
צום ערשטן מאָל וועלן בײַ די לערן־פּראָגראַמען פֿון „אַרבעטער־רינג‟ דורכגעפֿירט ווערן שאַפֿערישע זום־קלאַסן פֿון ייִדישער פּראָזע. די הויפּט־אויפֿגאַבע פֿון די פֿינף טרעפֿונגען איז אויפֿן יסוד פֿון פּראַקטישע געניטונגען אַרומרעדן די וויכטיקע עלעמענטן פֿון שאַפֿן — שפּראַך, סטיל, פֿאָרעם, זשאַנער וכדומה.
די 5 טרעפֿונגען וועלן פֿאָרקומען יעדן דינסטיק פֿון 2:00 ביז 3:30 נאָך מיטאָג. נאָוועמבער 14, 21, 28, דעצעמבער 5, 12.
איידער די קלאַסן וועלן זיך אָנהייבן, דאַרף יעדער קאַנדידאַט צושטעלן ביז סוף אָקטאָבער אַ מוסטער פֿון זײַן/איר ווערק (ביז 300 ווערטער).
שיקט אײַערע מוסטערן אויפֿן אַדרעס:
די מײַסטער־קלאַסן וועלן געפֿירט ווערן פֿון באָריס סאַנדלערן.