נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 73

אַ סך־הכּל אָן סך־הכּלען

ס׳איז אונטערגעגאַנגען דאָס יאָר 5783. ווי יעדעס יאָר אין דער צײַט כאַפּן דאָס האַרץ אַרום צוויי היפּוכדיקע געפֿילן — דאָס געפֿיל פֿון דעם אַוועקגעגאַנגען און דאָס געפֿיל פֿון דערוואַרטונג. איך האָב נישט ליב אונטערציִען קיין סך־הכּלען, הגם דאָס ייִדישע ווערטל זאָגט, אַז ווער עס לעבט אָן חשבון, שטאַרבט אָן ווידוי. עס וויל זיך גלייבן, אַז די 12 נומערן פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟, וועלכע זײַנען דערשינען אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, וועלן נישט פֿאַרלוירן גיין אין דעם אָן־סופֿיקן עלעקטראָנישן זכּרון; אַ סך פֿון יענע פּראָזע־ווערק, לידער, נאָטיצן, ווידעאָס און אַנדערע מאַטעריאַלן וועלן געלייענט, געזען און באַטראַכט ווערן.

דער פֿאַרלאַג „ייִדיש בראַנזשע‟ האָט הײַיאָר אַרויסגעלאָזט דרײַ ייִדישע ביכער: מרדכי יושקאָווסקיס פּראָזע־בוך „אַ בריק איבערן טײַך פֿון זכּרון‟, דאָס בוך דערציילונגען „מײַן ווילנער זאַוווּליק‟ פֿון אלי שאַרפֿשטיין און שלום בערגערס לידער־זאַמלונג „קאָוויד‟. איך וויל זייער האָפֿן, אַז די טאַלאַנטירטע אַרבעט פֿון מײַנע פּען־ברידער וועט געפֿינען אַ בכּבֿודיק אָרט אויף דער ביכער־פּאָליצע בײַם ייִדישן לייענער.

יעדער מחבר פֿון אונדזער אויסגאַבע פֿאַרשפּאַרט זיך נישט אין די דלתּ אַמת פֿון דער ייִדישער גאַס; און הגם „ייִדיש בראַנזשע‟ איז נישט קיין פּאָליטישע און אַפֿילו נישט קיין פּובליציסטישע אויסגאַבע, קלאַפּט דער דופֿק פֿון הײַנטיקע געשעענישן כּמעט אין יעדן ווערק סײַ, וואָס שייך די פּאָליטישע סיכסוכים אין ישׂראל און סײַ דער אַגרעסיווער מלחמה אין אוקראַיִנע.

איך וויל באַדאַנקען און אויסדריקן אַ האַרציקן יישר־כּוח אַלע מחברים פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟, אונדזער גראַפֿיקער באָריס בודיאַנסקין און באַזונדערס דעם שטיצער און מחבר יעווגעני קיסינען. אָן אײַער געטרײַשאַפֿט צו דער אויסגאַבע, אײַער ליבע און איבערגעגעבנקייט דעם ייִדישן וואָרט, וואָלט נישט דערשינען קיין איין נומער. מיר זײַנען אַלע איין משפּחה!

*

סוף סעפּטעמבער, מיט 80 יאָר צוריק איז ליקווידירט געוואָרן די ווילנער געטאָ. אין קומענדיקן נומער וועט דערשײַנען מײַן נײַע דערציילונג אונטערן נאָמען „זאַרעטשנע בריק איבער וויליִע‟. לייענט ווײַטער אַן אויסצוג פֿון אָט דער דערציילונג.

„די אַלטע שטאָט האָט געלעבט מיט איר הײַנטיקן טאָג. איך האָב זיך אומגעדרייט איבער די שמאָלע געסלעך, צומאָל באַקרוינט מיט ציגל־אַרקעס; אַרײַנגעקוקט אין די ריין־אויפֿגעראַמטע שטילע הויפֿן מיט פּראָסט־געשניצטע הילצערנע גאַניקלעך אַרום די דרעמלענדיקע ווענט און שמאָלע פֿענצטער, פֿאַרשטעלט מיט בלומען־טעפּלעך. אויף דער שפּראַך פֿון קינאָ הייסט עס, זוכן לאָקאַציע פֿאַר פֿילמירונג. דער הײַנט פֿון דער אַלטער שטאָט האָט זיך בולט אַנטפּלעקט פֿאַר מיר, אָבער די אָנדענק־שילדלעך דאָ און דאָרט — אויף די פֿאַסאַדן פֿון הײַזער, האַלב חרובֿ־געוואָרענע ווענט, און מגושמדיקע הילצערנע טויערן האָבן מיט אַ שטומען פֿאָרוווּרף מיר דערמאָנט אינעם נעכטן אויף ייִדיש: „דאָ האָט געוווינט…‟, „דאָ האָט זיך געפֿונען…‟, „דאָ האָט מען צונויפֿגענומען…‟, „פֿון דאַנען האָט מען אַוועקגעפֿירט…‟ — כ׳האָב זיך אַנטקעגן יעדער אַזאַ שילד אָפּגעשטעלט און הויך אויף אַ קול געלייענט דאָס אָנגעשריבענע. כ׳האָב פּלוצעם דערפֿילט, אַז איך מוז עס טאָן דווקא אויף אַזאַ דעמאָנסטראַטיוון אופֿן, זאָל עס אַפֿילו קלינגען ווי אַ קול־קורא־במידבר אָדער אויסזען ווי אַן אויספּראַל פֿון אַ שטאָט־משוגענעם; זאָל די אָרטיקע לופֿט, וואָס האָט שוין לאַנג אײַנגעשלונגען דעם לעצטן עכאָ פֿון אַ ייִדיש וואָרט און זיך נישט געוואָרגן, עס ווידער אַרויסברענגען פֿון אירע געדערעם, כאָטש ווי אַ שווערן זיפֿץ…‟

גמר חתימה טובֿה!

תּישרי ,14, 5784 (סעפּטעמבער, 29, 2023) ברוקלין, ניו־יאָרק

Leave a comment