו
האָט אַ צונג אַ לאַנגע,
הערט מען נאָר פֿון איר: „מו־מו־ו־ו!‟ —
פֿון אַלע שיינע קלאַנגען.

מאַלפּע
אויף די צווײַגן און ליִאַנעס,
אָנגעכאַפּט מיט פֿיס און הענט,
שפּרינגט די מאַלפּע אָנגעשראָקן —
„גוואַלד!‟ — אין טײַכל זיך דערקענט.

שעפּס
אויף אַ לאָנקע גאַנצע טעג —
ס’ברענט די זון, כאָטש ווער צעשמעלצט! —
פּאַשעט זיך אין גראָז דער שעפּס,
אָנגעטאָן אין גראָבן פּעלץ.

לייב
שטאָלץ מיט זיך ז׳געווען דער לייב,
קיינעם האָט ער ניט געגלייבט,
פֿאַרן טויער שטייט געהיט,
אויסגעהאַקט פֿון שטיק גראַניט.

טיגער
ס’ברענט די פֿעל אויף אים, ווי פֿײַער,
ווער מיט טיגער איז באַקאַנט,
טײַט אין אים ניט מיטן פֿינגער,
אָפּכאַפּן וועט ער די האַנט!

זיסלמויז
גאַנץ קאַיאָר באַגיסן בייטן
האָט אין פֿעלד געלאָזט זיך באָרקע.
פּלוצעם זעט ער בײַ איר נאָרקע
זיצט אַ קליינע זיסלמויז…
ביידע האָבן זיך דערשראָקן
און געשטעלט די פֿיס אָן האָקע.

שטרויסן
אין ווײַטער אויסטראַליע שטרויסן
טאַנצן פֿון נאַכט ביז באַגין,
און ווייסן זיי גאָר ניט, אַז וואַלצן,
טאַנצט מען דאָך אויך אין ווין.

שטעכלער
שטעכלער האָט געזוכט אין גאָרטן
צווישן בלעטער זיך אַן עפּל,
נאָר מיט נאָדלען איז אַרײַנעט
אין פֿיר לעכלעך פֿון אַ קנעפּל.

אייזל
אויפֿגענייט די באָבע אייזל
פֿאַר איר אייניק אַ פּאָר הייזלעך.
זיך אין פּלודערן פֿאַרפּלאָנטערט,
ווײַטער גיין אים ז׳ניט באַשערט.

בערעלעך
שמערל און קערל, בערעלעך צוויי,
יאַגעדעס זיסע האָט זיי זיך פֿאַרגלוסט…
געפֿונען אין וואַלד האָט די בעריכע זיי,
געשלאָפֿן די נאַשערלעך אונטער אַ קוסט.

פֿוקס
דער צוויי-פּנימדיקער פֿוקס
צוגעזאָגט ניט טשעפּען הינער,
און געלאָזט זיך גלײַך צום טײַך,
נאָך די קאַטשקעלעך, פֿאַרגינער.

קוקאַווקע
כ’האָב פֿאַרגעסן ווי דער פֿויגל הייסט,
זיך געדרייט דעם קאָפּ — גיי ווייס!
ער אַליין דערמאָנט מיר באַלד,
מיט זײַן „קו-קו‟-צייל אין וואַלד.

פּיקהאָלץ
קלאַפּט דער פּיקהאָלץ אין דעם בוים,
עפּעס דאָרט פֿאַרגעסן?
ניט קיין עפּל, ניט קיין פֿלוים —
אַ ווערעמל צום עסן.

קאָאַלע
קאָאַלע האָט טיי געטרונקען,
אין טיי האָט זי אײַנגעטונקען
זיסע שטיקלעך ביסקוויט.
געטונקען, געטרונקען — געקוויקט.

די פּאַרע פֿון טיי האָט דערוואַרעמט
די לופֿט און די ביינדעלעך אַלע,
צעפּאַרעט, דערוואַרעמט — פֿאַרוויגט
די קליינע, די שיינע קאָאַלע.

געשלאָפֿן קאָאַלע אַ טאָג,
בײַ נאַכט דעם שלאָף אָפּגעהיט.
דערנאָך אויפֿגעכאַפּט און ווידער — 
געטרונקען,
געטונקען,
געטונקען,
געטרונקען —
טיי מיט שטיקלעך ביסקוויט.

Leave a comment